| נשלח ב-30/11/2010 18:20 |
|
| |
רעקאמעדאציע:
פאר איר הייבט אן צו ליינען דעם ביכל איז ראטזאם צו וויסן אז דער ביכל איז געאייגנט נאר פאר א געשוואוירענע אהרוני וואס זיין ציל איז בלויז צו הייבן די מאראל און זיך גוט שפירן אז זיי האבן אבאנטש בילדינגס אין אבאנטש קינדער, זיי שרייבן מפורש אז די אהרונים קהלה איז א המשך צו די רבנות אין ארשיווע, ממש! און דער אהרוני ליינט עס מיט פארגלייזטע אויגן אזש מ'שפירט ממש אז ר' זלמן לייב עקזיסטירט נישט! ס'ממש גארנישט מעגליך אזא מין מציאות אז אפשר איז די זאלי קהלה גאר די המשך צו די רבנות אין ארשיווע, בקיצור מ'ווערט גארנישט קלוגער פון דעם ביכל, קיין שום פרישע ידיעות, גארנישט, סתם בייבישע פראפגאנדע, בלאט/איד מעשיות.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 18:57 |
|
| |
סקאט, געווענדליך שרייבסטו גאנץ צו דערזאך, אבער דא פארסטו אוועק פון די רעסלען, דאס ביכל איז א המשך פון די אהרונישע פאליסי צו קיקן פאראויס און שרייבן פאזיטיוו, קיינער וואס ליינט דאס טראכט נישט אז ר' זלמן לייב עקזיסטירט נישט, ווייל,... ווער עס ליינט דאס טראכט בכלל נישט פון ר' זלמן לייב, מיינסט אז פרייטיג צו נאכטס ביי די ריקודין של מצוה אין הופפער האט עמעצער געטראכט אז ר' זלמן לייב האט דאס נישט? האט בכלל עמעצער געטראכט פון ר' זלמן לייב?, די הצלחה פון די אהרונים איז דייקא מפורש נאר פון זיך בויען און נישט פון טראכטן פון צד השני, איז דאס ביכל אנדערשט פון סיי וואס א ביכל פון א מוסד אדער ארגאניזאציע?, יעדער מוסד וואס גיט ארויס א חוברת פון זייערע מוסדות איז געשריבן אויף דעם פארמאט, און דיין קריטיסיזאם איז לגמרי שלא בדרא.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 19:21 |
|
| |
משה'לע, זעהט אויס מ'זעמיר פון אנאנדערן טייג געקנאטן, איך פערזענליך האב נישט קיין טעיסט אין די אלע אימפעריע, מלכות, בילדינגס, רבבות, סלאגאנען, איך פלעג אמאל עקסייטעד ווערן דערפין, אבער איך פלעג אויך אמאל עקסייטעד ווערן פון לאלי פאפס מיט קארעלעך, איך ווער לגמרי נישט באנומען פון בנינים אדער מספר פון קינדער, דער הייליגער ר"ר מיילך איז פארהייליגט ביי כלל ישראל טראץ וואס ער האט נישט קיין מלכות קיין מוסדות, קיין 8 שטאקיגע פארענטשעס, מיטאמאל אין זיין אייגן שטאט איז ער נישט געווען רב, כידוע איז אין ליזענסק געווען א שטאטס רב, מיינע קינדער שיק איך נישט אין קיין איינע פון די מוסדות, איך גיי נישט צו קיין איינע פון די רבי'ס, נישט ווייל איך האב חלילה עפעס קעגן זיי, נאר איך שפיר נישט אז מיין שורש נשמה זאל ציען צו די סאטמארע רבי'ס, וואס זאל איך טאן, איך בין א גרויסער חסיד פון די סאטמאר רבי זצ"ל ושיטתו, אבער די היינטיגע רבי'ס ציעט מיר עפעס נישט, קען זיין איך בין נאך נישט צוגעקומען צו די ריכטיגע הכרה, אבער לע"ע ציעט מיר נישט, נישט די רבי'ס אין נישט די בילדינגס
ממילא ווען איך זעה אזא סארט קונטרס קוק איך עס אן מיט מיינע סארט ברילן, און איך מיין קיינעם צו טשעפען,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 21:16 |
|
| |
סקאט, א רחמנות אויף דיר, דו האסט נישט קיין סיפוק, לאליס נישט!, רבי'ס נישט!, טישן נישט!, וואס גלייכסטו? בעיסבאל?, היידפארק?, שיינע מאוויס?, מיוזיק?, וואס פאר א סיפוק האסטו אין לעבן?, לאמיך געסן, דו ביסט מן הסתם א יואלי, וואס האט דעם רבי זכותו יגן עלינו קיינמאל נישט געקענט, ווייל די וואס האבן עם געקענט און זיך געווייקט ביי עם, זענען אדער שונאים גמורים פאר אונזער רבי שליט''א, (בני יואל בלע''ז ווי מען רופט זיי דעם רביזיכרונעלבראכע מענטשן) אדער חסידים פון רבינו שליט''א, (פון די זאליס רעד איך נישט, ווייל זיי זענען סתם פוסט און גייען נעבעך אויס פאר קנאה, נאר דריבער שרייען זיי אז זיי דארפן נישט קיין רבי, אוודאי!, אזא רבי ווי זיי האבן דארפן זיי נישט, און אזא רבי ווי מיר האבן, האבן זיי נישט), על כל פנים, ווארימע חסידים וואס ווילן און האבן א רבי, האבן א געוואלדיגן סיפוק, און אלעס אויף א פאזיטיוון אויפן, מען שעפט נחת פון א שיינעם דרוש, א הערליכן טיש, א ווארימע נגינה, שיינע הארציגע תפילות, א חנוכה ליכט צינדען, א פורים טיש, מען קוועלט און מען האט הנאה, ווען מען האט פארלוירן דעם הייליגן דברי יואל זי''ע, האט מען זיך מתנחם געווען און מסתופף געווען בצלו פון הייליגן ברך משה זי''ע, און ווען ער איז געגאנגען לגנזי מרומים, זענען מיר ווייטער ממשיך בדרכי רבותינו מיט זיך מסתופף זיין בצל כ''ק רבינו שליט''א, אזוי פירט זיך די וועלט, א בעש''ט, דער הייליגער מגיד, רבי אלימלך, דער חוזה, זכותם יגן עלינו, און אזוי ווייטער, די וועלט שטעלט זיך נישט, איך פיל דיין ווייטאג, א ליידיגן געפיל, ווי א ברעסלעווער אן א רבי, אדער ווי א ליבאוויטשער מיט א טויטן רבי, ווי דו שרייבסט "וואס זאל איך טאן, איך בין א גרויסער חסיד פון די סאטמאר רבי זצ"ל ושיטתו, אבער די היינטיגע רבי'ס ציעט מיר עפעס נישט", וויאזוי זאגט מען אויף ענגליש, איי פיל יור פעין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 21:33 |
|
| |
גערעכטער, פיין געשריבן, נאדיר א 
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 21:43 |
|
| |
איך פארשטיי נישט פארוואס מ'רייסט אראפ סקאט'ן פאר'ן זאגן זיין מיינונג, אנדערש וואו די זעהסט עס. סאו וואט.
איך פארשטיי סקאט זייער נארמאל. ער ווער נישט עקסיידעט פון פארענטשעס, לעלוס אדער מאטארקאדע. איז וואס. ער רעדט זייער ציערזאך און מ'מוז עס נישט אראפרייסן.
דער אמת איז אז דאס ביכל איז טאקע זייער א געלוגענע ארבעט, אבער עס איז דאך נישט פאר יעדן איינעם.
עס זענען פאראן מענטשן וועלכע קומען צו כ"א כסלו נאר צו הערן דעם רבינ'ס דרשה. עס זענען פאראן מענטשן וועלכע קומען נאר זיך צו טרעפן מיט חברים און גוטע פריינט פון אמאל. פאראן אזעלכע וועלכע קומען ווייל מ'קען נישט בלייבן אינדערהיים כ"א כסלו. עס זענען פאראן אזעלכע (מסתם נישט קיין סאך) וועלכע קומען ווייל זיי פרייען זיך עכט מיט'ן רבינ'ס הצלה. און אנדערע קומען אז עס זאל אסאך מענטשן...
ממילא איז זייער נארמאל פון סקאט צו עקספרעסן זיין מיינונג, אז ער לאכט פונעם ביכל, און ס'איז העכסט ערווארטעט אז צווישן א גרויסע מאסע מענטשן, איז פאראן אלערליי מיינונגען,
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 22:09 |
|
| |
דו מאלסט מיך דא אפ ווי א פאלנער בני יואל רח"ל, דאס איז די גרעסטע ביילידיגונג פאר מיר, איך מיין דו זאלסט מיך שוין מפייס זיין, איך האב שוין גענוג אין נאך צאמגעשריבן דא אויף היידפארק און די קענסט זעהן אז איך בין גאר גאר ווייט איינשטימיג מיט שיטת בני יואל, האסט מיך לגמרי נישט גוט פארשטאנען, איך זאג נישט אז ס'נישטא היינט קיין ערליכע רבי'ס, לגמרי נישט, קען זיין ר' אהרן איז א צדיק, אבער איך פערזענליך ציעט נישט די היינטיגע "סאטמארע" רבי'ס, נישט ר' אהרן און נישט רז"ל, איך בין נאך נישט געקומען צו די הכרה אין זייער גדלות, ס'דא אגרויסע וועלט מיט פילע וואוילע ערליכע אידן וואס גייען בשיטת ספה"ק ויואל משה, וואס מיין שורש נשמה ציעט מער, און איך רעד פון ערליכע אידן וואס האבן באמת נישט קיין שום פורצוג אין די סאטמארע מחלוקה, זיי האבן ליב יעדן איד, זיי זענען אפשר נישט אזוי נודע בעולם, זיי האבן אפשר נישט קיין בילדינגס, אבער מיין הארץ ציעט צו זיי בעניני הדרכה ביהדות ועבודת השם, אוואדי איז אין לך אלא כהן שבימיך, יפתח בדורו כשמואל בדורו, אבער מהיכי תיתי אז דער יפתח איז ר' אהרן, ס'מוז דוקא זיין א "סאטמארע" רבי? דאס איז די פארפוילטע טעות פון בני יואל ואבזירייהו, לויט זייער קורצקעפיגער שכל קען נאר זיין א מורה דרך ומנהיג א "סאטמאר" רבי מיט מוסדות און אימפעריע, און אויב דער סאטמארע רבי געפעלט זיי נישט מיינט עס שוין לשיטתם אז די "גאנצע" דור האט נישט קיין מנהיגים, די רבי'ס זענען פאלש, ווער ביסטו בני יואל הערינג-פרעסער צו דן זיין דעם גאנצן דור אז ס'האט נישט קיין מנהיגים, ווער ביסטו מקוה פיס קראצער, צו אפזיגלען א רבי אלס פאלש? דו ביסט דער בי"ד של מעלה צו וואס, וואס זענען דיינע קרידענשלס צו מחליט צו ס'יא דא ערליכע מנהיגים צו נישט,
כאף יעצט האסט שוין קלארער ארויס מיין שטעלונג, און אנטשולדיגט פאר די מיספארשטענדעניש
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 22:13 |
|
| |
רבי יונה, שכוח פארן פארשטיין, מיינע ווערטער זענען נישט דירעקטירט צו דיר
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 22:18 |
|
| |
ישר כח סקאט פאר קלאר שטעלן דיין שיטה און מקיים געווען והייתם נקיים
ווייל איך האב שוין געהאט גרייט א תגובה צו שיקן
און אויב איז עס כדבריך אז דו האסט אין וועם דו קלעבסט און ווער ס'איז דיין מורה דרך, מה טוב ומה נעים, קיינער זאגט נישט אז מען דארף האבן א מורה דרך וואס האט טויזענטער חסידים, מען קען האבן א מורה דרך וואס האט נאר צען חסידים אזוי לאנג ווי ער פירט דיר בדרך התורה, און זיין ציל איז נישט צו ברעכן יענעם
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 22:22 |
|
| |
לויט ווי איך זע אינעם רבין זי"ע ספרים איז ער דער וואס זאגט אז היינט איז נישט דא קיין מנהיגים קיין רבי'ס.
