בית פורומים אידישע געדאנק

הראט"ס טעראר נגד הרב מענדל וואלדמאן'ס טאכטערס חתונה ב"י חתונה מספר ח"י

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/12/2010 03:29 לינק ישיר 

סתם פאר אינטרעסאנטקייט איז דא א תקנה אין בני יואל זייט די ארויניסטען האבען אנגעפאנגען מיט די ליגענטס
אז מען האט געפרעגט רשות
אז יעדער איינער וואס איז דארט מסדר קידושין מיז שרייבען א בריוו אז ער האט מברר געווען אין עס איז נישטא קיין שום שאלה אין די הלכה דארט צי זיין מסדר קידושין אין דאס האט דא דער זיידע געטין אין עס ליגט אויך זיין בריוו מיט זיין חתימה אין די פיילס 
איי פארוואס זיי לייגען עס נישט ארויף אויף די אינטערנעט וועלין מיר מיזען ענטפערין אז זיי האבען אפשר נישט אזוינע ר' לייביש טייטעלבוים'ס וואס קענען דאס באוייזען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2010 05:37 לינק ישיר 

לשיטתך מוז זיין אז הרב מארגענשטערן אין פילאפ האבען אויך מיט די אינטערנעט , חוץ אויב מ'וועט נאכמאל דארפן צוקומען צי הא לן והא להוא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2010 07:27 לינק ישיר 

דער ברך משה האט געשריבן א בריוו פאר ר' אהרן אז צוליב זיין גיין בערכאות וויל ער נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון זיין זון אדער טאכטער עפעס אזא בריוו איז ערשינען אין דער איד,
די זעלבע וואך איז אין דער בלאט ערשינען דער בריוו צוגעשריבן אז דער בריוו איז שקר נאכדעם געחתמ'ט דורך דעם ברך משה,
זעלבסט פארשענדליך אז די חסידי מהר"א האבן זיך געשוואוירן אז דער צווייטער בריוו איז אמת און דער ערשטער איז שקר, די חסידי מהרז"ל האבן זיך געשוואוירן אז דער ערשטער איז אמת און דער צווייטער איז שקר, יעדער האט פרובירט ברענגן ראיות פאר זיך, אבער קיינער האט זיך נישט געבויגן צום אנדערן צוליב זיינע ריאות, ווייל יעדער גלייבט וואס ער וויל גלייבן,
דעריבער איז א שאד פאר די בני יואל מיט די ארוניס זיך טענה'ן דא, יעדער וועט סייוויי גלייבן וואס ער וויל, קיינער וועט נישט אריבערגיין פרעגן דעם אבראהאם דעם אמת ווייל קיינער וויל נישט נעמען די ריסק פון הערן אז דער אמת איז נישט ווי ער וויל הערן,
אבער לאמיתו איז בכלל נישט נוגע, וועם גייט אן וואס דער איד האלט, בסך הכל איז דא א כשר'ע זאל ווי מ'קען מאכן חתונה'ס און מכבד זיין וועם מען וויל, מ'מוז נישט נעמען ר' אהרן, דאס איז דער עיקר, אז סאיז א דעמאקראטישע שטאט, און מקען טוהן וואס מ'וויל,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2010 09:51 לינק ישיר 

וויאזוי זאגט מען אין אמעריקע: זשאסט פאר די רעקארדס.

מ'טענה'ט זיך ארום צו דער בארדיטשובער רבי האלט אז מ'מעג יא, צו מ'מעג נישט. רבי יונה וחביריו האבן שוין אפילו פאבריצירט א בריוו, כאילו ער איז מכחיש די בריוו וואס איז געהאנגען ביי די חתונה.

איין זאך האבן זיי אבער פארזעהן.... אז דער מחותן אליינס האט דארט אויפן וואנט מפרסם געווען א לענגערע בירור הלכה אז ס'איז בכלל נישט קיין שאלה, און מ'מעג זיכער מסדר קידושין זיין אן קיין רשות. ממילא, וועט קיינער נישט מסופק זיין, אז דער מחותן ר' נחום דער אבי החתן איז געגאנגען בעטן רשות, בו בזמן וואס ער האט קלאר מברר געווען להלכה אז ס'איז נישטא קיין שום חשש.

איבעריג צו זאגן, פאר ווער ס'קען נאר דעם מחותן הר"ר נחום אבראהאם, איז ער קלאר באקאנט ביי יעדעם אלס אן אויסגעשפראכענער שונא ולוחם קעגן ר"א ט"ב וכת דילי'.

ממילא, אפילו לויט זייער געבויטע פאנטאזיע אז דער בארדיטשובער רבי איז מכחיש זיין ערשטע בריוו, איז אבער קלאר אז ר' נחום אבראהאם איז קיין רשות נישט געגאנגען נעמען. אפשר האט עס בערל שטיין (א שוואגער מיט ר' מענדל וואלדמאן) ערלעדיגט ביים גבאי צום ביים רבי אליינס, אבער ס'איז נישט געקומען דורך ר' נחום אבראהאם.

און יעצט איז יעדער מכובד אנצורופן די "קול משמרת הזנות" 718-506-9041 און דריקן 4, און הערן קלאר אז דער אבי החתן האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט סידור קידושין.

און ...... דא לאכט מען.


רופט שנעל... ווייל מ'קען גלייבן אז מ'וועט מוזן שנעל טוישן די נוסח דארט אויפ'ן טעלעפאן.... אדער ..... וועט ר' יונה פארשאפן אן הכחשה פונעם מחותן אליינס.......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2010 16:38 לינק ישיר 

אפשר לייגט איינע ארויף דעם בריוו פונעם מחותן, אפשר איז דאס אויך פאלש,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2010 15:33 לינק ישיר 
סוכ"ס טרעפט זיך נאך אפאר נארמאלע ארונים, ווי ר' שמשון שווארץ און ר' בעריל שטיין וואס האבן מער שכל ווי זיך צוצושלאגן מיט די אייגענע משפחה און האבן שיין מיטגעהאלטן די גאנצע חתונה

1satmar כתב:
http://www.youtube.com/watch?v=khwY84m_Mbk




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2010 17:49 לינק ישיר 

הערטס שוין אויף מיט שטותים די וואלדמאן משפחה האט קלאר געבעטן רשות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2010 17:52 לינק ישיר 

די טעל פין קהל זאגט אז די אבי החתן האט געבעטן וועליכע איז אמת?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2010 17:57 לינק ישיר 

די פארלאנג פון די וואלדמאנס פאר רשות איז געקומען אסאך פריער נאר וויבאלד עס האט אויסגעפעהלט צו וויסן קלאר אז די מחותן שטייט אונטער די פארלאנג האט מען דעריבער נאכאמאל פארלאנגט ר' מענדל צו אנגערופן זיינע צוויי שוואגער'ס און מאכן שלוחים צו בעטן רשות
ער האט פארשטענדליך נישט געבעטן צו מכבד זיין דעם רבין נאר ער האט געבעטן רשות פארן זיידן

אצינד אביסל מער פאקטן
לכתחלה האבן ר' מענדל וואלדמאן ארויסגענומען די וויזניץ זאהל אין מאנסי, וועלענדיג אז זיין גאנצע משפחה זאל זיך באטייליגן ביי די חתונה פון זיין אינגסטע קינד. (זיין ווייב האט בלויז 2 שוועסטערס ביידע היימישע. עס איז אפשר אויך מסתבר אז האבנדיג בלויז נאך איין קינד חתונה צו מאכן האט ער געקענט באשטיין זיך נישט פליישיג מאכן בלויז פאר איינמאל) אבער פארשטייט זיך אליינס אז פאר די בני יואלער האבן דאס נישט געקענט אראפשלונגען און פארלייגט וועלטן אז ער זאל טוישן זאהל ווייל פאר זיי וואלט דאס געמיינט א טויט קלאפ. האבן ער דעריבער אפגעמאכט אז מען נעמט ארויס ביידע זאהלן און מען וועט פרובירן צו ארבעטן צו באקומען רשות. הפנים אין דעם וועט זיך עס ווענדן אויב באקומט מען רשות וועלן זיי חתונה מאכן אין בנ"י. ווי פארשטענדליך איז דאס געווען א מיליטערישע סוד ווייל אויב וואלטן די פארוואלטער פונעם בנ"י זאהל געוואר געווארן  אז מען בעהט רשות וואלטן זיי נישט צוגעלאזט אז מען זאל מכבד זיין דעם מסדר וואס האט רשות.
די וואלדמאן'ס, נישט פילענדיג באקוועם אריבערגיין פערזענליך צום רבין' האבן זיי געבעטן זייער צוויי שוואגערס צו גיין בשליחותם און נאך זיך איבערצייגן קלאר אז די פארלאנג קומט מצד די מחותן וואלדמאן און נאכן אראפלייגן געוויסע תנאים האבן די רבי באשטעטיגט דעם זיידן צו קענען מסדר זיין. (עס איז זייער מעגליך טאקע אז ווען זיין בריוו וואלט דאן געווען נתפרסם וואלט מען טאקע איהם נישט געגעבן קיין רשות). צו דער אבראהאם זייט האט געוואוסט אז עס איז דא רשות צו נישט דאס ווייס איך נישט, עס איז מסתבר אז נישט ווייל מען האט דאס געהאלטן בסוד סודות ביז נאך די חופה אפילו פאר די ארוינישע קאזינס האט מען נישט פארציילט ביזן לעצטע מינוט און זיי זענען נישט געקומען ביז נאך די חופה כדי נישט מעורר זיין קיין חשדות. אבער דאס איז סיי ווי סיי נישט רעלעווענט און עס איז ב"ה געווען רשות און די חופה איז כשר וישר.
וואס איז אבער הונדערט פראצענט קראנט איז אז עס איז געווען רשות און די פארלאנג פאר רשות איז געקומען מצד די וואלדמאן מחותנים וועלענדיג האבן די משפחה ביים אינגסטן קינד,. און עס קומט זיי אסאך קרעדיט פאר דעם שריט. זאל ער זיין א סעמפל פאר אלע אנדערע בנ"י נישט מפקיר זיין זייער משפחה פאר פאליטשע אנשויאונגען. (עי' ערך פריעדלענעדר, שטערן וכו')
איך האב גערעדט מיט א משפחה מיטגליד און יענער זאגט מיר אז ביזן לעצטן מינוט איז געווען ביי איהם זיכער אז צו די חתונה גייט מען נישט און ווער עס קען די משפחה ווייסט אז ווען נישט עס איז מיטן פולן רשות וואלטן זיי זיך נישט באטייליגט. עס זענען שוין געווען ביי יענע משפחה גענוג שמחות איינער ביים צווייטן האבן זיך נישט באטייליגט צוליב אזעלעכע ענדליכע פראבלעמען און זיי וואלטן דא אויך נישט געקומען. ווידער צו זאגן אז די רבי וואלט געגעבן רשות אהן זיך איבערצייגן אז די מחותן פארלאנגט דאס איז אויך נישט אמת ווייל אסאך אירע האבן שוין פראבירט אזוי ולא עלתה בידם. די רבי גיבט נאר רשות ווען די מחותן פארלאנגט און נישט די קרובי המשפחה. און אויב איינער וויל זיך אליין איבערצייגן דעם אמת זאל ער צוגיין פרעגן ר' מענדל וואלדמאן, ער לייקנט נישט די געשיכטע און באשטעטיגט עס פאר יעדן וואס פרעגט איהם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2010 19:08 לינק ישיר 

