בית פורומים אידישע געדאנק

פרישע פאשקעוויל פון די אהרונים אויף זייער רבי'ן דער עם הארץ!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2010 19:55 לינק ישיר 

און עטליכע מאל האט זיך געמאכט אז ס'איז געווען בחורים וואס פלעגן זיך נישט לאזן און האבן געוואלט מ'זאל זיי מסביר זיין די גמרא, האט מען זיי ארויפגעשטעלט א כיתה אינמיטן זמן,  דאס איז פארגעקומען איינמאל ווען איך האב דארט געלערנט אויך...

נעבעך איז ריכטיג, ווען מ'ווייסט אז קיין יראת שמים טאיז נעבעך נישטא, און קיין מידות אויך נישט, איין זאך פרובירן זיי אים צו מאכן פאר א ת"ח, און ליידער ווער ס'קען אים, ווייסט וואסארא ליצנות דאס איז, איז טאקע א גרויסער נעבעך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 20:21 לינק ישיר 

rebyankel:

נעבעך
ער איז א עם הארץ צווישען אלע אנדערע טיטלון
די גאנצע וועלט איז עפעס משוגע


די גאנצע וועלט איז טאקע משוגע? ניין!!! אבסאלוט נארמאל,
 אז מ'הערט איינער וואס פארקויפט זיך פאר א שטיקל יודע ספר, און ער שטעלט זיך אויף ברבים זאגן אויף א באוויסטער בית יוסף אז "סאיז נישט דא אזא בית יוסף", וואס דארף די וועלט זאגן צו דעם? כאטשיג אין היידפארק און אין בלאט פלעק שטייט אז ער קען יא לערנען, שרייט דער נער אליינס אויס ברבים אז ער איז "א גרויסער ע"ה".

אזא צייט זעט "די גאנצע וועלט" וואס פאר א תנא קמא ער איז, און די קליינע קעפלעך בלאט ליינערס וועט מען איינרעדן אז די בית יוסף האבן די זאליס געפעלשט.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2010 21:01 לינק ישיר 

ווען מ'כאפט עם ביי א פארשטיפטע קצות איז איין זאך, אבער אזא אפענע סעיף אין הלכות טריפות, וואס ער לערנט דאס יעדן טאג, ווען ער פארהערט בחורים פאר די הוראה צעטעלע, איז מער מסתבר אז ער האט געמיינט צוזאגן, אז די 'געלע צעטלעך'(רירין) זענען אויך נישט גוט לויט'ן בית יוסף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 23:51 לינק ישיר 

רעבארען איז הגאון הגעיונעם ווייל
א. טויזענטער חידושים האבן זיך פארברענט אין די שריפה (וואס שריפה? ווען שריפה? ס'גוט! ס'זיכער דא א מעשה שווארטץ אויף ווייס...)
ב. און אויך ווייל טעלער האט ערפינדען א כתב הוראה פון שאפראנער רב ז"ל, גיי לייקען עס... אזוי ווי ר' שמעון ווייס האט איבערגעשריבן יטב לב פאר רעבארן דעקל. 

יעדער ווייסט אז רעבארען האט שטארק געחלישט פאר א כתב הוראה פון שאפראנער רב, לית מאן דפליג... גע'קריגען האטער עס אבער פון טעלער.. 


תוקן על ידי zibala ב- 06/12/2010 23:53:22




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2010 00:04 לינק ישיר 

ס'נישט יושר צוזאגען אז רעבארען איז א מן הארץ, ער האטעך אזוי זיס פארטייטשט דעם פסוק יש אם למקרא ביי זיין מאמענ'ס לויה...

בכלל יעדער ווייסטאך אז ער איז דער גאון הדור, און תורה געפינט זיך די טעג ביי רעבארען און לויב מיטן עגל הדבש און דעטס איט נישטא וואס צו קריגען, שמואל שרייבט דאס דאך שווארץ אויף ווייס,

אויסגעשפילטע זאליס פארביטערטע בני יואלס, נעבעך זיי האבן אפאר מישמאשע פאסט ארבעטער, כ'רעד שוין נישט פון ר' יחזקאל ראטה וואס האט געאסרט דעם סקול דיסטריקט, און א שטיצער פאר בנ"י סתם א פאלנער מייקל,

פארגעסט נישט לאוב בערקאוויטש מיט רעבארען בגימטריא תורה, דוק ותשכח

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2010 15:44 לינק ישיר 
אז עס טיט וויי שרייט מען

דער באקאנטער אישי שיקער האט זיך ווידעראמאל צולאזט מיט א ווילדן אישי. און כדרכו, שטימט נישט איין ווארט מיטן צווייטן, אבער עס אינטערסאנט דא עס צו ציטירן.
________________________________________

נשלח ב-7/12/2010 22:04צטט הודעה  לינק ישיר 
דעפרעסיע וואקסט, 'מ'האט שוין צוגעגבן א צו-נאמען', וואס ווייטער?

פין תיבה אישית

געווען איז עס פאר כמעט 10 יאר צירוק
ווען ר' זלמן לייב האט געהאלטן ביי די הויעכפונקט פין די מערכה צו שיקען ר' אהרן פארקויפן פענסלס אין בעיסוואטער אין אים אפטיילן פין זיין פאטער ז''ל
מיט זיין לאוזונג אין האפנונג פין ''יקרבו ימי אבל אבי'' כלשונו
די זאלי'ס האבען דעמאלטס אנגעהויבן גענוי ווי די איראקער פראפאגאנדע מיניסטער - אין כוסעין'ס צייטן צו פארקויפן פאר די וועלט זייער מאכט אין פאוער, זיי האבען עס אפציעל אויסגערופן אין געהעצט די מאסען ביי גענעראל פארזאלמונגען אין ראדני (יא דער בית מדרשו של רביה''ק, כלשונם)
אנגעהויבן פון אוועקנעמן די האלב בית החיים וואס קהל אין קרית יואל האט נאך פארמאגט דעמאלטס, 
זיך אריינרוקן אין די בניני הקהילה אין קרית יואל אריינגערעכנט די גרויסע ביהמ''ד,
זיך אריינרוקן אין די בנינים פין קהל אין די מוסדות אין ב''פ
זיך אריינרוקן אין די בנינים פין די מתיבתא הק' אין קרית יואל
זיך אריינרוקן אין די בנינים און שיכון אין בני ברק
איבערנעמן די וויליזש אין קרית יואל
די רבי'ס הויז אין קרית יואל וועט ווערן א שול פאר די זאלי'ס
מאכען מיט ר' אהרן א חי' רויזלע...
וכו' כו'
פאר די גאס איז זיי דעמאלטס געלונגען צו מאכען א ווינד מיט זייער מעכטיגע PR פאר אימזיגבארע ריזן,
זיי האבען יעדן געקענט משחד זיין אין געהאט אין טאש
אין ס'איז געווען א שאלה פין צייט און די ארונים וועלן דארפן טוישן אפי' די לעטערהעד פין 'קהל יטב לב'

איין'ס פין די גרויליגסטע אקטען דעמאלטס איז געווען די פאונדרעיזינג באנקעט וואס די זאלי'ס האבען ארענזשירט
פאר דעם טרויעריג בארימטן מייקל סאסאמן פין אראזש קאונטי,  וואס שטייט בראש מיט מערכה קעגן די וואוקס פין קרית יואל בפרט
אין קעגן די עקזיסטענץ פין קרית יואל בכל,  פאר לאנגע יארען,
אין ארבעט אויך איינאיינעם מיט דעם מסור דמתא,
וועלכע איז דעמאלטס געלאפן פאר א פאליטישער אמט אין אראזש קאונטי (אין מיעס פארלוירן ב''ה)
די אקט פאר זיך האט דעמאלטס געגרוילט יעדן נארמאלען מענטש, עס איך געווען די ערשטע מאל וואס ר' זלמן לייב חנפ'ט זיך עפנעטליך צו דער מסור אין זיינע אויסווארפען,
אפגערעדט אז ביי דעם באנקעט בראשות זיינע שיינע אידן האט מען אפיציעל חוזק געמאכט פינעם ברך משה ז''ל, ספעציעל האט דער מסור אים אינטערגערוסן ביי זיין דרשה, אין גערעדט כל דבר אסור, אין מחלל געווען ש''ש ברבים.
געשלאסען האט זיך עס וועט זייער UTA האט דאן 'מנדב' געווען 10,000 צדקה געלט פאר די פאליטישער קאמפיין פין סאסמאן, (יא דאס איז נאר א קליינע ביישפיל פארוואס זייערע מוסדות האט אזא גרויסע דעפיציט יערליך.)

