| נשלח ב-13/12/2010 00:31 |
|
| |
הרב נחמן ברלנד = הרב אהרן טייטלבוים
אין ארץ ישראל קאכט זיך וועגן די קהלה און מוסדות שובו בנים, דער פירער הרב אליעזר האט אפגעזאגט זיין זון הרב נחמן פון פירן די קהלה און מוסדות, אקוראט ווי להבדיל דער ברך משה האט געטון מיט זיין זון הרב אהרן בשנת תשנ"ט.
עס זענען דא אסאך ענליכקייטן צווישן די צוויי פרשיות, איך וועל נאר אויסרעכענען א קליינע חלק.
דער רב האט געזאגט אז ער איז ביז היינט געזעצן פארכאפט אונטערן פויסט פון מיין זון, מיין זון האט אפגעטון רשעות בשמי און איך האב גארנישט געקענט טון דערוועגן. מען האט געטרינקען דאס בליט פאר מענטשן און איך האב געדארפט שווייגן. און נאך אסאך ענליכע דגמאות.
צווישן די צוויי זון הרב נחמן ברלנד און הרב אהרן טייטלבוים איז אויך דא אסאך ענליכקייטן. איך וועל נאר אויסרעכענען עטליכע. הרב נחמן האט געזאגט אין א געשפרעך "דער טאטע רעדט שטותים", הרב אהרן האט געזאגט די נאכט וואס דער ברך משה האט אים מדחה געווען פון די הנהגה "דער טאטע ווייסט נישט בחייכות וביומיכון, ער ווייס נישט צו ס'איז דינסטאג צו מיטוואך". נאך א דוגמא, "איך וועל זאגן פארן טאטן און אלעס וועט ווערן מסודר". "איך וועל אכטונג געבן דער טאטע זאל נישט מאכן בזיונות". ועוד.
עס איז צום שטוינען ווי היסטאריע חזר'ט זיך איבער.
אשאד נאר אז דער ברך משה האט נישט מצליח געווען זיך לויז צו מאכן פון זיין הרב אהרן עטליכע יאר פריער.
ברוך אלוקינו...והבדלנו...
תוקן על ידי פריש ב- 13/12/2010 00:50:40
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 00:33 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 00:51 |
|
| |
איך וועל אויסרעכענען נאך א חלק נקודות וואס שטעלט דעם הרב נחמן צו הרב אהרן.
נעמען אמת'ע חסידים פון רבי'ן און זיי טרינקן די בלוט, צוטשעפען דעם נאמען מתנגד. האלטן חשבון אויף יעדעם וועם מען דארף צופיקסן און טון למעשה. מאכן פאני קלאס צו יעדער וואס איז נחשד און נישט גיין 100% אין שפאן. פארקויפן לאקשן פארן ציבור. איבערשרייבן בניני המוסדות והקהלה, בגניבה.
די ליסטע ענדיגט זיך נישט.
איך קען זיך פארשטעלן די שמחה פון די שובו בנים חברה, עס בלייבט נאר איבער צו זען אויב זיי האבן אויך אהרוינים וואס וועלן שלאגן כפרות מיטן רבי'ן און גיין מיט הרב נחמן, אדער זייערע מוחות זענען גרעסער פון דעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 00:58 |
|
| |
דער ווידיא וואס האט אויפגעדעקט די שובו בנים סקאנדאלן
תוקן על ידי חסיד_152 ב- 13/12/2010 01:13:41
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 01:13 |
|
| |
נאך א ענלעכקייט צווישן די צווי סקאנדאלן
ר' אהרן האט אזון ר' מענדל און ר' נחמן האט און ר' נתן
איך לאז איבער פארן ציבור איבערשמועסן די פעולות צדיקים לחיים והמבין יבין
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 01:16 |
|
| |
קוקענדיג אויף דעם ווידיא האב איך געמערקט נאך א ענליכקייט, דער נחמן ברלנד האט אויך א פראבלעם מיט די מאמע די רעבעצין, אזוי ווי ר' אהרן טייטלבוים האט געהאט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 01:18 |
|
| |
הרב פריש, דו און דיינע בלוט-דורשטיגע קאלעגעס אינעם היפאקריטישע פארטיי זענען נעבעך פארנומען יומם ולילה אראפצורייסן הרב אהרן טייטעלבוים, ווי אימער ווען אימער, מען טרעפט אדער מען הערט איבער א געוויסע געשעהניש וועט מען ציען פארשידענע מסקנות, און ענדליכקייטן צו הרב אהרן טייטלבוים, פארשטייט זיך בלויז אויף די נעגעטיווע זייט.
און שפעטער קען מען לאכן וויאזוי די און דיינע קאלעגעס האלטן און איין זאגען מען איז פטור געווארן פון ר' אהרן מען איז פטור געווארן פון ר' אהרן...יו לאך איך...אויב זענט איר אזוי באפרייט געווארן פון אים, און מען איז פטור געווארן, פארוואס זענט איר פארנומען פיר און צוואנציג שטונדן א טאג אראפצורייסן און רעשן איבער ר' אהרן?
וואס ער וועט נאר טוהן וועט עס אייך שטעכן ס'אויגען מאכן גאנצעטע מאמרים, פוברוצירן חידושים און ענדליכקייטן, און ערקלערן ווי שלעכט ער איז, איר זענט דאך פטור געווארן? ניין? נישט אזוי?
קאמאנטארן זענען איבעריג!
אבער איין קליינע אבער גאר אינטערסאנטער זאך דארף מען דערציילן, עס איז געווען צוויי וואכן נאכדעם וואס די מהרסים האבן גענומען דער לאנג-יעריגער געטרייער משמש ר' שלמה ווערצבערגער און אים מיט בזיונות פארשיקט פון ראדני צוליב'ן נישט גיין אין שפאן אויף הונדערט פראצענט (נוסח היפאקריטן...) און ער איז אריבער געקומען דינען אלס משמש אין ביהמ"ד קהל יטב לב ד'סאטמאר צום פרייד פון חסידי סאטמאר.
אין די ערשטע חדשים פון זיין אנקומען אין שוהל האט זיך כסדר גרופירט אידן ארום דער משמש ווי מען האט אינאיינעם זיך ערוועקט די ליכטיגע צייטן ביים ברך משה ווען די מהרסים האבן זיך נאך געפינען אין די לעכער, און נאכנישט געקומען פראקטעצירן אויפן רבינס חשבון זייער היפאקריטיע און אומפארגינערישקייט, און כסדר געהערט פון אים זיסע געשעהנישן וואס ער האט מיטגעלעבט זייענדיג פארכאפט דארטן, וועלכע האט רוב מאל געברענגט צו הילכיגע געלעכטער געמישט פון רחמנות געפילן...(נעבעך...!)
צווישן די שמועסן האט דער חשובער שמש געזאגט א זאך וואס איז אים געווען זייער אינטערסאנט און ער האט דאס נישט געוואוסט פארדעם:
ער דערציילט אז אין די צייטן ווען ער האט נאך דארטן געארבעט זענען די היפאקריטן געוועזן פארנומען ס'גאנצע צייט, ביי א יעדע זיצונג און ביי א יעדע געלגענהייט מיט ר' אהרן...
"ווי גייט ר' אהרן היינט זיין?"
וואס גייט ר' אהרן רעאגירן צו דעם?"
"די האלסט ר' אהרן גייט רעדן דערקעגען?"
וואס זאגסטו נישט ר' אהרן איז היינט אויפגענומען געווארן מיט די גרעסטע כבוד דורך....?"
ר' אהרן האט געהאט אזויפיל מענטשן, ער האט געהאט אזויפיל שטאקן פארענטשעס? ער איז איצט פארנומען מיט פלייש, ער איז פארנומען מיט מצות, ער איז פארנומען מיט "חתונה תקנות" ער איז פארנומען מיט חבורות יסודי התורה, מלכיאל קאטלער רעדט יא רעדט נישט...הרב ווזנער האט דאס געזאגט יענץ געזאגט...מענטשן יא געגעבן אכצטן הונדערט דאללער מקוה טהרה...א.א.וו.
זיי זענען געווען און זענען נאך אלס פארנומען מיט ר' אהרן פיר און צוואנציג שעה, ביי סיי וועלכע זיצונג אינערהאלב די הירוס קהילה וואס מען קען אים נאכטוהן און נאכמאכן...
אבער אצינד ווען ער האט אנגעפאנגען ארבעטן מיטן אלטן קהל, און אנגעפאנגען זיך צו באטיילויגען ביי זיצונגען און מיטונגען הערט ער נישט קיין פיפס וואס גייט זלמן לייב טוהן? ער איז דארט געווען? ער גייט? ער גייט זאגען ער האט געזאגט???
און מיר ווייסן דאך דאס אלע, מיר דארפן נישט צו קומען צו די עדותשאפט פון ר' שלמה שמש, ווייל קודם כל ער גייט נישט ער קומט נישט... און טאמער גייט ער איז איז ער בלויז געגאנגען... טאמער קומט כער איז איז ער בלויז געקומען...און באלד דערנאך אוועקגעגאנגען וואס דאס טוהן סתם עמך אידן אויך... און נאכדעם ווייל הו-קעירס ווי ער איז געגאנגען וואס ער האט געזאגט, ניטאמאל זיינע אייגענע אנהענגער זענען אינטערסירט...אבער עס איז דאך אינטערסאנט צו הערן ערשט-האנטיגע אינסייד אינפארמאציע פון איינער וועלכע האט זיך געדרייט מיט זיי די לעצטע 10 יאהר... און מיט סייעתא דשמיא זיך באפרייט פון זייערע פינסטערע לאפעס, און אים צוריקגעשיקט אהיים צו זיינע ליבליכע ברודער.
א געלעכטער אין א זייט...
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 02:03 |
|
| |
אוי שלמה'לע דאס האט מען געמאכט מיט דיר, מען לאזט דיך פירן קיפקעס אין הופער, קיין פעני קענסטו נישט קאלעקטן, דאס באלאנגט פאר קויפמאן, דיינע גוטע פריינד האבן מיט דיר געטון ווי מיט פנחס מיילעך, די קענסט גיין נאכלויפן אלטע אידן סטראשן אז מען וועט זיי נישט מקבר זיין, נישט אומזיסט איז דער נאמען שלמה שמש געווארן א ניקנעים פאר די שלימזל'עך ביי די פלעיס, ווייל ביזט נעבעך אזוי מזל'דיג ווי די גייסט ניצט מען דיך פאר שמיץ, ביסט געווען דער שליח פון בערל פרידמאן און די נון יארן צו אלע בני יואל ביזט געווען דער שטעקן צו סטראשען די גאונים ווי מאנטיווידעא רב זצ"ל און להבחל"ח קארלסבורגער רב אז זיי וועלן נישט ליגן אין בית החיים בקרית יואל, די ביסט געווען דער שטעקן פון משה גבאי ארויסווארפן בערל יאקאבאוויטשס קינדער פון ראדני, און יעצט ביסטו דער שלאק שמש צו סטראשן אלטע אידן, נעבעך אויף דער עלטער האסט דיך געמיזט נעמען ארבעטן צו מאכן א פאר דאלאר,
איין זכות וועט דיר באשטיין אין באגלייטן, דער חול המועד פסח תשנ"ט דרשה וואס די האסט געהאלטן אין ראדני, ווען די גאנצע וועלט איז געשטאנען אין געווארט אויף די דרשה פון דער רב הצעיר, און די האסט אזוי שיין געזאגט גוטן מועד, און געלאזט דעם רב הצעיר מיטן רבנית הצעירה אהיימפארן אבל וחפוי ראש,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 03:17 |
|
| |
וואס דארף מען מער, קוק די הריגות דארט, ס'דערמאנט מיר עפעס פון דער הייליגע יום טוב שמיני עצרת, איך ווייס נישט פארוואס
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 01:31 |
|
| |
די פרשה פון בערלאנד האט קיין שום שייכות מיט סאטמאר עס איז שווער מסביר צו זיין פאר איינעם וואס קען זיי נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 01:36 |
|
| |
די פרשה פון הגר'ס טאכטער וואס האט פארהייראט טייטלבוים, האט אויך נישט קיין שייכות מיט סאטמאר, עס איז שווער מסביר צו זיין ווער סקען איר נישט,
|
|
|
|
|