נישט לאנג צוריק האבן איך באריכטעט וועגן די שוידערליכע טראגעדיע ווען צוויי זענען פריצייטיג געקומען לקבורה אין פאלאקס לאט השם ירחם.
http://bhol-forums.co.il/topic.asp?topic_id=2849128&forum_id=21016
יעצט קומט די שוידערליכע נייעס אז עס קומט פאר דארט חיטוטי שכבי רח"ל
פריידט אייך נאך נישט, נישט די זאליס גראבן, עס גראבט נישט א צווייטער נאר טאקע דער אהרויני יונה'לע אן די זאקן. ער האט זיך שנעל געכאפט אז ס'צרות, מ'האט פארלוירן די חשבון פון וויפיל חתונות זענען געווען אינם נייעם זאל, ער ווערט נאך מער צומישט ווען מען נעמט זיך רעדן וועגן "רשות", ער געדענקט שוין נישט פאר וועם ער האט בשעתו געגעבן רשות און פאר וועם נישט. ואנא אני בא אן א פנקס? עס שטעלט זיך ארויס אז די פנקס איז געלעגן אינם ספריטנער סמוך ללבו הגס פונם עם הארץ, אבער ווען דער עם הארץ האט זיך אויפגערעגט און פארשיקט דעם ספרינטער איז דער פנקס בטעות געבליבן דארט.
יונה'לע האט זיך ארויסגעלאזט אויף א מערכת קודש אויפצוגראבן דעם ספרינטער און ארויסנעמען דעם טויטן פנקס.
ער זאגט אז ער קען נאך נישט אנטון די זאקן (... שטרימפ) ווייל תיכף ווען ער טרעפט דעם פנקס דארף ער זיך אודך נעמען ציילן...
א בליק אינם מאנרא מתיבתא פורום (לויט ווי איך האב היינט געהערט האט די ישיבה נעכטן ערענסט פארדינט דעם נאמען "יושבים" נאכדעם וואס עס זענען ארעסטירט געווארן א גאנצע % פון די ישיבה צוליב ראיאטן).
