אין זאג נאר אויב מעג איך פרעגן אויף יענקל פארגעס מיט דעם אברהם הערש שעהר וואס מאכן משוגע פרויען וואס פאלגן מיט תמימות זייערע דיינים איבער 10 אין צאל דארט איז דיר אויך שווער די קשיא
תוקן על ידי kj1234 ב- 07/12/2010 22:46:40
נשלח ב-8/12/2010 19:36
אפשר שטעלסטו מיר ביטע אריין מיט פשט דיינע צוויי כללים אין די פאלגנדע?.
ווען א קינד גייט נאך געלט און ווערט פארשיקט צוליב סיבות. ווען איינער איז מסביר די סיבה פונעם פארשיקער. ווען א פרוי זאגט איר מיינונג אנטקעגן די שיטה פון איר מכניס אורח. ווען די מכניס אורח פליקט איר צוריק. איר מאן וויל דאס ערד זאל זיך פאר אים עפענען. ווען א בעל שמחה שטעלט צו פלייש, און איינע פון די ארטיגע קאמענטירן אנטקעגן די פלייש. ווען איינער שרייבט נישט קיין שיינע אויסדריקן אויף א רבי פון חסידים.
_________________
נשלח ב-8/12/2010 19:46
KJ, די סדר פון מענטשליכקייט איז אז ווען איינער פרעגט, דארף דער געפרעגטער קודם ענטפערן, און אזוי אויך ענטפערן די קשיא וואס ער איז געפרעגט געווארן.
איך בין דיר דן לכף זכות אז די האסט מעגליך נישט פארשטאנען מיין שאלה, וועל איך דיר דאס איבערפרעגן. און תיכף דערנאך וואס די וועסט מיר ענטפערן, וועל איך דיר אי"ה ענטפערן א תשובה אויף דיין שאלה עצהיו"ט.
די האסט געשריבן, אז די האסט געליינט און געהערט די פסק פונעם דיין פון ק"י רבי געציל, און ער האט קיינמאל נישט גע'פסק'ט אז מ'טאר זיך נישט משתתף זיין ביי די שמחות. אצינד ווארט איך צו הערן אויב איך קען דיר ברענגען די גענויע ווערטער פונעם דיין וואו ער שרייבט און ער זאגט קלאר אקוראט דאס פארקערטע וואס די האסט געשריבן.
_________________
נשלח ב-8/12/2010 20:01
נא ברענג מיר עס וואס ווארטסטו אויף מיין רשות אז איך בין נישט גערעכט ברענג עס אין פארטיק
נשלח ב-8/12/2010 20:24
אין א בריוו דאטירט חודש ניסן תשס"ט, ברענגט דער ק"י דיין רבי געציל אראפ פון עטליכע פריערדיגע רבנים ובראשם האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל, די חומר הענין פון חתונה מאכן אין א זאל אן קיין רשות פון א מרא דאתרא, און דער דיין ענדיגט צו דאס פאלגענדע: "ומהנ"ל מבואר שח"ו לשום מאן דהו, לסדר קידושין פה ק"ק קרית יואל ובהגלילות, מבלי נטילת רשות מאת המרא דאתרא ה"ה כ"ק מרן רבינו שליט"א שלא לפרוץ בזה גדרן של ראשונים כמלאכים" וכו'.
אין זיין דרשה א' משפטים תש"ע, ברענגט דער דיין אראפ די שארפע לשונות פון האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל "והקרואים לסעודות מריעות, די וואס מ'רופט זיי זאלן זיך דארט משתתף זיין, זענען ראוי צו חירופים וגדופים ונזיפה".
אצינד אז איך האב דיר געברענגט דעם קלארן פסק הלכה פונעם ק"י דיין רבי געציל, און אזוי אויך צוגעלייגט די פסק וואס האדמו"ר מהר"י מסאטמאר האט גע'פסק'ט אין אזא פאל. ווארט איך די זאלסט מיר ברענגען די פסק הלכה פון די איבער 10 דיינים אז עס איז א חוב קדוש חתונה צו מאכן אין עטרת מאיר צבי, און גלייך דערנאך וועל איך דיר אי"ה ווייטער ענטפערן אויף דיינע פראגן.
_________________
נשלח ב-8/12/2010 22:17
פארדריי נישט קיין ווערטער נישט פין מיר אין נישט פין דעם גאון אדיר מחבר ספר שיש בתוכו 3 שו"ת וכמה מכתבים קודם ער שרייבט דירעקט נישט ארויס וועם ער מיינט מיט כ"ק אדמו"ר שליט"א אזוי האט ר' געציל געזאגט אין אזוי אויך האט ער געזאגט פאר 2 מענטשן נאכ'ן שרייבן די בריוו אז ער מיינט נישט די בני יואל זאל
אין נאכדעם ביי די דרשה ברעגט ער ארויס אז סאיז א הארבע זאך ווי מזעט פין די לשון פין רבי'ן אינעם בריוו ער זאגט אבער בכלל נישט אז מטאר נישט גיין צי א חתונה אין ב"י זאל
אין די הברי הבד"צ שרייבן טאקע קלאר ארויס אינעם בריוו אז סהאט נישט קיין שייכות אהער די מעשה
אין נאכדעם חוב קדוש מאן דכר שמיה
אין די נעקסטע מיז שוין זיין א תשובה פין דיין זייט ווי אזוי קען דער יענקעלע פארגעס מיט אברהם הערש שעהר רודפ'ן פרויען וואס פאלגן זייערע מענער אין זייערע טאטעס אין דעס איז שוין איינמאל א חוב קדוש !
נשלח ב-8/12/2010 22:54
איך וויל נישט דא מאריך זיין סתם מיט טענה'ריי אן קיין תכלית, א יעדער ווייסט, וויאזוי ר' געצל שליט"א האט זיך אויפגעפירט, לגבי פאליטיק, און קרית יואל, אלע פארגאנגענע יאהרן, ער האט אלס געמעינטשט, צי גיין צווישען די טראפן, ער האט קיינמאל נישט געוואלט האבן קיין חלק און די רשעות רעזשים, און ער האט טאקע מצליח געווען, מער ווייניגער זיך ארויס צידרייען דערפון, דערפאר איז ער טאקע געווען געשעצט, ביי רוב רבו פון תושבי קרית יואל, אפילו געוויסע גאר שטארקע בני יואל, איז געווען אזעלעכע וואס פלעגן עם טראגן משלוח מנות, און פארקויפן די חמץ וכדומה, יא יעצט איינמאל איז עס זיי געלאנגען, און איך גלייב לויט מיין השערה, וועלן זיי עס מער נישט באקומען פון עם, ווייל ער האט נישט גערעכנט, אז מען זיכט פשוט א כפרה הינדל, ווער עס זאל זיין שילדיג, און די אלע רשעות וואס זיי פלאנען צי טון אויף זיין ווארט, ער האט זיך אויסגערעהט פאר איינע פון זיינע אמת'ע גוטע פריינד, אז זייט מאנטעווידעי רב לויה, האבן זיי עם דארט אינסייד שרעקליך גערודפט, און ווען זיי האבן פארלאנגט פון עם די סידור קדישין דרשה, האט ער געזעהן אז ער וועט דאס שוין נישט דורך טראגן, האט ער געמאסטן וואס ער גייט זאגן, און לויט די אימשטענדן וואס ער איז דעמאלטס געווען, האט ער געהאלטן אז זיי וועלן נישט קענען ניצן זיין דרשה פארדעם וואס זיי ווילן, א יעדער קען זיך דאס איבערצייגן, יעצט וועל איך נאר ברענגען איין משל ער האט פארגעלערנט די מכתב פון רבין, מיט דעם לשון וואס איך שרייב דא אראפ פון טעיפ,
וקבלה הוא בידינו הם קיבלה מרבני צרפת וואס זענן געווען בימי ר"ת שגזרו ואמרו שלא יסדר אדם שום קדישין נאר מי "שנבחר" לרב או מו"ץ בקהלתו או מדינה או גליל אפילו ער איז א רב ערגעץ אנדרשט ווי אויב ער איז נישט געווען "אויסגעוועלט" און דעי קהילה, דא האט מען עם נישט "אויסגעוועלט" האט מען גוזר געווען אז ער טאר נישט מסדר קדישין זיין זאל ער זיין וואסערע גרויסע רב ער איז דא און די קהילה און דעם שטאט האט מען עם נישט מקבל געווען פאר רב טאר ער נישט דא מסדר קדישין
זייער שארפע לשונות פוק חזו עימהי עכ"ל
פאר די ארונישע אינגעלייט, וואס זענען געבוירן געווארן נָאך מהר"א'ס הכתרה תשמ"ה, וועלן קיינמאל נישט פארשטיין, אז אזעלעכע ווערטער וואס דער דיין האט דא געזאגט, מיינט פשוט א וועג ארויס פינעם פלאנטער, אבער דער דיין האט פארזעהן, אז זיי גייט יעצט נישט אן פינקטליך וואס ער זאגט, נאר אזוי ווי ער האט שוין עפעס געזאגט, לגבי דעם ענין, נעמען זיי זיך צי די PRארבעט, כידוע PR מיינט, אריין האקן פאר מענטשען און קאפ, וואס אימער מען וויל, מיט פראפעגאנדע,
זיין גאנצע מהלך סיי פון זיין דרשה און סיי פון זיין בריוו גייט מיט דעם סיגנן,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 08/12/2010 23:05:56
נשלח ב-8/12/2010 23:20
KJ, ס'טייטש לשיטתך איז די בריוו און די גאנצע דרשה פון רבי געציל בלויז א פורים שפיל, (ווען ער שרייבט "מרא דאתרא" מיינט ער לכאורה תולדות אהרן רבי, און ווען ער רעדט פון א "זאל" מיינט ער עטרת חי' שרה אין מאנסי...) כ'פארשטיי גוט? איך ערווארט א קלארן תשובה.
אצינד צו דיין שאלה, איך וועל דיר קודם ענטפערן בקיצור, און אויב די וועסט נאכאלס נישט פארשטיין, וועל איך זיך אנשטרענגען דיר צו ענטפערן מער באריכות.
ר' יעקב פארגעס, ר' אברהם הערש שעהר, קהל ק"י, און אלע אנדערע אידן וועלכע זענען פארנומען מיט די מערכה, האבן אנגענומען דעם פסק פון רבי געציל וועלכע ברענגט אראפ דעם קלארן פסק פון זייער רבי האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל, ווי ער שרייבט פונקטליך וואס מ'האט צו טוהן ביי א פאל וואו איינער איז מסדר קידושין אנע רשות פונעם מרא דאתרא.
אצינד בלייבט דאך לכאורה נאך אלס שווער די קשיא וויאזוי די רבי מהר"י מסאטמאר ז"ל האט געקענט אזאנס צולאזן אז מ'זאל רודפ'ן פרויען וועלכע פאלגן זייערע מענער און זייערע טאטעס, דאס וועל איך דערווייל איבערלאזן מיט א קשיא און נישט פארענטפערן, אויב איינער מחסידי האדמו"ר מהר"י מסאטמאר ז"ל האט א תירוץ דערויף זאל ער דאס ביטע ענטפערן, יישר כחכם.
_________________
נשלח ב-8/12/2010 23:38
רשכבה"ג, דאס אז רבי געציל האט עקסטער גע'פסק'ט פאר א זיידע פון אן אייניקל וואס זיין חתונה איז געווען אין די עטרת מאיר צבי, אז ער מעג זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה האט ער אויך געמיינט דערמיט צו גיין צווישן די טראפן?
_________________
נשלח ב-8/12/2010 23:52
ר' געציל האט קיינמאל אזאנס גע'פסק'נט פארן זיידען. ר' אביש האט געהייסן.
איך קוק אן די מעשה פון מלך מיט אביסל א אנדערע פרעספעקטיוו. דאס אז זיין פלימעניצקע פאלגט איר דיין אז דאך זייער גוט, די פראבלעם איז ווען יעדער חלה דעקל באזונדער ווערט מיר א גאנצע מיסיאנער און פראבירט מסביר צו זיין 'לכל מאן דבעי למידע' דעם חומר האיסור אין די צייט וואס דער חלה דעקל אליינס ווייסט נישט וואס די איסור איז.
בנוגע דיין מיינונג איבער די מעשה פון 'מלך', איז עס בערך די זעלבע בחינה וואו די קאטשקע פלייש פרשה, נישט אזוי?...
_________________
נשלח ב-9/12/2010 00:14
ווען איינער זאל אריין גיין איין טאג און וויזשניץ'ע ביהמ"ד און מאנסי, און דארט טרעפן יענקל מילער, ווי ער שטייט און רייבט זיך איין הענט און די צווייטע, און דאווענט אזוי ערליך, אזש, אז איינער וואס ווייסט נישט ווער דאס איז, פרעגט זיך נאך ביי איינעם, זאג נאר ווער איז דער תולדות אהרן'ער אינגערמאן,
אזש אזוי זעהט אויס דער אהרוני ווען ער רעהט מיט אזא יראת הכבוד פון א דיין בכלל און פון זיין פסק בפרט,
היסטארי יוכיח,
נאר וואס דען אזוי ווי אלע זייערע אינטערנעמינגען וואס גייט מיטן שיטה פון די ציונים "המטרה מקדשת את האמצעים" יעצט אז עס פעהלט אויס צום ציהל, וועט א דיין'ס פסק ווערען קדוש,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 09/12/2010 00:16:01
נשלח ב-9/12/2010 04:11
רב דייקן עס זעט אויס
ווי די מיסט דווקא מדייק צי פארדרייען דעם אשכול אין ב"ה עס איז דיר געלונגען מנהל
טייערע איך מיין די זאלסט אויסמעקין זיינע שטותים דא יישר כוח למפרע אז די ווילסט דייקא רעדין פין סידור קידושין זיי מוחל מאך
דיר א אשכול איך וועל הארצען גערין דארט רעדין מיט דיר יעצט צים ענין וואס מען האט געשמיעסט דא וועגין געבין געלט
פאר די ארוינים אפילו זיי געבין נישט פאר אינזערע קינדער. איך וועל איך פארציילען א
מעשה שהיה מיט מיינס א משפחה א גרויסער אהרוניסט ער האט חתונה געמאכט א זין זיינער
אין קרית יואל אין פארעדייס האב איך זיך גראדע געטראפען איין מוצאי שבת שמועסענדיג
מיט מיין טאטע אין אויך מיינע ברודערס האב איך ארויפגעברענגט אויפען טיש אז היות
דער פעטער וואס מאכט חתונה אין פערעדייס גייט דאך נישט קימען צי אינזערע שמחות אפשר
איז כדי אינז זאלען טאקע נישט גיין צי עם אויך נישט אין פטור אן עסק אינז אלע
ברודערס יונגעלייט איז דאס זייער געפאלען אין מיר האבען טאקע אזוי געפלאנט צי טין
אבער מיין טאטע א חסיד פין רבי זכותו יגן עלינו האט געטראכט אנדערש אין ער האט אינז
אנגעפאנגען מוסר זאגען צוויי זאכען איינס - מיר האבען געהאט א גרויסען רבין אין
ער האט געהאלפען א יעדען
אפילו יענער איז געווען א אגודיסט אבער ווען יענער איז
געקימען נאך געלט איז ער ארויס פין זיין וועג אין געגעבין אפילו מער ווי ער האט
געגעבין פאר זיינע אייגענע מענטשין. אין אינז אלס בני יואל גייען אויף זיינע
דרכים דאס זאל זיין דיין
ענטפער אויף די געלט קשיא וואס די האסט געפרעגט
אין די צווייטע זאך האט ער