געוויסע אבריכם האבען דאן ארויסגעגבן א קונטרס אין פארמאט פין א צייטונג (ווער עס קען זאל עס ביטע פאוסטן)
ווי זיי האבען אויפגעדעקט די גאנצע סקאנדאל פין דעם באנקעט, וואס די זאלי'ס האבען נישט געוואלט עס זאל ארויסגיין צו די גאס,
עס איז אויך געווען בילדער אין ציטאטען פין דעם כינוס לר..
צווישען אנדערע איז אויך געווען די קול קורא'ס פין די גדולי הדור קעגן דעם מסור דמתא
ווי אויך איז געווען א בילד פונעם באזוך וואס דער טרויעריג בארימטער סאסמאן האט אפגעהאלטן און זייער נייע כולל אין ק''י
זייער כולל האט נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין אפיציעלער נאמען אין וויבאלד דער סאסמאן איז געווען דער ערשטע באקאנטער פיגור ברחניות ובגשמיות צו באזוכן אין זייער כולל האט מען דארט אנגערופן דעם כולל ''סאסמאן'ס כולל'' 
די נאמען 'סאסמאן'ס' איז געבליבן עד היום הזה, חוץ די פאר סוסייד זאלי'ס וועלכע רופן עס ויוא''מ קען עס יעדער אלס סאסמאן, (די ריכטיגע סוסיידער רופן עס ביהמ''ד דקהל יטב לב....) 

למעשה מ'דארף דאנקען דעם אייבורשטן וויאזוי די אלע חלומות האבען זיך אויסגעלאזט
די בית החיים האבען זיי ב''ה געמוזט קויפן א אייגענע
די בנינים אין קרית יואל האבען זיי ב''ה געמוזט קויפן אייגענע, ע''פ רוב אינדרויסן פין שטאט
אין ב''פ האט זיי דער ריכטער געשיקט צו א בי''ד... (אן קיין היתר פין די פורים לישקע...)
די מתיבתא גייט מען שוין באלד צובויען פרישע בנינים אויף די גרויסע לאט בעזעהי''ת
אין ב''ב האבען זיי געמוזט דינגען א הויז אויף נחמי' ווי מ'צאלט געלט פאר יונגעלייט ע''פ רוב וואס שיקן נישט אין סאטמאר די קינדער אז זיי זאלען לערנען אין זייער כולל
אין מיט די וויליזש וואלען איז געוואקסען גערטנער אויף די האנט פלאכען..
אין רבי'ס ז''ל הויז אין קרית יואל ווירבעלט יעדן אויפדערנאכט מיט פילע אנ''ש צו געזעגנן בקו''פ 
אין סאטמאר רבי'ס ווארט איז היינט צו טאגס הייליג ביי זיינע טויזענטער תלמידים אין ערנסט רעספעקטירט און אנגענומען ביי כלל ישראל
וואס ווייטער דארף מען קיינעם נישט אויסרעכנן

דער פראפאנגענדע מיניסטער שרייט נאך אלס, ''אלעס בלייבט ביים אלטען'' ''אלעס איז אייןס''
אין מ'לויפט ארום צו אלטע יודן אין שפיטל צו באקומען חתימות אז זיי ווילן  ליגען אין פאללאקס פאר בחנים

אבער איין פלאץ ווי זיי ארבעטן שווער צו האבען די אויבערהאנט (כל הכבוד) איז מיט PR אין די אינטערנעט
אנגעהויבן פין זייער פארום וואס לעבט לעצטנס 24 שעה מיט אשכולות אויף תגובות, עמטליך געדינגענע שרייבער א שטייגער ווי פארמעגליך אין די סטעף זענען איינגעשפאנט צו פיטערן דעם עולם 'מ'זאל נישט וויסען אדער זעהן וואס מ'טאר נישט'
א גאנצע שטאב מיט בעקער אין מח וואשער איטליכער מיט עטליכע ניקס זענען איינגעשפאנט צו פיטערן די אייגענע קעלבער מיט דראגס
אין ווען ס'פעלט אויס טיילט מען די 'העתקות' אין זייערע שולן אז די יודן וואס האבען נישט די זכי' צו האבען א קאמפיוטער אין שטוב - 'להוציא מלבן' זאלען אויך קענען מיהאלטן די ניגונים
די הויפט PR צילן איז צו פארשטיין געבן פאר די קעלבער ''אז די ארונים לעבן אויף אינטערנעט PR אין אלעס ביי זיי איז שקר'', וואס דאס איז געווענליכע די ריכטיגע דראגס אין אזא שעת חירום.
די זעלבע איז מיט זייער ענגלישער בלאג אויף ווארדפרעס.קאם, וואס ווערט אפדעיטעד מיט אלע בילדער אין פאשקעווילן, כדי לקיים רצון צדיק פין פקדתו שמרה רוחו, ספעציל מיט די בארימטע מעסעזשעס פין דעם קווינס בחור'ל זייער אפציעלער ווארט זאגער, היינט צו טאגס איז יענער בלאג ביי זיי אנגענומען אלס גרעסער ווי די ניו יארק טיימס וועבזייטל, מער מאכטפול אין קראנט.
אין אזוי האבענדיג די פולע מאכט אין אויבערהאנט אויף די PR אין אינטערנעט
(ווי קאמיש האט מיר איינער געשריבן אין אישי פאר כ''א כסליו, זיי צאלען געלט פאר PR צו פארקויפן פאר'ן עולם אז זיי ספענדן נישט קיין געלט פאר PR......)
נו זענדיג די ביטערע מצב ווי מ'מוטשעט זיך צו איבערעדן דעם אייגענעם ציבור בחורים אין יונגעלייט מ'זאל קומען צו די טישן נאכדערצו מ'זאל בלייבן ביי די תורה, אין פין די אנדערע זייט די גרויסע הערצה וואס סאטמארע רבי פארמאגט אין די וועלט, אין זייער סיסטמאטישער PR אין שמיץ העלפט נישט קיין טראפ,
זענען זיי אפיר געקומען מיט מעכטיגע המצאה

נישט מער אין נישט ווייניגער, מ'וועט מסביר זיין פאר'ן עולם אז ער איז א פשוט'ער עם הארץ, מ'וועט אים אראפלייגן מיט אלע פארבען פאר אזא מענטש ווי 'ר' זלמן לייב טייטלבוים' אליין,
עס וועט זיין די ריכטיגע צונאמען צו די ריכטיגע צייט
אין האפנטליך וועט דאס זיין די ריכטיגע טרייסט פאר די מרי לב
מ'וועט אים רופן דער ''עם הארץ''....... האפענטליך וועט זיך עס איינגעבן פינקט די סוקסעספולע טיטול 'חלה דעקל' אין מ'וועט זיי איינמאל פאר אלעמאל ווייזען.
כאפטס א שמייכל
פין די ערשטע פאר אשכולות

עם הארץ פירט אויס: אינטערנעט קאפע הייזער אין קרית יואל ווערן געעפענט!

דער ישיבה פונעם עם הארץ מאכן א הדלקה

פרישע פאשקעוויל פון די אהרונים אויף זייער רבי'ן דער עם הארץ


יעצט אויב טרעפט איר א זאלי שרייען אויף אייך חלה דעקל / עם הארץ, זאלט איר נאר שמייכלן אין גיין ווייטער
אין נישט אים ענטפרן ווייל דאס שרייט שווערע ווייטוג.

ע"כ פונעם אפיציעלן ווארטזאגער ביי די ארונים.

