באמת פאסט נישט צו רעדן דערוועגן, עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם. וויבאלד איך זע אז די אהרוינים לאזן נישט נאך, בלייבט נישט א ברירה נאר רעדן דערוועגן. די הרגשים לאזן נישט רעדן אבער חז"ל זאגן עת לדבר.
דער רשע מרושע דער בחור דער ליידיגייער און שלעגער שמעון לעבאוויטש (דרך אגב יוסף לייב קאהן דער מנהל פון קרית יואל מתיבתא האט דעם בחור ארויסגעווארפן פון ישיבה פארן אראפברעכן א וואנט אין ישיבה) זאל קומען אטאקירן א אינגערמאן בשעת ער געפינט זיך ביים הדלקה פון רבין? ווער האט דיר גערופן? אויב די קומסט ווייל די ווילסט זיך ווארעמען פיין און וואויל אבער קומען דא מאכן א סוף צו דיינע פאליטישע סאטמארע חשבונות? הרף!
דער לעבאוויטש איז נאכשרייען א אינגערמאן וואס דרייט זיך שוין א שטיק צייט ביים רבין, ער האט געמיינט אז דער אינגערמאן האט חתונה געהאט אין עטרת צבי מאיר דערווייל איז ער א ברידער פון די כלה (דער אויסווארף האט זיך פארענטפערט אז ער האט געזען דעם אינגערמאן רעדן מיט יענע פרוי האט ער געמיינט אז ער איז איר מאן, פוי) נאכדעם וואס מען האט אים שטיל געמכאט האט ער אנגעהויבן פילמען די בחורים וואס זענען דארט. די גאנצע צייט האט ער גערעדט הויך אויפן קול. דאס ארגסטע איז געווען ווען ער האט אנגעהויבן אריינשטעקן א קעמרע פארן בחורים אין פנים, פארשטייט זיך אז קיינער דארף נישט איינער זאל אים פילעמען אין די נאז אריין, צו דעם א חבר זיינער צוגענומען א היט פון א 13 יעריגער בחור וואס האט פארדעקט זיין פנים מיט זיין היט. מען האט זיך געבעטן ביי דעם אויסווארף ער זאל אויפהערן, ער האט אראפגעלייגט די קעמער פאר א האלבע מינוט און נאכאמאל אנגעהויבן צודרייט מאכן דעם עולם. צום סוף איז נישט געווען קיין ברירה און מען האט אים ארויסגעטראגן.
איך נעם נישט א שטעלונג אין די סאטמארע פאליטיק איך האב אלעמאל געהאפט אז קרעטשניף ווען בלייבן אינדרויסן פון די אלע צואה, ליידער האבן מיר נישט די זכיה.
איך וויל בעטן יוסף לייב קאהן זאל זיך האלטן מיט דעם אויסווארף ביי זיך אין ישיבה און נישט לאזן די צולאזטע נישט מחונכדיגע - צושטערן די יו"ט ביי אנדערע.
נשלח ב-10/12/2010 18:59
יישר כח פארן לייגן דעם קליפ אויף יו טוב דער עולם זאל איינזען אז לא זו הדרך
נשלח ב-10/12/2010 19:35
ביזט זיכער די נעמסט נישט קיין שטעלונג אין די סאטמאר'ע געפעכט?...
_________________
נשלח ב-10/12/2010 21:13
ווען די שרייבסט ווען נישט "נישט מחונכ'דיגע" וואלט איך אפשר זיך געלאזט איינרעדן אז די נעמסט נישט קיינע שטעלונגען אין די סאטמאר'ער פאליטיק... איין זאך קען איך דיר זאגען: די זעלבע תמימות און ערנסטקייט וואס די פארמאגסט ביים זאגען אז די נעמסט נישט קיין שטעלונגען זאלסטו האבן ביי אנדערע זאכן אויך... צולייגער!
נשלח ב-10/12/2010 22:22
קרטשנףסיגעט, שקרן שקרן שקרן! וויפעל מאל די מיט חיי שעה זאלן נישט איבער חזרן דעם שקר וועט עס נישט העלפען (חוץ פאר דיינע קיעלעך) ווייל דאס איז א מילתא דעבידה לגלוי', פילע אידן האבן דאס מיטגעהאלטן, עס איז נישט געווען אין קרעטשניף קיין שום אינגערמאן וואס זיין שוועסטער אדער ברודער זאל האבן חתונה געהאט אין די האל, "דער רשע מרושע דער בחור דער ליידיגייער און שלעגער שמעון לעבאוויטש" איז געשטאנען אינטערן בענקעל פון קרעטשניפער רבי שליט"א פון אנהייב ביזן סוף הנירות, ווען אינמיטען הלל האט זיך אנגעהויבן די קולות אין געשרייען וואס האט זיך געצויגן ביז נאך נשמת, אין לא דובים ולא יער נישט געווען קיין שום אינגערמאן מיט וועם ער האט אנטוישט אן אות ביז נאך די הנירות ווען די קולות איז שוין לאנג געווען אין קראפט, שפעטער ביים שפילען פידעל ווען די קולות האט זיך פון פריש אנגעהויבן איז ער צוגעגאנגען מיטן קעמערע אפכאפען די געשרייען,
און איך פרעג נאכאמאל וואס קיינער וויל מיר דערווייל נישט ענפערן לשיטתך אז אלעס האט זיך אנגעהויבן ווייל לעבאווישט האט געשריגן אויף א אינגערמאן, אפשר ביסטו מיר מסביר וואס זענען געווען די איבערקרענישען און קולות שבת וישלח, (אנגעפירט דורך פיל און הע) א שבת בעפאר לעבאוויטש האט געשריגן אויף דעם אינגערמאן ? האבן די די צרידערטע פארשוינען טאקע געהאט רוח הקודש אז נעקסטע וואך גייט שמעון דא זיין און שרייען אויף א אינגערמאן?
און זיי מיר ביטע מסביר פשט אויף די איבערקרעניש וואס די בחורים האבן געמאכט נאך "דינסטאג נאכט" ביים ערשטען חנוכה לעכט צינדען, ווען דער לעבאוויטש איז ניטאמאל געווען אין וויליאמסבורג, און עס איז דאך נאך געווען א נאכט בעפארן שרייען אויף דעם אינגערמאן?
קרטשנףסיגעט, איך וויל נישט ארויפשטעלן אלע בילדער וואס די בחורים האבן דארט אנגעמאכט, צוליבן כבוד פון כ"ק מרן אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, אבער אויף דיין פארלאנג וועל איך דיר אריינשיקן אין אישי עטליכע בילדער ווי אזוי "די צולאזטע נישט מחונכדיגע - צושטערן די יו"ט ביי אנדערע". (בתנאי אז די וועסט עס נישט ארויפלייגן)
תוקן על ידי פינחס_יואל ב- 10/12/2010 23:21:32
נשלח ב-12/12/2010 03:21
דא קענט איר זעהן וויאזוי די איידעלע בחור רעאגירט ווען מלייגט אים א קאמארע פארן פנים, נא זאגט מיר צי איר גלייבט אז ער איז אזוי אומשילדיג? http://goo.gl/Gh5YY