אינז געזאגט לגבי גיין צי די חתונה זייער סימפעל די ארוניסטען האבען א תורה וואס
דאס איז מוכאמעדס תורה אין האבען נישט דאס אפילו ער גייט טאקע נישט קימען צי
אינזערע שימחות אין אינזער זאל אבער מיר האלטען נישט מוכאמעדס תורה מיר זאלען אלע
זען צי קימען אין טאקע איך האב א ברודער וואס וווינט גראדע זייער ווייט פין קרית
יואל אין ער קימט נישט כמעט צי קיין חתונות נאר טאמער יענער איז זייער א נאנטער
אבער דא וויבאלד ער איז פינקט געווען דארטען יענעם מוצאי שבת האט מיין טאטע עם
געהייסען ארויסקימען ספעציעל אינאיינעם מיטען ווייב כדי צי ווייזען אז מיר קימען צי
משפחה שמחות אין איבריג צי זאגען אז עס איז אים גאר ווייניג געפאלען אבער א ברירה האט ער געהאט
נשלח ב-9/12/2010 04:53
איך וויל זיך טאקע אנטשולדיגן אז די שמועס איז פארדרייט געווארן שלא ברצוני. אבער אזוי גייען שמועסן, מ'ברענגט א ראי' פון דא און פון דארט, און ס'ווערט פארדרייט. און אויב דער מנהל זעהט דאס לתועלת קען ער פארמעקן מיינע תגובות הארצן גערן.
אצינד 'משה', צום ענין, דיין טאטע טוט טאקע זייער א שיינע זאך, און קיינער מאכט דאס נישט אוועק, און אזוי אויך קען איך פארשטיין דיין געפילישע סיבה פארוואס די און דיינע ברודער ווילן זיך נישט משתתף זיין מיט ענקערע קרובים שמחות.
איך וויל אבער די זאלסט פארשטיין, אז די סיבה פארוואס חסידי מהר"א גייען נישט צו אייערע חתונות אין די נייע זאל, איז נישט וועגן אוממענטשליכקייט, ביי זיי איז דאס א שאלה אין הלכה. והא ראי' אז ווען בני יואל / חסידי מהרי"י מאכן און האבן חתונה געמאכט ערגעץ אנדערש סיי ווי, האבן זיך רוב נארמאלע חסידי מהר"א משתתף געווען מיט זייערע/ענקערע שמחות.
און די זעלבע זאך האלטן חסידי מהר"א אז די מוסדות פון בני יואל / חסידי מהרי"י זענען אסור -ווי פריער ערווענט- און אזוי אויך א קלאר'ן פסק פונעם בי"ד אין ירושלים, בנוגע עפענען אנדערע מוסדות אין ק"י.
אצינד בלייבן מיר מיט דעם, אז די סיבות פון חסידי מהר"א איז בלויז אן הלכה שאלה, און האט גארנישט מיט אוממענטשליכקייט.
_________________
נשלח ב-9/12/2010 06:04
כ'האב נישט געוויסט אז די זאליס פארמאגען אזעלכע גיטע הערצער, ווייל למשל תולדות אברהם יצחק אדער כולל זיבענבערגן - פאריאר האט מען יא געמעגט בויקאטען, דארט איז עס נישט געווען קאלטבלוטיג אדער עקסטרעמיסטן וכו',
זעהט עטס די ארונים האבען עפעס א מין רשעות אין זיך, אז פאר ג'אסר'טע מוסדות געבן זיי נישט קיין געלט, למשל א חדר פאר נעלאגישע קינדער וואס איז ג'אסר'ט דורך די גדולי אונגרן. אדער א חדר ווי בנ''י וואס איז ג'אסר'ט דורך די גדולים פין לעצטן דור ז''ל געבן מיר נישט קיין געלט,
אין אגב וואס די באקסט וועגן טשעפן בנ''י קינדער וואס גייען נאך געלט ס'איז נישט ענקער ערשטע ליגענט, אבער פרעג דיך ביטע נאך וואס די ארונישע קינדער פלעגן אויסשטיין ביים גיין נאך געלט אין וומ''ס הייזער ביי זאלי טירן - שמיר נישט אויף יענעם דיין אייגענע שמוץ