בקידה והשתחוי' אל מול פני מנורה הטהורה כ"ק מרן אדמו"ר הגה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א — אדמו"ר מסאטמאר ורב ור"מ קרית יואל.
אחדשה"ט, ווענד איך מיך דא צו אייך בנוגע די לעצטיגע פרשה פון די נבילה פלייש וואס די וועלט איז אויפגעשוידערט געווארן פון די אויפדעקונג וואס איר האט אויף פארציילט פארגאנגענעם מוצש"ק פרשת ויצא ביים דינער השנתי לטובת די הייליגע מוסדות. אלץ שטאלצער זיידע פון חשובע אייניקלעך וואס ווערן נתחנך אין אייערע מוסדות הקדושים אין קרית יואל, האב איך זיך משתתף געווען, און איך האב געהאט די זכי' צו הערן די שיינע דרשה פון דעם פה מפיק מרגליות, איך האב שטארק הנאה געהאט פון אייער ברוך שפטרנו אויף די "מאנהעטענע קינדער". וואס זענען געגאנגען אין אנדערע מוסדות אין די שטאט. און אזוי אויך די אלע אנדערע פערל רייד וואס איז שוין פקוע שמם בכל העולם כלו, עס איז א תענוג און הנאה פאר אידן איבער די גאנצע וועלט צו הערן די שיינע דרשות אין כשרות, לדוגמא די דרשה שושן פורים איבער די זאלצערס פון פארטא-ריקא און מעקסיקא און די בוקא דאטמא צומות הגידין משגיחים, און די ברייט באוויסטע דרשה איבער די חמצ'יגע ווייץ וואו מ'האט געזעהן אויף די כלי ווי ס'רענגט דערויף, ווי איר האט שיין מסביר געווען אז די מצות איז חמץ גמור נאך ערגער ווי די קאקאו פון פלעטבוש און קווינס אידן וכדו', מען זעהט ב"ה אז אייער כח פון דרשות וואס
איר געהאט די אלע יארן האט מען ב"ה נישט געקענט צוברעכן כן יעזור השי"ת להלאה.
דער עיקר וואס האט מיך געכאפט און פארגאפט איז געווען די דברים קולעים אל השערה בנוגע וואס עס טוט זיך אין דעם עולם הכשרות ביי די פלייש הן עופות הן גסות. איר האט אזוי שיין און הויעך — כדרכם בקודש — צולייגט און מסביר געווען אז אפילו מיר, די פשוטע בעלי בתים זאלן פארשטיין דעם נושא.
איך האב די דרשה געוואלט איבערליינען אין 'דער בלאט' כדי איך זאל זיכער מאכן אז איך האב גוט געהערט די פרטים, אבער ליידער האט מען משום סיבות נישט דערמאנט קיין איין ווארט פון דעם נושא אין 'דער בלאט', האב איך מיר גענומען די מי איבער צוהערן פון אייער האט-ליין די ווערטער, און עס נאכאמאל איבערגעגאנגען ווארט ביי ווארט. עס איז מיר אבער נולד געווארן פארשידענע קשיות און ספיקות במשך אייער דרשה, און איך וועל עס אייך דא פרעגן על הכתב, און איך האף אז איר וועט מיר ענטפערן און אפשר אפילו
נאך די וואך ביי די כ"א כסליו סעודה וואו מיר וועלן זיך אריבערשיפלן איבערן ימ'ן צו הערן אייערע פערל רייד.
א) איר האט אנגעהויבן מיט א הימל-שרייענדיגע פאסירונג וואס האט פאסירט פארגאנגענעם חודש אלול אין איינע פון די כשר'ע בית השחיטה'ס פאר עופות דא אין ניו יארק. א שוידער האט מיר באנומען ווען איר האט געזאגט אז קיין איינער אויף די וועלט, חוץ דער שוחט מיט אייך, ווייסן נישט פון דעם גאנצן שערורי'. וויל איך איר זאלט מיר געבן צו פארשטיין, זיצט דא א רבן של ישראל, א מנהיג פון א חשובע קהילה, א תלמוד חכם א גאון, א רב וואס ווערט פאררעכענט אלץ איינער פון די גרעסטע מתקנים אין עניני כשרות, און פארציילט מיט א גלייכגילטיקייט אז ער ווייסט שוין זייט חודש אלול פון דעם שוידערליכן פאסירונג, און ער איז געזיצן און געשוויגן ביז חצי חודש כסליו, און אפילו דעמאלטס האט ער אויך נישט פאררופן א עצרת הסברה אדער ארויסגעגעבן א בריוו מיט א בירור הלכה, נאר ער האט געדארפט צוקומען צו דעם אז ר' מאיר הירש זאל אים דערמאנען אז עס עקזעסטירט בכלל אזא נושא ווי כשרות ביי פלייש,
און בין הדברים ווארפט מען אריין אז אזא מעשה האט פאסירט. הישמע כזאת? ווען אין די זעלבע צייט איז ויאכלו ענוים וישבעו.
זייטס מיר מסביר וויאזוי איר האט געקענט שלאפן אפילו איין נאכט נאך יענעם טאג אין חודש אלול ווען איר זענט געוואויר געווארן אז עס ווערט געשחטן נבילה ממש אין א כשר'ע בית השחיטה אין ניו יארק? מיר פארשטייען אז איר האט געציהלט מער צו דעם חלק אז אייער יאטקע אין קרית יואל איז די מערסטע מהודר און אויסגעהאלטן וואס נאר שייך, אבער אלץ מנהיג פון א עדה אידן וואו נעמט איר
די אחריות צו לאזן אנדערע אידן נכשל ווערן מיט אזוינע הארבע עבירות?
איר האט אונז נישט פארציילט אין וועלכע בית השחיטה די געשיכטע האט זיך אפגעשפילט, אבער מיר פארשטייען אז עס רעדט זיך אין איינס פון די גאר היימישע דא אין ניו יארק. לאמיר זאגן אז די פאסירונג איז פארגעקומען אין וויינלאנד, פארוואס האט איר נישט אנגערופן דעם בעל המכשיר הרה"ג ר' הלל וויינבערגער שליט"א, וואס שטייט מיך אייך אין גוטע באצואינגען זיינעדיג דער בעל המכשיר פון אשת חיל, און אים אפירגעהאלטן אויף דעם שרעקליכן מכשול? און אזוי ווייטער אין אנדערע פלענטס ווי איר זענט נאנט
באפריינדעט מיט די בעל מכשירים און איר וואלט זיי געקענט אנרופן.
איר טוט אייך נאך אויף אז "אפילו דער בעל מכשיר אליינס האט אויך נישט געוויסט דערפון", וואו איז אייער אידיש געפיהל אפצושטעלן אזא שרעקליכע שערורי', וואס איז לשיטתכם נבלה ממש. נניח אז אייער ברודער ר' זלמן לייב האט ווען א בית השחיטה,
בס"ד
און דער מכשול פאסירט ווען ביי אים, פארשטייען מיר אז איר האט נישט צו וועם צו רעדן, אבער למעשה האט ער נישט אזאנס, איז נישטא קיין תירוץ שבעולם פארוואס דער בעל מכשיר האט פון אייך נישט געהערט דערוועגן.
ב) מע"כ האט אנגעהויבן מיט א הסבר אויף די שחיטה שיטת בית יוסף, וזל"ק::
"...ספרדים זענען מער מחמיר אין סירכות ווי אשכנזים. איז געווָארן די לעצטעּ פָאר יָאר איז צוגעקומען ַאזַא זַאך ווי פרומע ספרדים, קען זיין מיט ַא קליינע קַאּפעלע מיט ַא גרויסן פריזָאר", ָ אבערער איז ַא ספרדי, ַא שטָאלצער ספרדי, היינט גייט דָאך יעדע זַאך ַ אזוי ,"איך בין ַא ספרדי", איך בין מחמיר, די ספרדים זענען מער מחמיר ביי סירכות ווי אשכנזים."
"...איז געווָארן ַ אזוי אין די פלייש ביזנעס די לעצטעּ פָאר יָאר, צוויי דרגות אין פלייש, מ'הָאטעס ַא נָאמען געגעבן שחיטת בית יוסף, און נָאכדעם די ַאנדערע איז גלַאט כשר. די קליינע סירכות הייסט שחיטת בית יוסף, און די ברייטערע הייסט גלַאט כשר. די ספרדים זיי צָאלן מער ווייל דָאס איז דָאך זייער ספרדישע נַאציָאנַאליזם "און דער סוחר זוכט דָאך צו מַאכן געלט, און די ספרדים זָאגן געב אונז די קליינעּ פיצעלע סירכות, אונז צָאלמיר מעראון מ'לייגט ַארויף ַא זיגל שחיטת בית יוסף."
צום ערשט האט איר שארף ארויסגעטרעטן קעגן אחב"י בני עדות המזרח, וועלכע זענען באוואוסט מיטן היטן תורה ומצוות מיט א געוואלדיגער תמימות און ערליכקייט, און זיי אנגערופן בלשון גנאי ובזוי "מיט די קליינע טשאפיקעס" און א עדה אידן מיט זייערע מנהגים אנגערופן "נאציאנאליזים". עס איז מיר קיין חידוש נישט אז א מנהיג און רב בישראל קען אזוי רעדן, נאך וואס עס איז באקאנט די מערערע מאל וואס איר האט שוין פוער פה געווען קעגן גאוני וקדושי ארץ ווי אייער אייגענער פאטער כ"ק מרן רבינו בעל ברך משה זצוקלל"ה, כ"ק הגה"צ אבד"ק קאשוי זצ"ל, כ"ק הגה"צ אבד"ק מאנטיווידעא זצ"ל הגה"צ מפאלטיטשאן זצ"ל ולהבחל"ח כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מוויזניץ מאנסי שליט"א הגה"צ ר' יחזקאל ראטה מקארלסבורג שליט"א און נאך. אבער אראפצורייסן א גאנצע עדה אידן
מיט אזא פרעכהייט פאר ביזנעס צוועקן, דאס איז שוין יא געווען א חידוש.
די חסידישע אידן מיט ברייטע ביבער היטן האט מיר נישט מער ווי דערמאנט די אמאליגע פארווערטס צייטונג וואס פלעגט אויך נוצן אט דעם זינלאזן שפראך אראפצורייסן כל הקדוש לנו, אבער פאר אייך איז דאס מן הסתם דער רוטין דעריבער וועל איך מיר נישט אפשטעלן דערויף.
איך וועל מיך אפילו נישט אפשטעלן אויף אייערע ווערטער אז די מחלוקה צווישן רמ"א און בית יוסף איז א זאך וואס קיינער ווייסט דאס נישט, דאס איז א סוד אין די טרעי"ד. וזל"ק:
"דָאס איז דער מציאות, קיינער ווייסט עס נישט, דָאס איז ווי מ'זָאגט ַא סוד אין די טרעיד (ביזנעס). איך בין ַאריינגעקומען אין דעם ענין, כ'ה ָאב ָאנגעהויבן צו ט ָאן, כ'ה ָאב געה ַאלטן ס'איז נישט יושר."
ווייל איינער וואס האט געקענט זאגן אויף זיין אייגענע טאטע, אביו ורבו שלמדו תורה, אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון און געקענט זאגן אויף אזא גאון וצדיק ווי דער קאשויער רב זצ"ל עפרא לפומא, קען אויך אנרופן א מחלוקה צווישן די אבות ההלכה "א סוד אין די טרעי"ד", און א מחלקות הפוסקים אלץ נישט יושר, נאר ליבערש טון וויאזוי איר פארשטייט אז עס איז יושר, אפילו עס קומט
אויס היפך דעת תורה.
"למעשה קומט אויס ַ אזוי,די ספרדים מיט די קליינע קַאּפעלעך מיט די גרויסע טשָאּפיקעס, זיי הָאבן די ערשטע קלַאס פלייש, מיט די קליינעּ פיצעלע סירכות, און די חסידישע אידן מיט די ברייטע ביבער היטן, עסן די ברייטע סירכות.
אונז הָאמיר אויכעט, און דָאס ווָאס מ'הָאמיר געמַאכט דָאס איז שחיטת בית יוסף, כ'בין נישט קיין בית יוסף, "ס'שטייט נישט אין בית יוסף", איך מיין ס'איז ַאן ַאמעריק ַאנער המצאה ַא נ ָאמען צו געבן שחיטת בית יוסף."
איך וויל מיך ליבערשט באצוען צום חלק וואס האט מיר באמת באוויגן זיך אראפצוזעצן שרייבן דעם בריוו למע"כ הרמה. "עס שטייט נישט אין בית יוסף, עס איז א אמריקאנע המצאה" האט איר אויסגעשריגן מיט פאטאס, די ווערטער זענען מיר טיף אריינגעדרונגן אין הארץ, עס איז מיר געווען א דבר פלא מאוד וויאזוי גאנץ כלל ישראל זענען אזאכע עמי הארצים און ווערן פארפירט פון אמעריקאנע
לאזונגען און המצאות. אנקומענדיג צו מיר אין שטוב, האב איך אפירגענומען דעם שו"ע און אויפגעמישט יורה דעה חלק א' (סימן ל"ט סעיף י"ג) און צו מיין ערשטוינונג זע איך דארט א בפירוש'ע בית יוסף וואס שרייבט וזה לשונו: "כל מקום שאסרו סרוכת הריאה אין הפרש כין שתהא הסירכא דקה כחוט השערה בין שתהא עבה וחזקה ורחבה כגודל ולא כאותם שממעכם ביד ואם נתמעכה תולים להקל וכל הנוהג כן כאלו מאכיל טרפות לישראל". אפאר סעיפים שפעטער שרייבט דער הייליגער רמ"א: "ויש מתירין למשמש בסרכות ולמעך בהם ואומרים שסרכא אם ימעך אדם בה כל היום לא תתנתק ולכן כל מקום שיתמעך תולין להקל ואומרים שאינו סרכא אלא ריר בעלמא
ואע"פ שהוא קולא גדולה כבר נהגו כל בני מדינות אלו ואין למחות כילם מאחר שיש להם על מה שיסמכו." עד כאן.
תמצית הנוגע לענינינו: דער דין לגבי סרכות איז אז זיי זענען אסור אפילו גאר א קליינע, אזוי ווי א שפין וועבעכץ - ווי איר האט האט דאס אנגערופן - כש"כ א סירכה אזוי גרויס ווי סקאטש טעיפ און שטארק ווי גלאו. און אויף דעם זאגט דער הייליגער רמ"א, אז מיר - די אשכנזים מיט ברייטע ביבער הוטן - זענען זיך נוהג אז א קליינע סירכא מעג מען יא ממעך זיין ביד, און אויב גייט אוועק די סירכא איז
עס כשר, ווייל אויב וואלט געווען דארט א אמת'ע סירכא וואלט דאס נישט צוגאנגען ווען מ'איז ממעך ביד.
קודם כל זעהן מיר קלאר אז דאס איז גארנישט אזא המצאה, דאס איז א בפירושע הלכה און שו"ע וואס הונדערטער הלכה תשובות זענען שוין געשריבן געווארן דערויף און איר האט דאס פארזען און אוועקגעמאכט במחי יד.
יעצט וויל איך אביסל אויסשמועסן מיינע ווערטער אז אפילו די בעלי בתים - אזוי ווי מיר, וואס האבן קוים געזען א לעבעדיגע בהמה פאר זייערע אויגן - זאלן פארשטיין;
אין שולחן ערוך איז דא א מחלוקה פונעם רמ"א און בית יוסף לגבי סירכות וואס ווערן געפונען ביי די לונג פון א בהמה. דער בית יוסף האלט אז א סירכא, אפילו גאר א שוואכע, טרפ'ט די בהמה. אבער דאס איז נאר ביי געוויסע פלעצער פונעם לונג, אנדערע פלעצער איז בכלל נישטא קיין פראבלעם פון קיין סירכות. ווייטער שיטת הרמ"א איז, וואס ווי באקאנט זענען מיר די בני אשכנז יוצאים ביד רמ"א, מיר נעמען פסקן אזוי ווי אים, אז קליינע סרכות מעג מען ממעך זיין ביד, אבער דער דין פון סירכות גייט אן אויפן גאנצן לונג. קומט אויס אזוי, אויב א אשכנזי וועט עסן א שטיקל פלייש ביי א ספרדי מיט א טשאפיקע און קליין קאפעלע, וועט ער דאך לכאורה מיינען, און אזוי וועט אויך אויסקומען לשיטתכם, אז ער איז גאר א מחמיר. דער אמת איז אבער פונקט פארקערט, ווייל עס קען זיין אז דער בהמה
האט געהאט א סירכה אויפן פלאץ ווי לשיטת בית יוסף דארף מען נישט דארט בודק זיין, אבער לשיטת הרמ"א איז דאס טריפה ממש!
איז אפשר זענט איר מיר מסביר וויאזוי וואגט זיך א רב בישראל זיך אויפצושטעלן פאר א ציבור פון הונדערטער חסידישע אידן און זיי מכשיל זיין מיט נבילה וטריפה? פון וואו נעמט איר דעם היתר, אויב נישט פון אייער טאש, אז א אשכנזישער איד מעג עסן בית יוסף פלייש?
זאת ועוד, צום סוף פון אייער דרשה טוט איר זיך נאך אויף אז אייער שחיטה אין טעקסעס איז ריין שחיטת בית יוסף, נאר איר ווילט דאס נישט אזוי רופן ווייל איר לאזט אייך נישט פון די אמעריקאנע גאס מיט זייערע המצאות. עס איז דאך א פחד איום ונורא, אויב איז אייער פלייש טאקע שחיטת בית יוסף, טארן מיר נישט עסן אייער פלייש, טאקע נאר די מחמירים מיט די ספרדישע נאצינאליזים זיי מעגן
דאס עסן, פאר אונז קען אויסקומען אז עס זאל זיין טריפה דאוריתא!
"ס'איז געווען יענע ווָאך איז ביי מירגעוועןַ א רב פון די או. יו., ער איז געווען ביי דער שחיטה אין טעקסַאס, זָאגט ער מיר פַארווָאס רוף איך נישט אונזער שחיטה, שחיטת בית יוסף, כ'וועלעס זָאגן גַאנץ קורץ, "דָאס ווָאס איז ערגעץ ַאנדערש בית יוסף ד ָאס איז אונזער שחיטה."
ליידער איז דער רב פון OU וואס איז געווען ביי אייך די פאריגע וואך הייליג גערעכט, אייער שחיטה איז ריין שחיטת בית יוסף, און מיר חסידישע אידן טארן דאס נישט עסן!
איך האף אז איר וועט מיר ענטפערן אויף מיינע ספיקות און שאלות ביי די ערשטע געלעגנהייט וואו איר וועט רעדן צו חסידישע אידן. וילמדו תועים בינה.
באתי על החתום יום ו' ערש"ק פרשת ראה את שלום הצאן וכו' את אחי אנכי מבקש הגידה נא לי איפה הם רועים (וישב) – עקב יום ההצלה והשחרור של איתן אדונינו מרן רביהקוה"ט זיעועכי"א תשע"א לפ"ק
הק' י. ח. וו. פה ברוקלין.