וואס גייט פאר מיט רב בערלאנד
אין ארץ ישראל טוט זיך אן איבערקערעניש איבער דעם רב בערלאנד פון ברסלב. עפעס א פרשה אז זיינע קינדער האבן אים געוואלט פארכאפן.
איך האב געוואלט וויסן אויב דער עולם דא האט בכלל א השגה וואס דארט גייט פאר.
אזוי פיל ווייס איך אז דער ברלאנד איז א בעל תשובה, שוין אסאך יארן, אבער פארט א בעל תשובה, און איז א געפערליכער עקסטרעמיסט. איבער דעם קריגט זיך קיינער נישט. אבער עס זענען דא מענטשן וואס שווערן זיך ביי אים אז ער איז ממש דעם באשעפער'ס מתנה פאר אונזער נעבעכ'דיגער וועלט, און אז ער איז דער צדיק וקדוש פון דעם דור, און אז ביי אים דרייען אידן אזעלכע עובדי ה' וואס מען האט זעלטן ווען געזען במשך אלע דורות.
פון די אנדערע זייט זענען דא אזעלכע וואס טענה'ן (ביניהם, אזעלכע וועלכע זאגן אז זיי קענען אים פערזענליך פאר צענדליגער יארן, נאך פון די צייטן ווען ער איז געווארן א ב"ת), און זיי שרייען אז דער מענטש איז א נוכל, א שווינדלער, און א געפערליכער דעינדשרעס מענטש, פון וועמען מען דארף שטיין אזוי ווייט ווי מען קען נאר.
אינטערעסאנט איז, אז אפילו צווישן די וואס בארעדן אים, זענען אסאך פון זיי מודה אז ער איז אן אויסטערלישער עובד ה', נאר זיי זאגן אז דאס איז נאר דער האלבער מענטש, און דער אנדערער האלב איז א גנב און שווינדלער און באטריגער.
און די זעלבע צווישן די וואס נעמען זיך אן פאר אים זענען אויך מודה, אז צווישן די אלע וואס דרייען זיך ביי אים זענען דא טאקע געפערליכע פארדארבענע אינגען, און אפילו רוצחים, אבער דאך, ער איז הייליג, און ער איז משפיע הייליגקייט, און די עובדים וועלכע זענען דא ביי אים, און ער עבודת ה' וואס דארט טוט זיך אפ זעט מען נישט אין ערגעץ.
יעצט קערט זיך איבער דאס לאנד איבער א פרשה מיט זיינע קינדער. די גאנצע זאך סאונד זייער פאני, ווייסט איינער עפעס מער וואס דארט טוט זיך?
 |
|
|