וויכטיג, איך האב דייקא נישט גערעכט געגעבן פאר די וואס טשעפען די קינדער, די קינדער זענען לכאורה אומשולדיג.
איך האב בלויז מסביר געווען אז מ'מקען אנקוקן די זאך פון א צווייטע זייט, און מעגליך זענען די עלטערן פון די קינדער שולדיג אין דעם, און נישט חסידי מהר"א וועלכע האבן לשיטתם א גערעכטע סיבה זיי נישט צו שטיצן.
(אגב, וואס איז דיין מיינונג איבער די מעשה וואס איז פארגעקומען פארגאנגענעם שבת אין מאנסי, ווען איינער מחסידי מהרי"י האבן מבזה געווען ר' דוד עקשטיין מראשי קהלת מהר"א, צו ווערט דאס אויך אין נכלל אין דיין כלל פון בלוט צאפער'ס?)
_________________
נשלח ב-6/12/2010 21:27
די ערשטע מאל וואס א אהרוני איז מודה אין די מאנסי מעשה.. ביז יעצט שרייען אלע ארונים אז ער האט בלויז געהאט כבוד מלכים.. טראכט איבער צו זאלסט מעקן דיין תגובה פאר יונה מיט בעקער וועלן דיך פארשטיינערן..
נשלח ב-6/12/2010 21:39
שאל אביך ויגדך
ממין טאטע האט מיר פארציילט און איך האב דאס ווייטער דערציילט פאר מיינע קינדער, ווען סאטמאר האט זיך געגרינדעט אין אמעריקא, דארף מען נישט מאריך זיין ווי מ'האט אפגעשפעט פון די לאגער אידן מיט די לאנגע פיאות וכו' אויב האט א סאטמארע אינגל אריינגעקלאפט נאכגעלט מיט א סאטמארע פושקע, איז ער ארויסגעווארפן געווארן מיט חרפות און בושות, ע"כ וואס מיין טאטע האט מיר פארציילט און דאס האב איך געזאגט פאר מיין אינגל ווען ער איז אהיימגעקומען זיך אפרעדן אז מענטשן טשעפענען אים ביים גיין נאכגעלט, זייט דעמאלטס גייט מיין אינגל מיט שטאלץ ארום ביי די טירן מיטן פושקע מיטן ראפעל אן קיין פחד פארקערט ער שפירט וואס זיין זיידע האט דורעכגעמאכט ווען ער איז געגאנגען נאכגעלט פאר סאטמאר, כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף
נשלח ב-7/12/2010 21:16
מענין לענין, וויל איך פארציילן א מעשה וואס איך האב לעצטענס געהאט, וואס ווייזט ווי ווייט א משוגענער חינוך גייט,
מיינס א נעפיו האט חתונה געהאט נישט לאנג צוריק, דער פלימעניק מיינער איז אן ארוני, אין ער איז געווארן א איידעם צו אן ארוני פארשטייט זיך.
ביי מיין משפחה פיר איך זיך נישט צו רעדן קיין פאליטיק, אבער יעדער אין מיין משפחה ווייסט ווי איך באלאנג אין פארטיג, איך בין נאנט מיט יעדן אין מען רעדט נישט קיין פאליטיק.
מאכט זיך א מעשה אז דער יונגער פאר פאלק נישט לאנג נאך דער חתונה זענען אירע עלטערן אוועקגעפארן אויף א שטיק צייט, אין זיינע עלטערן זענען פון אן אנדערע שטאט, אין די יונגע ווייבל ווייסט נאך נישט וויאזוי מען שטעלט צו א שבת, בקיצור זיי זוכן ווי צו גיין אויף שבת.
הערענדיג דערפון טראכט איך נישט קיין צוויי אין איך רוף אן דעם נעפיו מיינער אין איך זאג אים אז איך רוף אים אויף שבת צו מיר, ער האט זיך תיכף צוגעכאפט דערצו אין ער איז טאקע געקומען צו מיר אויף שבת.
אינמיטן די סעודה הער איך פליצלונג ווי מיין ב"ב שמועסט מיט דעם אורח'טע וועגן די נייע זאל, איך האב תיכף שטיל געמאכט אין געבעטן נישט צו רעדן פאליטיק, גייט נישט דורעך קיין צוויי מינוט אין אודך, פרעגענדיג מיין ב"ב וואס איז דער פשט דערפון, רוימט די מיר אריין אז זי ווייסט נישט, יענע וויל עפעס נישט נישט אויפגעבן נאר מסביר זיין וואס פאר א עבירה די נייע זאל איז.
איך האב זייער געוואלט מען זאל סטאפן רעדן דערפון, רוף איך זיך אן צו איר, ווי גרויס איז דער עבירה? למשל טאמער מאך איך דארט חתונה גייט איר קומען? זאגט זי מיר אזוי אין פנים אריין ניין! פרעג איך איר וואס איז דער פראבלעם? ענפערט זי מיר מיט א פעסטקייט סאיז גלילות, דער דיין האט געפסקעט אז גלילות איז אסור, פרעג איך איר וואס מיינט גלילות? זי ווייסט נישט ענפערט זי, זאג איך איר אז גלילות מייט אז מען דרייט צוזאם דעם ספר תורה נאכן ליינען, דער מאן אירע האט געוואלט אז דער ערד זאל זיך אים עפענען אונטער אים, איבריג צו זאגן אז מער האב איך דערפון נישט געהערט רעדן.ע"כ המעשה.
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 07/12/2010 21:17:16
נשלח ב-7/12/2010 21:54
מלך, זאג מיר צו איך פארשטיי, האסט געכאפט די פרוי ביים ווארט אז זי ווייסט ווייסט נישט וואס גלילות מיינט, און דערמיט פרובירט אפשצושפעטן איר תמימות פון פאלגן א פסק הלכה פון איר דיין?
_________________
נשלח ב-7/12/2010 22:21
וי האט איר דיין ג'פסקענט אז זי טאר נישט גיין צי די חתונה איך האב געהארט זיין דרשה אין געליינט זיין בריוו ווי שטייט דארט אזא זאך אין בכלל פין זיי וועליכע רב אדער אפי' מו"ץ איז דא א פסק איך האב נאר געזען א בריוו פין דעם חכם לאקס'עלע פין כעלעמע קהל'ס אפיס איז ער די דיין וואס די אין די פרוי מיינען?
נשלח ב-7/12/2010 22:28
און אויב וועל איך דיר איבערצייגן אז ער האט יא אזוי גע'פסק'ט, וועסטו דאן זיין איינשטימיג מיט מיר אז 'מלך' איז נישט גערעכט געווען מיטן אפשפעטן זיין קוזינע די פרוי, מיטן איבער זאגן א פסק הלכה פון איר דיין בתמימות?
_________________
נשלח ב-7/12/2010 22:46
לויט ווי איך פארשטיי שפעט ער נישט אפ פין די פרוי ער ברעגט נאר ארויס זייערע שיינע מידות זי עסט יענעמס ברויט אין זאגט יענעם אין פנים אריין איך גיי נישט קימען צי די חתונה אין בכלל דעס אז זי וויל נאר ווייטער רעדן דערפין אפי' זי ווייסט ווי זי איז אין נאכדעם ווי מאיז איר עס מרמז
אין זאג נאר אויב מעג איך פרעגן אויף יענקל פארגעס מיט דעם אברהם הערש שעהר וואס מאכן משוגע פרויען וואס פאלגן מיט תמימות זייערע דיינים איבער 10 אין צאל דארט איז דיר אויך שווער די קשיא
תוקן על ידי kj1234 ב- 07/12/2010 22:46:40
נשלח ב-7/12/2010 23:32
דייקן טייערער, ביסטו טאקע א דייקן אדער סתם א קאפ פארדרייער? איך מאך ליצנות פון די פרוי? ביסטו פארנערט? איך האב גרויס רחמנות אויף א יונג קינד וואס איז ליידער אזוי נתחנך געווארן, נעבעך נעבעך, אזוי ווייט נישט צו וויסן?
וויבאלד דו האסט אזוי סאך שכל כמעט ווי א חלה דעקל וועל איך דיר פראבירן מסביר צו זיין מיט א משל, לאמיר זאגן אז איך א סאטמערער בין יעצט סטאק געווארן אויף שבת אין טשיינע אין איך האב נישט געהאט ווי צו גיין נאר צו א חב"ד הויז, זיץ איך דארט שבת ביים טיש אין איך רעד אויפן ליבאביטשער רבין, דער מכניס אורח בעט זייער שיין סטאפ! רעד נישט דערפון, אין איך גיי ווייטער אין בין מסביר וואס א שצץ דער ליבאביטשער איז געווען, נישט נאר דאס נאר דו בעל מכניס אורח ביסט א כופר, ווייל דו האלטס מיט די מדינה.
דאס אז דו ארוני פארשטייסט גארנישט וואס איז פאני דא, פראווט פשוט מיין פאוינט, א חינוך פון צעדרייעטקייט, דאס לערענט מען ביי ענק.
_________________
נשלח ב-7/12/2010 23:54
מלך, ס'טייטש אזוי, דיין טענה איז אז די האסט געבעטן מ'זאל מער נישט רעדן, און די פרוי האט ווייטער גערעדט, מסכים, דאס וועל איך דיר גערעכט געבן, איך ווייס נישט גענוי וואס דארט האט זיך אפגעשפילט, אבער לויט ווי די לייגסט דאס אראפ איז דאס לכאורה טאקע אוממענטשליך.
אבער די טענה איז דא אויף א פריוואטן מענטש, וואס אויב די ווילסט שטארק קען איך דיר דערציילן די זעלבע מעשיות אויף פארקערט. לדוגמא, אז איינער ממתנגדי מהר"א איז געזיצן ביי א משפחה שמחה פון חסידי מהר"א, און מ'האט דארט סערווירט ק"י פלייש, און יענער האט זיך איינגע'עקשנ'ט אז מ'טאר די פלייש נישט עסן, איך וועל נישט צופיל מאריך זיין, וא"כ אין לדבר סוף. איך וויל פשוט זאלסט פארשטיין דעם פוינט אז אזא טענה איז א פרט אויף א יחיד, און נישט קיין כלל אויף גאנץ חסידי מהר"א אדער זיינע קעגנער, און אוודאי נישט קיין יסוד, גערעכט?
אצינד אז מיר פארשטייען זיך שוין און לכאורה זענען מיר אייניג אויפן זעלבן שורה, אז די פריערדערמאנטע טענות קענען גיין אויף ביידע צדדים צוגלייך. אפשר ענטפערסטו מיר מיין פראגע, אז אויב חסידי מהר"א האלטן אז מוסדות בני יואל / ויואל משה זענען אסור אין ק"י און מ'טאר זיי נישט שטיצן, און ווען א קינד פון יענע מוסדות גייען נאך-געלט ביי איינעם מחסידי מהר"א אין שטוב, און ער וויל אים נישט געבן קיין געלט, און דאס קינד ווערט געטשעפעט. קען די טענה גיין אויף די עלטערן וועלכע שיקן דארט זייערע קינדער און זיי ווייסן אז זייערע קינדער קענען אויסשטיין צו די אומאנגענמליכקייטן?
תוקן על ידי דייקן ב- 07/12/2010 23:59:54
נשלח ב-8/12/2010 18:24
דייקן האסט א געפערליכער טעות, דו פארשטייסט בכלל נישט וואס מען רעדט דא, די מעשה וואס איך האב פארציילט איז בכלל נישט פארגעקומען אין קר"י, איך וואוין אין א שטאט ווי סאטמער פארנעמט גאר גאר א קליינע פראצענט פון די אידישע באפעלקערונג, ממילא איז דאס נישט אוממענטשליך, נאר ווי איך רוף דאס א משוגענער חינוך, אין דו כאפסט ניטאמאל ווי משוגה דאס קוקט אויס, נאר דו שטעלסט זיך אויף די וויץ וואס איך האב געמאכט.
די מעשיות וואס דו פארציילסט וועגן פלייש האב איך קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט אחוץ פון סקאטמאלען אויף היידפארק, איך אליינס עס נישט פון קר"י פלייש, אבער פון נישט עסן ביז טון וואס דו שרייבסט איז א לאנגער וועג, נישטאמאל אין חלום וואלט מיר אזאנס בייגעפאלען.
יעצט וועל איך זיך באציען צו דיין חלה דעקל שאלה, איך וועל דיר ענפערן מיט א שאלה אין איך האף אז דערנאך וועט דיין שטימפיגע קאפ אביסל שארפער ווערן: אפשר ענטפערסטו מיר מיין פראגע, אויב חסידי מהרז"ל / בני יואל האלטן אז אהרן טייטלבוים איז נישט מער ווי א טמאנער קליפה אין ק"י, און מ'טאר זיי נישט שטיצן, און א קינד פון זיינע מוסדות גייט נאך-געלט ביי איינעם מחסידי מהרז"ל / בני יואל אין שטוב, און ער וויל אים נישט געבן קיין געלט, און דאס קינד ווערט געטשעפעט. קען די טענה גיין אויף די עלטערן וועלכע שיקן דארט זייערע קינדער און זיי ווייסן אז זייערע קינדער קענען אויסשטיין צו די אומאנגענמליכקייטן?
האסט שוין דיין תירץ? צו פארשטייסטו נאך אלץ נישט?
_________________
נשלח ב-8/12/2010 18:50
מלך, וואו כאפט די נפק"מ צו די וואוינסט אין א קליינע אדער גרויסע שטאט, מיט א סאטמאר'ע גרעסערע אדער קלענערע באפעלקערונג, זיי ביטע א ביסל קלארער מסביר, ווייל דערווייל האב איך נישט זוכה געווען צו כאפן וואס די ווילסט מיט דעם ארויסברענגען. מיט אנטשולדיגונג.
בנוגע די מעשה מיט די פלייש, דאס איז א מעשה וואס איך פערזענליך האב מיטגעהאלטן עטליכע מאל און אפאר ווערסיעס -אויב די ווילסט שטארק, קען איך דיר אלעס דערציילן- און איך פארלאנג נישט די זאלסט גלייבן, נישט דאס און נישט די 'סקאטמאלען' מעשה, נאו אפענס, אבער אזוי אויך איז קיינער נישט מחויב צו גלייבן די היידפארק 'מלך' מעשיות. אצינד, איך האף אז אזוי וועסטו פארשטיין דעם פוינט וואס איך ברענג ארויס, אז פרטיות'דיגע מעשיות פון פריוואטע מענטשן זענען דא צענדליגער און פון ביידע זייטן צוגלייך.
און אצינד צום עיקר, אקוראט וואס די האסט געענטפערט, דאס איז מיין פוינט וואס איך וויל ארויסברענגען פאר בני יואל / חסידי מהרי"י, אז די קענסט נישט ארויפצווינגען דיין קעגנער אז ער זאל דיר פאר סיי וועלכע סיבה שטיצן, ער איז דאך דיין קעגנער, נישט אזוי?!... און אודאי קענסטו נישט האבן קיין טענות.
יעצט, איך זעה די האסט דאס יא פארשטאנען און די האסט ב"ה א גוטן שפראך, און ווען איך שרייב דאס האבן בני יואל / חסידי מהרי"י לכאורה א נגיעה דאס נישט צו פארשטיין, ביטע זיי די עס זיי מסביר. יישר כח.
_________________
נשלח ב-8/12/2010 19:01
לאמיר א מינוט פארגעסן פון מיינע מעשיות, אין פון דיינע מעשיות, לאמיר רעדן פון מיר אין פון דיר:
די ארונים אויף היידפארק שרייבן מעשיות מיט פלייש, פיין אין וואויל, איך האב שוין געשריבן מיין מיינונג אז עס איז נישט נישט מענטשליך אזוי צו טון (טאמער איז עס בכלל געוועהן), עס נישט אין פארטיג, מאך נישט קיין געוואלדעס, בין איך א מענטש?
די זאליס טענהען אז ארונים פארשעמען קליינע קינדערליך וואס גייען נאך געלט, וואס ענפערסטו? סאיז גוט אין פיין, די עלטערן זענען שולדיג, ביסטו א מענטש?
פשוט געלערנט עברי טייטש וואס הייסט א חלה דעקל.
נשלח ב-8/12/2010 19:11
מלך, איך זעה די האסט מיר נאכאלס נישט פארשטאנען.
די ביזט צו מיר מודה אז ווען די קעגנערס פון מהר"א מאכן געוואלדעס איז נישט מענטשליך.
אצינד, ליין איבער מיינע פריערדיגע תגובות, וועסטו זעהן אז איך האב נישט געזאגט אז דאס איז גערעכט צו טוהן, און די קינדער זענען לכאורה אומשולדיג. איך האב נאר פשוט ארויסגעברענגט די טענות פון א צווייטן פערספעקטיוו, אז אולי זאלן בני יואל / חסידי מהרי"י פארשטיין, אז ווען זייערע קינדער ווערן געטשעפעט אין ק"י, זענען נישט קיין צווייטער ווי זיי די שולדיגע, צוליב די סיבות ווי פריער-געשמועסט.
בנוגע מיין און דיין עברי טייטש. לשיטתך, צו גייט אריין די פריערדיגע ווערטער וואס די האסט געשריבן אויף מהר"א בגדר אוממענטשליך?
_________________
נשלח ב-8/12/2010 19:17
אויסדריקלעך נישט, א מענטש איז אינטייטעלד צו זיין אפיניען, צו עס געפעלט דיר צו נישט, אוממענטשליך איז וואס ער טוט, נישט וואס ער האלט.