| נשלח ב-15/12/2010 21:52 |
|
| |
קיינער וועט חלילה נישט באליידיקט ווערן אויב איך וועל מטיל ספק זיין אין די ווארהייט פון גאנצע ארעסט געשיכטע, דערווייל קיין זכר פון די ציגעזאגטע בילדער אין דאקומענטן, גארנישט, ס'גאנצע וואס מ'האמיר דערווייל איז א בילד ווי א איד וואשט זיך נטילת ידים אין א רעסטוראנט, איך זאג נישט קען זיין אז אהרן מיט אלע זיינע תלמידים זענען וועלטס טעראריסטן, אבער אונזער נייע געשיכטע האט דערווייל נאכנישט קיין פיסלעך...ביטע נישט נעמען פערזענליך
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 22:23 |
|
| |
נעכטן זענען פארגעקומען עטליכע געשיכטעס.
1 די תלמידי המתיבתא זענען געקומען פראטעסטירן קעגן די הויז פון ר' יואל וואלדמאן 2 די תלמידי המתיבתא האבן במשך זייער פראטעסט געווארפן שטיינער אויפן הויז 3 פאליציי האט אויפן פלאץ אריינגענומען אין זייער קאר 2 מצויינים פון מתיבתא און נאך עטליכע מינוט געלאזט גיין 4 דער באטרעפענדער האט געפאדערט פון די פאליציי מען זאל די בחורים אראפטראגן אין פאליציי סטאנציע 5 דער באטרעפענדער איז אריין אין ענקער ישיבה מיט שיץ פון די פאליציי צו אידענטעפיצירן די שטיין ווארפער 6 פאליציי האט ארויסשפאצירט מיט פיר בחורים און אלע גענומען אין פאליציי סטאנציע אויף אויספארשונג
וועלכע געשיכטעס לייקענסטו?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 22:37 |
|
| |
ס'איז גארנישט ראנג ווען איינער וויל זען בילדער אין קליפס פין א זאך וואס משרייבט אז סגייט קימען בילדער
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 22:46 |
|
| |
איך גלייב אז קליפס און בילדער איז נישטא און קיינער האט נישט געזאגט אז עפעס איז ראנג מיטן בעטן בילדער.
איך ווארט נאר אויף א תשובה וועלכע געשיכטע ער פראבירט צו לייקענען
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 22:52 |
|
| |
סאיז טאקע אינטרסאנט אז סאיז נישט דא קיין בילדער אסאך זענען געשטאנען דארט מיט די סעלפאן'ס מהאט געזען פלעשעס מיין סעלפאן האט נישט קיין פלעשעס אין איך האב פארבירט אבער מהאט גארנישט געזען אויף די בילדער פין מיין סעל
תוקן על ידי יוספ7 ב- 15/12/2010 22:54:05
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 22:52 |
|
| |
א איד א היבשער ארוני וואס האט א קינד אין ק''י ישיבה, האט היינט געפערליך געקאכט אין מקוה אז די באהערדע ווילן נאכנישט איינזעהן ווי 'אלד פעשענט' און נידריג די אלע חזר'יי זענען, שטיינער ווארפן אויף א יאנג קאפל'ס הויז, פאשקעווילן, ק''י ישיבה איז די איינציגסטע פלאץ ווי מ'טוט דאס נאך, און מ'נוצט נאך די בחורים דערפאר, ער זאגט אז זיין בחור נעמט ער ארויס אויפן קומענדיגן זמן!
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 15/12/2010 22:54:40
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 22:56 |
|
| |
איך בין נישט דער וואס זאל לייקענען אדער מודה זיין, איך בין נישט דער באשולדיגטער, די שאלה איז בלויז צו איר האט געברענגט איבערצייגענדע הכחות פון צייגט אויף די ווארהייט פון די 6 געשיכטעס, דערווייל איז נישטא גארנישט, נישטא מיט וועם אדער מיט וואס צו קאראבירן, איך קען נישט גיין איבערדערציילן די געשיכטע פאר א חבר מיט בלויז ווייל א היידפארק ניק שרייב אזוי, איך ברויך אביסל מער, א בילד א דאקומענט, עפעס, איך האב מיך שוין ציפיל אפגעבריט מיטן גלייבן א היידפארק מעשה,
נאכאמאל, גארנישט פערזענליך
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 23:04 |
|
| |
סקאט, אויך גארנישט פערזענליך, אבער דיין רעקארד אויף הייד פארק ווייזט אז די גלייבסט א סך הייד פארק געשיכטעס, די וועלסט דיך נאר וואס צי גלייבן, טא גלייב יא - גלייב נישט
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 23:05 |
|
| |
די זאליס האבן שוין אפאר מאל געמאכט דעם שפיל אז זיי האבן נישט קיין פיקטשערס און נאכדעם וואס די אפיציעלע אינסטאנצן האבן זיך אנגעכאפט אינם ספין אז ס'האט בכלל נישט פאסירט אזא מעשה, האבן די זאליס ארויסגעשמיסן די פיקטשערס און געמאכט דאס גענאר פון אלעמען צוזאמען. רבותי כאפט נישט קיין הייסע לאקשן, אויב ווייניגער ווי 24 שעה נאך די איבערקערעניש איז נאך נישט דא קיין פיקטשערס אויף הייד פארק מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 23:11 |
|
| |
קיינער צווינגט דיר נישט צו גלייבן, און ס'איז אין דיינע הענט די החלטה נאכצופארציילן אדער נישט. דיין גרעסטע פראבלעם איז נעבעך אז מיט דעם וואס די ביסט נישט געווען דארט און מיט דעם וואס מען האט דיר נישט געגעבן א בליד ווערט נאך נישט די מעשה אויס... נישט פון היידפארק גלייבער ווערן די בני יואל און זאליס געהאלפן. די זאליס און בני יואל ווערן געהאלפן ווען די טאטעס פון די בחורים דערוויסן זיך די אלע מעשיות טראצדעם וואס סקאטמאלען וכדומה לו פראבירן אלעס אין די וועלט צופארטושן אזלכע פאסירונגען.
גלייב נישט און פארצייל נישט ווייטער, אלס וואס מיר דארפן איז אז נאר די וואס האבן קינדער אינם דשאנגל זאלן גלייבן, און זיי גלייבן וואס זייערע קינדער פארציילן זיי אן פיקטשערס! וועלן זיין 50 בחורים וואס וועלן נישט פארציילן פאר די עלטערן אויס פחד אז די עלטערן וועלן אים נישט צוריקלאזן? קען זיין, אבער אנדערע 200 וועלן יא פארציילן און פון דעם קענען זיין 50 וואס וועלן זיכן א נייע ישיבה אויף קומענדיגעסיאר.
די הייד פארק מערכה איז שטותים קינדיש און נאריש. די פאקטן רעדן פאר זיך.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2010 23:41 |
|
| |
קיינער זאגט נישט אז ס'האט ממש גארנישט פאסירט, מסתמא האט עפעס אויסערארדענליך פאסירט, אבער אודה לי בזה אז יעדע היידפארק קומט מיט א לאנגע בארד, און איך ווייס באמת נישט וואס האט יא פאסירט, איך וואלט געקענט באשטיין צו זעהן א ווידעא, למשל אזוי ווי די אנשי רביצין פראטעסט זעהט מען קלאר א ארגענעזירטע פראטעסט מיט הויךהילכערס אויף טאראסע פון זייער שול, אין ווי זיסע קינדערלעך שלעפען זיך מיט פלאקאטן 2 מאל אזוי גרויס ווי זייערע קליינטשיקע גופים, אין שרייען מיט זייערע בחנטע קעלעכלעך, "אהרן טייטלבוים צא טמא!", דארט האט קיינער געקענט פארלייקענען, אבער דא, ס'האט פונקט אזוי געקענט זיין א נישטיגע 2-3 בחורים האבן פונקט אריבערשפאצירט, און סתם נאכגעשריגן 2 טשעפע ווערטער, און דער אינגערמאן האט עס נעבעך גענומען צום הארצן האט ער געמאכט א ויצעקו, בקיצור איך ווייס נישט, אדער יא אדער נישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2010 00:32 |
|
| |
די האסט א זין אין ישיבה? ניין? זיי מיר געזינט, דיין דעה איז מיר בכלל נישט אינטערסאנט. אה האסט יא א זין אין ישיבה? פרעג אים אליינס, אפילו די זעסט פיקטשערס אויף הייד פארק זאלסטו נישט גלייבן ביז די פרעגסט דיין זין.
ביי ביי
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2010 02:00 |
|
| |
מזל טוב סאטמאר וויליאמסבורג ישיבה גדולה! ......איך זעה אז א געוויסע ניק פייו בארא, האט געעפנט נאך א ברענטש פאר קוינס ישיבה, אין ק''י, כדי צו קענען זאגן אז זיי נעמען ''נקמה'' אין ק''י ישיבה'ס טעראר... אזוי פיל נעם איך זיכער אן פון אים, -די הודאה אויף די ק''י בחורים'ס מעשים... ----------------- ''קעגן יעדן וואס זיי פארדעכטיגן צו שטיין אונטער די פאשקעווילן אין קרית יואל - מיט וועלכע זיי קימערן זיך געוויס ניטאמאל'' ''.......וועלכע האט זיך באליידיגט פון געשרייען פון אפאר בחורים אין קר"י אייער-נעכטן נאכט,.......''
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 16/12/2010 02:02:55
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2010 02:09 |
|
| |
די מיינסט דא צו ברענגען א הודאת בעל דין אז די בחורים האבן געשריגן און געווארפן פאשקעווילן? נישט שלעכט, פון "די גאנצע געשיכטע האט נישט פאסירט" ביז "געשרייען פון אפאר בחורים און ווארפן פאשקעווילן" איז א שיינע שטיקל וועג, בפרט ווען מען נעמט אין באטראכט אז ס'רעדט זיך פון די אהרוינים וואס זענען מסוגל צוצומאכן די בת היענה אויגן און שרייען "ס'גארנישט געווען", "ס'שטיל דא".
איך האב נישט קיין טענות צו זיי ווייל זייער הויפט שקרן דער עם הארץ האט שוין אזוי געזאגט פאר טאלי גראס 25 יאר צוריק
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2010 02:18 |
|
| |
די פאליציי על קברו,

_________________
|
|
|
|
|