דעם ליידיגן צענטער פון זאל ביי די אהרוינים, קינדער העלפן אנפילן די טישן.
זאלוינים = רבבות!
תוקן על ידי פריש ב- 28/11/2010 19:53:23
נשלח ב-28/11/2010 20:13
JNET!
נשלח ב-28/11/2010 22:03
יונה'ס ניקס האבן געמאכט א לעבן אין בחדרי ביז איך האב געקאפיט דעם אשכול אהין און אלע ניקס זענען מיסטריעז איינגעשלאפן.
נשלח ב-28/11/2010 22:14
א אהרוני זאגט מיר אין טאלק, אז די סיבה וואס דער קליפ איז ליידיגלעך איז ווייל ר' אהרן איז אריין געקומען גאר פרי. האלב צען.
סאיז דא נאך קליפס אויסער דער קליפ?
נשלח ב-28/11/2010 22:20
נפל, דזשאב וועל דאן אין בחדרי חרדים פארום.
נשלח ב-28/11/2010 22:54
וואס האב איך געשריבן? ארוינים = תירוצים!
תירוץ נומער 1
אומזיסט כתב:
די סיבה וואס דער קליפ איז ליידיגלעך איז ווייל ר' אהרן איז אריין געקומען גאר פרי. האלב צען.
גאנץ שוואך ווייל האלב צען איז כמעט 4 שעה נאכן זמן מוצאי!
פראביר בעסער.
נשלח ב-29/11/2010 00:05
פריידס ענק מיט חלשות ניין סאטמאר רבי שליט''א ווארט נישט אין קאר אדער אינדערהיים ביז ווען די זאל ווערט פיל אז די קליפ זאל קלאפן ביי חסדי ד', ווען ער קומט אריין ער קומט דירעקט אריין פרי 'יערליך' צו האלטן די סדר המעמד אינצייט ס'זאל נישט ווערן צו שטארק פארשלעפט נאכדערצו היי יאר ווען דער עולם איז אנגעקומען שפעטליך ווייל די ברייטע טראספארטעישאן האט נישט געקענט נאכקומען אזא ציבור בליעה''ר אין פאקט האט אביסל שפעטער ממש נישט געקענט ארייינקומען אין זעלט ריזיגען זאל, טראץ וואס דער פאלאסקי קאפלעקס איז געווען אויסגעשטעלט מיט די מאקומאם בענק אין בענקלעך אין מ'האט ציגעלייגט בשעת די מסיבה א ריזיגע מספר בענקליך איז דער עולם געשטאנען ביז אינדרויסן טרייסט ענק ווייטער מיט חלשות.
נשלח ב-29/11/2010 00:12
פין אישי אין פאקט איז מהרז''ל אריינגעקומען אזוי שפעט ווי האלב עלף בערך ד''מ כמעט א שעה שפעטער ווי מהר''א דאס איז נאכדעם וואס ווי דערמאנט האבען נאך טויזענטער ארוינים געווארט אויף טראספארטעישאן
נשלח ב-29/11/2010 00:31
אינטערסאנט אז די זאליס האבן געהאט א גרעסערע עולם ווי ענק, און טראצדעם האט די טראנספארטאציע געקלאפט.
ענק האבן געהאט א קלענער עולם (די תירוץ איז טראספארטאציע) מיט שיפן און באסעס כרצון איש ואיש און מיטדעם אלעם האבן ענק נישט געקענט אהערשטעלן אזא עולם ווי די קליינע זאלי פארטיי...
------
פריש, נאדיר תירוץ נומער 2
די טראנספארטאציע האט נישט געקלאפט...
נשלח ב-29/11/2010 06:10
דער אשכול איז גיט געווען פון תענית אסתר ביז פורים, ווילאנג מ'האט מדמה געווען ר' זלמן לייב'ס פיק עולם מיט ר' אהרן'ס פריע עולם,
אבער היות אונזער חבר "קליפ" האט מומענטאל ארויפגעשטעלט א פרישע קליפ ווי מ'זעהט אז שפעטער ביים סיום מס' סוטה איז געווען די פיק פון ר' אהרן און מ'זעהט קלאר אז מ'איז געזעצן ציקוועטשט ווי די סארדינס, קען מען שוין ריטייערן דעם גאנצן אשכול אין אהיים שיקן די קליינע קינדערלעך שלאפן, א גוטע נאכט
לפע"ד איז די גאנצע דעבאטע ממילא קינדיש און זינלאז, ווייל איך האלט ס'ממש נישט מעגליך צו מבחין זיין צווישן א ציבור פון 5,000 מענטשן אין 5.500 מענטשן, ביידע זעהן אויס די זעלבע, א גרויסע שטח אנגעפילט מיט מענטשן, און אויב ס'געווען א חילוק איז עס מאקסימום געווען 500 מענטשן
וואס איך זעה יא אז ר' אהרן'ס פלאץ איז געווען גרעסער, אבער עס מיינט לגמרי נישט אז ער האט געהאט מער, און אויך ר' זלמן לייב'ס איז סך שענער אהערגעשטעלט, סאך פראקטישער, די זינגען און מוזיק איז זייער שיין,
ביי ר' אהרן האבן ביי די פיק אגרויסע פראצענט נישט געהאט ווי צו זיצן, געווענדליך האט עס מער מיט די פאצערישקייט וויזוי ס'אויסגעשטעלט און אומאויסגערעכנט ווי צו שטעלן די טישן בענקלעך וכדומה, נישט ווייל ס'געווען עפעס מער מענטשן ווי פאריאר, פארוואס זאל זיין מער מענטשן ווי פאריאר? זענען מענטשן עפעס קלוגער געווארן די יאר?
נשלח ב-29/11/2010 07:53
דער אשכול איז נאך אקטועל אפילו די וואלסט געוואלט רעדן פון עפעס אנדערש נאר נישט פון דעם,
דער מציאות איז אז טראץ די מסיבה משולשת פון שבע ברכות פון דעם סוטה אינאיינעם מיט די הצלה פון 22 טויזענט קינדער, און טראץ די גרויסע פאמפע פון די שיפלעך מיט די הבדלות אויף אלע לייט פאולס אין גאנץ ניו יארק מעטראפליטען האט זיך נישט צונויפגעזאמעלט קיין רבבותינו, און ווידער אפאר גאסן אראויף צוה איז געווען א גרעסערער עולם אן קיין שיפן אן קיין פאמבע אן קיין שבע ברכות אן קיין סוטה אן קיין רעטאריק ווי שחיטה און מאנהעטן קינדער אן קיין עקספעקטעשאנס פון דימאגאגישע בעבישע רעדעס, דאס איז שלעכטע נייעס פאר ענק,
נשלח ב-29/11/2010 08:34
פאר סאם ריזען, איז אפילו דער קליפ ווי מען זעט קעיה"ר דעם סארדינען ציבור, קאנצעטרירט זיך בעיקר אויפן חזן...
די סארדינען זעט זיך זייער אן ביי איין חלק זאל, ממש א שאד די עסקנים האבן נישט געקענט מער אויסשפרייטן דעם עולם אויף א וועג אז יעדער זאל זיין אייניג באקוועם.
איך בין געווען אפוועזענד אפאר שעה און איך פארליר שוין באלד קאנטראל אויף די תירוצים וואס וואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן.
נשלח ב-29/11/2010 21:25
די תירוצים טוישן נישט די פאקט אז די זאליס האבן געהאט א גרעסערע עולם, ס'איז בלויז גוט אויף צו בארוהיגן די אייגענע קלעבער וועם מען פאמפעט שוין יארן אז איך בין גרויס און יענער האט קוים מנין דערווייל שמייסט אין פנים די מציאות אז יענער איז גאר גרעסער ווי דיר.
תירוץ נומער 4
rebyankel כתב:
אין פאקט איז מהרז''ל אריינגעקומען אזוי שפעט ווי האלב עלף בערך
ד''מ כמעט א שעה שפעטער ווי מהר''א
דאס איז נאכדעם וואס ווי דערמאנט האבען נאך טויזענטער ארוינים געווארט אויף טראספארטעישאן