קודם כל זע איך אז דער קויל האט עררייכט איר ציהל. דער זייפן בלאז אז ר' אהרן איז א גאון הגאונים און ר' זלמן לייב א פוסטער עם הארץ, הייבט צוביסלעך אן אונטערצוגיין. און נישט ווייל ר' זלמן לייב האט יעצט ארויסגעגעבן עפעס א נייעם חיבור על הש"ס, נאר פשוט ווייל דער גאון ר' אהרן האט זיך גענומען זינגען לידער ווי א עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן. און ווען מ'זעט אז די גאס הייבט אן זען דעם ביטערן מציאות, הייבט מען אן שיקן יואש'דיגע אישי'תער, און מ'פרובירט נאך אפצוראטעווען וואס מ'קען.

דער אישי שרייבער הייבט אן מיט א גאנצע הקדמה, א כראנאלאגישער סדר וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען דער נאמען "סאסמאן שול". עס איז שוין צענדליגער מאל דא אויסגעשמועסט געווארן אז, די אהרונים האבן גלייך אנפאנג פון זייער עקזיסטענץ אנגעהויבן מיט א מהלך פון געבן צונעמען, און מיט דעם געהאפט אז ר' זלמן לייב וועט "מוזן" צוריקפארן גיין ירושלים, און די סועסיידערס האבן אפילו געהאט אין פלאן ער זאל "מוזן" צוריגיין אויף סיגוט בארא פארק.

דער רבי שליט"א איז געווארן 'זאלי'; דער ראב"ד שליט"א איז געווארן דער 'פאסט טרעגער'; ר' משה דער גבאי איז געווארן 'בן פראדל'; דער ביהמ"ד אין קרית יואל איז געווארן 'סאסמאנס'; דער נייער בית המדרש איז געווארן "בים שיל": דער נייער בית החיים פון קהלתינו הק' איז געווארן 'פאללאקס לאט', ועוד ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.
פאר די חלה דעקלעך איז נישט בייגעפאלן אז למשל פון ר' אהרן טייטלבוים קען ווערן 'עם הארץ'; און אפילו ר' מענדעלע קען ווערן 'א חזיר', א.א.וו.
ביי זיי איז כתוב וחתום אין מח אז דער נאמען וואס שמואל מח וואשער שטעלט ארויס אויף איינעם - דאס פארבלייבט לדורות, און מ'קען דאס נישט צוריקדרייען קיינמאל, אפילו למשל דער לויער מייקל סאסמאן זאל שטארבן.

דעריבער ווען מ'האט זיי אנגעהויבן עפענען די אויגן אז ר' אהרן קען אויך ווערן א "עם הארץ" ווערן זיי ממש וואנזיניג. דאס איז לגבי דעם ענין פון צונעמען.

נאך א נקודה טיפערס ליגט דא, ווייל אין אמת'ן האבן די זאליס שוין געהאט געגעבן צונעמען פאר ר' אהרן, ווי למשל סבלן א.א.וו., אבער דאס האט זיי נישט אזוי אנגעצינדן ווי דעם טיטל "עם הארץ". דער הסבר איז זייער פשוט, זינט זייער עקזיסטענץ האבן זיי אריינגעלייט קאפ און מח אז אין די וועלט זאל זיך אהערשטעלן א אימעדזש ווי כאילו ר' אהרן איז א תלמוד חכם און ר' זלמן לייב א עם הארץ. און וואס וועט מען טון אז עס וועט זיך ארויסשטעלן אז ר' זלמן לייב איז אויך נישט קיין קליינער תלמוד חכם? נישט געזארגט, מ'וועט מאכן ר' אהרן פאר נאך א גרעסערע ת"ח. אזוי ארום אז אין זיינע שיך קען שוין קיינער אויף דער וועלט נישט דערגרייכן.
דא איז אבער אונטערגעקומען דאס אומגערישטע. אמת, יעדער וואס קען ר' אהרן פערזענליך, און דא האט דאס שוין פריער איינער געשריבן זייענדיג א תלמיד פון ר' אהרן אין די ישיבה, ווייסט אז ער איז ווייט ווייט פון זיין דער וועלטס גרויסער תלמיד חכם און אפגערעדט פון א מתמיד. ער האט אבער א געוואלדיגן חוש פון דרייען מיט גראבן פינגער, ווי מ'רופט דאס, דהיינו לערנען אויבערפלעכליך א גמרא און בויען דערויף גג על גג דרושים נפלאים. און אויב שטימט נישט עפעס דער בנין נערים סתירה, וועט מען ענטפערן "אין משיבין על הדרוש".

