| נשלח ב-25/11/2010 23:40 |
|
| |
שחיטה מונחת: איז נישט כל המשנה ידו על התחתונה?
איך ברענג אהער וואס איך האב געשריבן אין אנדערן פארום כדי שלא תלקה בחסר איינער פרעגט דארט אן: כיודע אז אין יעדע שטאט ווי רביה''ק מ'סאטמאר איז געווארען רב איז די ערשטע זאך וואס ער געטון איז געווען צו מאכען שטארקע השגחות און תקינום אויף די פלייש געשעפטען און אויך אז די מקוואת זאלן זיין מיט אלע הידירים וואס איז שייך און ווען רביה''ק איז געקומען קיין אמעריקע און ער אויפגעשטעלט זיין קהילה האט ער זיך אליין אפגעגעבן מיט די מקוה עס זאל זיין אויסגעהאלטן לויט אלע שיטות און חימרות ווייטער די שחיטה האט ער נישט געמאכט אן אייגענע שלאכט הויז נאר ער האט גענימען די פלייש פון מיל מארט ווי ער פלעגט נישט אליין אראפגיין נאר ער ער האט זיך פארלאזט אויף די משגיחים פון מיל מארט(נירברטער רב סוגיט'ער רב) און אין די קהילת פלייש געשעפט איז נאר געווען מניקור ואילך און אויף דעם האט געשריבן בכי''ק ''יאכלו ענוים וישבעו'' (דאס איז געווען און געזינטע יארן און זאגען אז רעב זריעל האט עם פארדרייט די קאפ אין לך טיפשות גדול מזה) וואס איז היינט געווארען אנדערשט אז מ'דארף יעדן טאג זוכען נייע שחיטות און חימרות איז היינט די שחיטה ערגער ווי תש''כ? ואני משיב: האסט געפרעגט א גוטע קשיא, און איך וועל דיר פרובירן צו ענטפערן רבינו הק' בעל דברי יואל האט טאקע מתקן געווען און איינגעשטעלט א סדר השחיטה דא אין אמעריקא, במציאות פלעגט מען פאר די מלחמה שחט'ן שחיטה מונחת איבעראל פארוואס דא אין אמעריקא האט מען געסטאפט איז דא עטליכע סיבות איינע פון די אמת'ע סיבות, ווייל דא אין אמעריקא איז דא א גרעסערע פראדאקשען ליין, און ס'איז געווען א שאד די צייט איבערצודרייען די בהמה, האט מען גע'שחט'ן שטייעדיג, און ס'האט זיך איינגעגעבן אויף דעם וועג נאכדעם וואס אין געוויסע מקומות האט די רעגירונג דאס נישט געלאזט צוליב צער בעלי חיים. ס'איז א מציאות אז די רבי ז"ל האט געוואלט מען זאל שחט'ן אזוי ווי אמאל, נאר מען האט אים געזאגט אז דא אין אמעריקא קען מען עס נישט אהערשטעלן רבינו שליט"א האט דערציילט ברבים כ"ו אב תשס"ח אז ער געדענקט ווען דער פעטער ז"ל האט געשיקט זיין טאטן רבינו הברך משה ז"ל קיין מאנטריאל אין יאר תשכ"ז זיך אומקוקן אוף די שחיטה, ווייל זיי פלעגן נוצן א באקס איבערצודרייען די בהמה. ס'איז מסתבר אז לא יצא הדבר מכח אל הפועל, ווייל די רבי ז"ל איז גלייך נאכדעם נישט געזונט געווארן רבינו שליט"א האט עטליכע מאל שוין דערמאנט, אז אים האט נישט געפאלן די וועג פון די שחיטה בימינו, אז דער שוחט דארף אוועקפארן פון אינדערהיים, וואס דורכדעם קומט אויס ער דאוונט נישט געהעריג מיט מנין, און האט נישט קיין געהעריגע מקוה. אין קרית יואל פלעגט מען יארן לאנג שחט'ן אויף א קליינע פארנעם אין בעק פון די בוטשער, מיט די צייט האט זיך געהויבן די פארלאנג, האט מען געבויט די בית השחיטה וואס אין זיינער זייט געווען ווייניגער ווי העלפט די גרויס ווי ס'איז היינט, און אז ס'האט זיך אנגעהויבן די סקאנדאלן פון פינקל, האט עס נאר געהויבן דער מבוקש צו זוכן ווי בעסער און מהוד'דיגע פלייש. אין די אנהייב נ' יארן איז געווען א סקאנדאל איבער א געוויסן שוחט פון בהמות, איז געווען א מיטינג ווי רבינו שליט"א איז אויך דארט געזעסן, און מען האט אויסגעפרעגט די שוחטים אויב זיי האבן זיך עפעס אפצורעדן, און יעדער האט געזאגט אז ס'איז אלעס אין בעסטן ארדענונג. א טאג נאך די מיטינג קומט צו א שוחט צום רבין און זאגט אים, ליהוי ידוע די און די פראבלעם איז דא ביי די שחיטה, פרעגט אים די רבי פארוואס האסט עס נישט געזאגט נעכטן ביי די מיטינג, ענטפערט ער איך האב מורא געהאט, ווייל די בעלי בתים זענען דארט געזעסן, האט די רבי אויפגעציטערט און געזאגט: א שוחט קען זאגן ליגנט?! זייט דעמאלטס האט די רבי אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש, וכידוע לכל האט די רבי פון דעמאלטס ביז ממש א יאר צוריק ווען מען האט געעפנט די טעקסעס שחיטה נישט געגעסן קיין בהמה פלייש. למעשה אין די יארן וואס די רבי איז געווארן מער אינוואלווד אין די שחיטה, און האט געזוכט ווי מען קען פארבעסערן ביי זיך, איז פארן רבין אויסגעקומען צו זיין אין עטליכע בתי שחיטה, איין טאג אנקומענדיג צו רובאשקין האט ער געזען אז ס'איז דא דארט שחיטה מונחת, האט ער געזאגט, הייסט עס אין אמעריקא קען מען יא מאכן מונחת, ואז עלה במחשבה מען גייט מאכן א אייגענע שחיטה פאר בהמות צו קענען נאכקומען אלע חומרות. יעצט האף איך אז איר פארשטייט, רבינו שליט"א האט נישט געמאכט קיין נייע זאכן, ס'איז שכחום וחזרום ויסדום, דאס איז געווען דער דרך פון שחיטה אלע יארן פאר די מלחמה, דא איז עס בטל געווארן, און אז די רבי האט געזען אז מען קען עס האבן האט ער עס געטון, און אזוי גייט ער אן מיט יעדע חומרא וואס מען קען צולייגן, לייגט ער עס צו. * יעצט א שאלה צו די זייט אויב איינעם'ס מאמע גייט מיט א שייטל, און די טאכטער באשליסט צו וויל יוצא זיין שיטת הדברי חיים וכל קדושיו עמו און טוט זיך אן א שפיצל, איז כל המשנה ידו על התחתונה? והראי' די רבי האט ביי קיין איין דרשה ברבים נישט פארלאנגט דא אין אמעריקא מען זאל אנטון שפיצלעך אוודאי איז ידוע אז רצונו איז דאס געווען, אבער ער האט עס קיינמאל נישט געפאדערט ברבים, נו אפשר זאג כל המשנה ידו על התחתונה? דער עולם איז געלאדנט צוצולייגן וואס יעדער פאר זיך האלט
[פארראכטן אויף פארלאנג פון שרייבער]
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 29/11/2010 23:41:57
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2010 23:47 |
|
| |
זייער גוט ארויסגעברענגט
אונזער ראש הקהל ר' אברהם ווידער דערציילט אז זיין טאטע ר' דוד ארי' איז געווען א שוחט אין מאנטריאל און דארט אויב מען האט צוגעצאלט אפאר דאלער האט מען געקענט מאכו שחיטה מונחת און ווען די רביה"ק בעל דברי יואל ז"ל איז געווען אויף א באזוך אין מאנטריאל האט ער זיך אויסגעדריקט פאר ר' דוד ארי' "איך בין אייך מקנא אז דא קען מען מאכן שחיטה מונחת, הלואי זאל מען ביי אונז אין אמעריקא אויך דאס קענען אהער שטעלן עכל"ק
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 00:20 |
|
| |
האסט אראפגעלייגט די פשוט'ע מציאות ס'איז דברים ידועים נאר פאר זייער עולם מוזן זיי ארום'חוש'ן צו קענען זינגען זייער ניגון נבילה אין טריפה פאר זייער שנאה המקלקלת ס'דא ביי זיי גענוג וואס ווייסן די פראלבעמן וואס ס'איז דא, נאר וועגן נישט די שנאה פאסט זיי נישט מודה צו זיין אין להוי ידועה ''אלע זאליס עסן די טעקסאס פלייש'', ווייל אלע פלייש וואס מיר ניצן נישט, ד''ה סוג ב' אדער ג' שיקט מען צו די געוונליכע מיעל מארט פראדאקשאן וואס מ'פארקויפט אין אלע בוטשער'ס אריינגרעכנט די 82 בוטשער... ויאכלו ענוים וישבעו
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 00:46 |
|
| |
נאר טעקסעס?
מיל מארט אליין האט נישט קיין שחיטה פאר עופות, זיי נעמען ביי אנדערע, א פאר טעג פון די וואך נעמען זיי פון קרית יואל!!!
אזא פנים האט מען ווען מען מעג "אלעס" עסן נאר נישט קרית יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 03:16 |
|
| |
מר וואלן סח שליט"א איך וואלט דיר געוואלט ארויס ברענגען הערות איבער דיינע שורות און האפענטליך וועלן אויך אנדערע ליינער וואס זיכן באמת מהידור'דיגע מאכלים מיט א ערנסטקייט דאס אביסל איבער טראכטן.
ערשטענס מוז איך קאמענטירן איבער דעם פרט וואס די שרייבסט אז די שחיטת העופות איז געוועהן אין א קלענערן פארמאט אין די קרית יואל בוטשער א לאנגע תקופה מיט יאהרן צוריק ביז מ'האט געבויעט דעם בית השחיטה בערך מיט 7 יאהר צוריק. יא ס'איז ריכטיג אז ר' ליפא קאהן האט איינגעפירט א קליינע שחיטה מהודרת אין שאפינג צענטער בערך 20 יאהר צוריק. ר' נח גפן אדער ר' אהרן יושע גליק פלעגן דארט שחט'ן איינמאהל א וואך אויף א מהודר'דיגן אופן. נישט ווי די שרייבסט אז דאס איז געוועהן האלב פון די יעצטיגע בית השחיטה, נאר ווייניגער ווי א צעהנטל פון דעם ריזיגן בית השחיטה. ס'האט זיך אנגעהויבן אויפן פארלאנג פון די געציילטע חשובה משפחות אין קרית יואל וועלכע זענען גרייט געוועהן צו צאהלן עטליכע צענט מער פער פונט פאר א עכט היינישע שחיטה מהודרת אויף שטייטן אופן אזוי ווי אונזערע עלטערן וחסידים המדקדקים בכשרות האבן געטוהן אלע יאהרן. בתוך הקונים זענען געוועהן אסאך אידן וואס מאכן נאך עד היום אליין כשר זייערע עופות ביי זיך אינדערהיים אדער זיי גייען אליין צו די שחיטה. ובתוכם למשל הרבני ר' דוד פרידלענדער נ"י, הרבני ר' חיים הכהן הערמאן נ"י, הרבני ר' משה ברוך ווייס נ"י, ועוד ועוד. די שטוב פון כ"ק מרן ר' הערשעלע מספינקא ז"ל האט יאהרן געגעסן פון די עופות. וגם אני הקטן האב מיך מהדר געוועהן צו עסן פון אזעלכע עופות וויפיעל נאר מעגליך, קודם מיט אסאך יאהרן צוריק איז געוועהן א טשיקן מארקעט אויף קענט עווניו ביי טעילאר סטריט ווי עטליכע סאטמערע שוחטים האבן געשחט'ן 2 מאל א וואך. ווען דער פלאץ האט זיך פארשפארט פלעגן מיר גיין צו די מארקעט אויף פיט סטריט ווי הרבני החסיד ר' לעמל לאנדא שליט"א האט גע'שחט'ן. און טייל מאל אויף פלאשינג עוועניו ביי הר"ר אברהם לאווי ע"ה. און היינט איז דאס די מארקעט פון ר' מתתי' קאהן נ"י אויך פלעגן מיר גיין טייל מאל אויף נארטה 4 וכו' וכו'. ווען רוב פון די קליינע מארקעטס האבן זיך פארשפארט בין אליין געפאהרן קיין קרית יואל צו זעהן און שטיין ביי די שחיטה און כשר מאכן מיינע עופות. איך בין געוועהן ביי די קרית יואל בוטשערס קליינע שחיטה מהודרת מער ווי 50 מאל צו זעהן ווי די ארבייטער נעמען ארויס די עופות פון די באקסעס, באטראכטן צו די עופות זענען נישט בחשש גוסס ח"ו זעהן ווי דער שוחט ביים פענסטער איז בודק דעם חלף און שחט מיט א פארזיכטיגקייט יעדן עוף. אזוי אז דער גוי האט נישט געקענט יאגן מיט דעם עוף, נאר לאזן דעם שוחט שחט'ן כהלכה וואס מיינט טאקע מהודרת. ווען דער קונה שטייט און קוקט אויפן שוחט איז דער שוחט מער פארזיכטיג, ווי למשל, איינמאהל האט דער גוי געיאגט דעם שוחט, דהיינו ער האט געוואלט די עוף אוועק נעמען פון דעם שוחט נאכ'ן שחט'ן און ארויף לייגן אויפן קייט נאכ'ן שחט'ן אביסל צו שנעל, (ווייל א גוי איז דאך גוי און וויל ווי שנעלער ארבייטן). דער שוחט האט באמערקט ווי איך קוק אביסל קרום אויף דאס יאגן. האט ער זיך אנגעבייזערט אויפן גוי און געהייסן דעם עוף אוועק ווארפן ווייל ער האט אוועק גענומען דעם עוף מיט איין רגע שנעלער. דאס איז א דוגמה וויאזוי מ'האט אמאל גערופן מהודרת, ווי יעדער קונה האט געקענט זעהן די שחיטה און דאס כשר מאכן די עופות.
פליאה בעיני פארוואס דער קרית יואל'ער רב (יענע צייט) היינטיגער רבי שליט"א האט נישט מהדר געוועהן מתחילה צו קויפן דוקא די מהודר'דיגע עופות. נאר כמעט אלע יאהרן געקויפט די וויינלאנד עופות וואס זענען געוועהן די סטענדערד עופות וואס רוב קונים האבן געקויפט אין יענע תקופה. מיט א צייט שפעיטער האט דער רב יא אנגעהויבן צו קומען צו די שחיטה פון צייט צו צייט אויף צו באקוקן דעם חלף, איך האב הנאה געהאט אז דורכדעם וועט מסתמא דער שוחט האבן נאך א הידור איבער זיין חלף. די עופות האבן טעקע געקאסט אביסל מער און אידן מהדרים בכשרות האבן געוויסט אז שחיטה מהודרת קאסט אביסל טייערער. אין א שיינעם טאג בערך יאהר תשס"ד קוטמט אן די בשורה אז מ'גייט בקרות פארשפארן די קליינע שחיטה מהודרת ווייל מ'בויעט א ריזיגע בית השחיטה. ר' ליפא קאהן מיט זיין משגיח ר' אשר האבן פארשפראכן אז אין די ריזיגע בית השחיטה וועט זיין אלע הידורים ממש די זעלבע ווי אין די קליינע פארמאט. האב איך געטראכט אז דאס וועט זיין א געוואלדיגע תועלת פאר אלע תושבי קרית יואל וכל הקונים וואס זענען מהדר אויף שחיטה מהודרת. למעשה בין איך 2 מאהל געוועהן אין דעם בית השחיטה ווייל איך האב געוואלט ווייטער נעמען אזאנע עופות וואס איך קען אליין צוקוקן מתחילת השחיטה ביז נאכ'ן ענדיגן כשר מאכן. און ס'האט זיך ארויס געשטעלט אז ס'איז נישט אזוי ווי מ'האט געמיינט. איך וועל חלילה נישט זאגן אז די עופות זענען ווייניגער ווי אנדערע בתי שחיטה. ניין ס'איז מסתמא אביסל בעסער ווייל נאר אידן זאלצן די עופות, אויך ניצט מען דעם זאלץ וואס רבינו הק ז"ל האט געהאלטן אז דאס איז מער מהודר. אבער איך קען דאס נישט מער רופן מיטן נאמען שחיטה מהודרת. למעשה ארבעטן דארט אידן פון קרית יואל וואס האבן ב"ה פרנסה. אבער נישט די שוחטים און נישט די משגיחים און נישט די זאלצערס ארבעטן מיט אזויפיל זהירות ווי א קליינע שחיטה. ס'איז נאך אלץ נישא אזוי מהודר ווי א פלאץ ווי דער קונה קוקט זיך צו ווי דער שוחט נעמט דעם עוף שטייטערהייט. ווי די זאלצער'ס זעהן אז דער קונה קוקט אויף זיין ארבעט די גאנצע צייט וויאזוי ער זאלצט, וכו'. חוץ מזה איז נישטא קיין משגיח תמידי צו האלטן א אויג אויב א עוף פאלט אראפ איינגעזאלצענערהייט אינמיטן פאהרן אויפן קאנווער. אזוי איז ביי א בית השחיטה ווי מ'שחט טויזענטער עופות יעדע שטונדע איז אומעגליך צו האבן אזא עינא פקוחא ווי אויף א קליינע פארמאט. למשל, איך האב אליין געזעהן ווי בשעת די עופות פאהרן ארויף אין אויבערשטן שטאק אנגעזאלצן מיט די זאלץ אין ס'דויערט אזוי דאס ארום פאהרן א לאנגע וועג ביז זיי ווערן אטאמאטיש נאך א שעה אפגעשווענקט. באמערק איך ווי געציילטע עופות זענען אראפ געפאלן אויף די ערד געזאלצענערהייט וואס דאס איז א שאלה'דיגער עוף.
איך מאך נישט אוועק דעם בית השחיטה. אבער איך מיין אז די ווארט מהודרת איז נישט מער ווי א אדווערטייזמענט.
יעצט וועל איך מוסיף זיין א מיינונג איבער די שחיטת הבהמות. ערשטענס איז די נסיעה פון סיגעטער רב (שפעיטער בעל ברך משה) ז"ל קיין מאנטריאל בשנת תשכ"ז נישט געוועהן וועגן די באקס. ער איז געפאהרן ווייל א דארטיגער שוחט וועכער האט געזוכט צו מאכן קאפיטאל און האט בארעדט דעם דארטיגן סאטמער'ן שוחט הר"ר שלמה וו"ב ע"ה, דער שטאט שוחט פלעגט קומען אויף יו"ט צום רעבין ז"ל און ער האט האט קריטיקירט די דארטיגע שחיטה. דעריבער האט רביה"ק געשיקט דעם סיגעטער רב צו נאכפארשטן די זאך. ובדרך אגב האט ער דערציילט אז דארט שחט מען און א באקס. ולמעשה האט מען דא אין אמעריקא אויך גע'שחטן אין אנדערע שלאכט הייזער בעת ההוא אין א באקס. נאר נישט אין אלע שלאכט הייזער. עד היום איז נאך דא אין אונזערע קרייזן שלאכט הייזער ווי מ'שחט יא מונחת, נאר די שוחטים און משגיחים מאכן נישט אזא גרויסע ווינט ווי דער קרית יואל'ער רבי. אין באלטימאר שחט' מען מונחת און א דיין פון מאנסי וויזניץ געבט די השגחה. אין קווינס איז דא א שלאכט הויז ווי מ'שחט מונחת און ס'קומט דארט א היימישער סאטמערער שוחט.
די גרעסטע ווינדער וואס איך האב אויף דיין מאמר. אויב איז אמת וואס די שרייבסט אז דער קרית יואל'ער רב האט איינגעזעהן אז די שחיטה טויג נישט מיט 20 יאהר צוריק. פארוואס האט ער נישט מרעיש עולמות געוועהן אזוי ווי ער האט באוואשן דעם קאשויער רב ז"ל אויף א פארקערטן אופן. איך ווייס נישט אויב די ביסט א פרישער אינגערמאן, צו אפשר יענע צייט בוסטו געוועהן אין די תש"מ יאהרן א אפרוח שלא נפתחו עיניו, ווען גאנץ כלל ישראל האט גערוישט מיט א דרשה פון קרית יואל'ער רב אקעגן דעם זקן הרבנים המפורסם קאשויער רב מיט א זעהר מיאוס'ן באליידיגונגס אויסדרוק ווייל קאשויער רב האט קריטיקירט די בהמה פלייש. מה דאך אז אויב איינער וויל מחמיר זיין און מעורר אז מ'זאל נישט עסן בהמה פלייש, שרייט מען ביי די דרשה א שארפע מיאוסע ווארט, קל וחומר אויב ס'איז פארקערט, דער עולם עסט אויף אלע באקן און מ'מוז נישט באליידיגן יעצט קיין זקן הרבנים, איז דאך זיכער אז מ'דארף שרייען ביי די דרשה אז דאס פלייש טויג נישט. ס'וואלט דאך געפאסט אז דער קרית יואל'ער רב בן הגדול פון רבינו מסאטמער (בעל בירך משה) ז"ל זאל טוען תשובת המשקל ווייל אין דא אנהויב נ' יאהרן ווען ס'איז געוועהן א שיינע תקופה (איידער זיין אינגערע ברודער האט באקומען א שטיקן פון די ממלכת סאטמער) וואלט דאך דער קרית יואל'ער רב געקאנט מעורר זיין אז מ'דארף מתקן זיין דאס פלייש.
קומט ארויס די מסקנא אז קאשויער רב ז"ל איז געוועהן ערליך גערעכט. נאך אסאך מער ווי די יעצטיגע סאטמערע קרית יואל'ער פראפאגאנדע אז מ'זאל קויפן זייער פלייש. ווייל קאשויער רב איז נישט געוועהן קיין נוגע בדבר, ווייל ער האט נישט געגעסן און נישט פארקויפט קיין בהמה פלייש בכלל.
נאך א פרט וואס איז ליידער אנדערש די היינטיגע ביליגע פראפאגאנדע פון די פריערדיגע ערליכע מנהיגים. טייל ערליכע אידן וואס האבן געהאלטן אז ס'איז דא חשש האבן זיך מונע געוועהן פון עסן די בהמה פלייש, טייל האבן יא געגעסן, אבער זיי האבן זיך נישט אזוי גרויס געהאלטן צו שרייען ברבים אז די גאנצע וועלט איז נישט כשר און נאר איך בין יא כשר, איך האב געמאכט, און איך האב יא, און קיינער האט נישט נאר איך, און איך און נאכאמאל איך.
די אלע ווייטאגן זענען נישט צו כשר מאכן די בהמה פלייש, אויסדריקלעך נישט. נאר אז ליידער קען מען היינט נישט גלייבן קיינעם ווייל יעדער מיינט נאר זיך אליין און נישט די כשרות.
מ'דארף בכלל נישט עסן קיין בהמה פלייש מחמת כמה וכמה טעמים. און אפילו די קרית יואלער עופות נאר אויב מ'האט נישט קיין בעסערס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 22:29 |
|
| |
צבי הירש איך האב נישט קיין צייט מאריך צו זיין, אבער אין צוויי ווערטער, ליהוי ידוע אז אין קרית יואל האט מען יארן פאר תשס"ד געקענט קויפן אין בוטשער עופות פלייש וואס זענען געש'חטן געווארן דורך שוחטים דארט אין בעק פון די בוטשער
קאן זיין ס'איז געווען א באזונדערע סערוויס וואס דו האסט געקענט שטיין דארט און קוקן, און דערנאך אהיימ נעמען און עס אליין כשר מאכן, אבער ס'איז קלאר אז אויף די שעלווס זענען אויך געווען פלייש וואס איז דארט געש'חטן געווארן און ס'איז געשטאנען בהשגחת הרה"ג הדומ"ץ שליט"א
יעדע חומרא וואס מען לייגט צו וואס מען איז נישט מחויב על פי דין, ווערט דאס אנגערופן מהדרין, ס'איז דאך מעניניא דיומא, אויב קרית יואל בית השחיטה לייגט צו עטליכע צענדליגע חומרות וואס רוב בתי שחיטה בימינו האבן נישט, פארדינט זיך עס ערליך דער נאמען מהודרת, טענה'ט אבער דער ה"פ שרייבער צבי הירש אז ניין, ביי אים הייסט מהודרת נאר אויב מען קען אליין שטיין ביים שחט'ן, פיין איך הער וואס דו זאגסט, איך רעספעקטיר דיין מיינונג, האסט אלע רעכטן אזוי צו האלטן, און אויב האסט דאך אזוי געפירט ביז היינט זאלסטו אוודאי ווייטער אנהאלטן דיין מנהג, אבער דאס מיינט נאכנישט אז ווער עס טוט נישט אזוי זאל מעדיף זיין צו קויפן מיעל מארט פלייש, ווי באלד דער בית השחיטה איז נישט אזוי מהודרת ווי צבי הירש פלייש פון דיינע ווערטער שיינט אז דו וואוינסט נישט אין קרית יואל, און פון דיינע בייסיגע ווערטער אין אנדערע אשכולות (אונטערן לבוש פון פרומקייט) שיינט אז דו האסט קיינמאל זיך נישט געציילט צווישן די חסידים פון ברך משה, נו ווי אזוי ביסטו אזוי קלאר ביי דיר אז רבינו מהר"א שליט"א האט אלע יארן געקויפט ביי וויינלאנד?
וויפיל איך ווייס פלעגט אין יענע יארן נאר קומען די עופות פלייש וואס מען האט גע'שחט'ן אין קרית יואל פריער ווי דעם קען איך דיר נישט ענטפערן ווייל איך ווייס נישט יעצט נאך א נקודה, דו שרייבסט אז ביסט געווען ביי די בית השחיטה צוויי מאל בתחלת התייסדותה, און אויף דעם ארויף סטעמפלסטו אפ אז ס'איז נישט מהודרת לויט דיין אפשאצונג
איך האב פאר דיר נייעס, זיי וויסן אז דער חילוק פון בית השחיטה תשס"ד ביז בית השחיטה תשע"א איז אזא חילוק ווי דער צביון פון קרית יואל תשס"ד און קרית יואל תשע"א, איך בין שוין עטליכע מאל דארט געווען, קודם האט מען שוין עטליכע מאל צוגעבויט, מען האלט אין איין צולייגן הידורים, וואס דו האסט געזען די ערשטע יאר הייסט שוין היינט נישט קיין הידור, דאס איז שוין היינט סטענדערט, איך מיין אז דו וועסט דעם רבין קיינמאל כמעט נישט הערן פון די זאלץ, ווייל דאס איז א דבר פשוט, היי יאר אליין ווייס איך פון הידורים וואס מען האט צוגעלייגט, וואס דער רבי האט עס אויסגעשמועסט ביי א אסיפה מיט די שוחטים דעם פארגאנגענעם אלול.
ס'איז אזוי ווי דו זאלסט זאגן אז אין בית השחיטה איז מען נישט בודק צומת הגידין, והראי' ווען דו ביסט דארט געווען האט מען נישט בודק געווען.
זארג דיך נישט, קרית יואל בית השחיטה ווערט נישט ארים אז קויפסט נישט דארט, אבער צו זאגן אז מהודרת איז נאר ווען דער קונה שטייט דארט, איז פאלג מיר א גאנג.
בכלל פארשטיי איך נישט אזא איד ווי דיר וואס איז דורכגעווייקט מיט רבי ז"ל, ווי קומט דאס דיר צו טון א זאך וואס דער רבי האט נישט געטון, איז דער רבי אמאל קוקן ווי אזוי מען שחט א עוף וואס ער האט געגעסן דערפון, כל המשנה?! המשך יבא איין קליינע קשיא נאר, דו שרייבסט: למשל, איך האב אליין געזעהן ווי בשעת די עופות פאהרן ארויף אין אויבערשטן שטאק אנגעזאלצן מיט די זאלץ אין ס'דויערט אזוי דאס ארום פאהרן א לאנגע וועג ביז זיי ווערן אטאמאטיש נאך א שעה אפגעשווענקט. באמערק איך ווי געציילטע עופות זענען אראפ געפאלן אויף די ערד געזאלצענערהייט וואס דאס איז א שאלה'דיגער עוף. איך פרעג מחמת חסרון ידיעה, וואס איז די שאלה ווען א עוף פאלט אראפ נאכן שחט'ן און זאלצן?
תוקן על ידי וואלןסח ב- 29/11/2010 22:30:24
תוקן על ידי וואלןסח ב- 29/11/2010 22:32:03
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2010 23:59 |
|
| |
נאר א פאקט
מהר״א שׁליט״א האט קינמאל נישׁט געזאגט עפ״ל אויף הגה״ץ מקאשׁוי זצ״ל ווייל ער האט געהאקט אויף די פליישׁ, בּיי די חלב פּרשׁה איז ער בּכלל נישׁט געווען פארמישׁט, און אפילו אויבּ ער האט געהאלטן אז עס איז א פּראבּלעם מיט די חלב ( דאן איז געווען א מדובּר נאר וועגן די חלק האחוריים צו מען דארף עס מנקר זיין צו נישׁט, עס בּכּלל נישׁט געווען א מדובּר וועגין כּשׁרות הבּשׁר בּכּלליות) האט ער נישׁט געקענט זאגן גארנישׁט מפּני כּבודו שׁל אביו, לפי זכרוני האט ער קיינמאל נישׁט גערעדט דערפון בּרבּים.
יארן שׁפּעטער בּיי די סקול דיסטריקט פּרשׁה האט ער נאכגעזאגט בּשׁם זיין טאט׳ן אז קאשׁויער רב האט געזאגט אז 30 יאר האט מען געגעסן טריפות, אויף דעם האט ער געזאגט עפ״ל
דאס איז די קלארע מציאות הדברים
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 01:13 |
|
| |
ר' וואלן איר מעגט טשעקן אייערע פאקטען דער ברך משה איז געווען און מאנטריאל באקוקען דעם באקס וואס מ'האט געשחט'ען שטייעדיג, דאס איז דאן געווען א נייע זאך, דא און אמעריקא האט מען דאן געשחט'ען שחיטה תלי', למעשה האט מען טאקע דא שפעטער "משנה" געווען און טאקע אויך אריינגעברענגט דעם באקס
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 01:36 |
|
| |
צבי הירש.
דו קוקסט אויס ווי עמיצער וואס האט באמת זיך אריינגעלייגט אין זיין אייגענע פלייש וואס ער עסט אז ס'זאל זיין בתכלית ההידור, און תבא עליך ברכה פאר אזא נאבעלע אונטערנעמונג, אבער דאס מיינט נאכנישט אז דו באקומסט לכבוד דעם א רעכט צו פארטושן היסטאריע לויט ווי ס'שמעקט פאר דיינע פאליטישע אינטערעסן.
דו לייגסט אריין ווערטער פאר אונז אין מויל, און נאכדעם קומסטו מיט טענות אויף די זאכן וואס 'אונז' האמיר געזאגט.
דיין גאנצע טענה איז אז דער איינציגער הידור וואס איז שייך ביי פלייש איז נאר טאמער דער קונה קען שטיין און קוקן אויפ'ן שוחט בשעת'ן שחט'ן, און וויבאלד דער דאזיגער הידור איז נישטא אין גרויסן בית השחיטה דעריבער האט עס נישט קיין רעכט זיך צו רופן "המהודרת".
איז קודם כל, לדעתי העני' איז דאס שטיין און נאכקוקן דעם שוחט נישט אזא מורא'דיגער הידור, ס'לאזט זיך גאר זאגן פארקערט אז דער שוחט איז דאן פיל מער נערוועז ספעציעל פון אזוינע קונים וועלכע וועלן טאנצן פאר שמחה צו טרעפן עפעס 'ראנג' מיט די שחיטה/שוחט. פאר מיר איז פיל וויכטיגער צו וויסן 'ווער' דער שוחט איז און וויפיל איך געטרוי אים, אבער לאמיר נישט דעבאטירן דעם פונקט, נניח אז דאס איז א געוואלדיגער הידור, איז ווער לאזט דיר נישט גיין טרעפן ווייטער א קליינע שחיטה וואו דו קענסט קוקן שטרענג אויפ'ן שוחט בשעת ער שח'ט?!
ס'איז קלאר אז אין א קליינע בית השחיטה גייט אלעס צו מער שטאט, וואס איז זיכער מער מהודר, אבער איז אוממעגליך צוצושטעלן אויפ'ן מאסשטאבליכן פארנעם לויט דעם ריזיגן פארלאנג וואס איז דא היינט אין די אידישע מארקעט בלעה"ר.
איז וואו האסטו אמאל געטראפן אז דער בית השחיטה שטאלצירט מיט'ן פאקט אז ער לאזט יעדן קונה אריינקומען קלאצן אויפ'ן שוחט בשעת יענער שח'ט?! עס זענען שוין מערערע מאל אויסגערעכנט געווארן ברבים די מעלות און הידורים פונעם בית השחיטה וואס איך וועל דא נישט איבער'חזר'ן. און יא, אין מיין לעקסיקאן קען מען נוצן דאס ווארט "המהודרת" אויך אויף הידורים וואס צבי הירש האט 'נישט' מקפיד געווען מיט צוואנציג יאר צוריק!
*** די זעלבע זאך איז בנוגע שחיטה מונחת. ס'איז קלאר אז כ"ק מרן רבינו שליט"א איז נישט דער ערפינדער פון שחיטה מונחת אין אמעריקע, אדרבא, רובאשקין האט עס דאך שוין געהאט יארן פריער, און קיינער האט קיינמאל נישט פרובירט צו זאגן אז דער רבי האט אויסגעטראפן שחיטה מונחת אין אמעריקע.
ער איז יא געווען דער ערשטער עס איינצופירן אויף א 'כלליות'דיגן' פארנעם אין 'סאטמאר', ועל זה שמחתינו! ועל זה גאוותינו!
*** ווידער וואס דו ווילסט ארויפשמירן אויף כ"ק רבינו שליט"א א נאסע ליילעך בנוגע קאשוי וכו', וואלט איך דיר געראטן קודם כל צו לערנען אביסל היסטאריע פאר דו קומסט ארויס מיט ווילדע אטאקעס.
תשמ"א/תשמ"ב איז קאשויער רב צום צווייטן מאל ארויסגעקומען קעגן די סאטמארע פלייש (די מערכה האט מלאכי אנגעהויבן תשל"ט, כ'מיין אז דאן איז קאשויער רב נאכנישט ארויסגעקומען ברבים, נאר ערשט נאכ'ן רבי'נס הסתלקות).
חוהמ"ס תשמ"ג האט רביה"ק בעל ברך משה זי"ע פאררופן א גענעראל פארזאמלונג אין ראדני וואו ער האט דערציילט אז ער האט גערופן דעם קאשויער רב אין עשרת ימי תשובה און געבעטן ער זאל אריבערקומען האלטן אן אויג אויף די שחיטה וואס מ'גייט שחט'ן לכבוד יו"ט און צייגן וואס זענען די פראבלעמען, אויף וואס קאשויער רב האט געענטפערט אז ער קען נישט קומען ווייל ער איז פארנומען. אויפ'ן ברך משה'ס פראגע אז אידן גייען דאך נכשל ווערן רח"ל אין חלב האט ער געענטפערט אז "מ'האט שוין געגעסן 30 יאר נבילות וטריפות וועט מען עסן נאך אביסל".
תשמ"ט איז פארגעקומען די טרויעריגע פרשה וואס רופט זיך חעזקעלע גליק, אין וואס איך וועל נישט אריינגיין 'צוליב געוויסע סיבות'. כ"ק מרן רבינו שליט"א איז דאן אויפגעשוידערט געווארן ביים באקענען זיך מיט'ן מצב און ער האט דאן אויפגעהערט צו עסן בהמה פלייש [איך האב נישט מברר געווען פונקטליך, אבער ס'איז מסתבר אז אין די זעלבע תקופה האט ער אנגעהויבן זיך בעסער אומקוקן אויך אויף די עופות שחיטה, און דאן אנגעהויבן נוצן די שחיטה פון ר' נח גפן אין בעק פון שאפינג סענטער].
תשנ"ה איז קאשויער רב ארויסגעקומען מיט א שוידערליכן 'פסק' קעגן דעם הייליגן מוסד שערי חמלה, וואו ער האט געאורטיילט אז דאס איז אסור בתכלית האיסור (יענער בריוו איז נאכנישט באצירט געווארן מיט דעם 'ביזנעס סלאגאן' פון יהרג ואל יעבור, ס'האט זיך אפגעשטעלט נאכ'ן באטיטלען דעם רבן של ישראל אלס "מחטיא את הרבים"). א' תצוה איז פארגעקומען א דינער פאר'ן כולל בוקר אין קרית יואל וואו רבינו שליט"א האט אויפגעטרעטן, און זיין ריין הארץ האט געבלוטיגט אויף די שרעקליכע ווערטער וואס זענען געשריבן געווארן קעגן זיין הייליגן טאטן. מנהמת לבו האט ער דאן ארויסגעברענגט ווערט דער קאשויער רב זצ"ל איז און וויפיל האפט זיינע 'פסקים' האבן.
צווישן אנדערן האט ער געזאגט אז דער קאשויער האט געזאגט "נישט ווייניגער נישט מער אז דער פעטער זכרונו לברכה האט מאכיל געווען נבילות וטריפות דרייסיג יאר אין אמעריקע, און איך וועל אים זאגן.............."
עד כאן לשונו הקדוש.
דאס איבריגע איז היסטאריע, און דאס ביסל צוגעלייגטע איז פון די וואס ווילן צו פארטושן היסטאריע, אדער עס צופאסן צו זייער פאליטישע אגענדע.
ווידער די 'שיינע תקופה' ווי דו רופסט עס איז נישט געווען אנהויב די נ' יארן (וואס איז געווען נאך פאר די א' תצוה דרשה), נאר די ענדע דערפון, ד.ה. נ"ז און נ"ח, און פאר וועמען ס'איז באקאנט האט שוין דאן פעסט געקאכט מיט די פרישע אויפקומענדע פאליטיק (נ"ז ווינטער האט ר' הירצקא געכאפט דעם פראסק, נ"ז איז רז"ל 3 מאל געפארן קיין אר"י טאפן דעם דופק, נ"ח איז ער געווארן רב אין ירושלים), וואס אפילו דו פארשטייסט אז דאן איז אינגאנצן נישט געווען די צייט אנצוהייבן א מערכה מיט מיעל מארט און די גליק'ס אויף זייער פעיראלל וד"ל.
כ'האב שוין אביסל צופיל מאריך געווען, ודי בזה.
_________________
If it's good marketed you'll buy it, but if it's real you'll FEEL it
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 16:45 |
|
| |
מר וואלן סח שליט"א ישר כח פארן אריבער ברענגן מיין פראגע אהער, איך וועל פרובירן מסביר צו זיין וואס עס קען זיין א פראבלעם מיט שחיטה מונחת און פארוואס די רבנים האבן עס נישט איינגעפירט דא אין אמעריקע. לויטן הלכה דארף מען שחטן מלמעלה למטה, דאס מיינט אז די מעסער דארף גיין פון אויבן אראפ(אזוי ווי מען שנייט חלה). די סיבה איז ווייל די הלכה איז אז די שוחט טאר נישט דריקען מיט די מעסער, נאר עס דארף ווערן גע'שחטן מיט די שארפקייט פונם מעסער, דעריבר ווען מען לייגט די בהמה אויפן ריקן (מונחת) שנייד די שוחט פון אויבן אראפ, אזוי ווי די סדר ווי מענטשן שניידן וועט ער נישט דריקען. ווייטער אויב די בהמה שטייט אויף ארויף דארף די שוחט שחטן פון אונטן ארויף, וואס איז נישט די סדר ווי מענטשן שניידן, האב איך מורא אז ער וועט דריקען מיט די מעסער און ס'וועט ווערן נבילה. יעצט אין אמעריקע איז דא צווי פראבלעמען אזוי צו שחטן, איינס אזוי ווי מ'שחט אסאך בהמות אגאנצן טאג, האבן די שוחטים געטענה'ט אז אזוי ווי זיי דארפן זיך בייגן א גאנצע טאג און די בלוט(פונם שוחט) גייט אריין אין די האנט, אויך איז שווער צוהאלטן די בהמה איבערגעדרייט ,איז דא א חשש אז מ'עט דריקען מיט די מעסער האט מען איינגעפירט אז מ'לייגט די בהמה אויפן זייט(און מ'בייגט די האלז אויף ארויף)אזוי איז גרינגער צו קאנטראלירען די בהמה, און די שוחט שטייט גראד(באקוועם)אזוי וועט ער ענדערשט נישט דריקן מיט די מעסער. נאכדעם איז מען אויפגעקימען מיט ''די באקס'' ווי דאס ארבייט אז די בהמה גייט אריין און א אזא גרויסע באקס, וואס האט א לעכל אז זיין קאפ זאל זיך ארויסשטעקן, דערנאך דרייט מען איבער די באקס (מיט מאשינען) און אזוי שחט מען ווען די בהמה איז אופן רוקן, אוןאזוי ווי די באקס שטייט העכר די ערד, שטייט די שוחט גראד און ס'באקוועם צו שחטן, אזוי איז די ערשטע סיבה געלייזט געווארען. איצט צו גיין צום צווייטן סיבה דארף מען מסבר זיין ווי אזוי א בית השחיטה ארבעט, קודם וועלן מיר אנהייבן מיט עופות, געווענטליך גיהערט די בית השחיטה פאר א איד, ווען מ'שחט די עופות האלטן עס די גוים אין די האנט, און די שוחט געט א שנייד אין האלז, דערנאך לייגט מען עס ארויף אויף א טשעין , בערך יעדע צען מיניטן איז די שוחט בודק די חלף, אויב טרעפט ער א פגימה ווארפט מען עוועק די גאנצע ליין, און מ'פארקויפט דאס פאר פעניס, נישט אויף צו עסען נאר צו מאכן 'מיסט פאר די פעלדער' וכדומה, ווייל די הלכה איז אז מ'טאר נישט לכתחילה האנדלען מיט בשר נבילה אבער אז מ'האט שוין מעג מען עס פארקויפען.(קרית יואל שחיטה ''פלעגט'' אויפארבייטן די נבילה פלייש ביז רבינו מהר''א שליט''א האט דאס אפגעשטעלט). ביי בהמות איז אנדערשט, דארט נוצט מען נישט רוב פלייש וואס מ'שחט, ראשית נוצט מען נישט די חלק אחורים, דערנאך מאכט זיך אסאך סירכות וואס איז טריפות, ארבעט די 'סיסטעם' אז מ'שחט ביי א גוי'אישע קאמפעני, אדער בשותפות מיט א גוי'אישע קאמפעני, די איד נעמט די כשרע פלייש און די גוי בלייבט מיט די אבריגע . מאכט זיך אמאל וואס ס'איז דא ביי די בהמות פונ'ם בית השחיטה אסאך סירכות,(וואס מ'נוצט נישט קיין שאלה'דיגע ווייל ס'איז 'גלאט כשר'), אדער מ'דארף אסאך פלייש פאר יום טוב וכדומה, לויפט מען ארום די גאנצע וועלט זוכען ווי ס'דא גוטע געזינטע בהמות(ווי סאוט אמעריקע, פולין וכו.), מען שיקט דארט אראפ אפאר שוחטים, בודקים ומשגחים און ברענגט אהיים די פלייש. אצינד איז דא צוויי פראבלעמן מיט שחטן מיט די 'באקס' ערשטענס רוב גוי'אישע קאמפעניס ווילן בכלל נישט אז מ'זאל שחט'ן מונחת, ווייל זיי זאגן אז די בלוט גייט שטאט ארויסביים שחטן, ווערט די פלייש זייער רויט, וואס איז נישט אזוי שיין און ס'פארקויפט זיר נישט אזוי גיט. צווייטענס קאסט אזא באקס אסאך געלט און צייט, און ס'איז כמעט במציאות אז ביי יעדע פלאץ אין די וועלט ווי מ'לויפט ארום שחטן, זאל מען אויפשטעלן אזא סיסטעם. (עס איז דא אגרי-פראסעסינג(רובאשקין)וואס ניצן די באקס, אבער דארט איז דא אסאך אנדערע סיבות פארוואס אונזער עולם נוצט עס נישט, אפילו ווען זיי האבן גענומן די היימישע השגחות. (עס איז דא א בריוו פון הרב שיין מ'לעקוואד וועגן אלע חששות דארט). יעצט לאמיר קומען צום אויספיר, ומה עמקו מחשובותם ווי טיף און ווייט איז געווען די בליק פון די לעצטע מנהגי הדור, וואס האבן אויפגעשטעלט אידישקייט דא אין אמריקא, אז זיי הבן איינגעפירט נישט קיין שחיטה מנוחת, ווייל דורך דעם קען מען אהערשטעלן גלאט כשר'ע פלייש פאר גאנץ יהדות החרדית, אן קיין שום שאלות טריפה, סירכות, הפסד מרובה ועוד. און נישט ח''ו 'שכחום' אדער מ'האט זיי אנגערעדט ועוד. (עס איז זיכער דא נאך טעמים וואס מיר פליישיגע אויגן זעען נאך נישט.) ווען א קהילה וויל פארקויפען 'שחיטה מהודרת' פאר די בני הקהילה דארפן זיי וויסן אפאר זאכן. מ'קען עס נישט צושטעלן 'גרעטער ניו יארק' ווי די עופות. עס טאר נישט זיין אופן חשבון פון מתיר זיין שאלת טריפת(קרית יואל שחיטה ניצען טאקע נאר 'כמו בית יוסף' לחומרא ולא לקילא). די בני הקהילה דארפן וויסן אז נישט אלץ איז דא אלא מיני פליישן, און אז די פרייזן קענען ארויף גיין לויט די שוועריקייטן וואס מ'טרעפט זיך אן. אז פאר מ'הייבט אן דארף מען זיך אויסנעמן אז עס איז 'בלי נדר', ווייל אויב ס'ארבעט זיך נישט אויס וועט מען דארפן צירוק גיין צום פריעדיגן סיסטעם. די פאקטן האב איך געהערט פון שוחטים ומשגיחים(וואס רעדן נישט קיין סאך וד''ל) ווער עס ווייסט מער אדער אנדערשט זאל ביטע מגיב זיין. איך וועל אויספירן ווי איך האב שוין געשריבן, ''מיין מיינונג איז קיין מיינונג'' און יעדער זאל פרעגן זיין רב.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 17:21 |
|
| |
בקיצור, צבי הירש טענה'ט אז מהודרת איז נישט גוט, ווייל דער קונה קען נישט דארט שטיין בשעת'ן שחט'ן
און אוטספאקען טענה'ט אז ס'איז נישט גוט, ווייל מ'ען קען נישט עסן יעדע נאכט 'ריבסטעיק' פאר נאכטמאל
כ'הער, ב"ה אונז ליג מיר נישט אזוי אין בשר תאוה, און מיר זענען שוין צוגעוואוינט די לעצטע פאר יאר, אז אויב דארף מען מיניט סטעיק אויף יו"ט דארף מען עס באשטעלן כאטש א חודש פריער, ווייל אז נישט וועסטו נישט האבן
און ב"ה מ'לעבט! קיינער איז נאך נישט געשטארבן פון נישט עסן אלע מיני בהמה פלייש וואס איז די אין די מארקעט
און ער פירט אויס, מה מאד עמקו מחשבותיו פון רבין ז"ל נישט איינצופירן שחיטה מונחת, כדי כי תאוה נפשך לאכול בשר, זאלסט עס האבן!
זאלסט מיר אנטשולדיגן, אבער דער סטעיטמענט פאסט פאר יענקל תרח אדער פאר זריעלע
און דאס אז ס'קאסט טייער? איז וואס? א אתרוג צאלסטו נישט טייער? ווייל דאס ווייסט קיינער נישט אז דו צאלסט טייער ברויך מען נישט צאלן טייער? נאר בי א אתרוג ווען דו קענסט ווייזן אין שול פאר יעדן קוק כ'האב געצאלט א 5 מאות פאר דעם
מרגלא בפי דרבינו "צו זיין א איד קאסט געלט"
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 17:27 |
|
| |
און כ'האב פאר דיר גרויס נייעס, אז די אנדערע בתי שחיטה מאכן צוויי מאל געלט, קודם איז עס נישט מונחת און מען קען שחט'ן ווי מען וויל, און נאכדעם פארלאזט מען זיך אויף אסאך קולות, כעדות השוחטים וואס רעדן נישט אסאך
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 18:24 |
|
| |
מר וואלן סח איך האב געשריבן אויף אייך שליט''א ווייל איך האב געמיינט איר זענט א חסיד א בר דעת, איר ווייסט זיכער וואס די גמרא זאגט שמרה נפשי כי 'חסיד' אני, און וואס די גמרא זאגט וואס אס מיינט חסיד שוטה, איר זאגט און ער פירט אויס, מה מאד עמקו מחשבותיו פון רבין ז"ל נישט איינצופירן שחיטה מונחת, כדי כי תאוה נפשך לאכול בשר, זאלסט עס האבן! איז די תירוץ יא און נאכאמאל יא אזוי קוקט א מנהיג ווי משה רבינו דוד המלך און אלע מנהיגי הדורות עס איז דא א תשובה פונעם בעל דברי יואל זי''ע אין א שטאט איז געווען איין מקוה און (שוואכע)פ. האבן נישט געוואלט אז די מ. זאלן עס ניצן זאגט ער אז מזאל טאקע נישט לאזען נאר מ'זאל זיך בעטן אז אוף ערב י''כ זאל מען יא לאזען, יא אזוי קוקט אויס א מנהיג נישט קיין פרומער(ווען ס'לוינט פארן חסידות ועוד). און דאס וואס איר שרייבט ''כ'הער, ב"ה אונז ליג מיר נישט אזוי אין בשר תאוה, און מיר זענען שוין צוגעוואוינט די לעצטע פאר יאר, אז אויב דארף מען מיניט סטעיק אויף יו"ט דארף מען עס באשטעלן כאטש א חודש פריער, ווייל אז נישט וועסטו נישט האבן און ב"ה מ'לעבט! קיינער איז נאך נישט געשטארבן פון נישט עסן אלע מיני בהמה פלייש וואס איז די אין די מארקעט.'' ב''ה אז דיין רבי(וואס איז רבינו מהר''א שליט''א) האט אזאליכע הייליגע חסידים. אבער די לעצטע מנהגי הדור האבן זיך אויך געזארגט פאר די שוואכע ווי למשל חסידי רז''ל ,בני יוא'ל, חשונים און פאר גאנץ יהודית החרדית און אמעריקע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 18:38 |
|
| |
ברם יזכר אותו האיש רבינו מהר''א שליט''א לטובה, וואס א דאנק עם הייבט מען וויסן וואס עס טוט זיך אין די בית השחיטות, וואס איז שוין פארהאקט די טירן די לעצטע דרייסיג יאר (זינט פרשת קאשוי) פאר רבנים און סתם מענטשען, און ווען עס מאכט זיך א שאלה הייבן די רבנים נישט צו וויסן די מציאות אן ווען די בעל מכשר געט ארויס א תשובה להכשיר איז די זאך ארלעדיגט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 18:43 |
|
| |
אויב שוין עמקות פון די מיסדיי האידישקייט דאהי, אפשר זענט איר מסביר די מעלות און די עמקות פון די מיסדים וואס האבן געשחט'ען שחיטה תלי' ביז און די מיטעלע למד יארן? ברענג עס קלאר ארויס ביטע
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 21:44 |
|
| |
קודם ר' אוטספאקען, איך ווייס נישט צו איך קען ווייטער רעדן צו דיר פאר דו לייגסט נישט צוריק די 'שליט"א'...
(ואגב, האט שליט"א גארנישט מיט חסידות, ס'איז ס"ה א ברכת החיים)
יעצט זיי וויסן, שרייבנדיג מיינע שורות האט שוין אין מיין מח געבליצט אז דו גייסט דאס ענטפערן, ועכ"ז האלט איך מיר נאך אלץ ביי מיינס.
ביסט גערעכט אז א מנהיג דארף זיין לפי רוחו של כל אחד ואחד, אבער קלערסטו טאקע אז מען פירט אן א בדיעבד'דיגע זאך און נאך מיט א חותם און א ציווי אז מען מוז קויפן דייקא דא וועגן די מוסדות, וועגן שוואכע עלעמענטן?
ס'איז געווען און ס'איז נאך היינט דא גענוג אנדערע שחיטות, קיינער צווינגט דיך נישט צו קויפן קיין טעקסעס פלייש, דו קענסט קויפן ווי דו ווילסט, אבער איז עס סאטמארע פלייש, וואס סאטמאר איז (געווען) דער סימבאל פון פשרה'לאזע אידישקייט, דארף עס זיין אויפן בעסטן פארנעם, און עכ"פ זיכער נישט א דרגא ווייניגער ווי ס'איז געווען פאר די מלחמה.
|
|
|
|
|