בית פורומים אידישע געדאנק

כ"א כסלו: זאלוינים = רבבות, ארוינים = תירוצים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/11/2010 19:51 לינק ישיר 
כ"א כסלו: זאלוינים = רבבות, ארוינים = תירוצים

דעם ליידיגן צענטער פון זאל ביי די אהרוינים, קינדער העלפן אנפילן די טישן.



זאלוינים = רבבות!



תוקן על ידי פריש ב- 28/11/2010 19:53:23




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2010 20:13 לינק ישיר 

JNET!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2010 22:03 לינק ישיר 

יונה'ס ניקס האבן געמאכט א לעבן אין בחדרי ביז איך האב געקאפיט דעם אשכול אהין און אלע ניקס זענען מיסטריעז איינגעשלאפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2010 22:14 לינק ישיר 

א אהרוני זאגט מיר אין טאלק, אז די סיבה וואס דער קליפ איז ליידיגלעך איז ווייל ר' אהרן איז אריין געקומען גאר פרי. האלב צען.

סאיז דא נאך קליפס אויסער דער קליפ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2010 22:20 לינק ישיר 

נפל, דזשאב וועל דאן אין בחדרי חרדים פארום.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2010 22:54 לינק ישיר 

וואס האב איך געשריבן? ארוינים = תירוצים!

תירוץ נומער 1

אומזיסט כתב:
די סיבה וואס דער קליפ איז ליידיגלעך איז ווייל ר' אהרן איז אריין געקומען גאר פרי. האלב צען.



גאנץ שוואך ווייל האלב צען איז כמעט 4 שעה נאכן זמן מוצאי!

פראביר בעסער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 00:05 לינק ישיר 

פריידס ענק מיט חלשות
ניין סאטמאר רבי שליט''א ווארט נישט אין קאר אדער אינדערהיים ביז ווען די זאל ווערט פיל אז די קליפ זאל קלאפן ביי חסדי ד', ווען ער קומט אריין
ער קומט דירעקט אריין פרי 'יערליך' צו האלטן די סדר המעמד אינצייט ס'זאל נישט ווערן צו שטארק פארשלעפט
נאכדערצו היי יאר ווען דער עולם איז אנגעקומען שפעטליך ווייל די ברייטע טראספארטעישאן האט נישט געקענט נאכקומען אזא ציבור בליעה''ר
אין פאקט האט אביסל שפעטער ממש נישט געקענט ארייינקומען אין זעלט ריזיגען זאל,
טראץ וואס דער פאלאסקי קאפלעקס איז געווען אויסגעשטעלט מיט די מאקומאם בענק אין בענקלעך אין מ'האט ציגעלייגט בשעת די מסיבה א ריזיגע מספר בענקליך איז דער עולם געשטאנען ביז אינדרויסן
טרייסט ענק ווייטער מיט חלשות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 00:12 לינק ישיר 

פין אישי
אין פאקט איז מהרז''ל אריינגעקומען אזוי שפעט ווי האלב עלף בערך
ד''מ כמעט א שעה שפעטער ווי מהר''א
דאס איז נאכדעם וואס ווי דערמאנט האבען נאך טויזענטער ארוינים געווארט אויף טראספארטעישאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 00:31 לינק ישיר 

אינטערסאנט אז די זאליס האבן געהאט א גרעסערע עולם ווי ענק, און טראצדעם האט די טראנספארטאציע געקלאפט.

ענק האבן געהאט א קלענער עולם (די תירוץ איז טראספארטאציע) מיט שיפן און באסעס כרצון איש ואיש און מיטדעם אלעם האבן ענק נישט געקענט אהערשטעלן אזא עולם ווי די קליינע זאלי פארטיי...

------

פריש, נאדיר תירוץ נומער 2

די טראנספארטאציע האט נישט געקלאפט...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 06:10 לינק ישיר 

דער אשכול איז גיט געווען פון תענית אסתר ביז פורים, ווילאנג מ'האט מדמה געווען ר' זלמן לייב'ס פיק עולם מיט ר' אהרן'ס פריע עולם,

אבער היות אונזער חבר "קליפ" האט מומענטאל ארויפגעשטעלט א פרישע קליפ ווי מ'זעהט אז שפעטער ביים סיום מס' סוטה איז געווען די פיק פון ר' אהרן און מ'זעהט קלאר אז מ'איז געזעצן ציקוועטשט ווי די סארדינס, קען מען שוין ריטייערן דעם גאנצן אשכול אין אהיים שיקן די קליינע קינדערלעך שלאפן, א גוטע נאכט

לפע"ד איז די גאנצע דעבאטע ממילא קינדיש און זינלאז, ווייל איך האלט ס'ממש נישט מעגליך צו מבחין זיין צווישן א ציבור פון 5,000 מענטשן אין 5.500 מענטשן, ביידע זעהן אויס די זעלבע, א גרויסע שטח אנגעפילט מיט מענטשן, און אויב ס'געווען א חילוק איז עס מאקסימום געווען 500 מענטשן

וואס איך זעה יא אז ר' אהרן'ס פלאץ איז געווען גרעסער, אבער עס מיינט לגמרי נישט אז ער האט געהאט מער, און אויך ר' זלמן לייב'ס איז סך שענער אהערגעשטעלט, סאך פראקטישער, די זינגען און מוזיק איז זייער שיין,

ביי ר' אהרן האבן ביי די פיק אגרויסע פראצענט נישט געהאט ווי צו זיצן, געווענדליך האט עס מער מיט די פאצערישקייט וויזוי ס'אויסגעשטעלט און אומאויסגערעכנט ווי צו שטעלן די טישן בענקלעך וכדומה, נישט ווייל ס'געווען עפעס מער מענטשן ווי פאריאר, פארוואס זאל זיין מער מענטשן ווי פאריאר? זענען מענטשן עפעס קלוגער געווארן די יאר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 07:53 לינק ישיר 

דער אשכול איז נאך אקטועל אפילו די וואלסט געוואלט רעדן פון עפעס אנדערש נאר נישט פון דעם,

דער מציאות איז אז טראץ די מסיבה משולשת פון שבע ברכות פון דעם סוטה אינאיינעם מיט די הצלה פון 22 טויזענט קינדער, און טראץ די גרויסע פאמפע פון די שיפלעך מיט די הבדלות אויף אלע לייט פאולס אין גאנץ ניו יארק מעטראפליטען האט זיך נישט צונויפגעזאמעלט קיין רבבותינו, און ווידער אפאר גאסן אראויף צוה איז געווען א גרעסערער עולם אן קיין שיפן אן קיין פאמבע אן קיין שבע ברכות אן קיין סוטה אן קיין רעטאריק ווי שחיטה און מאנהעטן קינדער אן קיין עקספעקטעשאנס פון דימאגאגישע בעבישע רעדעס, דאס איז שלעכטע נייעס פאר ענק,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 08:34 לינק ישיר 

פאר סאם ריזען, איז אפילו דער קליפ ווי מען זעט קעיה"ר דעם סארדינען ציבור, קאנצעטרירט זיך בעיקר אויפן חזן...

די סארדינען זעט זיך זייער אן ביי איין חלק זאל, ממש א שאד די עסקנים האבן נישט געקענט מער אויסשפרייטן דעם עולם אויף א וועג אז יעדער זאל זיין אייניג באקוועם.

און אגב, פילייכט ברענגט איינער א בילד / קליפ פון די הונדערטער וואס שטייען און ווארטן איבער א שעה אויף פלאץ, און די הונדערטער וואס דרייען זיך ספאנטעניוסלי אויס צוריק און גייען אהיים. - וואס אגב, איז דאס שנוי בממחלוקת צווישן פייוובארא, מיט געגאנגען. וויאזוי זאגט מען אין אזא פאל? למ"ב...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 18:43 לינק ישיר 

די אמת איז אז די שיפן איז געווען א אנזעץ און נאר וועגן דעם האבן זיך שווערע הונדערטער אפגעהאלטן פון קומען. אלע נייטראלע זענען היי יאר געגאנגען צו די זאליס ווייל נארמאל זיכט נישט א מענטש זיך צו וואלגערן א גאנצע שעה פאר גארנישט. קודם נעמען א באס ביז צום פארט, נאכדעם שטיין אין די קעלט ווארטן אויף א שיף נאכדעם שפאצירן 4 גאסן ביז צום זאל און נאכדעם בלייבן פארשפארט ווייל מען האט קיינעם נישט גאלזט צוריקפארן מיט די שיפן, די שיפן זענען צוריק געפארן גענצליך ליידיג, למעשה האט דאס בעקפייערד ווייל קיינער וויל נישט מען זאל אים צווינגען צו זיצן לענגער ווי ער וויל. מען האט אויסגערופן אז די שיפן וועלן צוריק טראגן דעם עולם נאך דעם רבינס דרשה.

פארדעם זענען אלע נייטראלען געגאנגען צו די זאליס ווייל מען זעצט זיך ארויף אויף א באס מען פארט 10-15 מינוט מען קומט אן צום טיר פון זאל און מען נעמט א באס אויף צוריק סיי ווען מען וויל מען איז נישט געצווינגען צוריק צו פארן מיט א קאר סערוויס אויב וויל מען צוריק גיין פארן רבינס דרשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2010 21:20 לינק ישיר 

איך בין געווען אפוועזענד אפאר שעה און איך פארליר שוין באלד קאנטראל אויף די תירוצים וואס וואקסן ווי שוואמען נאך א רעגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 21:25 לינק ישיר 

די תירוצים טוישן נישט די פאקט אז די זאליס האבן געהאט א גרעסערע עולם, ס'איז בלויז גוט אויף צו בארוהיגן די אייגענע קלעבער וועם מען פאמפעט שוין יארן אז איך בין גרויס און יענער האט קוים מנין דערווייל שמייסט אין פנים די מציאות אז יענער איז גאר גרעסער ווי דיר.

תירוץ נומער 4


rebyankel כתב:

אין פאקט איז מהרז''ל אריינגעקומען אזוי שפעט ווי האלב עלף בערך
ד''מ כמעט א שעה שפעטער ווי מהר''א
דאס איז נאכדעם וואס ווי דערמאנט האבען נאך טויזענטער ארוינים געווארט אויף טראספארטעישאן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2010 21:29 לינק ישיר 

תירוצים נומער 5,6,7 און 8

סקאטמאלען כתב:
ביידע זעהן אויס די זעלבע, א גרויסע שטח אנגעפילט מיט מענטשן, און אויב ס'געווען א חילוק איז עס מאקסימום געווען 500 מענטשן

ר' אהרן'ס פלאץ איז געווען גרעסער

אגרויסע פראצענט נישט געהאט ווי צו זיצן, געווענדליך האט עס מער מיט די פאצערישקייט וויזוי ס'אויסגעשטעלט און אומאויסגערעכנט ווי צו שטעלן די טישן בענקלעך וכדומה


חברה באלד וועלן מיר האבן מער תירוצים אויפן "בית יוסף בדורינו" ווי אויפן באקאנטן "חנוכה בית יוסף" קשיא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > כ"א כסלו: זאלוינים = רבבות, ארוינים = תירוצים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext