בית פורומים אידישע געדאנק

ארונים VS טאהש בק"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2010 21:10 לינק ישיר 
ארונים VS טאהש בק"י

אין ק"י קימט ארויס ווי אין אנדערע שטעט יעדע וואך אויף שבת לוח המודעות אבער נישט נאר איינס נאר 2 איינס פאר תושבי ק"י אין איינס פאר די חלה דעקליך די לוח המודעות פין די חלה דעקליך טאר נישט דערמאנט ווערן קיין נאמען אדער א בית המדרש וואס די כעלעמע קהל איז נישט מסכים געב איך א קיק די וואך זע איך אז טאהש'ער בית המדרש איז אויך שוין אסור לבא בקהל סשטייט נאר ביהמ"ד 34 סאטמאר דרייוו אבער א נאמען מן דכר שמיה ווייסט איינער וואס האט טאהש געזינדיגט פאר די כת סבלנים?


קיקט ביי די ברית ביום שבת קודש
דעס איז פאר חלה דעקליך




דאס איז פאר אלע תושבי ק"י



תוקן על ידי יוספ7 ב- 06/12/2010 21:13:14




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 21:28 לינק ישיר 

נעמט אייך אריין אין זיכרון רבותי גרונד-גייערס, קרית יואל איז געבויעט געווארן דורך דורך רביה"ק בעל דברי יואל............מסאטמאר, נישט טאהש, מסאטמאר...און דאס געבויעט געווארן אויף די יסודות וואס סאטמאר רבי האט פארגעשטעלט מיט זיך, דאס מיינט נישט אז טאהש'ע חסידים זענען נישט וועלקאם, אלע אידישע קינדערלעך זענען וועלקאם, כלל ישראל איז איינס, און דער מסייסד הקרי' האט אויך בלויז געזוכט שלום און אחדות, אבער דער פאקט איז אז מען קאן ציילן מיט די פינגער וויפיל אמת'ע טאהש'ע חסידים דאווענען דארטן טעגליך, אדער שבת, און דאס ווערט אויסגענוצט דורך אנדערע מתנגדים, און דאס ביהמ"ד יעדעס מינוט וואס עס ווערט גערופן מיטן נאמען טאהש איז דאס אן עקסטערע שמחה און פרייד, חיזוק און סיפארט פאר די היפאקריטן אז אט איז פארהאן נאך א ביהמ"ד אנטקעגען די ארגינעלע קהילה.
איך פארטרעט נישט די מודעות,איך לאז נאר לופטערן מיין פריוואטע מיינונג, אז עס דארף שטארק באגריסט ווערן, און איך גלויב נישט ווען אין קרית טאהש זאל זיך עפענען א סאטמאר ביהמ"ד וואס רוב פון די מתפללים זאלן נישט זיין קיין סאטמאר'ע, נאר עס זאלן זיך דארטן גרופירן מתנגדים פונעם רבין שליט"א און פון די קהילה, איך גלויב נישט עס וואלט בעסער באהאנדלט געווארן.
איצט זענט איר מכובד צו שימפן אן אויפהער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 21:29 לינק ישיר 

טאהש האט שוין געוואלט בויען א שול אין קרית יואל אסאך יארן פאר זיי האבן למעשה געבויעט. מען האט נישט געבויעט ווייל די רב האט נישט געלאזט כל זמן די אהרוינים געבן נישט אפיציעל רשות. עס האט גענומען יארן לאנג שווערע ארבעט, צום סוף האבן די אהרוינים איינגגעזען אז פאר זייער אייגענע אינטערעסן לוינט זיך טאהש זאל יא בויען. (א פיפיגער חברה מאן האט מצליח געווען צו פארדרייען א קאפ פאר דוד עקשטיין און לישע הורוויץ אז מיט דעם וואס טאהש האט נישט א אייגענע שול קומט אויס אז די טאהשע שטעלן צו מנין פאר אסאך קלענערע בני יואל געשטימטע שולן. אויך האט ער צוגעזאגאט אז די רבי וועט קומען צום חנוכת הבית און ער וועט אפשטאטן א פערזענליכע באזוך ביי ר' אהרן, ועוד) צום סוף האבן די אהרוינים אפיציעל געגעבן רשות אבער מיט צוויי תנאי... איינס, מען טאר נישט מאכן א מקוה. צוויי, מען טאר נישט הענגען א סיין אינדרויסן אויף וועלכע ס'זאל שטיין "טאהש". טאהש האט אנגעהויבן בויען מיט די הסכמה פון די אהרוינים און יא געמאכט א מקוה. די אהרוינים זענען נאך עד היום צוריסן צווישן זיך ווי אזוי דאס צו עסן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 21:31 לינק ישיר 

דאס איז א אלטע חכמה פון דוד עקשטיין, די זאליס עקזיסטירן בכלל נישט, און אוודאי נישט בני יואל, נאר אפילו די נייטראלע שולן וואס זענען עפי"ר נישט משועבד צו קהל, (כמיין דער עיקר שעבוד ווענדט זיך טאקע אין דעם, וואסערע צעטלעך מען הענגט דארט...) עקזיסטירן נאר אן א נאמען.

זיי זענען ממש מקיים דעם מאחז"ל: "השכם והערב עליהם בבית מדרש, והם כלין מאיליהם". אז מען הענגט יעדע וואך א צעטל מיט די מודעות און שמחות אין "בית מדרש", און מען שרייבט נישט די זאליס א.ד.ג. אויף יעעם צעטל, איז עס "הן כלין מאליהם". - און מען זעט עס ממש בחוש, ווי די זאליס ווערן ווייניגער און ווייניגער פון וואך צו וואך...

כהאף אז יעצט פארשטייט שוין א אהרוני פארוואס מאנכע פירן זיך צו רופן די קהילה (קיט"ל ק"י) א כעלעמע קהילה.

און איך האב הנאה, חזקה, אז דו האסט הנאה, און דו באגריסט עס. פארשטיי אז  דו ביסט נישט דער איינציגסטער וואס האט הנאה, די כמעט האלב שטעטל וואס איז נישט אנגעהאנגען אין ענקער קהילה האלט זיך ביי די זייטן יעדעס מאל וואס עטס נעמטס אונטער אזא אדער א ענליכע אקציע...



תוקן על ידי אומזיסט ב- 06/12/2010 21:41:45




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 21:37 לינק ישיר 

נאכן אריינלייגן מיין תגובה האב איך באמערקט אז חזקה האט אויסגעגעבן זיין ווייטאג דעריבער וועל איך יעצט ענטפערן פאר אים.

אין טאהש עגזעסטירט יא א סאטמאר ביהמ"ד! אמת אז ס'איז נישט געבויעט דורך סאטמאר, אבער כמעט אלע מתפללים זענען סאטמארע וואס וואוינען אין טאהש! טאהש האט נאך "קיינמאל" נישט געטשעפעט יענעם ביהמ"ד! די קהלה קען יעדע מינוט אריינגעבן א קלאגע קעגן דעם שול, אקוראט פונקט אויף די זעלבע גרונדען מיט וועלכע די אהרוינים האבן פארשפארט די רבצינס שול אין קרית יואל. די שול געפינט זיך אין א פריוואטע הויז און די זאנינג געזעצן ערלויבן דאס נישט. אין גאנץ טאהש האט זיך נאך נישט געמאכט אפילו איינער וואס זאל איינגעבן א קלאגע!

וועגן דיינע שטותים וועגן די מתפללים אין טאהשע ביהמ"ד אין קרית יואל קען איך דיר ענטפערן זייער קלאר, רוב מתפללים זענען טאהש'ע חסידים. אין פאקט געפינט זיך דאס ביהמ"ד פון שארמאשער רב עטליכע הייזער אוועק פון טאהשע ביהמ"ד, דעריבער דארפן די בני יואל וכדו' נישט אנקומען צו טאהש. עס געפינען זיך היינט צו טאגס אין קרית יואל אריבער 120 טאהשע אברכים, רוב פון זיי זענען געבוירן געווארן אין קרית טאהש און זענען געווארן איידעמער אין קרית יואל. ס'רעדט זיך פון אזעלזכע וואס זענען טאהשע חסידים מיט אלע רמ"ח ושס"ה.

זאג די מיר:
ווער פירט אן די טאהש'ע שחיטה אין ניו יארק?
ווער פירט אן די טעל סיסטעם פון טאהשע חסידים אין ניו יארק?
ווער האט אנגעפירט די גרויסע "אילנא דחיי" קאמפיין?
ווי וואוינען די טאהשע פאנדרעזערס וואס וואוינען אין ניו יארק?

די תשובה אויף די אלע שאלות איז "קרית יואל"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 21:42 לינק ישיר 

אבער נישט פארגעסן די בני יואלע מיט די זאליס זיי זענען די עקסטרמיסטן!!
 
קיק נאר אויף די צעטיל פין די וואס ליגן ביי די זאליס אין ביי די ב"י בתי מדרשים דארט שטייט זייערע בתי מדרשים אין די מבצר הכוללים אויך

אבער טרעף א נארמאלערע ארוני וועט ער אויך זינגן די זעלבע ניגון זיי זענען עקסטרעמיסטן אינז זעמער נארמאל


תוקן על ידי ווער_איז ב- 06/12/2010 21:42:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2010 21:53 לינק ישיר 

ווער_איז כתב:
אבער נישט פארגעסן די בני יואלע מיט די זאליס זיי זענען די עקסטרמיסטן!!
 
קיק נאר אויף די צעטיל פין די וואס ליגן ביי די זאליס אין ביי די ב"י בתי מדרשים דארט שטייט זייערע בתי מדרשים אין די מבצר הכוללים אויך

אבער טרעף א נארמאלערע ארוני וועט ער אויך זינגן די זעלבע ניגון זיי זענען עקסטרעמיסטן אינז זעמער נארמאל


תוקן על ידי ווער_איז ב- 06/12/2010 21:42:28

און וואס איז אין וומ"ס??? די צעטלעך וואס א זאלי גיט ארויס(איך רעד שוין נישט פון די וואס הענגען אין ראדני) שטייט. ביהמ"ד 14 הופער. איך האלט מיך ביי די זייטן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2010 22:00 לינק ישיר 

די מיינסט טאקע אז נאר די לאכסט מיר אין ק"י לאכן נאך מער ווען מיר דערמאנען זיך ווי אזוי די ק"י טעל ביכל פלעגט נישט אריין לייגן די נעמען פין בני יואל .........

אבער דעס זעסטו אויך אז אין די בני יואל מיט די זאליס לאזן אריין אין זייערע בתי מדרשים די צעטליך מיט די נעמען פין די ארונים בתי מדרשים פארוואס זענען עפעס די זאליס מיט די ב"י די עקסטרעמיסטן ?!


תוקן על ידי ווער_איז ב- 06/12/2010 22:09:13




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2010 00:19 לינק ישיר 

ווען די אהרוינים שרייבן אויפן ביהמ"ד הגדול קיט"ל (זאלוינים) קרית יואל - סאסמאן, זענען די אהרוינים א גרעסער ליצנות ווי די זאליס ווען זיי שרייבן אויפן ביהמ"ד הגדול קיט"ל (אהרוינים וו"ב) 14 הופער.

עס איז א פשטות אז קיין שום צד אין סאטמאר וויל נישט אנערקענען די קעגנער מיטן נאמען 'סאטמאר'.

אבער ווען די אהרוינים שרייבן אויף טאהש'ע ביהמ"ד - 35 סאטמאר. זענען זיי סתם צורידערטע קיען. נעבעך, און יעצט איז שוין גאנץ טאהש אויס... ס'איז א סאטמארע שול...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2010 02:27 לינק ישיר 

זעטו דאך מיר האבן א טאשער זאלי...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2010 18:38 לינק ישיר 

גענוי אווי דער בת היענה, קיין האר נישט אנדערש

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ארונים VS טאהש בק"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext