| נשלח ב-14/12/2010 02:41 |
|
| |
ברעקינג: גאווערנער פעטערסאן פארדאנט ר' מיכאל שטרייכער!
אין די מינוטן קומט די פרייליכע בשורה אז בחסדי השם האט דער ניו יארק'ער גאווערנער פעטערסאן האט געפארדאנט דעם וועלט באקאנטן זינגער ר' מיכאל שטרייכער, און וועט אי"ה אהיימקומען אין די גאר נאנטע טעג.
דער פרשה איז א לאנגע און א פארצווייגטע, דער ענדגילטיגער שינו לטובה איז אבער געקומען ווען עס האבן זיך אריינגעווארפן אין דעם קעיס כ"ק מרן רבינו שליט"א מיט א צאל חשוב'ע עסקנים, און אנגעהויבן טון כל השתדלות שבעולם פאר דעם איד. עס דענקן נאך אלע דעם "פעטעציע אינטערשריפט דרייוו" וואס עס איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם חוה"מ סוכות ובפרט ליל הושענא רבה העעל"ט בפקודת רבינו שליט"א, וואו צען טויזענט אנ"ש האבן אוטערגעשריבן א דעקרעט צום גאווערענער ער זאל באפרייען ר' מיכאל. יעצט קומט די בשורה אז די רעזולטאטן זענען ב"ה גאר גוטע, און דער גאווערנער יר"ה האט אים טאקע פריי געלאזט!
כי לך טוב להודות ולשמך נאה לזמר.
תוקן על ידי יואל_לאנדא ב- 14/12/2010 02:47:58
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 02:56 |
|
| |
א גרויס חלק פון די קרעדיט קומט פאר דעם עסקן נמרץ, הרבני הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו, נשיא ופטרון כולל וישכם אברהם אין וויליאמסבורג. וועלכער האט אריינגעלייגט טעג און נעכט אין די פרשה, און פערזענליך אינטערווענירט ביים גאווערנער צענדליגער מאל וועגן ר' מיכאל. אזוי אויך האט ער אויסגענוצט זיינע ברייט פארצווייגטע קשרים וואס ער פארמאגט מיט די פקידי ואמרכלי המדינה - ביי וועלכע ער טראגט א זעלטענעם נשיאות חן - לטובת דעם נושא.
וכל מי שעוסקים בצרכי ציבור באמונה הקב"ה ישלם!
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 02:59 |
|
| |
SatmarHQ: Bifkides Rabeiny: Askunem will sit tonight & tomorrow in all our shuls to collect 10,000 signatures to Gov. Paterson to free a Yid from jail
מעסעדזש פון SatmarHQ ליל הושענא רבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 04:00 |
|
| |
כ'האב נישט קיין פראבלעם אז ענק נעמן קרעדיט דערפאר, זאל יעדער זעהן ווי קינדיש ענק זענן, נאר אינטערסאנט איז אז ליל און יום הו''ר האט מען צאמגענומן טויזענטער חתימות אין אלע סאטמאר ארונישע שולן
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 04:07 |
|
| |
איז יעצט דא א האפענונג אז די איבעריגע יושבי חושך וצלמות וועלן אויך ארויס גיין מעבדות לחירות? איך האף אז דער רבי שליט''א וועט זיך לייגן אין די לענג און די ברייט צו העלפן פאר ר' נפתלי שלענזינגער, די דריי אחים יאקאבאוויטש, הרב ברוך מרדכי לעבאוויטש און נאך, יעצט אז מען זעט דעם כח פונעם רבין שליט''א, און די גרויסע סייעתא דשמיא וואס ער האט, איז נאר צום האפן אז ער וועט אראפ גנבענען פון זיין טייערע צייט און ארבייטן לטובת די איבעריגע אסורים,
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 04:16 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 04:20 |
|
| |
Source: NY Governor Pardons Famed Jewish Singer Sources Confirm to YiddishNayes that the New York Governor David Paterson has pardoned Michoel Streicher after he was sentenced for stealing $36,000 from a Washington Heights woman. Streicher, 50, scammed the money from his victim — a fellow Orthodox Jew — by promising he would invest it in a coveted Torah scroll, which he said he would acquire through his connections in Israel. Streicher was found guilty of grand larceny and harassment at trial and was sentenced to 1-3 years. Paterson who is on his way out of office, after he made a decision not to run again was petitoned by the Satmar Rebbe R Zalmen Leib Teitelbaum Shlita Who Gave in thousands of signatures requesting his release.
תוקן על ידי SatmarBum ב- 14/12/2010 04:48:25
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 04:50 |
|
| |
| rebyankel כתב: |  | | כ'האב נישט קיין פראבלעם אז ענק נעמן קרעדיט דערפאר, זאל יעדער זעהן ווי קינדיש ענק זענן, נאר אינטערסאנט איז אז ליל און יום הו''ר האט מען צאמגענומן טויזענטער חתימות אין אלע סאטמאר ארונישע שולן |
|
נו, איך פארלאנג נישט פון דיר קיין באמבאסטישע באווייז, אבער ברענג ביטע אומווייניגסטנס אזויפיל וויפיל SatmarHQ האט געברענגט. ברענג נאר מעסעדזשעס פון דיינע גרופ'ס הושענא רבה וואו מ'בעט דעם עולם אונטערצושרייבן.
אגב, זעט יעדער ווי קינדיש דו בוסט, א טיפיקעל אהרוני, אני אמלוך אני ולא אחר. און אז דיין רבי'ס אינגערע ברודער טוט פאר א אידנס וועגן, קומסטו צו לויפן זיכער מאכן אז מ'פארגעסט נישט פון דיין עם הארץ'ל, און נעמט אויך קרעדיט. נעבעך, ליידסט אויף דיין רבינס קרענק.
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 22:39 |
|
| |
רעביענקל די פראבלעם איז נאר אז ווען מ'כאפט א בליק אויף עני נייעס סטאנציע וואס מעלדט עס זעהט מען אז מה''ריי האט פערזענליך אינטערווענירט דערפאר! (אוי ס'צרות!...)
Paterson who is on his way out of office, after he made a decision not to run again was petitoned by the Satmar Rebbe R Zalmen Leib Teitelbaum Shlita Who Gave in thousands of signatures requesting his release.
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 14/12/2010 22:40:38
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 22:46 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2010 23:25 |
|
| |
וואס איז פשט פון דעם?
וואס האט סאטמאר רבי מיט מיכאל שטרייכער?
און פארוואס טאקע נישט קיין אנדערע סטעיט יושבים?
ממילא די פעדעראלע יושבים שלשה אחים מיט נפתלי שלעזינגער ספינקער רבי וכדו' קען דער גאווערנער נישט אריינרעדן, אבער די סטעיט יושבים ווי שטערן וואס גלאנץ האט געמאכט די בר מצוה און לעבאוויטש פון בארא פארק, פארוואס קען מען זיי נישט אהיימשיקן,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 01:18 |
|
| |
| שארטקאט כתב: |  | וואס איז פשט פון דעם?
וואס האט סאטמאר רבי מיט מיכאל שטרייכער?
און פארוואס טאקע נישט קיין אנדערע סטעיט יושבים?
ממילא די פעדעראלע יושבים שלשה אחים מיט נפתלי שלעזינגער ספינקער רבי וכדו' קען דער גאווערנער נישט אריינרעדן, אבער די סטעיט יושבים ווי שטערן וואס גלאנץ האט געמאכט די בר מצוה און לעבאוויטש פון בארא פארק, פארוואס קען מען זיי נישט אהיימשיקן? |
|
סאטמארער רבי האט גארנישט מיט מיכאל שטרייכער. די משפחה האט זיך געוואנדן צום רבין שליט"א פאר הילף, הערענדיג אז ער איז א רבי וואס טוט פאר יעדן איד נישט קיין חילוק פון וועלכע קרייז, און דער רבי שליט"א האט גענומען די זאך אין די הענט און ב"ה ערלעדיגט אז ער איז געפארדאנט געווארן.
אנדערע סטעיט יושבים טוט דער רבי אויך וואס עס איז בידו, און ווי פארשטענדליך קען מען נישט אלעס אויסשמועסן ברבים וד"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 01:37 |
|
| |
זאל ער האבן ברכה והצלחה, אבער איך וויל פארשטיין וויאזוי קומט אן משפחת שטרייכער צו סאטמאר,
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 07:24 |
|
| |
| | | מוציא אסירים • הזמר מיכאל שטרייכר בדרך הביתה • פרסום ראשון | | למרות שריצה חודשים אחדים בלבד מתוך שלוש שנות המאסר שנכונו לו, מושל מדינת ניו-יורק דיויד פיטרסון החליט הערב: לשחרר את שטרייכר • בכך מופרת הוראה מרושעת של שופט קשוח • מאחורי הקלעים: עסקני סאטמר פעלו בהוראת האדמו"ר • בלעדי | | יקי אדמקר, בחדרי חרדים 20:21 14/12/2010 | | | | | | | 13 | | | | | |
| | בשורות טובות: חודשים אחדים לאחר שהחל לרצות עונש מאסר בן 3 שנים בבית כלא בניו-יורק, הערב (ג) שוחרר הזמר החסידי ר' מיכאל שטרייכר.
על פי דיווחים בארה"ב, עולה כי שטרייכר שוחרר תודות לחנינה שקיבל ממושל מדינת ניו-יורק דיויוד פיטרסון. מי שהפעיל מסכת לחצים על המושל הם בכירי חסידות סאטמר, שעשו זאת בהוראת רבם, שקיבל על עצמו לפדות את שטרייכר מהשבי.
כזכור, לפני חצי שנה גזר בית משפט מקומי בניו-יורק עונש של שלוש שנות מאסר בפועל, זאת לאחר ששטרייכר הורשע בשימוש שלא כדין בעשרות אלפי דולרים שקיבל מיהודיה תושבת מנהטן לצורך כתיבת ספר תורה.
שטרייכר, שנקלע בשנים האחרונות למצוקה כספית, השתמש בכספי האישה לצרכיו האישיים, במקום לממן כתיבת ספר תורה, כפי שהבטיח.
היהודייה הפצירה בשטרייכר מספר רב של פעמים שיחזיר את כספה, אולם הוא דחה אותה פעם אחר פעם בתואנות שונות. שטרייכר החזיר את כל הסכום לאישה יומיים לפני הדיון, ולמרות זאת החליט השופט, בהחלטה מרושעת, לשלוח אותו לכלא ל-3 שנים ארוכות.
כאמור, היום הוא משתחרר מבית הכלא, לאחר פעילות נמרצת עליה פיקח האדמו"ר מסאטמר.
מיכאל שטרייכר נולד וגדל בארצות הברית. הוא עלה במעלה הזמר החסידי - והפך לכוכב-על. לפני עשרות שנים עלה ארצה, התיישב במודיעין-עילית והקדיש את רוב יומו ללימוד תורה. בשנים האחרונות חזר שוב לארצות-הברית. | |
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 07:40 |
|
| |
נעבעך, דער רעביענקל שפייט שוין שליים, ער האלט נישט אויס אז אינדערצייט וואס עס האט זיך ווידער ארויסגעשטעלט אז ווען מען איז א עת צרה ל"ע דאן ווענדט מען זיך צו רבינו שליט"א, נישט צו דעם עם הארץ וואס אחוץ פארשפרייטען זיינע פראפאגאנדע און אנפולען זיינע קעשענעס וועט ער זיינע רשעות'דיגע הענט קיין ריר נישט געבן אויב עס קען ארויסקומען דערפון א טובה פאר איינעם וואס איז נישט זיין א מענטש.
אגב איז דאס שוין נישט דער ערשטער וואס איז געהאלפען געווארן דורך רבינו שליט"א, מיט א שטיק צייט צוריק איז הרה"ג אב"ד סיגוט שליט"א אראפגעפארן בשליחות דעם רבי'ן ארויסצוהעלפען ר' חיים משה סטרולאוויטש, דער רב האט אויפגעטרעטען מיט א ווארימע דרשה וואס האט געברענגט טרערן ביי די אלע אנוועזענדע, עכ"ד אז דער ריכטער מיט זיין שטייפע הארץ איז גענצליך איבערגענימען געווארן פון די ווערטער און תיכף ומיד באפרייט ר' חיים משה.
ניין עס זאל קיינער מיינען אז די רבי האט געשיקט הענגען גרויסע קאלירטע פלאקאטען מיט פראנט פעידזש העדליינס און דער איד, נאר אלעס איז געטאן געווארען שטיל באשיידען, מיט דעם אלעמען איז עס געקרוינט געווארן ב"ה מיט 100 פראצענט סוקסעס.
און דאס איז שוין חוץ וואס די רבי שליט"א זיצט אסאך מיט העסקן הרה"ח משה דוד נידערמאן שטענדיג ארויסצוהעלפען רב טוב, די תימן'ע אידען.
קען איינער אנצייגען וואס דער עם הארץ פון ק"י האט שוין אויפגעטאן???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 07:59 |
|
| |
וואס אדמור מהר"א טוט פאר פדיון שביום? ער פילט אן גלעזל וואסער אין מויל ווען מען רעדט פון פדיון שביום פאר די בחורים פון זיין ישיבה אין בני ברק וואס זיצן אין יאפאן טורמע בשליחות פון זיין דרייווער ב. מילער, ער וואלט ווען געקענט רעדן דערקעגן און אז ער רעדט נישט איז שוין גוט,
זיין ברודער אדמו"ר מהרז"ל האט זיך משתתף געווען ביי די מסיבות פאר די אסירי יאפאן, און האט געשיקט ר' משה דוד נידערמאן קיין יאפאן בשליחותו, און האט זיך פערזענליך אריינגעלייגט אין שאפן געלט פאר דעם חיד"א ווייס צו באצאלן די לויערס, טראץ וואס די בחורים זענען זיינע שונאים,
|
|
|
|
|