בית פורומים אידישע געדאנק

חסדי השם: 2 בחורים פון ישיבת העם הארץ ארעסטירט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/12/2010 02:26 לינק ישיר 

סקאטמאלען! שגץ! הקולר תלוי' על צאווריך! די וועסט אפגעבן דין וחשבון! ביז יעצט האט יעדער געהאט די ברירה צו גלייבן אז די זאליס זענען פאלנע שקרנים! נאר לכבוד דיין טראציגע טפשות האסטו זיך גערייצט ביז זיי האבן טאקע אנגעהויבן ברענגען בילדער, יעצט איז שוין אסאך שווערער צו לייקענען. עס בלייבט דיר נאר איבער אנצואווינטשן אז דעם רבי'ן קפידה זאל צו דיר אהיימקומען! ווי נעמסטו די אחריות אויף דיר די עגמות נפש פון רבין ווען ער וועט זיך טרעפן מיט נאך א קלענערע ישיבה?

איך בעט דיר און ווארן דיר, הער זיך אויף צו רייצן מיט די בליט דורשטיגע רשעים, רייץ זיי נישט אן ארויפצולייגן די נעמען פון די ארעסטירטע בחורים, זייער שידוך וועט זיך נוקם זיין אין דיר עד סוף כל הדורות!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2010 04:15 לינק ישיר 

דער אמת איז, כאמיך בארעכנט, איר זענט טויזנט פראצענט גערעכט פארוואס זיך איילן צו א החלטה? איך וועל זיין גוטהארציג און געבן 2 וואכן, מ'זאל אויפקומען מיט עפעס א בילד אדער א קליפ פון ראיאטן אין שטיינער ווארפעריי, אזא מין גאטונג ווי די פראטעסט אויף יוז סט. אדער רביצין שול פראטעסט, דארט איז געווען קע"ה בילדער אין קליפס לרוב,

דאס גאנצע וואס מ'האמיר דערווייל איז ווי א אהרוני וואשט זיך נטילת ידים, און ווי א זאלי מסר'ט א צווייטן איד,

די שטיינער ווארפעריי און ראיאטן, וועלן נאכקומען האפענטליך,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 05:31 לינק ישיר 

ווען איך וואלט געווען א אהרוני וואלט איך יעצט ארויפגעלייגט עטליכע פיינע בילדער פון די בחורים, א שטייגער טאקע ביי די היוז סטריט פראטעסט ווי די אהרונים האבן דא ארימגערינגעלט יעדע בחורל מיטן נאמען און ארויסגעזיכט די צענדליגע קווינס חיות (גראדע אן ערפאלג) פון די בילדער.
בינעך ב"ה נישט קיין אהרוני, גיי איך נישט מפרסם זיין די בילדער פון די מציונים וואס כאטש זיי טערארעזירן אידן, טיען זיי סך הכל רצון עם הארץ, און איך גיי זיי נישט צישטערן זייער לעבן און שידוכים, כאטש פון א פאליטישע פונקט וואלט עס געווען א געווינס.
אויף דערווייל בלייבן די בידער ביי מיר.

_________________



תוקן על ידי אייזענבאך ב- 16/12/2010 05:33:19




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 19:27 לינק ישיר 

סקאט:

דיין קאלעגע פייוו-בארא דיסאגריט מיט דיר און ער נעמט - פאר א אומבאקאנטע סיבה - יא אן די נישט געשטויגענע מעשה, רעד זיך דורך מיט איהם אפשר וועסטו געוואויר ווערן עפעס וואס דו ווייסט נישט, אדער גאר וועסטו איהם אפשר גאר איבערצייגן אז פארן כבוד פונעם רבי'ן דארף מען אויף די מינוט נישט גלייבן די מעשה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 20:14 לינק ישיר 

פון [email protected]

ע"פ התקנות זענען די פנים'ער אויסגעמעקט

ס'שטיל דא...





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 21:06 לינק ישיר 
פון טוויטער


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2010 21:30 לינק ישיר 

איך האב מברר געווען די אמתע פרטים, קודם כל האט דאס גארנישט מיט סידור קידושין און מיט די נייע האל (די אהרוינים קענען באשטיין אז דער עולם זאל מיינען אז יא) עס האט לויטער נאר מיט די מחלוקה ארום די רבצינס ביהמ"ד. די מעשה גייט אזוי

א ערך פון 60 בחורים האבן זיך צוזאמענגענומען ביי די הויז פון ר' יואל בהרז"ל וואלדמאן. און אנגעהויבן שרייען מסור. די פרוי פונעם אינגערמאן האט זיך דערשראקן, האט זי אנגערופן איר מאן - וואס איז דאן נישט געווען אין שטוב - זאל אהיימקומען.
אנקומענדיג אהיים, האט ער געזען די פראטעסט, און אויך אז מ'ווארפט שטיינער, האט ער גערופן פאליציי. נאך פאר די פאליציי זענען אנגעקומען, איז ער צוגעגאנגען צו די מטורפים, פון וואס ס'רוב האבן זיך דערשראקן און אנטלאפן. ווען די פאליציי איז אנגעקומען, האבן זיי פארטריבן אלע בחורים, אן קיינע ארעסטן. דאן האבן געפרעגט דעם אינגערמאן, צי ער קען פינפוינטן ווער עס זענען די שטיינער ווארפער. האט ער זיי געזאגט אז ער קען פרובירן.
האבן זיי אים ארויפגענומען צו די ישיבה, ער האט דארט ארומשפאצירט אין באגלייטונג פון דריי פאליסלייט. עס איז געווען בזיונות, ווייל די בחורים האבן געשריגן, און די משגיחים האבן נישט געוואוסט וואו זיך אהינצוטון פאר בושה.
דער אינגערמאן האט זיך דארט ארומגעדרייט מיטן קאפ אויף ארויף, און שיין באגריסט די משגיחים, איינעם אפילו געגעבו א קוש אין די האנט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2010 05:14 לינק ישיר 

די שמועות וואס די חלה דעקלעך האבן יעצט ארויסגעלאזט אז יואל וואלדמאן נ"י איז ארעסטירט איז פאלש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2010 05:47 לינק ישיר 

מ'האט נאר געפרעסט טשארזשעס אזווי ער האט געטוהן...מ'האט נישט ארעסטירט קיינעם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2010 05:51 לינק ישיר 

מ'האט נאר געפרעסט טשארזשעס אזווי דער מסור האט געטוהן...מפי השמועה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/12/2010 06:23 לינק ישיר 

מפי השמועה אדער פון אישי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2010 06:42 לינק ישיר 

בד"וו מהאט אים געשיקט פארדעם אן הזמנה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/12/2010 07:34 לינק ישיר 

פארוואס איז דא איבערקערענישן יעדען טאג ביי רב אהרן'ס ישובה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חסדי השם: 2 בחורים פון ישיבת העם הארץ ארעסטירט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.