די קווינס צדיקים, וועלכע גייען אן די לעצטע וואך מיט א מאסיווע טעראר קאמפיין קעגן יעדן וואס זיי פארדעכטיגן צו שטיין אונטער די פאשקעווילן אין קרית יואל - מיט וועלכע זיי קימערן זיך געוויס ניטאמאל... - סי מיט פאני קאלס די גאנצע נאכט און סיי מיט סטראשונגען, זענען נעכטן עטוואס מער צוהיצט געווארן און אויסגעשאסן די פענסטער פון די קאר פון ר' י. ש. וואס זיי טענה'ן אז ער האט געפירט די צעטלעך קיין קרית יואל.
ווי עס זעהט אויס האט ער נישט גע'מסר'ט די החורים, אויפן שטייגער ווי יואל וואלדמאן וועלכע האט זיך באליידיגט פון געשרייען פון אפאר בחורים אין קר"י אייער-נעכטן נאכט, און ער האט אריינגעגעבן א מסירה קעגן בחורים, וועלכע זענען איינגעמאלדן געווארן נעכטן אינמיטן טאג אז עס איז אריינגעגעבן געווארן קלאגעס קעגן זיי.
אלנפאלס, די פירות פון די שווערע הארעוואניע פון הרב בלומענפעלד אז די בחורים זאלן ארויסגיין פון זייער "לא איכפת לי'" סטאטוס האט זיך אויסגעארבעט, און די בחורים זענען פולקאם איינגעשפאנט אין א טעראר מערכה, לחזק ולקיים נקודתו הפנימית של רביה"ק בעל ויואל משה זכותו יגן עלינו.
אט איז א בילד פון די קאר וואס די צדיקים האבן אויסגעשאסן די פענסטער - מיט גרויס איידלקייט.
