פין תיבה אישית
געווען איז עס פאר כמעט 10 יאר צירוק
ווען ר' זלמן לייב האט געהאלטן ביי די הויעכפונקט פין די מערכה צו שיקען ר' אהרן פארקויפן פענסלס אין בעיסוואטער אין אים אפטיילן פין זיין פאטער ז''ל
מיט זיין לאוזונג אין האפנונג פין ''יקרבו ימי אבל אבי'' כלשונו
די זאלי'ס האבען דעמאלטס אנגעהויבן גענוי ווי די איראקער פראפאגאנדע מיניסטער - אין כוסעין'ס צייטן צו פארקויפן פאר די וועלט זייער מאכט אין פאוער, זיי האבען עס אפציעל אויסגערופן אין געהעצט די מאסען ביי גענעראל פארזאלמונגען אין ראדני (יא דער בית מדרשו של רביה''ק, כלשונם)
אנגעהויבן פון אוועקנעמן די האלב בית החיים וואס קהל אין קרית יואל האט נאך פארמאגט דעמאלטס,
זיך אריינרוקן אין די בניני הקהילה אין קרית יואל אריינגערעכנט די גרויסע ביהמ''ד,
זיך אריינרוקן אין די בנינים פין קהל אין די מוסדות אין ב''פ
זיך אריינרוקן אין די בנינים פין די מתיבתא הק' אין קרית יואל
זיך אריינרוקן אין די בנינים און שיכון אין בני ברק
איבערנעמן די וויליזש אין קרית יואל
די רבי'ס הויז אין קרית יואל וועט ווערן א שול פאר די זאלי'ס
מאכען מיט ר' אהרן א חי' רויזלע...
וכו' כו'
פאר די גאס איז זיי דעמאלטס געלונגען צו מאכען א ווינד מיט זייער מעכטיגע PR פאר אימזיגבארע ריזן,
זיי האבען יעדן געקענט משחד זיין אין געהאט אין טאש
אין ס'איז געווען א שאלה פין צייט און די ארונים וועלן דארפן טוישן אפי' די לעטערהעד פין 'קהל יטב לב'
איין'ס פין די גרויליגסטע אקטען דעמאלטס איז געווען די פאונדרעיזינג באנקעט וואס די זאלי'ס האבען ארענזשירט
פאר דעם טרויעריג בארימטן מייקל סאסאמן פין אראזש קאונטי, וואס שטייט בראש מיט מערכה קעגן די וואוקס פין קרית יואל בפרט
אין קעגן די עקזיסטענץ פין קרית יואל בכל, פאר לאנגע יארען,
אין ארבעט אויך איינאיינעם מיט דעם מסור דמתא,
וועלכע איז דעמאלטס געלאפן פאר א פאליטישער אמט אין אראזש קאונטי (אין מיעס פארלוירן ב''ה)
די אקט פאר זיך האט דעמאלטס געגרוילט יעדן נארמאלען מענטש, עס איך געווען די ערשטע מאל וואס ר' זלמן לייב חנפ'ט זיך עפנעטליך צו דער מסור אין זיינע אויסווארפען,
אפגערעדט אז ביי דעם באנקעט בראשות זיינע שיינע אידן האט מען אפיציעל חוזק געמאכט פינעם ברך משה ז''ל, ספעציעל האט דער מסור אים אינטערגערוסן ביי זיין דרשה, אין גערעדט כל דבר אסור, אין מחלל געווען ש''ש ברבים.
געשלאסען האט זיך עס וועט זייער UTA האט דאן 'מנדב' געווען 10,000 צדקה געלט פאר די פאליטישער קאמפיין פין סאסמאן, (יא דאס איז נאר א קליינע ביישפיל פארוואס זייערע מוסדות האט אזא גרויסע דעפיציט יערליך.)
געוויסע אבריכם האבען דאן ארויסגעגבן א קונטרס אין פארמאט פין א צייטונג (ווער עס קען זאל עס ביטע פאוסטן)
ווי זיי האבען אויפגעדעקט די גאנצע סקאנדאל פין דעם באנקעט, וואס די זאלי'ס האבען נישט געוואלט עס זאל ארויסגיין צו די גאס,
עס איז אויך געווען בילדער אין ציטאטען פין דעם כינוס לר..
צווישען אנדערע איז אויך געווען די קול קורא'ס פין די גדולי הדור קעגן דעם מסור דמתא
ווי אויך איז געווען א בילד פונעם באזוך וואס דער טרויעריג בארימטער סאסמאן האט אפגעהאלטן און זייער נייע כולל אין ק''י
זייער כולל האט נאך דעמאלטס נישט געהאט קיין אפיציעלער נאמען אין וויבאלד דער סאסמאן איז געווען דער ערשטע באקאנטער פיגור ברחניות ובגשמיות צו באזוכן אין זייער כולל האט מען דארט אנגערופן דעם כולל ''סאסמאן'ס כולל''
די נאמען 'סאסמאן'ס' איז געבליבן עד היום הזה, חוץ די פאר סוסייד זאלי'ס וועלכע רופן עס ויוא''מ קען עס יעדער אלס סאסמאן, (די ריכטיגע סוסיידער רופן עס ביהמ''ד דקהל יטב לב....)
למעשה מ'דארף דאנקען דעם אייבורשטן וויאזוי די אלע חלומות האבען זיך אויסגעלאזט
די בית החיים האבען זיי ב''ה געמוזט קויפן א אייגענע
די בנינים אין קרית יואל האבען זיי ב''ה געמוזט קויפן אייגענע, ע''פ רוב אינדרויסן פין שטאט
אין ב''פ האט זיי דער ריכטער געשיקט צו א בי''ד... (אן קיין היתר פין די פורים לישקע...)
די מתיבתא גייט מען שוין באלד צובויען פרישע בנינים אויף די גרויסע לאט בעזעהי''ת
אין ב''ב האבען זיי געמוזט דינגען א הויז אויף נחמי' ווי מ'צאלט געלט פאר יונגעלייט ע''פ רוב וואס שיקן נישט אין סאטמאר די קינדער אז זיי זאלען לערנען אין זייער כולל
אין מיט די וויליזש וואלען איז געוואקסען גערטנער אויף די האנט פלאכען..
אין רבי'ס ז''ל הויז אין קרית יואל ווירבעלט יעדן אויפדערנאכט מיט פילע אנ''ש צו געזעגנן בקו''פ
אין סאטמאר רבי'ס ווארט איז היינט צו טאגס הייליג ביי זיינע טויזענטער תלמידים אין ערנסט רעספעקטירט און אנגענומען ביי כלל ישראל
וואס ווייטער דארף מען קיינעם נישט אויסרעכנן
דער פראפאנגענדע מיניסטער שרייט נאך אלס, ''אלעס בלייבט ביים אלטען'' ''אלעס איז אייןס''
אין מ'לויפט ארום צו אלטע יודן אין שפיטל צו באקומען חתימות אז זיי ווילן ליגען אין פאללאקס פאר בחנים
אבער איין פלאץ ווי זיי ארבעטן שווער צו האבען די אויבערהאנט (כל הכבוד) איז מיט PR אין די אינטערנעט
אנגעהויבן פין זייער פארום וואס לעבט לעצטנס 24 שעה מיט אשכולות אויף תגובות, עמטליך געדינגענע שרייבער א שטייגער ווי פארמעגליך אין די סטעף זענען איינגעשפאנט צו פיטערן דעם עולם 'מ'זאל נישט וויסען אדער זעהן וואס מ'טאר נישט'
א גאנצע שטאב מיט בעקער אין מח וואשער איטליכער מיט עטליכע ניקס זענען איינגעשפאנט צו פיטערן די אייגענע קעלבער מיט דראגס
אין ווען ס'פעלט אויס טיילט מען די 'העתקות' אין זייערע שולן אז די יודן וואס האבען נישט די זכי' צו האבען א קאמפיוטער אין שטוב - 'להוציא מלבן' זאלען אויך קענען מיהאלטן די ניגונים
די הויפט PR צילן איז צו פארשטיין געבן פאר די קעלבער ''אז די ארונים לעבן אויף אינטערנעט PR אין אלעס ביי זיי איז שקר'', וואס דאס איז געווענליכע די ריכטיגע דראגס אין אזא שעת חירום.
די זעלבע איז מיט זייער ענגלישער בלאג אויף ווארדפרעס.קאם, וואס ווערט אפדעיטעד מיט אלע בילדער אין פאשקעווילן, כדי לקיים רצון צדיק פין פקדתו שמרה רוחו, ספעציל מיט די בארימטע מעסעזשעס פין דעם קווינס בחור'ל זייער אפציעלער ווארט זאגער, היינט צו טאגס איז יענער בלאג ביי זיי אנגענומען אלס גרעסער ווי די ניו יארק טיימס וועבזייטל, מער מאכטפול אין קראנט.
אין אזוי האבענדיג די פולע מאכט אין אויבערהאנט אויף די PR אין אינטערנעט
(ווי קאמיש האט מיר איינער געשריבן אין אישי פאר כ''א כסליו, זיי צאלען געלט פאר PR צו פארקויפן פאר'ן עולם אז זיי ספענדן נישט קיין געלט פאר PR......)
נו זענדיג די ביטערע מצב ווי מ'מוטשעט זיך צו איבערעדן דעם אייגענעם ציבור בחורים אין יונגעלייט מ'זאל קומען צו די טישן נאכדערצו מ'זאל בלייבן ביי די תורה, אין פין די אנדערע זייט די גרויסע הערצה וואס סאטמארע רבי פארמאגט אין די וועלט, אין זייער סיסטמאטישער PR אין שמיץ העלפט נישט קיין טראפ,
זענען זיי אפיר געקומען מיט מעכטיגע המצאה
נישט מער אין נישט ווייניגער, מ'וועט מסביר זיין פאר'ן עולם אז ער איז א פשוט'ער עם הארץ, מ'וועט אים אראפלייגן מיט אלע פארבען פאר אזא מענטש ווי 'ר' זלמן לייב טייטלבוים' אליין,
עס וועט זיין די ריכטיגע צונאמען צו די ריכטיגע צייט
אין האפנטליך וועט דאס זיין די ריכטיגע טרייסט פאר די מרי לב
מ'וועט אים רופן דער ''עם הארץ''....... האפענטליך וועט זיך עס איינגעבן פינקט די סוקסעספולע טיטול 'חלה דעקל' אין מ'וועט זיי איינמאל פאר אלעמאל ווייזען.
כאפטס א שמייכל
פין די ערשטע פאר אשכולות
עם הארץ פירט אויס: אינטערנעט קאפע הייזער אין קרית יואל ווערן געעפענט!
דער ישיבה פונעם עם הארץ מאכן א הדלקה
פרישע פאשקעוויל פון די אהרונים אויף זייער רבי'ן דער עם הארץ
יעצט אויב טרעפט איר א זאלי שרייען אויף אייך חלה דעקל / עם הארץ, זאלט איר נאר שמייכלן אין גיין ווייטער
אין נישט אים ענטפרן ווייל דאס שרייט שווערע ווייטוג.