דער יפו'ער צו וויינט זיך ביי ר' עזריאל'ס דרשה כ"א כסליו און י-ם
דער יפו'ער ר' חיים הערש האט זיך שטארק צו וויינט ווען ר' עזריאל גליק דער הולך לב"ג"ץ האט ביי זיין דרשה כ"א כסליו ביי די זאלי'ס געזאגט אז ער פילט (דער רבי איז דאך אוועק און זיינע הענט...) אז דער רבי געפונט זי דא און זאל... דער יפו'ער האט אויסגעברויכן מיט א געוויין (???) ווען די גאנצע אויבן אן מרן גאב"ד י-ם מיט די רבנים האבן זיך אינטערגעאלטן און די זייטן....
נשלח ב-28/11/2010 05:46
די גאב״ד האט זיך ממש געהאלטן ביי די זייטן?
נשלח ב-28/11/2010 12:44
ער האט געהאלטן ביי די זייט'ן פונ'ם יפו'ער צדיק אז ער זאל נישט אראפ פאלן מרוב התרגשות אז ער האט געזען בהקיץ ווי דער רבי בעל ''דברי יואל'' זצוקלה''ה איז דארט און שאקלט צו מיט'ן קאפ אויף די געבעקס פונם געטרייער גבאי .
נשלח ב-28/11/2010 14:02
וואס איז טאקע פשט וואס איך הער אז דער גאב"ד איז געזעצן דארט די גאנצע צייט פון עזריאל'ס דרשה ?
נשלח ב-28/11/2010 17:25
וואס איז ז פשט אז מ'ברענגט פון אמעריקא א 85 יעריגע נואם הכבוד אין מ'קרוינט אים פאר רשכבה''ג און ''רוב רבנים'' האבען ''נישט'' געזעהן פאר וויכטיג צו בלייבן ביי זיין דרשה?
נשלח ב-28/11/2010 21:28
דער חשוב'ער גבאי האט דערציילט פון זיינע זכרונות וויאזוי האט אויסגעזעהן די התרוממות רוח פון כ''א כסלו אין אלטען היים פאר די קריג .
נשלח ב-28/11/2010 23:19
דער אלטער עזריאל האט גוט געלערנט בלק פאר די ירושלימ'ער זאליס ער האט זיי שטארק אנטוישט
ער האט זיך געהיטן פון צו דערמאנען א ווארט פאליטיק און בטעות נישט קיין גוט ווארט אויף ר' זלמן לייב'ן
ער איז געפארן בלאקירט מיט זיינע קינדער ארום וואס לאזן נישט ציען פון איהם קיין שלעכט ווארט...
יש דורשים לשבח אז עזריאל האט באשלאסן אפצולאזן גענצליך די גאנצע שמוץ ער איז דאס שוין אויסגעוואקסן
בתוך תוכו וויל ער ענדיגן שיין אזויווי שמעון ווייס האט באחרית ימיו איבערגעגעבן זיינע שעירס פאר די ריכטיגע הענט
ער מאכט זיך א חשבון אז ס'איז איהם בעסער אז דער רבי ז"ל זאל איהם אויפנעמען אויבן מיט א שמייכל און נישט...
נשלח ב-29/11/2010 00:39
דער זון קוקט שוין אויס צו זיין אזא גיטע עקטער ווי די טאטע... ער שטייגט שוין איבער יעקב בער
אין ער שעמט זיך נישט צו אנאנסירן אז חוץ די 2 רבנים האט קיין שום רב נישט געפילט פאר וויכטיג צו בלייבן ביי זיין דרשה (די גאנצע ביד''ץ מיט אלע רבנים גייען צו ''ביידע'' סעודות הודאה'ס אין ירושלים) דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי האבען באהאנגען אלע ירושלימע גאסען מיט יעדן'ס לעטערהעד מיט ברוכים הבאים סייןס אין געמאכט א קבלת פנים אין זייער שול דאנערטוג בעפאר מיט א אלע קינדערישע מצבים אין שטוק חוץ 2 רבנים וואס פראבירן זיך צו האלטן נייטראל אין האבען נישט געוואלט טשעפן מיט עזריאל, איז קיינער נישט געבליבן וואט א סוקסעס...