בית פורומים אידישע געדאנק

וועליכע קינדער האבן א פחד ביים גיין נאך געלט אין ק"י?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/12/2010 22:50 לינק ישיר 

ר' יענקל, קען זיין אז דו ווייסט נישט, אין דעם פורום איז דא אזא אומאפיציעלע מנהג צו שרייבן נאר טאמער האט מען עפעס צו זאגן, טאמער האט מען נישט, פטור! פטור! איז מען פטור!

דייקן זאג פליז נאכאמאל, די עלטערן זענען שילדיג, געדענק גוט וואס דו האסט געזאגט, ווייל מארגן טאמער גיי איך עס טון פאר דיין זון, אין דו וועסט גיין אויף כל ארוני וויינען, וועל איך אויך זונגען די עלטערן זענען שולדיג, אין ר' יענקל וועט האבן נאך א הא לן והא להו, אין ענק וועלען פארגעסן אז נעכטן האט איר געטון דאס זעלביגע, געדענקט, עס איז א טו וועי סטריט.(פארשטייט זי דאס איז נאר בדרך משל כדי די דעקלעך זאלן עס אויך פארשטיין, אין ריאלעטי חס מלהזכיר צו טון אזא מין זאך א.ד.ג.)

איך דיר געבן א משל ווי אזוי נארמאלע מענטשן רעדן.

למשל: זאל קומען איינער אין שרייבן אזא אשכול אויף די זאלי'ס אז זיי באשייגעצן די ארונישע קינדער, ווייסט וואס מיין רעאקציע וואלט געוועהן? עס איז טאקע א רשעות, קינדער זענען נישט שולדיג וואס זייערע טאטעס טוען, אין דער יחיד זאלי וואס האט עס געטון עתיד ליתן את הדין, דאס וואלט איך געשריבן, אזוי שרייבט א נארמאלער מענטש, אבער וואס שרייבט א חלה דעקל? יא די עלטערן זענען שולדיג, דאס איז דער קרומער חינוך וואס איר באקומט, דאס איז דער סיבה פארוואס מיר ווילן נישט זיין אונטער אייער רעזשים, עס בלייבט איבער צו זאגן איין זאך, "ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים" ברוך ה' אז דער דור איז געראטעוועט געווארן פון אזעלעכע געמיינע פירערס, אין מען מוז נישט אנקומען צו זיי מער, אין מען קען דינען דעם אייבערשטן אן דארפן זיין א ארוני חיה.



תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 09/12/2010 23:12:57




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2010 23:36 לינק ישיר 

מלך, איך נעם ארויס פון דיינע ווערטער די פאלגענדע, און זאג מיר צו איך פארשטיי גוט.

אלע חסידי מהר"א געבן נישט קיין געלט פאר די קינדער, און זענען זיי מבזה.
ביי צד בני יואל / חסידי מהרי"י זענען בכלל נישטא אזאנע פאסירונגען.

אויף דעם ארויף האב איך עטליכע מאל מסביר געווען, אז נישט אלע חסידי מהר"א זענען איינשטימיג דערמיט.

טייל חסידי מהר"א טענה'ן אז די קינדער זענען נישט שולדיג פאר זייערע עלטערן'ס עוולות, און אני הקטן בין איך דערווייל אין דעם שיטה. אבער טייל האלטן אז עפ"י הלכה מוזן נאכאלס נישט געבן געלט פאר די קינדער, און אויב זייערע עלטערן האבן זיי אריינגעלייגט אין דעם פלאנטער, איז דאס נישט זייער פראבלעם.

און אזוי אויך ביי צד בני יואל / חסידי מהרי"י קען זיך אויך מאכן אזאנע פעלער. ווי פריער אראפגעברענגט א דוגמא.

יעצט לאמיר דיר פרעגן א צווייטע שאלה, איז גיין נאך-געלט די איינציגסטע אפציע אז קינדער זאלן ווערן געטשעפעט?

נישט לאנג צוריק איז פארגעקומען א פאסירונג, ווי א גרופע אידן האבן זיך צוזאמגענומען פראטעסטירן אנטקעגן האדמו"ר מהר"א. די ביזט זיכער באקאנט מיט יענע גאנצע געשיכטע.

יעצט לשיטתך איז נאר די פראבלעם אז קינדער טארן נישט ווערן געטשעפעט צוליב די עלטערן'ס עוולות. צו האט דען נישט מהר"א קינדער און אייניקלעך וועלכע האבן געקענט מיט דעם גאר שטארק באטראפן ווערן?

איך ערווארט א קלארע תשובה, ווייל איך האף בל"נ צו נוצן די זעלבע תשובה.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2010 21:48 לינק ישיר 

לעולם, האלט איך אז דייקן איז גערעכט, און איך בין מודה, אז שילדוג אויף די בזיונות פון די אומשילדיגע קינדער וואס גייען נאך געלדט, זענען די טאטע'ס וואס זאגן נישט פאר די קינדער און וועליכע טיר נישט אריין צי קלאפן,

איך וויל אבער אביסל פארענטפערן אביסל די טאטע'ס וואס זענען באגאנגען אזא רשעות א קעגען זייערע אייגענע קינדער ואני בתוכם אז איך האב נישט געזאגט פאר מיינע קינדער ווי זיי זאלן נישט גיין,

דאס פארשטייט א יעדער, אז ווען איינער וווינט צווישן גוים, זאגט ער אן, פאר זיינע קינדער, אז דארט ווי עס איז נישט דא קיין מזוזה זאל מען נישט אריין קלאפן, דאס זעלבע איז ביי "איני עושה מעשה עמך" אזעלעכע וואס פירן זיך נישט ווי אידן, דארף מען אנזאגן פאר די קינדער נישט אריין צי קלאפן דארט,

עס האבן אינז געלערנט די גרעסטע קנאים וואס האבן מקנא געווען קנאת ד' צבקות לשם שמים ווי די רבי זי"ע וואס דאס קנאות זיינע איז געווען ווי פון איין שטיק ציזאמגעשמאלצן מיט אהבת ישראל, אפילו זיינע גרעסטע שונאים האבן עם געוויסט צי באטיטלן "האדמו"ר מסאטמאר אוהב ישראל ושונא מדינת ישראל" און  למשל הרה"צ ר' עמרם בלוי זצ"ל האט אמאהל יעדער ירשלים'ער איד געוויסט אז ביי שמחות פון משפחה אדער אפילו סתם הכנסת אורחים האט ער נישט געקוקט ווער די נעמער איז און וואס זיינע מייניגען זענען, מען איז געגאנגן צי א שמחה אפילו זיי זענען געווען ציונים און ר' עמרם האט מכניס אורח געווען א יעדען איינעם ביי זיך און שטוב, אמת'ע קנאות האט קיינמאל נישט געהאט קיין ריח כל דהו פון שלעכטקייט אדער פארשעמן א צווייטן איד ח"ו,

נאר דוקא די וואס ביי די קנאות'דיגע מערכות פארשטייען זיי גוט ווי אזוי מען דרייט מיט די פינגער, מיטאמהל זענען זי תמומת'דיגע קנאים וואס ווייסן פשוט נישט ווי אזוי מען מעג געבן געלדט און שטיצן מוסדות וואס זענען גע'אסר'ט, איך האב פאר דיר א עצה נעם ארויס דעם גראבן פינגער וואס די געסט א דריי ווען די ווילסט נאר אביסל שטארק.........,,,

צירוק צי וואס איך האב אנגעהויבן, איז אזוי, ווי באלד מיר האבן אזא התנהגות נישט געזעהן ביי קיין אידישע קינדער ביי אינזערע רבי'ס האבן מיר נישט געגלייבט אז מיר וווינען צווישען אזעלעכע וואס האבן שוין נישט קיין שום ריח פון היימישקייט און אלעס איז ביי זיי אזוי מטושטש, צי איז דאס פירש המילות פון קנאות, צי איז דאס פירש המילות פון חסד א.א.וו.  

דעס וואס דער דייקן איז מודה במקצת אז די עוולה איז שרעקליך, נאר! אבער! ביי די אנדערע צד איז אויך אזוי, וויל איך דיר זאגן שקר אתה דובר, א יעדע צווייטע דרשה פון דיין רבי איז האס א קעגען יעדן, דער איז גארנישט, און יענער איז מאכיל נבילות, נאר איך בין גרויס, נאר איך טרעף אויס די וועלטס ערפינדינגן, איך בין די גרעסטער קנאי, די גרעסטער לוחם קעגען קאמפיטער, די אנדערע זענען מאנהעטנע קינדער, יעדער מאכט מיך נאך, אויב נישט, דארף מיך אבער יעדער נאכמאכן, דאס איז די חינוך וואס איר באקומט און דער סך הכל = פון אזא חינוך איז פארקלאפן די טיר און פארשעמן אנדערע קינדער, אויב איז דא א אהרוני וואס פארקלאפט נישט די טיר מיז זיין אדער אז ער האט שוין מחשבות זרות, אדער אז ער איז גאר א איידעלע און נאטור, משא"כ ביי די אנדערע צד מעג א יעדער עקזיסטירן, און אויב איינער פירט זיך יא אויף אזוי געמיין, איז דאס ווייל ער זעלבסט איז געמיין, און קיינער פארענטפערט עס נישט,

תמצית ביי ענק איז טאקע אויך דא אזעלעכע וואס האבן פראבלעם מיטן פארשעמן א צווייטן איד, און ביי אינז איז אויך דא אזעלעכע וואס קענען זיך אויפפירן ארוניש,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2010 18:35 לינק ישיר 

דייקן טייערער, מה ענין שמיטה אצל הר סיני? ווי אין דער וועלט קומט דא אהער דער פראטעסט קעגן ר' אהרענען? אליבא דאמת האלט איך אז עס איז טאקע נישט געוועהן קיין איבעריגע קליגע שריט צו גיין מאכן א פראטעסט, נאכאמאל דאס איז מיין פריוואטע מיינונג, אבער זאג מיר ביטע ווי דאס קומט אהער? 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > וועליכע קינדער האבן א פחד ביים גיין נאך געלט אין ק"י?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.