די לעצטע שטיק צייט שטעלט זיך אבער ארויס אז דער לופטיגע מהלך ארבעט עפעס נישט. האט מען אנגעהויבן טרענירן דעם עם הארץ אז ער גייט רעדן פון א צעטיל, אזוי קען מען אים אביסל פארברייטן, און נישט אלעס קומט פון זיין הייליגן כרס ארויס גלייך מן הכרס אל העם. דא קומט אבער אריין דער פראבלעם אז דעם ר' אהרן'ס כרס קען מען קאנטראלירן נאר מיט א געוויסע מאס, ס'קומט צייטן וואס דער כרס פראדעצירט און קען נישט שטיל בלייבן. למשל ווי מוצאי שבת ויצא ביים קרית יואל'ער דינער, וואו ער האט אליין מודה געווען אז ער האט נישט געפלאנט צו רעדן נאר מאיר הירש האט אים דערמאנט, האט ער טאקע אנגעהויבן ווארפן גאונות פון בויך ארויס און אזא פנים האט דאס טאקע געטראגן, ער האט געזאגט אויף א הלכה פסוקה אין שו"ע - וואס עס איז געווען צום ערווארטן אז מינונים דעם סעיף זאל ער קענען, נאך וואס ער טוט זיך אויף אלץ דער רב טרפון בדורינו - אז עס איז נישט דא אזא בית יוסף.

דער זייפן בלאז האט געפלאצט בתפארתה. דער גאון וקדוש האט זיך פאררעדט און דער טיטל עם הארץ איז ווייניג געזאגט אויף אים, אבער דאס מאכט זיי אזוי שפרינגן.

לכאורה איז דאס גענוג א גוטער הסבר פארוואס די זאליס רופן דעם ר' אהרן עם הארץ. און אויב נישט, זע איך נישט מיט וואס דער אישי שרייבער האט מער רעכט צו רופן דעם ביהמ"ד אין קרית יואל - סאסמאנס



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 08/12/2010 21:58:16




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2010 19:37 לינק ישיר 

ספרינטער איך בין מוחה אויפן בזיון איבער הרב ר' געציל שליט"א,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2010 07:14 לינק ישיר 

apnews קודם כל א דאנק פאר אויפמערקזאם מאכן, איך וויל אבער אויסקלארן מיינע רייד האסט מיר נישט גיט פארשטאנען.
איך האב געזאגט אז די ארונים האבן זיך איינגעפירט א מנהג ארויפצוקלעבן אויף יעדן א שפעט-נאמען, טראץ דעם וואס מיר האבן אזאנס קיינמאל נישט געטין.
ריפען מיר רבי אהרן "ארי בארי באקסער"?
ריפען מיר רבי געציל "קעצי? (דאס איינע מאל ווי עס איז געשטאנען אזוי און א פורים ארטיקל האבן זיי זיך תיכף אנטשולדיגט)
ריפען מיר פישער גבאי "פישער מיט די גרויסע ציין"?
ריפען מיר בערל פריעדמאן "פארקאלעכטע בערעלע"?
אדרבה זאלן זיי אנווייזן אויף וויפיל אינז רופן אן אזוי ווי זיי 
זאלי 
לבן פערלשטיין 
פעשע זרילע 
שפיצקע 
תימנ'ר טאלער 
שמואל קאמפאט 
נידריגמאן 
פיצי 
בן פראדעל
ר' מנשה דער פאסט טרעגער
מנשה סילוף
מיידלעך שטערן
דער ליסטע גייט נאך אסאך ווייטער איך האב נאר געוואלט אנווייזען א שטיקל דוגמה אויף וואס די ארונים האבן געמיינט אז ארויפקלעבן אויף יענעם א צונאמען וועט צוטראסקענען די גאנצע זאלי פארטיי און צוריקשטעלן דעם עם הארץ אויף די הייליגע סאטמארא קהילה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פרישע פאשקעוויל פון די אהרונים אויף זייער רבי'ן דער עם הארץ!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.