| נשלח ב-13/12/2010 18:19 |
|
| |
מיט אזאנע געווינסן ווער ברויך פארלוסטן... בני יואל זאל
איך האב געהערט היינט פון א זאלי (א קרוב) זיך בארימען מיט די סוקסעס פון זייער בני יואלע זאל, זאגנדיג אז זיי גרייטן זיך שוין צו די נעקסטע חתונה אויף חמשה עשר בשבט! איך ווייס נישט צו ער האט געטראכט וואס ער רעדט, אבער דאס איז זיכער אז אויב איז דאס אים א געווינס וועט ער שוין קיין פארלירער נישט זיין.. מיר שטייען יעצט אין אנהייב טבת, און די קומענדיגע חתונה גייט זיין אנדערטהאלבן חודש פון יעצט!!! די זאל איז שוין אפן איבער א יאר, מען ארבעט אויף יעדן יחיד מיט קעסל און כלים ער זאל ברענגען דארט די חתונה און מען זאגט צוה כל מיני הבטחות ווי למשל א אומזינסטע זאל א אויסגעצאלטע מוזיק א דשאב פאר די כלה ועוד ועוד, און מען האלט ביי דעם אז עס שטייט ליידיג פון ר"ח טבת ביז ט"ו בשבט, איין און א האלב חדשים. אומגלויבליך. דערמיט פארשטיי איך שוין אביסל די בריוו פון הרב מארגנשטערן, וואו ער וויינט "התורה חסה על ממונם של ישראל" אז די אינוועסטמענט פון די זאל איז געגאנגען לטמיון נעבעך...
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/12/2010 19:39:23
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 22:06 |
|
| |
מחלל
לאמיר רעדן ווי ערוואקסענע, דו האסט דען א ספק אז א יאר ארום. צו צוויי יאר ארום גייט קיינער נישט
געדענקן, אז עס איז אפילו אמאל געווען א אישו איבער די זאל??????
איך בין נאך אזא חסיד ווי דו, אבער גענוג מיט די קינדערשיקייט,
לויט דיר איז זלמן לייב נישט רבי און וומסב"ג און רבינו שליט"א האט ראדני
יעדער ווייסט, אז בני יואל איז א קליינע קהלה און קר"י, איך און די ווייסען עס, און יעדער ווייסט עס
און לפי ערך וויפל משפחות זיי האבן און קר"י, האבן זיי הערליך אנגעצויגען מיט חתונות און די נייע זאל
סטאפ זיך אויפצופירען ווי א בת היענה, מיטען אריין גראבן די קאפ און זאמד, און זאגן קיינער זעט מיר נישט
יא! עס איז א ווייטאג, אבער פון דא, ביז לייקענענן איז פאלג מיר א גאנג, מ'קען נישט מתקן זיין די וועלט, מ'דארף
פעסן ריאלעטי
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 22:10 |
|
| |
שר
רעד נישט קיין שפעקולאציעס ווייל מען קען נישט וויסן
בדרך הטבע גייט דער זאל זיין א אישו ביז ווי לאנג ס'גייען נישט (חלילה) זיין אזעלכע טשעינזשעס וואס האבן געמאכט בני יואל פאר אויס (מעין) אישו וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 22:16 |
|
| |
וואלן
ע"פ דרך הטבע, קען מען מער נישט לעבן און די אנגעצוינקייט וואס מען האט געלעבט ווען בני יואל האט זיך געעפענט, יא, עס וועלן אייביג זיין לאמיר זאגן 20 פרצענט הייסע חסידים וואס וועלן זאגען באש ובמים נלך איבער סיי וואס, אבער די איבריגע 75 פראצענט וועלן זאגען, לאז געמאכט, הו קעריס. גענוג איז גענוג, אא"וו
מאך דיר א פשוט'ע חשבון
10 יאר האב איך מיר געשלאגן לכבוד סאטמער ביי בני יואל, 10 האבין מיר זיך געשלאגן מיט הגז"ל, לאז אביסל אטעמען!!
עס איז דא גרעסערע פראבלעמען אינעם היינטיגען דור, ווי זיין ביזי מיט אפאר קרעציגע וואס ווילען דייקא דארט
חתונה מאכען, יעדער איז מודה אז אזא הייסע מחלוקה שאדט פאר חינוך הבנים, ממילא ווער דארף עס???
דארפן מיר זיך אליינס אפטיען, וועגן יענע פאר אויסגעשפיגענע????
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 13/12/2010 22:35:35
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 22:31 |
|
| |
הער מיר אויס שר
איך געדענק גוט די בני יואל אנגעצויגנקייט, דארט איז געווען א רעדע פון אפהאקן מיט זיי מכל וכל, און למעשה האט דאס נישט געארבעט, ווייל דא א שכן, דא קומט ער יא צו שמחות וכו' וכו'
דא רעדט מען נישט פון אפהאקן, דא רעדט מען פון איגנארן א חתונה, איך קען רעדן צו אים היינט צופרי און מארגן צופרי, און אינדערצווישן האט ער חתונה געמאכט, ולא נודע כי באו אל קרבינה, איך איגנאר עס טאטאל, איך האב מיטגעהאלטן לעצטענס כמ"פ אידן וואס זענען נישט היציג, איך רעד פון 50 60 יעריגע אידן וואס האבן נישט קיין דאגה צו גיין צו א קידוש אדער זכר ביי סאסמאן אדער חרדים, אבער ווען ס'קומט צו אזא חתונה זאגט ער מיט א פשטות, איך גיי נישט, וואס זאל איך טון איך קען נישט גיין, איך האב א דיין וועם איך פרעג אלע מיינע שאלות, און ער זאגט אז נישט איז נישט.
און טאקע דערפאר האלט איך אז ס'גייט נישט אזוי שנעל אויסוועפן
אפילו ס'וועט אפשר אויסוועפן די שרעק ביי די וואס האבן נאך מורא יעצט חתונה צו מאכן, וועט עס אבער ביי די נישט באטיילגן זיך לכאורה נישט אזוי שנעל אויסוועפן, חוץ כמ"ש
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 22:31 |
|
| |
אויב וועט די זאל האבען די זעלבע סוקסעס ווי זייער ג'אסר'טע קהילה אין מוסדות דאן איז בעסער ווי פיין דערווייל גייט קיין שום רב נישט אהין חוץ אויב ער פין זייער אייגענע רייען אין די אלע חתונות זענען נאר געווען פין עקסטרמיסטישע בני פיגא (יא, אין בני פיגא איז יעדער אן עקסטרימיסט פינקט ווי להבדיל די אראבער, די גאנצע ציהל פין די זאל איז דאך נאך ווייל זיי האלטן אז זיי טוהן אפ, ווי מ'קען זעהן פין מארגענשטערן'ס בריוו) זייער קהילה וועלכע איז א איזאלירטע גרופע וועלכע שליסט זיך אליין'ס אויס פין חרדישע ציבור ווי פאסיג האט וואלען נאךגעברענגט בני יואל איז געגרינדעט געווארן און זיך אנטוויקלט, צו עפענען א דרייסטישע מרידה קעגן די הנהגה פון א אדמו"ר פון מעגליך די גרעסטע חסידות אין די וועלט און דער רב פון די שטאט, אלעס אויפן טענה אז די מנהיגים זענען א געפאר צו אנהאלטן די ארגינעלע דרך פון אלטן סאטמארע רבי ז"ל, און אז די היינטיגע מנהיגים בכלליות זענען פאלש און עבריינים, דאס איז דער יסוד פון קהילות בני יואל, און דאס ווערט רעגלמעסיג ארויסגעברענגט אין זייערע רעדעס און שרייבערייען.
צו טאן אזא קאנטראווערסיעלע שריט, דארף די סטאנדארדט פון די אנגעריפער זיין גאר גאר הויך, אנדערש האבן זיי נישט די קרידענשלס צו מורד זיין אין א קהלה, לויט די סטאנדארדט, זענען די פורשים לגבי די טענה פון 'פאלשע רביים' מיט רעכט פארעכנט פונקט ווי א מגושמ'דיגער הערינג פרעסער און פיס קראצער זאל קומען זאגן מבינות אויף די אטענטישקייט און פרומקייט פון א מנהיג.
דאס צו אנשי ר' אהרן האבן א היסטאריע בעניני אלימות, איז לגמרי נישט רעלעוואנט אין אונזער דיסקוסיע, ווייל אחרי ככלות הכול איז זייער פארטיי נישט נוסד אויפן יסוד פון מרידה, לכתחלה זענען זיי נוסד אויף פאזעטיוו, און די אלע געוואלדאטן איז געקומען בדיעבד, ווען זייער פירער זענען אנגעגריפן געווארן, אפשר לשיתכם נישט קיין אויסרייד, אבער פארט נישט דער באגריף פון די באוועגונג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 22:34 |
|
| |
וואלן
איך הער וואס דו זאגסט, ונזכה ונחיה ונראה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 22:36 |
|
| |
השר מקוצי
אגב אויב ווילסטו אנהאלטן צו שפילן ארוני דארפסטו וואטשען דיין שפראך אנדערש איז א שאד די געים אין מען קען דיך נאך חושד זיין אז די ביזט א פאלנער זאלי אין דאס נאר איינס פין דיינע ניקס
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 22:45 |
|
| |
השר מקוצי איז נישט קיין זאלי, און איך פארשטיי זייער גוט וואס ער זאגט, ער איז אבער נישט באקאנט מיט פאקטן וואס איך ווייס יא.
השר, בני יואל האט "זייער שוואך" אנגעצויגן, אויב זיי האלטן ביי 16 חתונות אן רשות, און אין דעם איז אריינגערענט די חתונות וואס מען האט אימפארטירט פון אנטווערפן און פון מאנסי, און דאס קומט נאכדעם וואס זיי לייגן אריין א אומגעהויערע ארבעט אז יעדער "זאלי" (נישט נאר בני יואל) זאל דארט חתונה מאכן, און עס איז דא א גרויסע ליסטע פון "ריכטיגע בני יואל" (אפילו תלמידות) וואס האבן חתונה געמאכט, אדער געסקעדשולט חתונה צו מאכן, אין מאנסי אדער אין וומ"ס.
און אמת, מקען נישט לעבן אין א היציגע שטימונג, אונזער עולם גלייכט דאס נישט, מיר זענען נישט פון די מקוה קראצער - ווי מען רופט דאס דא, אבער דער ענין פון נישט גיין צו די חתונות, דאס איז א הלכהדיגע זאך, ס'איז זייער א פשוטע פארשטענדליכע זאך, און אלע צדדים פארשטייען דאס אליינס אז א היימישער וועט נישט קומען צו זיין חתונה אויב מאכט ער עס דארט, און טאקע דאס איז די הויפט ביסה פארוואס א גרויסער טייל בני יואל, און כמעט אלע זאליס, מאכן נישט - און וועלן ווארשיינליך נישט חתונה מאכן - אן רשות פונעם מרא דאתרא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 22:56 |
|
| |
| מחלל_קדושן כתב: |  | איך האב געהערט היינט פון א זאלי (א קרוב) זיך בארימען מיט די סוקסעס פון זייער בני יואלע זאל, זאגנדיג אז זיי גרייטן זיך שוין צו די נעקסטע חתונה אויף חמשה עשר בשבט! איך ווייס נישט צו ער האט געטראכט וואס ער רעדט, אבער דאס איז זיכער אז אויב איז דאס אים א געווינס וועט ער שוין קיין פארלירער נישט זיין.. מיר שטייען יעצט אין אנהייב טבת, און די קומענדיגע חתונה גייט זיין אנדערטהאלבן חודש פון יעצט!!! די זאל איז שוין אפן איבער א יאר, מען ארבעט אויף יעדן יחיד מיט קעסל און כלים ער זאל ברענגען דארט די חתונה און מען זאגט צוה כל מיני הבטחות ווי למשל א אומזינסטע זאל א אויסגעצאלטע מוזיק א דשאב פאר די כלה ועוד ועוד, און מען האלט ביי דעם אז עס שטייט ליידיג פון ר"ח טבת ביז ט"ו בשבט, איין און א האלב חדשים. אומגלויבליך. דערמיט פארשטיי איך שוין אביסל די בריוו פון הרב מארגנשטערן, וואו ער וויינט "התורה חסה על ממונם של ישראל" אז די אינוועסטמענט פון די זאל איז געגאנגען לטמיון נעבעך...
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 13/12/2010 19:39:23 |
|
רבי טשעק דיינע פאקטען.
די זאל האט געפענט אדר פאראיאר, און האלט שוין ביי 17 יעצט היבש פאר א גאנצע יאר, און די מוזט רעכענען אז די ערשטע פאר חדשים איז געווען ווייניגער ווייל קיינער בוקט נישט קיין חתונה איבערנאכט
א נער וועט זיך איינרעדן אז דאס וועט בלייבן נאר ביי די בני יואל פראקציע, נאך אביסל וועלן די חסידי מהרז"ל האבן זייער אייגענע זאל, אזוי אז מ'רעד פון ריזיגע חלקים פון קרית יואל וואס וועלן חתונה מאכן און די זאלן
מברויך גרויס ישוב הדעת צי ס'איז ווערט צי פירען א מערכה וואס די קענסט נישט געווינען, א זיכערע פועל יוצא איז אז די מאכסט אומבאקוועם פאר א היבשע חלק פון דיינע מענטשען
תוקן על ידי מאטקע ב- 13/12/2010 22:58:03
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 23:00 |
|
| |
מחלל
פאר נייגעריקייט, וויפיל איז חתונות איז געווען נישט פון קר"י??
לויט מיין חשבון האבן נישט "בני יואל" מער ווי 35 40 חתונות א יאר, פון דעם האבן זיי געהאט 15 אינעם נייעם זאל
אינעם ערשטען יאר, דאס איז בערך 40% עס נישט אזא שלעכטע נומבער
אבער צוריק צו אונזער ערשטע נושא
דו איינצינגסטע וועג אז אנ"ש זאלן נאך א יאר ארום געדענקן נישט אהין צו גיין צו שמחות, איז נאר אויב
עס איז א הייסע קאמף, אז נישט, וואס וועט מאכען א פשוט'ע עמך איד זיך נישט צו באטאלייגיען ביי זיין
שוועסטערס/ברידערס/אייניקעלס חתונה?!
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 13/12/2010 23:03:07
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 23:29 |
|
| |
דאס אז א בני יואל אדער א זאלי מאכט דארט חתונה איז נישט קיין שום געווינס פאר קיינעם פינקט ווי ס'נישט קיין געווינס ווען א זאלי לאזט צואה אז ער וויל ליגען אין פאללאקס
אין למען הפינקטליכקייט די נומבער איז נישט 17 נאר ס'איז 15 (נישט אז דאס מאכט אויס, נאר למען והיתם נקיים) הג''ר שמואל דוד סאקס, אין הג''ר משה יודא מייזעלס האבען נישט מסדר קדושין געווען אן רשות, כידוע אין וועגן דעם מעגן זיי מער נישט מסדר זיין דארט, נאר בלויז אזעלכע רבנים ווי מארגענשטערן אדער זל''ט וואס זאגען קלאר אז זיי ווילן נישט קיין רשות זיי ווילן נאר ווייזען
אין להוי ידוע די אלע מערכות למען הדת פאר די חורבן אירופה זענען אויך געווען גענוג אויבער חכמים וואס האבען אייביג געשריגן לאז די זאך לויפן, זיי וועלן ממילא מצליח זיין,
אז די ווילסט קענסטו פארלאנגן מ'זאל דיך אויסהערן אויף די מהלך וויאזוי די מערכה זאל געפירט ווערן אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף מעורר זיין פסק פין רבי'ן ז''ל וואס דארפט איר מער ווי דעם אז דער גרויסער גאון דומ''ץ ק''י שליט''א איז דא אזוי שטארק ארויס מגדרו למען טהרת ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 23:44 |
|
| |
אין די לעצטע וואכן האט חתונה געמאכט דארט איינער יאקאבאוויטש וואס איז א איידעם ביי ר' ל. ב. ז"ל, און וואס טוט א פענסיל קעיס ווען ער טרייט זיין לאק, ער האט ארומגעשיקט פאר אלע קרובי המשפחה די בריוון פון די לישקע אז מען מעג גיין צו די חתונה, נו אויף וויפיל האלט איר האט עס אויפגעטון?
פון 15 געשוויסטער זענען געגאנגען 3
איינער א אח לצרה וואס האט די קינדער אין בני יואל
און די אנדערע צוויי וואס באלאנגן אויך אהין און טרעטן נישט אריין אין אונזערע בתי מדרשים
די איבריגע האבן עס אלע בויקיאטירט
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 23:49 |
|
| |
נארישקייטען, די מערכה איז א דורכגעפאלענע, פונקט ווי די מערכה אנטקעגען די בני יואל, ווען מען פירט נישט קיין מערכה דעמאלטס וואלט היינט נישט געווען א בני יואל וכו' וכו' יא יא שרייטץ אלע זאלי בני פייגא אבער דאס טוישט נאך אלטץ נישט די פאקטען, די כ' און ל' יארען זענען פארביי, זיי קומען שוין נישט צוריק
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2010 23:58 |
|
| |
| Palin12 כתב: |  | ווען מען פירט נישט קיין מערכה דעמאלטס וואלט היינט נישט געווען א בני יואל וכו' וכו' |
|
שטותים,
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 00:26 |
|
| |
מאטקע, די זאליס (ויואל משה) האבן שוין געזאלט זיין פארטיג מיט זייער זאל אויף פאריגן זומער, די געלט פארן אויפבוי איז דא (ישראל ג"ב איז דער נדבן), זייער איינציגער אפהאלט איז: זיי זעען נישט פאר אז צופיל זאליס זאלן גרייט זיין דארט חתונה צו מאכן אן רשות, ומה להם ולצרה הזאת.
דאס איז א טרוקענע מציאות.
און השר מקוצי, דאס אז "50 פראצענט פון בני יואל" זאל דארט חתונה מאכן איז א ביטערע ליצנות, ווייל ווען מען רעדט פון בני יואל רעדט מען פון אויסגעשפראכענע שונאים און סוסיידערס, און אויב פון זיי אליינס איז נאך דא ווער עס גייט קיין מאנסי, זענען זיי אין בעד שעיפ!, און מיין נישט אז אומזינסט שרייבט הרב מארגנשטערן אז ס'איז פקוח נפש.. די מצב דארט טויג שוין גארנישט!
|
|
|
|
|