דער אשכול איז ווייט פארפארן פון דעם נושא וואס דער פותח וועראיז האט אנגעהויבן, די אהרונים פרובירן ברענגן ראיות פון עוולות וואס ווערן געטון דורך טאטע'ס צו טאטע'ס, און דרייען אוועק דעם שמועס פון די עוולות וואס ווערן געטון פון אהרוני טאטע'ס צו זאלונישע און בני יואל'ער קינדער.
האמת אגיד, די וואך איז געקומען צו מיין טיר א אינגעלע מיט א ביכל פאר קרן אוצר החכמה פון די ווייט עוו. ת"ת. דער אינגעל זעענדיג ווי איך וויל אזוי שטארק זען דעם נאמען פון די ת"ת האט פארדעקט דעם נאמען און צוריקגעצויגן דאס ביכל אביסל צו זיך. איך האב אים געזאגט איין מינוט, פארמאכט די טיר און געפלאנט צו לאזן אים הענגן. מיינע אינסטינקטען האבן מיר אבער געזאגט אז איך זאל מיך נישט פירן אויפן דרך האהרוני וואס פארלאנגט צו מעניש זיין די בנים על עוון אבות, און איך האב צוריקגעעפענט דעם טיר און געגעבן דעם אינגל צוויי דאללער, דאס איז מער ווי איך געב סתם אזוי, בלויז פאר די מחשבה זרה וואס איך האב געהאט פאר איין רגע אים צו מבזה זיין.
לענינינו, עס האט נישט קיין שום זין נישט ע"פ תורה און נישט ע"פ נימוס צו טון אזא עקלהאפטיגע שריט מיט קינדער. און ווער עס טוט דאס יא איז א ערשט קלאסיגער רשע און אכזר. וואס חוץ מזה וואס אין אים זעלבסט בויעט זיך א קעמערל פון א אבנארמאלע מאס רשעות, מאכט ער נאך דעם אינגעל וואס שטייט ביים טיר מיט א תמימות און וויל צוזאמשטעלן די פאר דאללער - נישט ווייל ער פארשטייט אז מ'דארף די געלט צו אויפהאלטן די מוסדות, נאר פשוט ווייל ער וויל פארדינען א קאלקילעטער זייגער נאך חנוכה פאר ווער עס ברענגט אריין דעם שיינעם סכום - פאר א ביליגע רשע. ווייל אין דאס קינד ווערט גלייך איינגעגעסן א שנאה צו די מענטשן וואס האבן אים מבזה געווען, און ווען ער הייבט אן פרעגן קשיות ווער די מענטשן זענען, און ער ווערט געוואויר אז דער איד האט אים פארשעמט בלויז ווייל ער האט נישט ליב זיין פארטיי/רבי, בלייבט דאס איינגעקריצט אין זיין מח אויף אייביג, און ווען ער וועט עלטער ווערן און וועט זאגן אהרן טייטלבוים ימ"ש אדער זאלי פוי, קומט דאס פון א אינערליכע ווייטאג וואס מ'האט אים פארשעמט יענעם חנוכה אלץ קליין קינד.
נשלח ב-9/12/2010 10:00
חוץ רעביאנקל, ווייסט קיינער נישט פון אזאלכע מעשיות. (און ער ווייסט עס אויך נאר פון אישי...)
דער פאקט האט באוויזן, אז אין יעדן ארט ווי די אהרונים פילן זיך גאר באקוועם, איז דא טעראר, און מחלוקת עד אין לשער. ב"ה אז עס איז נאר דא 2 אזאנע ערטער. קרית יואל אין אמעריקע, און ק.י. אין ב"ב. און איבעראל אנדערש, לעבט זיך יעדער איינער רואיג ברידערלעך איש תחת גפנו ואיש תחת תאינתו.
דער פשט דערפון איז, די יסודותדיגע חילוק אינעם מהות פון די מנהיגים פון די 2 פארטייען, וואס דאס איז אויטאמאטיש גורם דעם מהות פונעם ציבור. הגם ביי די זאלי'ס איז עס דער ציבור וואס מאכט דעם הנהגה, כמאחז"ל מנהיג לפי הדור, וואלט איך אבער נישט געזאגט אויפן כלליות ציבור האהרונים אז זיי מאכן די פארדארבנקייט פון זייער הנהגה.
די אהרונישע הנהגה, פירט זיך אויף א מהלך פון "וכל זה איננו שוה לי". מער באריכות קאן מען הערן די דרשות פון דעם מנהל דישיבתינו הק', תשואות חן פאר די אהרונים פארן עס פארשפרייטן לכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע. ממילא, ווען עמם בבית צופאלט זייער איינגערעדטע בעלות, און עס יאווען זיך פשוט א צווייטע האלב שטאט מיט אידן וואס ווילן לעבן רואיג, דאווענען אין זייערע בתי מדרשים, שיקן די קינדער אין מוסדות וואס עס געפעלט זיי, איז דאס א מוראדיגער קלאפ פאר די פארטיי. עס איז די גרעסטע שטויס אינעם "כל זה". ווייל עס איז דא נאך א צווייטער אויסער מיר וואס עקזיסטירט. און דערפאר, וועט מען אונטערשטעלן פיסלעך וויפיל מען קען. אלעס איז מותר פאר דעם ציל. ווייל דאס בארירט דעם סאמע נקודה און שפיץ פון די פארטיי. עס איז פונקט ווי איר זאלט - פאר די זאליס - פוגע זיין חלילה אינעם רבין זי"ע באיזה אופן שיהיה.
ממילא, וויבאלד עס באדערט זיי נעבעך אזוי שטארק יעדער מין מציאות דלא כדכוותייהו, און זיי טוען כל טצדקי שבעולם עס צו פארשטערן. מיינען זיי, פון זייער קוק ווינקל, אז פאר די זאליס אין ווילי לדוגמא, באדערט אז די אהרונים האבן זיך אפגעטיילט. זייער שכל איז נישט משיג דער מציאות, אז די זאליס זאגן פאר די אהרונים: "גייט אייך געזונטערהייט, מאכט מוסדות בנינים ישיבות כוללים בתי מדרשים, א.א וו. אדרבה, מאכט שבת פאר זיך, נאר מיר לאזט אפ, וואקט אוועק פון דא לחיים ולשלום". אזא סטעיטמענט גייט זיי נישט אריין אין קאפ. ס'טייטש? ווילסט מיר זאגן עס גייט דיר נישט אן אז איך האב מיר אן אייגענער מוסד? זיי קאנען דאס נישט גלייבן. "וויאזוי איז עס אז מיר גייט אזוי שטארק אן יעדע סאדע מאשין אין מאנרא וואס באלאנגט נישט צו מיר, און זיי בארירט עס נישטאמאל?"
לו חכמו ישכילו זאת. וואלטן זיי פארשטאנען ווי נאריש עס הערט זיך פאר יעדן בר דעת, צו זאגן אז די זאליס מסר'ן זייערע בנינים וכדו'. זיי מיינען נעבעך אזוי שטארק אז זיי שטערן איימיצן. דער אמת איז, אז די אלע אזאלכע מינע פיקציעס, איז ליידער באזירט אויף אמת'ע פאקטן. די בלאט שרייבער שרייבן, און די חלה דעקלעך גלייבן, אויף א וועג וואס זייער מח איז געוואוינט צו טראכטן. זיי פארשטייען, פונקט ווי ביימיר איז א גאנצער געווינס ווי איך קאן יענעם טארפעדירן און מצער זיין, און פונקט ווי איך שיק פייערלעשער און ווייעלעישאנס ביי יעדע זאלי מסיבה, מסתמא טוען ד זאליס דאס זעלביגע צו אונז.
נשלח ב-9/12/2010 10:19
סאו, איך האף דייקן, אז דו כאפסט שוין פארוואס איך וואלט פארגעצויגן ענדערש צו שיקן אין א מוסד וואס דו וועסט האבן טענות אויף מיר פארן אהין שיקן, כדי מיינע קינדער זאלן ערצויגן ווערן צו געבן געלט אפילו פאר קינדערלעך וואס לערנען אין א מוסד וואס זיי האבן טענות צו די עלטערן פארן זיי אהין שיקן. ווי איידער צו שיקן אין א מוסד וואס לערנט אויס זייערע תלמידים דוקא נישט אזוי צו טאן.
און דאס איז אויך געווען דער תירוץ וואס איימיצער האט דיר אויבן געשריבן, און מאיזה סיבה האסטו עס נישט אויפגעכאפט. העטן ווען די זאליס געווען פונעם זעלבן טייג געקנאטן ווי די אהרונים, העט ווען רעביאנקל באקומען אין אישי יעדן טאג אשכולות צו עפענען איבער אזאלכע פאסירונגען.
פארשטייסט? טעראר איז בעצם א 2 וועי סטריט. דאכט זיך אז אפילו מיר וועלן זאגן אז עס איז דא עטוואס מער אהרונים אין מאנרא ווי זאליס, איז אבער עקסטרעמיסטן דא גענוג פון ביידע פארטייען. דאס הייסט אויב וואלט זיך עקסטרעמיזם ביי די זאליס פארטייטשט פונקט ווי ביי די אהרונים, וואלטן די צאל באטראפענע קינדער וואס גייען נאך געלט פאר די אהרונישע מוסדות, גאנץ מעגליך איבערגעשטיגן די צאל קינדער וואס זענען יעצט די געטראפענע. נאר וואס דען? ביינונז איז דאס נישט דער וועג. לא כאלה חלק יעקב.
ולעולם תהיה מן הנרדפין ולא מן הרודפים.
נשלח ב-9/12/2010 17:06
צום אלעם ערשטן סענעטאר, די האסט געטוהן גאר א שיינע מידה, אפילו דיינע אינערליכע געפילן האבן דיר געצויגן צו טוהן דאס פארקערטע, דאך האסטו נישט געוואלט טשעפען דעם קינד, זייער א שיינע מידה, ממך ילמדו.
לענינינו, די דיסקוסיע האט זיך דא אנגעהויבן, אז די קינדער פון בני יואל / ויואל משה ווערן געטשעפעט ווען זיי גייען נאך-געלט ביי די הייזער פון חסידי מהר"א. איך האב צוגעלייגט מיין פאר סענט, אז מעגליך זאל איינער פארשטיין אז די טענות זאלן גיין אויף די עלטערן פון די קינדער וועלכע שיקן זייערע קינדער אין דעם מוסד, און צוגעלייגט די סיבה פון חסידי מהר"א, וויבאלד זיי האלטן אז דאס זענען גע'אסר'טע מוסדות. און אפילו צוגעגעבן אן עצה דערצו, אז די עלטערן קענען צושטעלן א ליסטע פאר די קינדער, און אזוי פארמיידן די אומאנגענעמנליכקייטן.
אצינד בנוגע מבזה זיין, דאס איז טאקע גאר א שלעכטע מידה וועלכע איז ליידער אריינגעכאפט אין אלע צדדים, און מ'קען קיין צד נישט דא אויסלאזן, איך גיי דא נישט ברענגען צענדליגע עפיזאדן וועלכע שפילן זיך דא טעגליך אפ, נאר איין געשיכט וועלכע מ'ברויך נישט דא צופיל ארוממישן, אז איינער מחסידי מהרי"י האט אין די לעצטע טעג גענומען א בחור מחסידי מהר"א אויפן צימבל, און אים מבזה געווען מיט ממש דאס ארגסטע. ודי בזה.
