הכנה דרבה: שמחת בית תולדות צבי ספינקא - מעליץ ג' שמות תשע"א
הכנה דרבה: שמחת בית תולדות צבי ספינקא - מעליץ ג' שמות תשע"א
קול רנה וישועה באהלי צדיקים
בשמחה עילאה ובהתרגשות דקדושה גרייטן זיך תלמידי וחסידי תולדות צבי ד'ספינקא פון אומעטום זיך מיטצופרייען בשמחת רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מרן מתולדות צבי ספינקא שליט"א על ישראל הדרתו ותפארתו בעיר ואם בישראל וויליאמסבורג יצ"ו און זענען איינגעהילט מיט גרויס פרייד צום בעפארשטייענדע שמחת החתונה הגדולה פונעם זוהן פון די ספינקא רבי שליט"א עב"ג בת הגה"צ ר' נפתלי הורויץ שליט"א בן כ"ק מרן אדמו"ר ממעליץ שליט"א
די גרויסארטיגע שמחת החתונה וועט בעז"ה געפראוועט ווערן קומענדיגן דינסטאג פ' שמות י"ד טבת הבעל"ט ברב פאר והדר במקהלות אלפי ישראל תלמידים וחסידים זקנים עם נערים אין די גיגאנטישע פראכטפולע "פרדס זאלן" פרדס צבי (פרויען) און פרדס פיגא (מענער) שע"י בניני ברכה סימא דסאטמאר אין וומס"ב
אייגנטליך וועט זיך שוין דער גרויסער שמחה אנהייבן די וואך שב"ק פ' ויחי שבת עלי' לתורה בחצר הקודש אין די ספינקא הויף אין וויליאמסבורג און הונדערטער חסידים זענען ערווארטעט צו קומען צו פארן מיטצוהאלטן די געהויבענע שבת בצל הקודש פונעם גרויסן מחותן דער תולדות צבי ספינקא רבי שליט"א וואס וועט געפראוועט ווערן אין גרויסן ספינקא ביהמ"ד אויף פענן סט., מוצאי שבת תיכף נאך שלש סעודת וועט פארקומען א גרויסער מסיבת פארשפיל אינעם גרויסער שאטע"ר וואס ווערט אין די טעג אויפגעשטעלט פארנט פון ספינקא'ער ביהמ"ד.
אין די יעצטיגע וואך צייט וואס איז פארבליבן און טיילט נאך אפ צו די גרויסע חתונה ווערט ענדגילטיג געמאכט די לעצטע הכנות און די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צו די גרויסע שמחה בבית צדיקים וואס די פילע ספינקא חסידים גרייטן זיך און קוקן ארויס און ערווארטן בחדוה עילאה מיט גרויס שפאנונג און פרייד, מיר האפן דא צומעלדן אלע דעטאלן און פרטים פון די שמחה בבית צדיקים ווי ווייט מיר זענען אינפארמירט,
וצדיקים ישמחו יעלזו לפני אלוקים וישישו בשמחה
נשלח ב-14/12/2010 17:09
פארגעסן צוצולייגן:
די נומער פון די ספינקא חתונה אינפארמאציע ליין איז
718.506.9060
נשלח ב-14/12/2010 17:16
וועט די חתונה זיין אזא סאקסעס ווי די פאריגע?
נשלח ב-14/12/2010 17:44
בעז"ה ובסיעתא דשמיא!
נשלח ב-14/12/2010 17:58
לויט די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגן און שווערע ארבעט וואס די חשובע ספינקא עסקנים לייגן אריין סיי מיטן איינרישן און פלאצירן די הונדערטער געסט אויף שבת באווארפען אין וויליאמסבורג און סיי מיטן צוגרייטן די גרויסע חתונה אויף פיל א גרעסערע פארנעם ווי פאריגעס מאל פארשפרעכט עס צו זיין א היסטארישע שמחה פאר חסידי תולדות צבי ספינקא.
נשלח ב-14/12/2010 22:30
במשך השבעת ימי המשתה וועט פארקומען באזונדערע מסיבת שבע ברכות צוגעשטעלט דורך קהילת תולדות צבי ספינקא אין קרית יואל, בארא פארק און לעיקוואד, די מוצאי שבת שבע ברכות פ' שמות איז צוגעשטעלט דורך די צענטראלע קהלה פון וויליאמסבורג און עס וועט פארקומען אין ביהמ"ד הגדול אין וומס"ב.
נשלח ב-19/12/2010 04:31
וויאזוי איז געווען די באווארפען?
נשלח ב-19/12/2010 21:10
מי שלא שמע ההאטליין זו ,,,,,,,,,,,,, איך מיין אז עס איז דער יוגסטער פון דו שפיצערס פון ק,י, איידעם פון ר משה גפן עס קוקט אויס ווי ער האט דעם שפראך, & מיט די צייט איינפאקן זיינע ברידער קאלטס און האטס הנאה 718.506.9060
נשלח ב-20/12/2010 22:15
תלמידי וחסידי תולדות צבי ספינקא ביים פייערליכען פארשפיל מוצאי שב"ק אין גרויסן שאטער פארנט פון ספינקא ביהמ"ד אין וויליאמסבורג
נשלח ב-20/12/2010 22:19
נשלח ב-20/12/2010 22:22
נשלח ב-20/12/2010 22:24
נשלח ב-20/12/2010 22:26
פארציילט מיר איינער אז די אהרוינים זענען אזוי שטארק בייז אויף ספינקא ווייל די טענט וואס ספינקא האט אהערגעשטעט און אנגעפילט איז אויפן זעלבן ארט ווי ר' אהרן'ס סוכה איז געשטאנען נאר עס איז היבש גרעסער ווי ר' אהרן'ס, דאס האט ביי די אהרוינים ארויסגעברענגט שרעקליכע בייז בליט עד כדי זיך צוריק נעמען צו זייער אלטע מיטל "מאכן א צונאמען און קאפוט, אויס, חרוב". קען איינער ארויפשטעלן בילדער פון דעם טענט?