יעצט געטשעקט מיט רבי מענדל וואלדמאן ער האט מיר קלאר געזאגט אז ער האט קיין רשות נישט פארלאנגט, ער זאגט אז ער האט זיינע פריערדיגע אלע חתונות אוועקגעשלעפט אין די מרחקים און תחס ושלום נישט גענומען רשות פון דעם מיצר לישראל ס'איז טאטאל אבסורד צו טראכטן אז ער האט געבעטן רשות אנשטאטס פארן קיין מאנסי, נאר די צווייטע ליגנט איז אז די צוויי ארוינישע שוואגערס זענען הערשט געקומען נאכן חופה בעת יעדערער האט געזעהן ווי זיי זענען זיך משתתף דארט און איינער פון זיי האט גלייך טעלאפאנירט ביים קבלת פנים אויב דער ברדיטשובער האט רשות... די ספין אז וואלדמאןהאט געבעטן רשות איז א בחינה ווי ר' יוסף האט אינטערגעצינדען די ילד... סך הכל ארויניס זייטס ענק מחזק. שטארקס ענק דער ספין האט געפלאפט מיטן בריוו דער האטליין האט קודם געמאלדן אז די ''מחותנים'' האבן גענומען רשות שפעטער האט זיך עס געטוישט צו וואלדמאן.... טאנצט ברידערלעך לאמיר עס צולייגן צו די לאנגע שורות פון די סאשוינישע געווינסן....ו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2010 20:48 לינק ישיר 

שימעלע

איך שטיי און איך שטוין, עס איז דאך דא א כלל מילתא דעביד לאיגלויי לא משקרי אינשי,
זעהט אויס אז דאס איז נאר ביי אינשי און נישט ביי ארונים,
ווער עס איז געווען ביי די חופה האט געהערט און געזעהן ווי מען ריפט אויס ר' שמשון שווארטץ א פעטער פאר די כלה איז מכובד מיט א ברכה, און אזוי איז טאקע געווען,
לויט דעם איז האלב פון דיין בנין ציפאלן,
כיון דבטלה מקצתה בטלה. כולה,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2010 19:49 לינק ישיר 
הרה"ח בעריל שטיין, הרה"ח ר' שמשון שווארטץ והרה"ח ר' יעקב לייב פריינד ביי די בני יואל חתונה עם כ"ק הרה"ק מבארדישויב שליט"א מימינו ועם המחותן הרה"ג ר' מענדל וואלדמאן שליט"א





תוקן על ידי 1satmar ב- 27/12/2010 20:17:22




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 19:55 לינק ישיר 

הרה"ק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2010 20:37 לינק ישיר 

איך האף אז די בני יואל האבן געלערנט א לעסאן, שלאגט כפרות מיט דעם עקסטרעמן טשאדער און שארמאשער, און יעדער וואס וויל קומען מסדר קידושין זיין זאל איר נעמען בחפץ לב, און איר וועט ווייטער קענען לייקענען אז מען האט נישט געבעטן אדער באקומען רשות און די אהרונים וועלן ווייטער שרייען אז יא, מען האט יא באקומען רשות, און אין א קורצע צייט וועט איר דורכברעכן דעם גאנצן איסור, און קיינער וועט מער נישט רעדן פון קיין רשות, דער גאנצער איסור וועט אויסוועפן אין נאו טיים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2010 21:07 לינק ישיר 

עס איז צי ערווארטן אז די ארונים האבן זיך געלערנט א לעסאן,
אז עס דארף גארנישט געשען מעהר אדער ווייניגער פון וואס עס איז יעצט געשען,
און זיי קענן ראיג איבער שפילן דעם זעלבן שפיל אפילו שארמעשער רב אדער טשטאער רב איז דער מסדר,
ווארים נישט דער מסדר דארף פרעגן, די מחותן דארף נאהר שיקן 2 שוואגערס,
און אפילו די מחותן וועט דאס לייקענען,
זעהן מיר אבער פון די מעשה אז די ארונים זענען געניג פיינע מענטשן
און זיי וועלן פארשטיין אז דער מחותן איז אינטער די גרויסע טעראר פון ב"י
דער עיקר איז דאך די כשרע קידושין,
און ווי אזוי זאגט נאהר משהלע, דער גאנצער איסור וועט אויסוועפן אין נאו טיים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > הראט"ס טעראר נגד הרב מענדל וואלדמאן'ס טאכטערס חתונה ב"י חתונה מספר ח"י
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.