| נשלח ב-13/12/2010 07:43 |
|
| |
ברוך שפטרני מ'שלמה ווערצבערגער
אזוי ווי עס איז שוין דורך איבער א יאר זייט שלמה ווערצבערגער האט פארלאזט דעם צענטראלען גרויסע ביהמ"ד דקהל יטב לב ד'סאטמאר און וומסב"ג, קען מען מיט א זעכערקייט אויסשרייען "ברוך שפטרני מ'שלמה ווערצבערגער".
עס געדענקט זיך נאך די צייטען ווען ער איז דארט געווען ווי נאכגעלאזט דאס ביהמ"ד פלעגט זיין, איך רעדט שוין נישט דאס קאלטקייט וואס ער האט געהאט און זין ביים קאלעקטען מעמבערשיפ, זיצן געלט, א.ד.ג.
ווער רעדט נאך ווי אזוי די ביהמ"ד און פאליש צו און בית קויפמאן האט אויסגעזעהן.
ער האט אלעס גענומען מיט א גלייכגילטיגקייט, איך זאג נישט ח"ו אז ער האט דאס געטאן דירעקט, אבער דאס איז זיכער עס האט אויסגעפעלט איינער וואס זאל נעמען אויף זיך די לייצעס פון פירן נארמאל מיט אחריות אזא גרויסע קהילה.
ב"ה די טאג איז טאקע אנגעקומען- פאר אסאך אידען האט דאס טאקע וויי געטון אז מיר וועלן פארפאסן דעם "יעעעעעמוד" אבער מען האט שלום געמאכט מיטן מצב אז עפעס מיז געטאן ווערן.
כך הוה מען האט זיך געזעגענט מיט אים נאך וואס ער האט קלארגעשטעלט אז ער האלט נישט ביים מפייס זיין די טויזענטער מיטגלידער פון אונזער הייליגע קהילה וועם ער האט מיט אן אומדערהערטע חוצפה ווידערגעשפעניגט מיט דעם וואס ער האט מיט עטליכע טעג פריער זיך צוגעשטעלט צו זיי ביים א.ג. קידוש בית החיים וואס איז בגניבה אוועקגענומען געווארן פון די ערליכע בעל בתים.
הערט איר א מעשה? קומט זיך א אידעלע וואס באקומט זיין וועכענטליכע געהאלט ביי אונז, און שטעלט זיך צו מיט די שונאים, דערנאך וויל ער ער ארויפקומען אויף איין באלעמער מיט רבינו שליט"א?
פון וועם האט ער געמיינט וועט ער חוזק מאכן? האט ער געמיינט ער וועט זיצן ביי אונז זיך אויפפיקן זיין "פעי טשעק" יעדע וואך, און דערנאך לאכן פון אונז?
היינט קוקען מיר זיך אן, מיר קענען זיך נישט גלייבן וואספארא שינוי לטובה עס איז אריינגעקומען ביי אונז ב"ה זייט רבינו שליט"א האט ממנה געווען דעם נייעם משמש הרב זלמן לייב פעלדמאן.
עס דארף אים קיינער נישט אויסרימען וואספארא חשובע און געטרייע משמש ער איז, ווער עס קומט נאר אריין אונעם היכל הבית המדרש וועט זיך אלץ באגעגענען מיט רבי זלמן לייב, פארטאגס לערנט ער פאר א שטיקל שיעור, אויב פעלט אויס א בעל קורא אמאל שטעלט ער זיך צו און ליינט, אפילו זימער לערנט ער פאר ביי שלש סעודות (די וואכן וואס רבינו שליט"א איז אין מחנה דברי יואל) דעם הייליגען ספר דברי יואל און אזוי ווייטער.
ווער רעדט נאך ווען עס קומט פאר די ימים נוראים צו סיי וועלכע יום טוב, ר' זלמן לייב שמש לויפט ארום זיכער מאכן אלעס איז צוגעשטעלט עצהיו"ט.
מיר אלע געדענקען דעם פארגאנגענעם ראש השנה און יום הקדוש די גאנצע ביהמ"ד איז געווען אויסגעלייגט מיט טויזענטער טויזענטער זיצן און אלעס איז פארקויפט געווארן, מיט דעם אלעם איז נישט געווען קיין פלאץ מער אריינצושטיפן נאך זיצן צו אקאמאדירן די ריזיגע מאסע וואס האבן זיך אריינגעשטיפט טון דעם "קליינעם ביהמ"ד" מקום שהתפללו בה רבותינו.
