א שווערע פראבלעם האט ארומגענומען דאס מענטשהיינט פון די בני יואל און זאלונים אין קרית יואל, ווען ביי אלע זייערע שוהלן איז ארויסגעווארפן געווארן שרעקליך-שטינקענדע מיסט, פון אלע סארטן, אנגעהויבן ביי שיריים פון סעודות שב"ק און געענדיגט ביי מענטשליכע אפפאל, וועלכע האבן שרעקליך פאר'עקל'ט די מתפללים – כמובן.
ווי פארשטענדליך איז די חשד געפאלן אויף אונזערע קינדער\בחורים\אברכים, וועלכע וואלטן אין זייערע אויגן געווען די פאסיגסטע פאר אזא מאדנע און עקלהאפטיגע שריט.
אבער, צו אלעמענס וואונדער: די פאליציי זענען דערגאנגען – נאכן אריינקוקן אין די זאך זייער טיף – אז פון צווישן די קרית יואל'ע 'רעבעלן גרופעס' אליינס זענען פאראן עפעס א מאדנע סארט קרענקליכע גרופע, וואס זיי האבן אליינס אויסגעווארפן די מיסט!!! צו אלעמענס וואונדער.
אויף די פראגע פון די פאליציי צו די זעלבסטמערדער פארוואס זיי טוען אזא עקלדיגע שריט קעגן זיך אליינס, איז געקומען א ענטפער: "ווילאנג די ארונים וועלן אנהאלטן זייער שמוציגער פנקס, וועלן מיר זיך ריינוואשן מיט גארבעדש".
איינער פון די גרופע, אידענטיפיצירט אלס וואלדמאן, האט געזאגט פאר די פאליציי: "מיר זענען שטאלץ מיט אזאנע געטרייע עסקנים, וועלכע פארלאזן אונז נישט, און צו יעדע גע'שחט'ענע טשיקן אין די ק"י שלאכט פעלד, ווערט ארויסגעלייגט א פרישע טשולנט בונדל ביי איינע פון אונזערע 48 שוהלן!"
ויהי לפלא.
===========================
די 'קאסטום מיסט סענטער' שע"י ביהמ"ד "גליק" אויף סאטמאר דרייוו, בהשתדלות עסקני הבני יואל:

די 'קאסטום מיסט סענטער' שע"י ביהמ"ד "סאסמאן" אויף גארפיעלד ראוד, בהשתדלות עסקני הזאלונים:
