בית פורומים כל העולם כולו

א גריס פון בארדיטשוב...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/12/2010 03:20 לינק ישיר 
א גריס פון בארדיטשוב...

איך בין לעצטנס געווען אין ק"י, האב איך דארט אפגעטראגן א פעקל פאר קרוב מיינער וואס לערנט אין די ישיבה על קברו

האב איך באמערקט צוויי זאכן וואס כ'וויל מיט אייך מיטטיילן

1) מ'האט אויסגעהאקט א גרויס חלק פונעם וואלד.
און אויף מיין פראגע צו א בחור פארוואס? און צו מ'גייט דארט עפעס בויען, האט ער נישט געענטפערט געהעריג (ווי א בחור...)

2) ביים ערשטן דארמיטארי האט מען געלייגט גראטעס אויף די פענסטער פון די אויבערשטע שטאק אויך.

אן אריינגיין אין חינוך ענינים, צו מ'דארף געבן פאר א בחור א פתח מן הצד, און אז נישט איז גייט אויף ארגערע פלעצער.
איז דאס א שרעקליכע פארנאכלעסינג בגשמיות, ווייל ס'איז באמת א סכנה איום ונורא פאר די בחורים וואס בלייבן דארט איינגעשפארט בשעת'ן סדר, און אויב ח"ו -ס'זאל נישט פאסירן- עס געשעהט א שריפה אין האל , און א בחור איז אין א שטוב מיט גראטעס, ה"י וואס ס'קען חלילה פאסירן. ער האט פשוט נישט קיין וועג ארויס.

איך בין זיכער אז ווען די באהערדע זאל זיך דאס דערוויסן באקומען אזעלכע פיינס, אז ס'וועט זיך זיי שוין נישט פארגלוסטן.

(און ס'נישט א חשש רחוק מן המציאות, נאר דאס קען יעדן טאג געשעהן ה"י).

תוקן על ידי שלמהווייס ב- 14/12/2010 03:27:19




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > א גריס פון בארדיטשוב...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext