בית פורומים אידישע געדאנק

פרישע פאשקעוויל פון די אהרונים אויף זייער רבי'ן דער עם הארץ!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/12/2010 20:39 לינק ישיר 
פרישע פאשקעוויל פון די אהרונים אויף זייער רבי'ן דער עם הארץ!

נאך דעם דורכגעפאלענעם כ"א כסליו משולשת האבן זיך די אהרונים געכאפט וואס א לוזער פון א רבי זיי האבן, האבן זיי ארויסגעגעבן א זיסן פאשקעוויל אויף ר' אהרן.

ליינט און האט הנאה

http://www.scribd.com/doc/44550618/Zali-Pashkevil-New-12-2-10


תוקן על ידי טאטעלע ב- 03/12/2010 20:40:12




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2010 22:56 לינק ישיר 

די שמוץ ארטיקלען אין דער יוד שרייבן אויך די ארונים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/12/2010 08:57 לינק ישיר 

לאמיך דיר מסביר זיין, ווייל ווי איך זע פארשטייסטו נישט. ווען דער איד שרייבט עפעס שמוציג אויף דעם עם הארץ שטייט זי אונטער דעם ארטיקל מרישא ועד גמירא
 
(אגב, נישט לאנג צוריק בוסטו געווען ביזי אז דער איד האט וואך איין וואך אויס שמוץ אויף ר' אהרן, און דער בלאט איז זויבער. דאכט זיך אז די לעצטע פאר וואכן האט זיך זייער שיין אויסגעשטעלט דאס בילד. בשעת ווען דער איד האט שוין חדשים נישט געשריבן עפעס קעגן ר' אהרן, און גלייב מיר; זיי האבן געהאט גענונג און נאך זמנים ווען, איז דער בלאט פול מיט הסתה קעגן די זאליס און זייערע פעולות. צו איז דאס דער פראטעסט אינפראנט פון ר.פ.ר. ה' חיי שרה, צו דער דעלי ניוס ארטיקל וועגן עיב ראזען וכו'. לידיעת הקורא אלימלך דייטש)
 
אבער דער פאשקעוויל האב איך עפעס פערצופאל נישט געזען ביי קיין איין זאלי, און אפילו דא אויף דעם פארום איז זי נישט ארויפגעשטעלט געווארן. נאר רבי יונה האט דאס שיינערהייט מפרסם געווען. דאנט געט מי ראנג, דאס איז א גוטער פאשקעוויל, און די זאליס מעגן דאס מאכן מער אפט.. אבער איך וויל דו זאלסט פארשטיין דעם חילוק פון א פאשקעוויל וואס דער שרייבער דערפון האט דאס געשיקט גלייך צום 'סקריבד' אקאונט פון רבי יונה, צו א ארטיקל אין דער איד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2010 11:10 לינק ישיר 

עס קוקט מער אויס ווי די בני יואל האבן געשריבן יענע פאשקעוויל, ס״ה האט ר׳ יונה געמישט ציווישן די בני יואל און זאליס - נישט געפערליך און נישט אזוי ווייט

תוקן על ידי בניברקער ב- 05/12/2010 11:12:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/12/2010 20:37 לינק ישיר 
its not bad its only the Emes

http://www.scribd.com/full/44550618?access_key=key-24j9l21e2qiaj1pqsawe

הרב אהרן'ס פרצוף <*

תוקן על ידי 1satmar ב- 05/12/2010 20:40:22




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2010 01:19 לינק ישיר 

סענאטאר. ביז יעצט האב איך נישט געוואלט פרעגן. ווייל עס האט אויסגעקוקט ווי א ווערטל. אבער דו האלטסט טאקע אז ער איז א ע"ה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2010 06:33 לינק ישיר 

איינער וואס זאגט אויף א וועלט באוויסטע בית יוסף "ס'נישטא אזא בית יוסף", און דאס איז שוין נאכדעם וואס ער איז א גאון מיט א קדוש ביינאזאם, אזא איינער איז ביי מיר א עם הארץ.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 06:49 לינק ישיר 

און וואס מיינט זיינע אלע חידו"ת? פלפולים?וכו'? און וואס מיינט שור שנגח זה אומר כולו שלי? און טאנצן בתוך השלשים של אמו? ביסט משוגע? איינער וואס האט באקומען הוראה פונעם שאפראנער רב(די איינציגסטע וואס ער האט געגעבן על אדמת אמעריקע!) מנח"י. ר"מ פיינשטיין פסק'ט ווי אים ביי גיטין.אלע גדולי הדור ווערן נתפעל פון זיין תורה. און ער איז אן ע"ה? און ווען האט ער געזאגט. און אויף וואספארא ב"י? יעצט זאג מיר. אויף וועם שטייט גוט דאס ווארט שוטה און חלה דעקל (ביז יעצט האב איך געמיינט אז דו מאכסט א ווערטל. יעצט זעע איך אז דו האסט פשוט נאר 10 פראצענט פון די מוח פליסיגקייט)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2010 07:00 לינק ישיר 

פריינדליך, די מאכסט דיר אדער די ביסט טאקע?
אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס ווען רבינו שליט"א איז זיך אמאל טועה אין פאררעכט עס גלייך דערנאך איז ער א עם הארץ, ווידער דער דער ק"י עם הארץ צוקעקעצט זיך און אנשולדיגט זיך אז ער איז נישט געשלאפן ביינאכט דאן איז ער א הגה"ק?
אפשר ביסטו מיר מסביר פארוואס ווען רבינו שליט"א גייט צו א קבלת פנים בתןך השלושים פון זיין מאמע ע"ה איז ער א עם הארץ, ווידער ווען דער ק"י עם הארץ טאנצט ל"ג בעומר מיט מוזיק דאן איז ער א הגה"ק? 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 07:13 לינק ישיר 

קודם איז די חילוק ווען איינער לערנט פאר טאג און נאכט און מאכט איינמאל א טעות איז עס איינס קעגן 10000. און ווען איינער לערנט אמאל אמאל פאר און ווען יא מאכט ער טעותים ווייניגסטנס האלב דערפון איז עס 50/50.... און בכלל וויפיל חידו"ת איז דא פון אים(שוין נאכדעם וואס מען האט פארברענט טויזענטער פון זיינע חידושים) און וויפיל פון אים. איך זאג נישט. ער איז אפשר נישט אזא ע"ה. אבער קיין רבי. נאכדערצו א סאטמארער רבי/סיגוטער גזע וואס האט אייביג געשמט אלס אויסגערופענע ת"ח קען ער נישט זיין. און וועג ל"ג בעומר האט נישט קיין פשט זיך צו טענה'ן צום 1000סטען מאל. און נאכן ברענגען בילדער און קליפס אזויפיל מאל. מיינט עס אז דו ליידסט אויף "עספערדשזענס סינדראם"...(איך האב עס גוט געספעלט?)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2010 07:30 לינק ישיר 

האסט גיט געזאגט, מען האט זיך שוין טאקע אסאך מאל איבערצייגט וואס פאסירט ווען דער ק"י עם הארץ דארף פארלערנען "עברי מיט טייטש".
צי איז דאס ביי פרקי אבות אדער גמרא/חומש - רש"י ער וועט אלץ צוריקקומען מיט פשטל'עך.
ווער געדענקט דען נישט נעילת החג (איך מיין שנת תשנ"ח) אין עטרת אברהם (דאן געווען נאך רויע) ווי דער ק"י עם הארץ האט זיך עפעס אנגעכאפט ד "סבלנות אטאקע" און בשום אופן נישט געוואלט ענדיגן פארלערנען די גמרא ירושלמי?
ער האט זיך פליצלונג אפגעשטעלט און זיך פאר'עקשנ'ט אז די רבי שליט"א (דאן וומסב"ג רב) זאל אים איבערנעמען מיטן פארלערנען.
די רבי האט טאקע איבערגענומען און פארגעלערנט, וועלענדיג פארמיידען בושות פאר זיין גרויסע ברודער.
בדרך אגב פארוואס האט דער ק"י עם הארץ אויפגעהערט געבן די "תהילים שיעורים"?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 07:54 לינק ישיר 

פריינדליך, איך ווייס נישט וואס עס האט דיר אזוי צושטרויבעלט אז דו האסט אנגעהויבן שיסן רעכטס און לינקס אויף אינגערן ברודער. אבער איך האב מתחילה בכלל נישט גערעדט פון ר' זלמן לייב, וואס איך האב יא געזאגט איז אז, ר' אהרן טייטלבוים איז א עם הארץ! יא, גוט געהערט.
 