מיט דעם האלט איך ווי דיר אז סאיז באמת ב"ה נאך דא ערליכע אידן פין וועם מקבל צי זיין א ברכה אין דרך אין עבודת השם אבער א רבי א מנהיג איז שוין ליידער נישט דא לאמיר האפן אז מיר זענען שוין אין דעם דור פין ביאת משיח וואס די גמרא שרייבט שוין ליידער ווי אזוי סוועט אויסקיקן אינזער דור לאמיר האפן אז סוועט שוין לאנג נישט נעמען ביז מיר וועלן מקבל זיין משיח בב"א
תוקן על ידי nys10952 ב- 30/11/2010 22:24:35
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 22:29 |
|
| |
נאר וואס, איך וואלט גענומען דיינע פריערדיגע קוילן און אויסגעדרייט צו צבי הירש און די אנדערע ה"פ שרייבער וואס זענען ביזי מיט משנה זיין
פון איין זייט שטייט א רבן של ישראל א גדול בתורה, מנעוריו איז ער געווען מאוכלי שולחנו פון רבין ז"ל יעדן שבת צופרי, ביי די אכט יאר האט אים שוין די רבי געגעבן הוראות ווי אזוי זיך צו פירן (גלעזער שבת), דער ליעזשער רב פון לאנדאן וואס האט זיך אסאך געדרייט ביים רבין (ער פלעגט שרייבן די סוגיות נאך פארן שאפראנער) דערציילט ווי ער פלעגט קוקן מיט קנאה, אז אין צייטן וואס קיינער האט נישט געטארט זיין אין שטוב זענען דעם סיגעטערס רב קינדער אריין און ארויס ווי אייגענע קינדער (דא רעדט מען אין די י' יארן, מיינענדיג רבינו שליט"א און זיין שוועסטער ע"ה)
בקיצור, דער רבי וואס איז געזעסן ביי אלע סוגיא שיעורים, ועוד ועוד, און נאך אזויפיל מקבל געווען פון רבין ז"ל ווי שלמה יענקל געלבמאן (וואס געדענקט קוים דעם רבין פון די געזונטע יארן), און אליין נסמך געווארן להוראה דורך גדולי תורה פון פריערדיגן דור, ווי דער שאפראנער רב ז"ל דער קאפישער רב ז"ל, א רב בישראל וואס האט געפסק'נט אבהע"ז שאלות פאר דרייסיג יאר צוריק (ר"מ פיינשטיין דערמאנט אים אין איינע פון די תשובות), א תופס ישיבה עטליכע און דרייסיג יאר, א רב פון א שטאט קרוב צו דרייסיג יאר.
ער באשליסט אז ס'איז וויכטיג צו מאכן שחיטה מונחת, און דאס איז דער הידור פון כשרות
קומען א פאר הערינג פרעסער, מקוה פיס קראצער, און שרייען כל המשנה וכו'
ס'האט דיר איינער געפרעגט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 22:32 |
|
| |
nys10952 עס שטייט שוין אין די גמרא אז "אין לנו להשען" און אז ס'איז מער נישטא קיין מנהיגים. דאס איז מיט קארגע 2 אלפים יאר צוריק.
אין אלע דורות האבן אלע צדיקים געשריגן און געוויינט אז מ'האט מער נישט קיין מנהיגים.
די קרעציגע בני יואל האבן זיך עפעס געמאכט א תורה אז דער רבי זאגט "איש כל הישר בעיניו יעשה" אז אזוי דארף טאקע צו זיין היינט.
נישט אומזיסט איז די בני יואל נעבעך געשלאגן מיט אזא הויכע פראצענט דראפ-אוטס, פארדארבענע קערנדלעך ביי די אינגלעך און מיידלעך.
השם ישמרנו מהם ומהמונם.
אלענפאלס, עס איז זיך נישט געקומען אראפצורייסן סקאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 22:51 |
|
| |
קודם כל בין איך דא מפייס ברבים ידידינו החשוב מוהר''ר סקאט מאלען שליט''א, אויף וואס בין איך עם מפייס?, איך ווייס באמת נישט, ווייל איך האב עם בכלל נישט מבזה געווען, ער שרייט געוואלד אז איך האב עם אראפ געמאלן ווי א פאלנער בני יואל, און דאס איז א בזיון גדול, סקאט!, אמת, א בני יואל איז א בזיון גדול, אבער ליין נאכאמאל מיין תגובה ווי איך שרייב זייער קלאר אז דו ביסט זיכער נישט קיין בני יואל, אבער אז אז דו פארלאנגסט א פיוס, בין איך גרייט,
איך האב לגמרי נישט אראפ געריסן דעם סקאטמאלען, אדרבה, לבי מרחם עליו, איך שוין עם פאר נישט טרעפן סיפוק אין סאטמאר, (אויב ער איז באמת א סאטמארער חסיד ותלמיד), ער האט אראפ געריסן א ביכל וואס איז עם נישט צום הארצן, פארוואס? איך האב קיין השגה, דאס ביכל איז א בלויזער רעקלאמע אויף די אויפטוהן פון אונזערע מוסדות הקדושים, דאס איז אבסעלוט נישט קיין סתם פראפעגאנדע, נאר א רעקלאמע און א מארקעטינג אדווערטייזמענט פאר דעם דינער, מען בעט געלט פונעם ציבור, איז נאר ריכטיג צו שרייבן און ווייזן ווי די געלטער גייען, און וואס האט מען שוין אויפגעטון אין די לעצטע יארן, כך דרכו של עולם, און שרייען אז דאס איז לעלוס און פראפעגאנדע איז נישט ריכטיג,
אוודאי האט סקאטומאלען פונקט ווי יעדער א רעכט צו זיין אדוק צו סיי וועלעכן ערליכן איד, און ס'איז ב''ה לא אלמן ישראל, עס דרייען זיך נאך ארום בתוכינו ערליכע אידן, וואס זענען לאו דווקא גרויסע רביס מיט מוסדות און טויזענטער חסידים, און אויב זיין הארץ ציט עם צו זיי, איז תבא עליו ברכה, אבער דאס טוישט נישט "סאטמאר", סאטמאר איז א וועלט אימפעריע, און מען קען זיי נישט מדמה זיין צו אנדערע רבי'לעך, אויב גלייכט ער מער די הקפות ביים קאסעווער רבי, אדער ביי רבי יחזקאל ראטה נו, ווער האלט עם צוריק?, אבער דאס מיינט נישט אז ווייל זיי האבן נישט מער ווי הונדערט אידן און האבן נישט קיין ברענטשעס, דארפן די סאטמארע רבי'ס אויך פירן אין א קליין בית המדרש אן קיין ברענטשעס, קיינער זאגט נישט אז די אויבן דערמאנטע צדיקים זענען עפעס ווייניגער, נישט ברענטשעס אדער טויזענטער חסידים מאכט איינעם גרויס, נאר מעשיך יקרבוך ומעשיך ירחקוך, און פונקט אזוי ווי מען קען זיין א צדיק גדול מאוד אן קיין ברענטשעס, מאכט נישט די ברענטשעס קיינעם אויס צדיק,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2010 23:28 |
|
| |
איך מיין ס'האט נאך קיינער אזוי גוט קורא שם געווען די בני יואל ווי אונזער סקאט, הערינג-פרעסער און מקוה פיס קראצער  דער אמת איז אז ס'זענען אלס געווען וואוילע מענטשן אין סאטמאר וואס האבן אפשר נישט געהאלטן קדוש קדוש פונעם ברך משה אדער פונעם היינטיגן רבי'ן שליט"א, און דאס איז קיין שום פעלער, אבער ס'האט זיי קיינמאל עולה על הדעת געווען צו אפשפעטן אדער רעוואלטירן קעגן די קהלה אין די רבי, ס'האט קיינמאל נישט בייגעפאלן צו זיין דער דעה זאגער וועלכער רבי איז פאלש, און קומען זאגן מבינות אויפן גאנצן דור, פונקט די "הערינג-פרעסער און מקוה פיס קראצער" זיי זענען געווארן די מומחים אין די זאכן, און זיי האבן זיך גאר געהאלטן שפיציגע חכמים ווען זיי האבן מיט אזא צינישן שמייכל מיט די הענט צאמגעלייגט אויף די אחוריים, געגעבן א שפעט אפ פון אלעם, פאר זייער קינדער, און זיך גאר געשפירט ווי וועלטס חכמים, איך האב שוין לאנג אייגעזען אז די יסוד פון בני יואליזם קומט פון חוסר שכל, קען זיין אז ס'זענען דא פאלשע רבי'ס, אבער כל זמן די ביסט נישט אינעם קאליבאר ווי רבינו ז"ל, ס"ה ביסטו להבדיל א "הערינג-פרעסער און מקוה פיס קראצער", האסטו נישט די פלייצעס צו וויינען מיט רעבעזיכרונעליווראכע טרערן אז ס'נישטא קיין ערליכע מנהיגים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/12/2010 00:19 |
|
| |
איך גיי מיך נישט אנעמען פאר די בני יואלע חברה
נאר זאסט פאר די רעקארד'ס ב"י האט גארנישט גערידערט אקען דעם רבי'ן די ברך משה ביז די פרשה פין די רבנות אין ק"ינאך מער לעצטענס האבן זיי ארום געשיקט אויף די פאסט א ביכל וועגן די סידור קדושין פרשה רעדן זיי דארט נישט קיין ווארט אקעגן דעם ברך משה אפי' יעדער איז מודה אז זיי האבן אריינגעכאפט גיטע מכות פין עם (סאיז זיך זיי געקימען גאנטץ גיט.... איך רעדט נישט יעצט פין דעם) אבערביי די פרשה פין די רבנות האבן זיי לויט זייער מיינוג געהאלטן אז אזא איינער טאר נישט ווערן רב מאיזה סיבה שהיא צי וועגן וויזניץ עברית א. א. וו. האבן זיי נישט געוואלט אנעמען זיי רבנות אבער צי קימען זאגן אויף א ציבור אידן אזעליכע ווערטער איז נישט אויס געהאלטן זיי זענען בכלל נישט דע סארט מענטשן זיי מאכן קיינעם נישט אוועק זיי האבן זייער מיינונג לגבי מהר"א אבער אנדערע רבנים אדער ערליכע אידן קיינמאל אין קיינמאל האט מען נישט געהערט ביליגע ווערטער אויף רבנים ווי א שטייגער למשל פאסט טרעגער אויף א דיין אפי' דער דיין האט זיי ג'אסרט אין מצער געווען
|
|
|
|
|