| נשלח ב-12/12/2010 04:34 |
|
| |
ר' מאיר הירש למה נגרע???
פארוואס שלעפט מען ווייטער ארום מיט געהאלט פון די ארימע מלמדים פון דעם רייכסטען מוסד אין די וועלט?פארוואס זענען אלע מלמדים וואס רופען זיך סאטמאר אין דעם גרעיטער ניו יארק, אפ טא דעיט מיט זייער געהאלט, (אינקלאדינג די ווערעמיגע מיט די קרעציגע) אין נאר אין קרית יואל שלעפט מען ארום, פארוואס? איך ווייס אז עס גייען קומען יעצט אונזערע מענטשען אין שרייען אז איך מאך מחלוקת, אבער דאס פארענטפערט נישט פארוואס לעצטענס איז די ווערטשאפט אזוי ווי אין משה מאנראויער צייטן, אין אז מען וועט ווייטער שפילען דעם בת היענה שפיל פון שרייען אלעס איז גוט, געזונטערהייט, אבער ווען עס וועט קראכן זאל קיינער נישט האבן קיין טענות
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 05:00 |
|
| |
עס איז טאקע געווען א צייט אפשניט וואס מען האט שווערליך געצאלט, נישט מען האט נישט געצאלט, מען האט שווערליך געצאלט, אבער ווי מיין קרוב א מלמד שוין פאר יאהרן זאגט מיר האט ער געהעריג ערהאלטן זיין געהאלט, און אפילו עס האט פאסירט אז עס איז געגאנגען שווערליך האבן די מלמדים איינזעהניש איבער די שווערע לאסט פון די הנהלות המוסדות, און זיי וועלן ווייטער דינען זייער הייליגע פליכט און נישט נאכטוהן וואס די פראסטע יונגעלייטליך מחוצפים וועלכע דערקלערן זיך אלס מלמדים אין די סאסמאן סעמינארן און ווען מען צאלט זיי נישט ווייל נעבעך... גייט מען ארויס און א סטרייק, און די טייערע צאן קדשים פאלן נעבעך קרבנות...
א חרפה און א בושה!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 05:18 |
|
| |
דער אלטער זאלי ניק ביי זיין דריטע פראבע, די מוסדות אין ק''י וועלכע וואקסט איבער בליעה''ר יעדע מוסד וואס רופט זיך סאטמאר איז אים ווי א דארען, אין וועגן דעם פראבירט נעבעך יעדע שטיק צייט אנצודרייען א אינערליכע קריג אויף היידפארק - כאילו די מיינונגן דא רעפלעקט עפעס מער ווי עטליכע היידפארק שרייבער, דאס איז שוין נאכדעם וואס די מצב איז גארנישט אזוי הארצרייסענד ווי חזקה האט ערווענט, נייס טריי רינדעכיגער
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 05:47 |
|
| |
ברוינפן האט גערעדט מיט עטליכע מלמדים און זיי שטימען מיט מר. רינדעכיגער, מ'האט געצאלט עטליכע וואכען צוריק, נאך נישט צאלען באלד צוויי מאנאט. און איצט איז מען ווייטער שולדיג זינט די לעצטע באצאלדונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 06:49 |
|
| |
רעב יענקל! איך וועל דיר פרובירן איינמאל פאר אלע מאל מסביר זיין אביסל וואס דא גייט פאר, אז נישט אויף אלע טעכנישע פראבלעמען דארף מען שרייען זאלי ניק וכדו', אדער נוצען אנדערע שפרעכרייד צי פארדרייען די נושא, ווייל דו מיינסט אז עס איז א בושה פאר סאטמאר, ווען עס איז בכלל נישט, דאס ווארד זאלי קומט בכלל נישט דא אריין, ווייל פון זייער זייט ווילן זיי נישט זען א בעסערונג אין דעם הינזיכט, מאיר הירש לאכט מיט זיי אונטערן טיש אויב דו ווייסט, מאיר הירש מיט אלע זיינע געטרייע באדיס קענסטו אייביג הערן א גוט וויצעל אויפן רבין'ס חשבון ווען קיינער הערט נישט,במילא נעם דיך נישט אזוי אן ווייל אונטערן טיש קוילערט ער זיך פון דיר אויך, יעצט טא דע פאוינט עס איז נישט קיין שום בושה פאר סאטמאר אין פארן רבין זאל זיין געזונט בפרט, צי קאנפראנטען א טעכנישע פראבלעם אינעם מוסד, וואס איז יא א בושה פאר סאטמאר, איז ווען מען שפילט די בת היענה שפיל מיטן ציבור, ווען יעדער פון אונז ווייסט אז עס שטינקט, אין ביזדערווייל הינגערן אונטער די געטרייע מלמדים, אין דער מוסד ווערט געפירט דורך א יחיד, אן דעם מידעסטע וויסן פונעם ציבור אין כל שכן דער רבי, יעצט מיט דעם וואס דו נעמסט דיך שרייען זאלי ניק וכדו' שפילסטו זייער גוט אריין אין דעם מרחם על הארץ קאמפעני, דאס נוצען זיי כסדר ווען מען קאנטפראנט זיי, אין כל שכן ביי דו וואלן, אין רעד דיר נישט איין מנוט אז דו האסט דא ארויסגעהאלפן סאטמאר אדער דעם רבין, טאמיר פארשטייסטו נאך אלטץ נישט דעמאלטץ קאן איך דיר מער גארנישט העלפן אין אוואדאי נישט ענטפערן
תוקן על ידי רינדעכיגער ב- 12/12/2010 07:00:56
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 08:00 |
|
| |
זיין לעצטע תגובה פארציילט אלעס, עס ווייסט יעדער אז פון היידפארק אשכולות ווערט גאנישט פארראכטן און חוץ אנשטעלן א ווינט כאילו ס'דא קרוגערייען וואס מ'וויל אנאנסירן פאר'ן פאבליק... טוט עס גארנישט, מ'דארף זיין היבש פארריקט צו זעהן וואס דיין ציהל דא איז, אין ווי שטארק די האסט א פראבלעם מיטן רבין'ס כבוד, ענדערש גיי און חי שעה פארום דארט ווען מען דיר הילכיג אפלאדירן פאר דיינע למ''ב'ס, אנדערש איז עס בלויז א נייס טריי
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 08:04 |
|
| |
און די זעלבע צייט בעט איך דיר נאכאמאל ברענג אויך די דעטאלן פין די אינסייד מערכות ביי ענק, ווי די אנטי נידערמאן באוועגענג אדער די אנטי א ב יאקאבאוויטש, אדער ש ' מ אדער ש ט אדער מ ב וכו', יש''כ
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 19:48 |
|
| |
רעביענקל נאט אייך  איר פארדינט עס ערליך
איך ווייס נישט צי מען צאלט די מלמדים צי נישט, דיר באצאלט מען זעכער נישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2010 20:30 |
|
| |
רינדעכיגער, א גוט יאר אייך.
וואס איז נעקסט?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 00:49 |
|
| |
ביטע איגנארירן אונזער [אויבער]חכם הרזים.
(אגב, א פשוטער פאקט - געהערט פריער פון א מלמד: פארגאנגענעם פרייטאג האט מוסדות ק"י באצאלט פעיראל.)
תוקן על ידי מנחם_מענדל ב- 13/12/2010 01:04:12
|
|
|
|
|