אין די לעצטע וואכן האט חתונה געמאכט דארט איינער יאקאבאוויטש וואס איז א איידעם ביי ר' ל. ב. ז"ל, און וואס טוט א פענסיל קעיס ווען ער טרייט זיין לאק, ער האט ארומגעשיקט פאר אלע קרובי המשפחה די בריוון פון די לישקע אז מען מעג גיין צו די חתונה, נו אויף וויפיל האלט איר האט עס אויפגעטון? פון 15 געשוויסטער זענען געגאנגען 3 איינער א אח לצרה וואס האט די קינדער אין בני יואל און די אנדערע צוויי וואס באלאנגן אויך אהין און טרעטן נישט אריין אין אונזערע בתי מדרשים די איבריגע האבן עס אלע בויקיאטירט |