אלזא, עוולות, און טשעפערייען ווערן געטוהן דורך ביידע צדדים צוגלייך, און נאכאמאל איך גיב קיינעם נישט גערעכט פארן טשעפען, אבער אויב איינער וועט פארשטיין די סיבה פארוואס צד בני יואל / חסידי מהרי"י מעגן טשעפען און מבזה זיין א בחור פאר סיי וועלכע סיבה, זאל ער פארשטיין אז חסידי מהר"א האבן אויך סיבות, וועלכע איך האב שוין פריער אויסגערעכנט. און נאך.
איך ערווארט אן הודעה.
_________________
נשלח ב-9/12/2010 17:12
קודם כל פארשטייסטו אליינס אז עס איז דא א שטיקל חילוק צווישן א אינגעל מיט א בחור. והשנית ווענד זיך פון וועלכע מין בחור דו רעדסט דא, דו שיסט א מעשה אז מ'האט מבזה געווען א בחור, וואס איז די געשיכטע אונטערדעם? איז דאס אזא בחור ווי למשל שמעון לעבאוויטש וואס פירט גאנצע מערכות אין קרית יואל, איז פשוט אז ס'נישט שייך דאס ווארט "בזיון" אויב די מעשה פון וואס דו רעדסט איז אז מ'שרייט אויף אים אין קרעטשניפער שול. רעד ביטע מער ספעציפיש.
נשלח ב-9/12/2010 17:20
סענעטאר, אין וועלכע תורה שטייט א חילוק פון טשעפען א יונגל ביז א בחור?
איך קען אפשר פארשטיין דיין טענה אז דער בחור איז שוין א בר דעת און ווען ער טוט עפעס איז דאס אויף זיין אייגענעם שכל, און דאס קינד ווען ער טוט עפעס דארף ער זיין קאלקולעיטאר און גארנישט מער, אבער ווי פריער ערווענט, אויב טשעפען, איז עס פון ביידע צדדים צוגלייך. און אויב סיבות, האבן חסידי מהר"א אויך גוטע סיבות.
_________________
נשלח ב-9/12/2010 17:22
והעיקר שכחתי, דו ווילסט נאך אלץ זייער שטארק מחזק זיין די אהרונישע שיטה פון מבזה זיין די קינדער ביי די טירן, מיטן אויסרייד אז די מוסדות זענען גע'אסר'ט א.א.וו. און דו געסט א גוטע עצה אז די עלטערן זאל געבן א ליסטע פאר די קינדער וואו נישט צו גיין. וואס זאל אבער א איד טון אז ער האלט נישט ביים מחנך זיין זיין 8 יעריג אינגעל אז ווען ער גייט נאך געלט צו די גאנצע בלאק, זאל ער נישט קלאפן ביי משפחת פלוני ופלוני ווייל זיי וועלן אים פארשעמען?. דו ברענגסט ווייטער אריין די קינדער אינעם פאליטיק שפיל.
איז אפשר מאכט מען פארקערט, זאל יעדער אהרוני, אפילו ער האלט אז מ'טאר נישט שטיצן די מוסדות, עפענען די טיר פאר אלע קינדער פון שטאט צוגלייך, און נאכדעם וואס דאס קינד גייט אוועק זאל ער אויפהייבן א טעלעפאן צו דעם טאטן פונעם קינד און זאגן אהובי: איך האב יעצט געזען דיין אינגעל קע"ה, קוקט אויס צו זיין גאר איידל ב"ה, אבער פארוואס האלטסטו אים אין די גע'אסר'טע ת"ת? דעמאלטס זענען די קינדער אינגאנצן ארויס פון דעם שפיל, און דו קענסט נוצן די טענה אז דו האלטסט אז די מוסדות זענען 'גע'אסר'טע מוסדות דעריבער קענסטו עס נישט דורכלאזן בשתיקה, דו דארפסט נאר טון שריט. אבער טו די שריט נאר צו די עלטערן, עס איז נישטא קיין תירוץ שבעולם וויאזוי דו מעגסט דאס טון צו קינדער. חוץ אויב מיר וועלן צוקומען צו די מסקנא אז די אהרונים זענען אנדערש, זיי פייניגן יא די קינדער.
נשלח ב-9/12/2010 17:27
אומזיסט, יו גאט מיר ראונג, איך בין נישט מחזק קיין שום שיטה פון מבזה זיין קיין שום איד!
איך בין מסביר די סיבה וואס ברענגט צו אז דאס קינד זאל ווערן געטשעפעט. שטימט?
אגב, איך ווינטש דיר זאלסט זעהן אסאך נחת פון דיינע קינדער אין סיי וועלכע מוסד זיי לערנען, און פרוביר אז זיי זאלן נישט זיין פארנומען מיט פאליטיק, נאר ענדערשט מיט מידות טובות און לערנען.
_________________
נשלח ב-9/12/2010 20:51
סענעטאר כתב:
דער אשכול איז ווייט פארפארן פון דעם נושא וואס דער פותח וועראיז האט אנגעהויבן, די אהרונים פרובירן ברענגן ראיות פון עוולות וואס ווערן געטון דורך טאטע'ס צו טאטע'ס, און דרייען אוועק דעם שמועס פון די עוולות וואס ווערן געטון פון אהרוני טאטע'ס צו זאלונישע און בני יואל'ער קינדער.
.
ישר כח פאר'ן צוריק דרייען די אשכול צים ענין אבער איך האב בכלל געוואלט ארויס ברענגען א אנדערע זאך ווען די טרעפסט אן א ארוני אפי' נישט נאר א חלה דעקל ארוני נאר אפי' מער א נאמאלערע וועט ער דיר גראד זאגן די זאליס זענען פארביסענע מענטשן מיט האס אין די בני יואלע זענען עקסטרעמיסטן האב איך נאר געוואלט ווייזן א ביישפיל ווער סאיז א עקסטרעמיסט
אין צי די נייע ניק דייקן יעדער האלט אז ער טיט להלכה אין דעם אנדערן איז נישט אויסגעהאלטן עפ"י הלכה צי שטיצן אפי' מיט דעם אלעמען דארף נאך א ארונישע אינגל נישט מורא האבן אריין צי קלאפן ביי די טיר פין א זאלי אדער א ב"י
תוקן על ידי ווער_איז ב- 09/12/2010 20:53:47
נשלח ב-9/12/2010 21:26
דייקן כתב:
די טענות זאלן גיין אויף די עלטערן פון די קינדער וועלכע שיקן זייערע קינדער אין דעם מוסד,
איך ערווארט אן הודעה.
דער חלה דעקל איז בכלל נישט ציפרידן מיט זיין צעדרייטן מהלך המחשבה, ער וויל גאר מיר זאלן מודה זיין אז ער איז גערעכט, זאגט עטס מיר, זענען זיי נישט קיין חלה דעק?
_________________
נשלח ב-9/12/2010 21:52
מלך, די ביזט אביסל קלוגער פון אזא תשובה. אדער זיי אביסל קלארער מסביר פשט אין דיינער ווערטער.
ווער איז, איך האב הנאה די פארשטייסט דעם פוינט אז יעדער זעהט אין זיך אז די הלכה איז וואו זיין צד. אצינד האף איך אז די וועסט שוין אויך פארשטיין אז ווען חסידי מהר"א שטיצן נישט די קינדער פון צד בני יואל / חסידי מהרי"י, איז דאס ווייל זיי האלטן אז עפ"י הלכה זענען יענע מוסדות נישט אויסגעהאלטן, ממילא קענסטו אויף זיי קיין טענות נישט האבן. מעגליך אז זיי מעגן זיך אפשר שענער אויפפירן, אבער אין דעם זענען נכלל אלע צדדים ווי פריער געשמועסט. גערעכט?
_________________
נשלח ב-9/12/2010 22:11
אימזינסט שרייבט
[quote]
און דער חילוק איז גאר א פשוטער. ווען עטס וועטס פארשטיין וויאזוי דער רבי זז"ג האט מיט א תשואת חן וחפץ לב אוועק געגבן מאנסי פארן שוואגער בשתי ידים, וועט עטס פארשטיין דעם חילוק צווישן די אהרונים און די זאליס.
דער פאקט האט באוויזן, אז אין יעדן ארט ווי די אהרונים פילן זיך גאר באקוועם, איז דא טעראר, און מחלוקת עד אין לשער. ב"ה אז עס איז נאר דא 2 אזאנע ערטער. קרית יואל אין אמעריקע, און ק.י. אין ב"ב. און איבעראל אנדערש, לעבט זיך יעדער איינער רואיג ברידערלעך איש תחת גפנו ואיש תחת תאינתו.
די אהרונישע הנהגה, פירט זיך אויף א מהלך פון "וכל זה איננו שוה לי". מער באריכות קאן מען הערן די דרשות פון דעם מנהל דישיבתינו הק',
לו חכמו ישכילו זאת. וואלטן זיי פארשטאנען ווי נאריש עס הערט זיך פאר יעדן בר דעת, צו זאגן אז די זאליס מסר'ן זייערע בנינים וכדו'.
[/quote]
אימזינסט
כ'האף מיך נישט צו פארהערן מיט דיר וועגן דיין תגובה ווייל כ'וויל נישט פארדרייען די נושא
אבער די מוזט אינאכט נעמען 'א שקרן דארף זיכער מאכען אז זיינע תגובות מאכען סענס'
די קענסט נישט נעמען דיין אייגענע שמיץ אין מיט דעם באשמיצען יענעם
ס'איז א שאד, כ'געדענק נאך ווען דיינע תגובות פלעגן נישט האבען אזעלכע אפענע שקרים אין ס'פלעגט נישט זיין אזוי מערקבאר
לאמיר טאקע אנכאפען די משל וואס די כאפסט אן פין ר' חיים יושע
משם ראי'
קוק וויאזוי א נארמאלער מענטש קוקט דאס אן - מיט די טרוקענע פאקטן
א גנב כאפט זיך אריין אין א דירה, אין נעמט זיך גנב'נן, אינמיטן זעהט ער א מענטש דורכגיין, ס'ווערט אים שווארץ פאר די אויגן,
זאגט ער אים הער מיך אויס כ'געב דיר א גאנצע צימער אין זיי שטול
דאס אפלאזען מאנסי פין ר' זלמן לייב פאר ר' חיים יושע האט גארנישט מיט קיין לב טוב {- א נערישע סטעיטמענט וואס ענק ווילן שוין פאר יארען אומערפאלגרייך ארויפגלעטן אויף ר' זלמן לייב} ס'האט פשוט מיט...
ווען ער האט ווען א לב טוב, וואלט ער נישט פראבירט איבערצונעמן ב''פ, ער וואלט נישט געפנט א שול אין קרית יואל אין אוודאי נישט בחיי אביו, ער וואלט נישט גערפון אין ערכעות אין ב''ב וכו'
נאר וואס דען סיי ר' ז''ל אין סיי ר' חיים יושע ווייסען זייער גיט פאר וועם עס קומט זיך ע''פ תורה
אין מ'מאכט א שמור לי ואשמור לך
קום יעצט נישט א ראי' ברענגן מיט אזלעכע נערישע שטותים
אין ווייטער וואס די שרייבסט אז איבעראל ווי ר' אהרן איז געבליבן ביי די מאכט שלאגט מען זיך ארום
די כאפסט נישט ווי שטארק די באשמיצט דיך דא
ווייל יעדע פלאץ ווי רז''ל איז געבליבן, האבען די ארונים זיך אליין אפגעטיילט אין געגאנען ווייטער טראץ וואס זיי קענען פינקט אזוי מאכען איבערקערנישען (ירושלים, אנטווערפן, ת''ת אין לאנדאן, מאנסי, כו')
(כ'רעדט יעצט נישט פין וומ''ס, דארט זענען די ארונים באמת געבליבן אין די זאליס האבען זיי ארויסגעשטויסען ווי גזלנים אין זענען נאך עד היום מסרב פין זיך שטעלן צו די''ת)
משא''כ דארט ווי רז''ל האט פארלוירן די מאכט, מאכען די זאליס איבערקערנישן אין רופן אין קארט (ב''ב, ב''פ, ביה''ח, כו')
(כ'רעדט יעצט פין די טרוקענע פאקטן, נישט פין די היידפארק מעשיות, אז די ארונים האבען אליין גערופן אין קארט דארט ווי זיי זענען מוחזק מיט אלע שקרים אין ליצנות)
יעצט האסטו א סעמפל פין די לב טוב...
(במאמר המוסגר, אין דארט ווי די ארונים זענען מוחזק שטעלן זיי זיך צו די''ת, משא''כ ווי די זאליס זענען מוחזק איז נאך קיין די''ת נישט געווען טראץ וואס אין וומ''ס האט געהעריג געשיקט הזמנות,)
ווי פאסיג ווארפסטו אריין די ענין פין מסר'ן אין רופן די בילדינג דעפארטמענט ווייל לויט דיר קומט אויס, אז די ארונים האבען אליין גערופן 311 צו לייגען סטאפ ארדערס צו קענען נאכדעם שרייען אז די זאליס טוהן עס (וואס לאכט איר?, קוק וויאזוי ער שרייבט)
אין יעצט לאמיר צורוקייגן צום נושא פונעם אשכול
די ברענסט זייער פאסיג אראפ די דרשות פונעם מנהל אין קווינס ישיבה
יעצט זאג די ווי מ'העצט די יוגענט
תוקן על ידי rebyankel ב- 09/12/2010 22:21:29
נשלח ב-9/12/2010 22:15
רבותי איך גיי שליסן מיינע ווערטער, איך האב ב"ה וואס צו טון מיט ציין טאג א חוץ פון זיצן אויף ה"פ, אבער פטור בלא כלום אי אפשר ממילא וועל איך נאך איינמאל ארויסברענגען וואס איך וויל זאגן אין מער קום איך נישט אריין אין דעם אשכול בל"נ.
דער אשכול האט זיך אנגעהויבן אז חסידי מהרז"ל האבן קאמפלעינט אז ערוואקסענע מענטשן ארונים שפירן אז זיי מוזן מוחה זיין אויף זייערע פאליטישע קענגנער דורעך פארשעמען זייערע קינדער, וואס יעדער פארשטייט איז זייער א מאוסע זאך.
איך זעה די האסט געמאכט א שיינעם סך הכל וואס איך פרוביר שוין די לעצטע צוויי טאג מסביר זיין, איך וועל דאס נאר אביסל קלארער מאכן, און דערנאך האף איך אז איך וועל שוין אויך נישט ברויכן צוריקקומען צום דעם אשכול...
1) די עלטערן זענען שולדיג אז זייערע קינדער ווערן געטשעפעט: דאס איז די תוצאה. 2) חסידי מהרי"י טוען דאס אויך: א שלעכטע מידה, פון וועלכע ביידע צדדים קענען זיך נישט אויסדרייען. 3) צוזאמשטעלן א ליסטע פאר די קינדער: אן עצה טובה, צו פארמיידן אומאנגענמליכקייטן.
יעצט שטימט אלעס?
בלייבן מיר גוטע פריינט, האב אסאך הצלחה!
_________________
נשלח ב-9/12/2010 22:41
מלך אנדערע זאליס שרייבן אין אזא פאל ''חלה דעקל'' דאס איז א קאוד ווען מ'האט נישט וואס צו ענטפרן ס'איז אסאך גרינגער ווי דיין פריעדיגע תגובה