די בני סאשע אן די זאקן
אין די פרעסטיגע טבת טעג טרעף איף א קרוב מיינער (א חלה דעקל) אן די זאקן איןגאס ציילענדיג היסטעריש זיינע פיס פינגערס,.. כ'האב אלס געוויסט אז לאותו דבר איז ער נעבעך גערירט אבער אויף אזוי ווייט נעבעך, כ'נישט ג'גלייבט?
גיב איך איהם א פרעג, יונה'לע וואס גייט פאר מידיר ביזטו ממש אינגאנצן געדעמעדשט? ער הייבט שווערליך אויף זיינע אויגן פון די בהן רגליו השמאלית, אין לייכט אויף, אה די ביסטעס? אפשר קענסטו מיר ארויס העלפען?
זאגעך זייער גערן וואס איז די פראבלעם רבוש"ע?
זאגט ערמער, הער זיך גוט צו,
אין די אפיציעלע נייעס בלאג פון די בני סאשע סעקטע, מעלדט מר. מחלל קידושין מיט גרויס פאטאס אז דידן נצח ס'הייסט אז ער האט געהערט פון זיינס א קרוב אז ביז ט"ו בשבט איזנישטא קיין חתונה אין בנ"י זיפ זילטש זעראו, און מען איז דן באריכות ווי שטארק דער זיג איז פאר די בני סאשע, מחלל האלט אז סיז מישאן עקאמפלישט טויט קלאפ פאר די בנ"י, שר מקוצי איז מער אויפגעקלערט ער זאגט סיז א צייטווייליגער זיג הפנים א שטיקל זיג איז דאס זיכער, וואלסח קומט פון אן אינטער טירל און שווערט ביי סאשעס טורבאן אז די פיוטשער פאר די בנ"י איז גאר גרוי שווארטץ, רעביאנקעל שרייט אז גאר אז ווער ס'צווייפלט אין די היסטארישע זיג, איז גאר א פאלשע חלה דעקל ווייל עכטע גלייבן פלעין מיט אמונה פשוטה,- הקיצור זאגט מיר דער יונה אן די זאקן - נאכן לייענען די געווינסען פון אינזער בני סאשע סעקטע, טראכט איך מיר נישט קיין צוויי כ'טוה מיר אויס דעם קאפעלוטש און נעם זיך טאנצען חסדי ה' - בך בטחו וגומר,
אינמיטען טאנצען דערמאנט ער זיך אבער אז קומענדיגע וואך פרשת שמות האט ער גאר א חתונה אין עטרת מאיר צבי וואס ער גייט זיך נישט באטייליגן, ער שטעלט זיך אפ פון די געטענץ אטעמט שווערליך אפ, טוט זיך צוריק אן דעם יארמולקע, און פאנגט צו שוויצען, עפעס שטימט עם נישט דא, דאס איז עם ברור אז אויב מחלל מיט יענקל וואלן וכו' זאגן קלאר אז סענישטא די נעקסטע אנדעטהאלבן חודש קיין חתונה וועט קיין חתונה נישט זיין אבער דאך סגייט דאך יא זיין, ער גייט א הין און אהער מאכט די הקפות פארטראכט און פארלוירן, ליינט איבער איינמאל איון נאכאמהל די טאנעריי פון מחלל, אפשר האט ער עפעס נישט גוט פארשטאנען, אבער אוין מושיע לו, בדלית ברירה טוט ער אויס די זאקן און פאנגט אן צוציילען וויפיל וואכען ס'דא פון מאנטיג ויחי ביז ג' שמות ער צילט איינמאהל און נאכאמאל און נאכאמאהל, דער חשבון שטימט נישט סקען נישט אויסקומען עפעס אנדערטהאלבן חודש און איין וואך, , נו - פרעגט ער מיר מיט רחמנות'דיג בליקן אזאש אז מיין הארץ צוגייט פאר אים -, מ'זאגט דאך אויף ענק יודן אז איר זענט א קלוג פאלק, ביטע זיי מיר מסביר וויזאוי ביידע זאכן קענען גיין צוזאמען ס'דאך ממש א שני כתובים המכחישים זא"ז...
איך בארואיג איהם כ'זאג איהם, יונה'לע יונה'לע זיי רואיג, טוה דיר צוריק אן די זאקן, כ'וועל דיר פותר חלום זיין בעזרת צורי וגואלי,
דער חשבון איז פשוט, אמת אז דינסטאג שמות גייט זיין א חתונה אין עטמ"צ, אבער ביי ענקער קאלענדער געפאלט ג' שמות געווענטליך אום חודש שבט גציילטע טעג נאך דער יום הצלה אלעף שמות, במילא איז מחלל קידושין/ יענקל/שר מקוצי/וואלןסח אלע זענען זיי גערעכט, דער יונה'לע האט אויפגעשיינט אין מיר געגעבן א שפיי אין פנים (כלומר זיך צובאדאנקען כמנהג בני סאשע ) האסט מיר ממש געראטעוועט זאגט ער מיר מיט התרגשות, מיי פלעזיור ענטפערעך אים בשעת'ן אפווישען מיין פנים מיט די אומזיסטע טישוס וואס צורקולירן אויף די קר"י גאסן,
צום ווידערזעהן יונה'לע
נ.ב. די נעמען זענען פארשטייצעך גענדערט
_________________
 |
|
|