סיי ווען אימער איז ר' זלמן לייב דער ערשטער צוצושטעלן און צולייגן א פלייצע אפילו אויף זאכן וואס איז נישט זיין אויפגאבע.
יא מיר קענען היינט צוטאגס אויסשרייען הויעך מיט א פרייליכע געמוט "ברוך שפטרני מ'שלמה ווערצבערגער".
א גיטען מועד!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 09:44 |
|
| |
נעבעך...נעבעך...נעבעך... נישט לאנג צוריק האב איך דא געלופטערט עטליכע ציפעדיגע שורות פאר פריש'נען, און צווישן מיינע שורות האב איך דערמאנט זיסע זאכן וואס ר' שלמה שמש האט דערציילט אין די ערשטע פאר וואכן ווען ער איז אריבערגעקומען צו דינען אלס משמש ביי קהל יטב לב, און ווי עס שטעלט זיך ארויס האבן מיינע שורות נעבעך שטארק געטראפן אין פינטל, און מיין תגובה'לע איז ווילד פארמעקט געווארן, אין די צייט וואס איך האב נישט פארלעצט קיין איין פרינציפ וואס די מנהלים פארלאנגען.
און אין רעזולטאט פון די וואונד וואס איך האב געשאפן מיט מיין תגובה, איבער ר' שלמה שמש, האט הרב ספרינטער נעבעך און איילעניש גענומען ס'בלוטיגע פעדער אין האנט אריין און אנגעפאנגען זיך שנעל טרייסטן און מחזק זיין איבער די געוואלדיגע שיניו לטובה וואס איז אנטשטאנען אין ביהמ"ד אויף ראדני זינט רבינו שליט"א האט פארשיקט דער שמש, און אראפגעריסן ר' שלמה ווערצבערגער.
עס קומט ארויף א שמייכל ווען מען זעהט ווי ספרינטער סטראגעלט ארום, צו פארפילן דער חלל מיטן פארלוסט פונעם אלעמען באליבטן שמש ר' שלמה שמש, וואס זינט ער האט פארלאזט ס'ביהמ"ד אויף ראדני האט נעבעך די ארטיגע קהילה פרובירט צו טוהן פארשידענע מיטלן וויאזוי אויפצוארבעטן דעם ציבור אז דער עולם זאל וועלן צאלן די מעמבערשיפ.
ווען ר' שלמה שמש איז דארטן געווען האט ער געהאט זיין שפראך און זיינע אלט-געזעסענע וועגען און מיטלן וויאזוי ער האט געמאנט ס'געלט, און די ציבור אליינס האט גרינגער געצאלט מעמבערשיפ ווייל מען אט געשפירט אז מען מוז עס געבן ווען ר' שלמה האט זיך באוויזן, מעגליך אז די אלע דא אין דעם פארום וועלן נישט כאפן וואס איך רעדט ווייל אדער דאווענען זיי נישטאמאל איבערן וואך און ראדני, און די אלטע צייטן ביים ברך משה וועלן זיי זיכער נישט געדענקן צוליב דעם וואס זיי האבן נאך געדאווענט אין די בונקערן איבער ברוקלין.
דאס אויסמעקן מיין נארמאלע תגובה, און שנעל עפענען א באזונדערע תגובה איבער דאס ארויסגיין פון ר' שלמה שמש, ווי כאילו דאס ארויסגיין פונעם שמש איז געווען די וואך, איז א דירעקטע מרה שחורה רעזולטאט, און איז דאס גרעסטע צייכן אז מיינע שורות האבן אויפגעטוהן וואס זי האט געדארפט...
און אצינד שרייט ר' שלמה שמש אויס: ברוך שפטרני מעונשו שלזה...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 16:02 |
|
| |
איך גלייב אז דער מנהל האט אויסגעמעקט דיין תגובה צוליב מיין בקשה. איך האב געבעטן פונם מנהל אין אישי ער זאל דאס אויסמעקן צוליב דעם וואס דיין תגובה פארדרייט די נושא פונם אשכול. שלמה ווערצבערגער איז בשום אופן נישט קיין מחותן אינם אשכול וועגן ר' נחמן און ר' נתן ברלנד מיט ר' אהרן מיט ר' מענדל טייטלבוים. איך גלייב אז אויב די וועסט אריינלייגן דיין תגובה דא וועט דער מנהל דאס נישט אויסמעקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 16:07 |
|
| |
די וואונד פון ר' שלמה'ס זיך האלטן פעסט איז נאך זייער אפען, זיין פרעסטיזש וועט פעלדמאן נישט קענען ריפלעיסן אפי' מ'וועט אים געבן פארצולערנן ד''י - א מין זשאוק...., דיין גאנצע תגובה איז אזוי אמת ווי אז מ'האט אנגעפילט אלע זיצן, קומסט דא מיט שקרים וואס דיינע אייגענע מענטשן זעהן איין וואס פאר שקרן די בוזט
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 16:18 |
|
| |
די וואונד פון שלמה'ס זיך האלטן מיט זיין חלמ'אישע פעסטקייט האט טאקע וויי געטון און טוט ווייטער וויי, עס טוט וויי אז איינער וועם איך האב געגעבן צו עסן און טרינקען זאל אין מיר אזוי בוגד זיין. פאר שלמה'ן אליינס טוט דאס אויך וויי, פונקט ווי אלע וואס האבן געטון ארבעט פאר די אהרוינים זעט ער שוין אויך איין אז חוץ "צוזאגן" גאלדענע גליקן קענען זיי גארנישט.
פרעסטיזש האט שלמה קיינמאל נישט געהאט, ער האט אלעמאל געהייסן א שוואכלינג און א נאר, סיי ביי די זאליס און סיי ביי די אהרוינים. קען זיי אז די ביסט זעסט נישט א חילוק צווישן ר' יחזקאל שמש און שלמה שמש...
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 17:34 |
|
| |
רעביענקל וויאזוי וויסטו וואס עס טוט זיך אפ און ראדני? און זאג מיר פונקטליך וועלכע פרעסטידזש ר' שלמה האט פארמאגט, נישט אז איך וויל עם דא אוועקמאכן, אבער ב"ה ר' זלמן לייב איז אסאך אסאך בעסר פון עם,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 18:57 |
|
| |
פאר די חברי קהלתינו פעלט נישט אויס פארצישטעלן ווער ר' זלמן לייב פעלדמאן איז, אין די קורצע צייט וואס ער איז אין די קהלה קען מען גארנישט פארשטיין וויאזוי די קהלה האט זיך געפירט אן אים, ער איז א מוסטער פון א געטרייע איבערגעגעבענע מענטש וואס איז ווערט לשרת בקודש, און ער איז נישט דא זיך צי בויען א פרעסטיזש און כבוד וכדומה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 19:02 |
|
| |
די ארונים ווייסן ניטאמאל וואס מיר פארמאגן, זיי ווייסן נישט מער ווי סידור קדושין, דער קרעטשמע, מער פון דער ווייסן זיי נישט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 20:10 |
|
| |
נישטא וואס צו רעדן אז ר' זלמן לייב שמש איז א גרויסער פלאס פאר די קהלה! און ס'האט געלוינט צו פארלירן ר' שלמה ווערצבערגער אים צו באקומען!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 20:20 |
|
| |
וואס מיר האבן יא פארלוירן, איז דאס, חבל על דאבדין

_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 20:37 |
|
| |
די קוואליפיקאציע פון א שמש טראגט א מינדעריקע געוויכט אין די סוקסעס פון א חסידות, עס איז ענדערש געוואנדען אין די קוואליפיקאציע פון די וואס פארנעמען סך העכערע פאזיציעס אין די עשאלאן פון א קהלה, דאס איז איינס
שנית, דאס פארלאזן פון שלמה ווערצבערגער איז א ווייעדיגער וואונד פאר קהלות רז"ל, נישט צוליב וואס דער שמש איז נישט ערזעצבאר, נאר ווייל זיין פארלאזן איז געקומען אין דירעקטן רעזולטאט פון פארלירן די "הויפט-קוואטיר" סטאטוס פונעם גלאבאלן קהל יטב לב, מיטן פארלירן די פארפיגונג אויפן ביה"ח, וואס דאס האט אראפגענומען די שיעבוד פאר שאר חברי הקהלה אשר בשאר המדינות, צו באצאלן די דיוס פאר זייער קהלה, אין זענען עפעקטיוו רעדוצירט געווארן צו בלויז א לאקאלע "אחת מני אלף" קהלה מקהלות ישראל בוומ"ב, אפי' זיי זאלן האבן מיליאנען חסידים מיט מיליאנען בילדינגס, מיט מיליאנען נייע ביה"ח'ס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 20:46 |
|
| |
אויף אזא געוואלדיגע שפיציגע חכמה האב איך זיך נישט געראכטן... שלמה שמש מאכט "די הויפט-קוואטיר" סטאטוס פונם גלאבאלן קהל יטב לב.  זיי מיר מוחל דאס קען זיין דעם אהרוינישן געדאנקען-גאנג, ביי אונז מאכט די רבי דעם סטאטוס נישט א שמש ביי חופות....
תוקן על ידי פריש ב- 13/12/2010 20:47:54
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 20:52 |
|
| |
מר. פריש, איר לייגט אריין פארקערטע ווערטער אין מיין מויל, איך בין נישט אחראי צו פארענטפערן דיבורים וואס איך האב קיינמאל געזאגט
מיט דאנק,
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 21:03 |
|
| |
איך האב איבערגעזאגט דיינע ווערטער אן דרייען, אויב ווילסטו ווען איך ציטירן נאכאמאל דיין פונקטליכע לשון
| סקאטמאלען כתב: |  | דאס פארלאזן פון שלמה ווערצבערגער איז א ווייעדיגער וואונד פאר קהלות רז"ל, נישט צוליב וואס דער שמש איז נישט ערזעצבאר, נאר ווייל זיין פארלאזן איז געקומען אין דירעקטן רעזולטאט פון פארלירן די "הויפט-קוואטיר" סטאטוס פונעם גלאבאלן קהל יטב לב
|
|
אויף דעם זאג איך: די ביסט בארעכטיגט אזוי צו טראכטן און צו זאגן. אבער מיר זאגן ליבערשט אז די רבי מאכט דעם "הויפט קוואטיר סטאטוס" און נישט דער שמש.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 21:20 |
|
| |
לאמיך עס אנדערש פרעיזן אפשר העסטו בעסער פארשטיין:
די סטאטוס פון הויפטקוואטיר האט עטס פארלוירן ווען קיינער איז מער נישט משעובד געווען צו באצאלן מעמבערשיפ צו ענקער קהלה, אין דער עול השעובד איז ציבראכן געווארן ווען ענק האבן פארלוירן דעם ביה"ח, און נאר צוליב דעם האט שלמה שמש געשלאגן כפרות מיט ענק, ווען ענקערע פליגלעך זענען אפגעשניטן געווארן, עטס קענטס ענק רופן "צענטראל" "שמענטראל", קיינער קימערט זיך נישט אין איז נישט משעובד צו ענקער "צענטראל", ר' אביש ספינקער שליט"א, איז אויך "צענטראל", אין האט אויך א ביה"ח,
אויב פארשטייסטו נאך אלס נישט קען איך דיר נישט העלפן
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 21:42 |
|
| |
איך פארשטיי נאך אלס נישט, איך גלייב אז די קענסט מיר טאקע נישט העלפן ווייל די ברויכסט נאך אליינס אנקומען צו הילף...
ביטע מאך קלאר די געציילטע דעיטס
אין וועלכע טאג האבן די אהרוינים אויפגעהערט צאלן מעמבערשיפ פאר די צענטראלע קהלה אין וו"ב?
אין וועלכע טאג האבן די אהרוינים איבערגעשריבן דעם ביה"ח בגניבה?
אין וועלכע טאג האבן די אהרוינים ארויסגעשיקט בריוון אז ווער עס צאלט נישט מעמבערשיפ פאר יצחק ראזענבערגס קהלה, פרלירט די רעכטן אין ביה"ח?
אין וועלכע טאג האבן די אהרוינים דאס ערשטע מאל אפגעהאלטן א מת פון קומען לקבורה (וואס האט אויסגעצאלט אלע התחייבות'ער פארן צענטראלן קהלה) כל זמן די משפחה באצאלט נישט פאר זיי?
יעצט ברענג ביטע די דעיט וואס שלמה שמש איז געגאנגען קיין הופער, און זיי מסביר וואס שלמה שמש איז פארבינדן מיט "הויפט קוואטיר".
תוקן על ידי פריש ב- 13/12/2010 21:43:44
|
|
|
|
|