בית פורומים כל העולם כולו

וויינשטאקס ספרים געשעפט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2010 00:14 לינק ישיר 
וויינשטאקס ספרים געשעפט

עיני עיני ירדו דמעה...
די הארץ בלוטיגט, טייכן טרערן גיסן זיך פון די אויגן..
ס'איז זייער שווער זיך מצמצם צו זיין..
ס'לאזט זיך נאך נישט גלייבן אז דאס האט פאסירט אונעם ווירקליכקייט...

אוי באשעפער... ס'רייסט ביים הארץ...
די מח איז נישט גרייט דאס צו אקצעפטירן.. וואו נעמט מען זיך.. וואו איז שייך דאס צו באשרייבן... די וואונד איז נאך אזוי אפען.. ס'איז א ריכטיגע בחינה פון מתו מיטל לפניו, וואס קיין תחנונים וועט נישט העלפן...

ר' יוסף הערש ר'יוסף הערש.... וואו האט איר דאס געקענט טוהן פאר אונז? וואו האט אייער הארץ דאס צוגעלאזט?
זעהט איר נישט די פארוויינטע אויגן? שפירט איר טאקע נישט די ווייטאג וואס איז אויסגעגאסן אויף יעדעם?
ס'איז קאלמוטנע אויפ'ן הארץ, ס'איז פארקלעמט די געפילן, די מח איז וואו פארלאזירט.. ר' יוסף הערש, האט איר דאס טאקע אלעס פארזעהן?

מ'זעמיר דא אריין געקומען אויסצוגעבן און אביסל זיך אראפשרייבן דאס הארץ פון די ווייטאג, אבער די פינגערס אנטזאגן זיך פון אויספאלגן די באפעלען. די מח אנטזאגט זיך פון גיבן אינסטראקציעס, אלעס איז פארפרוירן.

וואו זענען די מקוננים, וואו זענען די טרייסטערס? טייערע וויליאמסבורגע אידן, מיר האבן אים פארלוירן. טראגיש פארלוירן!
אייי.... ס'ציפט... איי.... ס'רייסט.... איי.... איי... מי יתן לנו תמרתו...?

די שיינקייט פון וויליאמסבורג איז פון אונז אוועקגענומען געווארן..
ר'יוסף הערש, וואו האט איר דאס געקענט טון צו אונז??

מיט צער און טרויער האבן מיר היינט געזעהן מיט די אויגן דעם בראך..
ס'האט זיך נישט געוואלט לאזן גלייבן אבער דאס מציאות האט געפראסקעט..
דאס וואס מ'זעהט קען מען נישט פארלייקענען.. די טרוקענע מציאות איז א פאקט וואס רירט זיך נישט..

ר' יוסף הערש וויינשטאק האט איבער געמאכט זיין ספרים געשעפט... אוי וויי....
ער האט זיך מאדענעזירט... ער האט אוועקגענומען א שטיק חן פונעם אמאליגן וויליאמסבורג.. די זיסקייט און געשמאקייט פון אזא קרעמעל איז שוין מער נישטא.. ס'וועט פארציילט ווערן מיט נאסטאלגיע ביי די היסטאריקער..

ר' יוסף הערש... פארוואס האט איר דאס געטון?? האט איר געפרעגט ביי אונז תושבי העיר צו מיר זענען איינשטומיג?
ווייסט איר דען נישט אז ס'איז געבליבן געציילטע אזאנע געשעפטען אין שטאט און יעדע פון זיי טראגן א באזונדערע חשיבות און מיר זענען נישט גרייט מוותר צו זיין אויף קיין איינס.
ר' יוסף הערש טייערע, קלערט אייך איבער. ס'איז אונז זייער שווער צו שלינגן און אפמאכן אז דאס איז א פאקט! וויינשטאקס האט זיך איבערגעמאכט... טוט דאס נישט...
הערט די געשריי פון די וויליאמסבורגע גאסן.. נייגט אן אויער צו די געבעט פונעם ציבור.. מיר דארפן צוריק די פראכט, די אמאליגן פראכט.. די אלטע צושטופטע שאפעס, די צופלויגענע פאליציעס.. איי.. ס'בענקט, ס'נאגט..


אבער לאמיר נישט פארגעסן פונעם עיקר צו ווינטשען ברכה והצלחה פאר ר'יוסף הערש'ן. זאל ער זעהן אסאך הצלחה אין זיין נייעם איבערגעמאכטן געשעפט.

אמן.

קרעדיט אידישע וועלט



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וויינשטאקס ספרים געשעפט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext