יעקב בער אליינס דירעקטירט דעם שלאק שמש זאלי פעלדמאן מיט אביש וויינבערגער מ'זאל נאכקוקן יעדן בחור און אינגערמאן וועלכער כאפט בילדער אדער קליפס ביי די הנרות, "שמא מין הוא", און ער וועט עס דערנאך ארומשיקן און מ'וועט ווידער האבן בזיונות.
אין קווינס אליינס האט מען אויך אויסגעפארשט עטליכע בחורים צי זיי האבן נישט ארויסגעגעבן די קליפס פון כ"א כסליו ביי די רעדע פונעם לאקאלן נועם המדות, אין וועלכן מ'זעט אין וועלכן שפל המצב ער געפינט זיך בגשמיות וברוחניות.
2 בלעקבעריס פון בחורים האט מען אוועקגענומען און דורכגעקוקט צי די קליפס קומען נישט פון דארט. דערווייל זוכן זיי מיט ליכט, און כאפן נישט אז דער פראבלעם זייערע איז נישט דער וואס כאפט דעם קליפ, נאר דער שטריק איז דער וועלכער מאכט זיי בזיונות.