יעצט באמערקט אין אישי, "ווער_איז" פארלאנגט א תשובה,
איך האב נישט קיין געדולד צו אריינקריכן אין דעם נושא,
כעל נאר זאכן גאר גאר בקיצור
דאס אפמאלן בני יואל אלס הערינג פרעסער און פיס קראצער, איז זעלבסטפארשטענדליך נישט געווען געצילט צו כאראקטיזירן דער מהות פונעם אינדווידועלן בני יואל סימפאטיקער, נאר ענדערש ספעציפיש געצילט צו דער 'באגריף' און מאטא אויף וואס בני יואל איז געגרינדעט געווארן און זיך אנטוויקלט, דהיינו, צו עפענען א דרייסטישע מרידה קעגן די הנהגה פון א אדמו"ר פון מעגליך די גרעסטע חסידות אין די וועלט און דער רב פון די שטאט, אלעס אויפן טענה אז די מנהיגים זענען א געפאר צו אנהאלטן די ארגינעלע דרך פון אלטן סאטמארע רבי ז"ל, און אז די הייניטיגע מנהיגים בכלליות זענען פאלש און עבריינים, דאס איז דער יסוד פון קהילות בני יואל, דאס ווערט רעגלמעסיג ארויסגעברענגט אין זייערע רעדעס און שרייבערייען, צו טאן אזא קאנטראווערסיעלע שריט, זענען די סטאנדערד פון די אנגעריפער גאר גאר הויך, אנדערש האבן זיי נישט די קרידענשלס צו מורד זיין אין א קהלה, לויט די סטאנדערדס, זענען די פורשים לגבי די טענה פון 'פאלשע רביים' מיט רעכט פארעכנט פונקט ווי א מגושמ'דיגער הערינג פרעסער און פיס קראצער זאל קומען זאגן מבינות אויף די אטענטישקייט און פרומקייט פון א מנהיג,
דאס אז אנשי ר' אהרן האבן א ארגערע היסטאריע בעניני אלימות וטעראר, איז לגמרי נישט רעלעוואנט אין אונזער דיסקוסיע, ווייל אחרי ככלות הכול איז זייער פארטיי נישט נוסד אויפן יסוד פון מרידה, לכתחלה זענען זיי נוסד, אויף גדלות עצמו, און די אלע געוואלדאטן איז געקומען בדיעבד, ווען זייער טראן איז אנגעגריפן געווארן, אוואדי נישט קיין אויסרייד, אבער פארט נישט דער באגריף פון די באוועגונג
ודו"ק כי קצרתי
 |
|
|