פארשטייט זיך אז דו גייסט זיך נעמען שרייען אז ער לערנט פארטאגס און ביינאכט, וויינט אויס סידורים יעדן פארטאגס ביי אהבה רבה (כפי עדות כותב מאגאזין "משפחה), און נאך. דאס מאכט אים אבער נאכאלץ נישט פאר א תלמיד חכם. אזא איינער וואס האט נאך די פאריגע וואך, נאך וואס זיין עם הארצות איז אויפגעשפילט געווארן אין די גאנצע וועלט מיט זיין "בית יוסף" לאזונג (זעט אויס אז דו בוסט ממש אויסגעטון פון די וועלט אז דו ווייסט טאקע נישט פון דעם בית יוסף באמבע), האט ער נאך די פאריגע וואך דאנערשטאג, ביי זיין חנוכה תורה אין הופפער, קוים געקענט ארויסזאגן זיין פלפול פון מויל, און אפילו ווען מ'האט אים אונטערגעריקט דאס צעטעלע האט דאס אויך נישט געארבעט. דער איז קיין גאון נישט, פינטל.
 
וועגן ר' זלמן לייב'ס גאונות וועלן מיר זיך א צווייט מאל פארמעסטן, דו האסט אזוי שטארק געוואלט וויסן צו איך האלט אז ר' אהרן איז א רעכטער עם הארץ, האב איך דיר דאס געלאזט צעוואוסן טון. און כבר הקדימנו ספרינטער מיט דעם פאקט אז ביי די אהרונים איז סייווי אלעס וואס ר' אהרן טוט ריין גאונות, און ווען ר' זלמן לייבט טוט דאס איז עס עם הארצות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 16:25 לינק ישיר 

איך האב דיר געפרעגט עפעס. וואס מיינט זיינע תהילים שיעורים(שקר אז ער האט אויפגעהערט. און אפילו אויב יא. איז ער פלוצלינג געווארן אן ע"ה???)יעדע נאכט חנוכה. יעדע שבת ביינאכט און של"ש?? יעדע מאורע? איבער 15 ספרים מיט חידו"ת??? יעדע רבי וואס קומט און זענען מעיד אז פון וועלכע גמרא. הלכה וכו' מען רעדט זעהט אויס ווי ער האט עס היינט געלערנט?? איך האב יעצט בל"נ דאס לעצטע מאל געענטפערט אין דעם נושא. איך האב נישט ליב זיך צו טענה'ן מיט פיר עקעדיגע קעפ. (אנטשולדיגט פארןנוצן די ווערטער . אבער חלה דעקל האט א קאפירייט...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2010 16:30 לינק ישיר 

און דרך אגב. ווען דער רבי פלעגט אריינקומען אין ביהמ"ד אין ישיבה. פלעגן אסאך בחורים גיין פרעגן אלע מיני שאלות. אין "יעדע" מקצוע האט ער זיך אויסגעקענט ווי א בן בית הצלחה. איך בין פארטיג מיט דעם דיסקאשן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2010 19:34 לינק ישיר 

א. אין ישיבה האט מען אים נישט געקנט פרעגן פשט אין גמרא תןספות, און ער האט נישט געלאזט מ'זאל דרייען מיט אים ביים שיעור, ער האט אפגעזאגט זיין פשעטל אדער פלפול, און מער האט מען נישט געקענט, ער פלעגט ווערן געקארנערט ווען מ'האט אנגעהויבן דרייען מיט א תוספות, פרעג אלע וואס זענען געזיצן ביי זיינע שיעורים, (נישט די וואס זענען אייביג געווען ביים שיעור מיט אראפגעלייגטע קעפ, אדער די וואס זענען בכלל ניישט ארינגעקומען צום שיעור, נאר די וואס האבן געוואלט מיטהאלטן), א פלפול יא, א פשעטל יא, קיין גמרא תוספות נישט און קיין שו"ע נישט.

און לגבי זיין "התמדה" האט מען געקענט זען וועם ער פלעגט זיך נעמען פאר חברותות, אייביג אנדערע בחורים, רוב מאל שוואכערע, און וואס ער פלעגט מיט זיי אפשמועסן אגאנצן סדר איז א פרשה וואס דארף פאר זיך באהאנדלט ווערן, געלערנט האט מען נישט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 19:41 לינק ישיר 

נעבעך
ער איז א עם הארץ צווישען אלע אנדערע טיטלון
די גאנצע וועלט איז עפעס משוגע
ס'קוקט אויס ווי די מצב ביי ענק איז שרעקליך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פרישע פאשקעוויל פון די אהרונים אויף זייער רבי'ן דער עם הארץ!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext