| נשלח ב-19/12/2010 19:50 |
|
| |
שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"
צען יאר א' שמות און ר' אהרן איז נאך אלס מסרב לדין.
ריכטער שמידט פון ברוקלין סופרים קאורט, וואס האט אין די לעצטע 3 חדשים אריינגעלייגט כחות עצומות צו שליכטן דעם סאטמאר'ן סכסוך בבית דין המרוצה לשני הצדדים, האט ערהאלטן פאריגע וואך פרשת ויחי א בריוו פון צד מהר"א וואס שטעלט קלאר זייער שטעלונג אז זיי ווילן נאר גיין צו דין תורה אויב וועט מען דן זיין איבער דאס רבנות פון וויליאמסבורג אבער נישט קיין שום אנדערע זאך.
עס איז געווען וואס האבן געהאלטן אז די פארהאנדלונגען וועלן צופאלן צוליב די אינערליכע רייבערייען ביי די ארונים, נאכדעם וואס די וויליאמסבורגער ראשי קהלה האבן געבלאזן אז מען רעכנט זיך נישט מיט זיי, און מ'האט זיי נישט געגעבן קיין מאנדאט ביי די פארהאנדלונגען. אבער צום סוף האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס האט זיך אפגעשטעלט צוליב ר' אהרן'ס הארטקייט כלפי פארהאנדלען אויף קרית יואל, און האט אפיציעל געמאלדן בכתב אז היה לא תהי' קרית יואל וועט נישט גיין צו דין תורה.
א קורצע כראנאלאגיע פון די פארהאנלונגען.
דער ריכטער איז געווארן אריינגעשלעפט אין דעם סכסוך נאכדעם וואס די ארונים האבן פרובירט אוועקצוכאפן א בנין אין וויליאמסבורג וואו עס געפינט זיך די סאטמארע בית המדרש אויף סאוט אכט סטריט, דער זעלבער וואס האט יעצט געגנב'עט דעם בנין דורך איבערשרייבן פאלש דעם דיעד, האט מיט זעקס יאר צוריק געקלאגט אין ערכאות די קהלה אז ער איז א שותף אין דעם בנין, און ווען דער סכסוך איז אנגעקומען צו ריכטער שמידט האט ער געפרעגט די צדדים צו זענען מסכים צו גיין צו א בית דין, האט די קהלה מסכים געווען אבער דער הולך לערכאות האט זיך נישט געשטעלט לדין, דעריבער ווען סאיז געווארן א פרישע פראבלעם מיט דעם בנין ווען דער הולך ערכאות האט דאס פרובירט גנב'ענען איז דאס צוריק אנגעקומען צו דעם זעלבן ריכטער.
ריכטער שמידט וואס האט א לאנגען רעפוטאציע פון סעטלען קעיסעס, האט געפרעגט די צדדים צו מ'קען שליכטן דעם סכסוך ביי דין תורה, וואס די קהלה האט געזאגט אז זיי האבן שוין געחתמ'ט מיט 6 יאר צוריק, אבער דער גנב וואס איז שוין מסרב 6 יאר לדין האט געלייגט תנאים אז אויך אנדערע סכסוכים פון קהלת סאטמאר זאל גיין צו דין תורה.
דער ריכטער האט זיך נישט געפוילט אז ער איז אריבערגעגאנגען צום סאטמאר רבין אין וויליאמסבורג אין געפרעגט צו ער איז מסכים אז דער סכסוך פון בנין סאוט אכט זאל גיין צו דין תורה, דער סאטמאר רבי האט געזאגט אדרבה ואדרבה. ריכטער שמידט איז אריבערגעפארן קיין קרית יואל, און דער קרית יואל'ער רבי האט זיך אנגעגרייט א פאר טאשטיכלעך, און זיך גענומען וויינען ווי ביי די מאמעס לוי', איך וויל גיין צו דין תורה מגנב'עט מיר אלעס אוועק, דער טאטע האט מיך געמאכט פאר רב חול המועד פסח תשנ"ט איבער גאנץ סאטמאר, און מ'האט מיר אוועקגעגנב'ט וויליאמסבורג, איך וויל נאר גיין צו דין תורה אויף סאוט אכט אויב מען וועט שטעלן צו דין תורה אויף גאנץ וויליאמסבורג. ער האט שטארק אראפגעריסן די בתי דינים וואס שלעפן צייט און געלט, און געזאגט אז בוררות פאר סאוט אכט איז ארויסגעווארפן געלט מיט צייט, נאר מ'זאל גיין צו א בית דין.
ריכטער שמידט איז צוריקגעגאנגן קיין וויליאמסבורג צום סאטמאר רבי'ן, און געפרעגט אויב מען איז מסכים צו גיין צו דין תורה איבער גאנץ וויליאמסבורג, האט סאטמאר רבי געענפערט אז ער האט אלעמאל מסכים געווען צו גיין צו דין תורה אויף וויליאמסבורג אבער ער האט תביעות נגדיות אין קרית יואל און בארא פארק, און ער וויל אז די שטרי בירורין זאל זיין אויף אלעם. דער ריכטער האט צוריקגעברענגט די תשובה פאר קרית יואל'ער רבי האט ער געענפערט אין קרית יואל אין נישטא קיין שום תביעות, איך גיי נישט צו דין תורה אין קרית יואל. דער קרית יואל'ער רבי האט אויך געזאגט פארן ריכטער אז ער קען מער נישט רעדן פון דעם נושא, און מהיום והלאה זאל ער זיך פארבינדן מיט דוד עקשטיין, אלישע הורוויץ און ברוך מרדכי גאלדבערגער.
נאך עטליכע וואכן פון ארומשלעפן, איז ענדליך געקומען דער ענפער פאריגע וואך פרשת ויחי אז קיין דין תורה וועט נישט פארקומען אין סאטמאר אויב מען וויל דן זיין אויף עפעס וואס ר' אהרן האט א שליטה, דהיינו קרית יואל נישט.
בקיצור הדברים: דאס וואס ר' אהרן האט געזאגט תשס"ב פאר הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער, און דאס וואס ר' שאול פערלשטיין האט געהאלטן אין איין זאגן ברבים אז זיי ווילן נישט גיין צו דין תורה האבן זיי יעצט ארויסגעשריבן בכתב פאר ריכטער שמידט.
היינט די צענטע יארצייט פון אלף שמות, ווען די סלאגאנען יחידים המשתלטים על הציבור און מסרבים לדין זענען געאשאפן געווארן, שטעלט זיך ארויס אז סאיז שקר און בלאף, זיי זענען יחידים וואס ווילן זיך משתלט זיין אויפן ציבור, און זיי זענען די ריכטיגע מסרבים לדין. די וואלן אין וויליאמסבורג איז שוין געווען תשס"ו ווען די נייע מוסדות האבן זיך געעפענט, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז זיי זענען בערך א דריטל פון סאטמאר, דאס זענען די יחידים המשתלטים, און יעצט זענען שוין אפען מודה אז זיי זענען מסרבים לדין אויך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2010 20:22 |
|
| |
חסיד 152 פרובירט אראפצומאלן כאילו אונזער סיטואציע איז אז ר' אהרן טייטלבוים האט קלאר געלאזט וויסן אז ער וויל זיך נישט שטעלן צו די דין תורה. יא! עס פארשטייט יעדער בר דעת און ווער עס האלט ביים איינזעהן אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס ר' אהרן זיך זיך שטעלן צו דין תורה אין קרית יואל, ווייל וואס האט ר' זלמן לייב אריינצורעדן אין קרית יואל, ווען דער איינער ציל פון זיין אהער קומען איז דאך בלויז געווען צו העלפן ס'ברודער אין וויליאמסבורג?
איך געדענק נישט וואספארא סיכסוך עס זאל האבן געווען אין קרית יואל? עס ווייסט יעדער אז זלמן לייב איז דאך געקומען בלויז איינצונעמען וויליאמסבורג? וויאזוי די וויסט עס אנרופן יעדער איינער לויט זיינע געפילן.
אין וויליאמסבורג איז ר' אהרן אלעמאל געשטאנען בראש, און איבערהויפט ווען עס געקומען צו בויען דער ביהמ"ד החדש אין ווילאמסבורג, און דער ברך משה האט אים פארטרויעט מיט אלס און אלעמען, און איך ווייס נישט וויפיל פון די אנהענגער פון ר' זלמן לייב פארמאגען דען זיצן אין דעם בנין, אויב עפעס האבן הונדערטער און הודערטער חסידי ר' אהרן דארטן אינוועסטירט און פארלוירן.
דעריבער: וואספארא תמימות קומט דא פאר? ריכטער שמידט וועט אייך לאזן הערן גאר בקרוב ווער עס איז מסרב לדין, ער איז נישט קיין גויאישער קאפ וואס קען נישט די אינערליכע קרופציע פון אפאר הונגעריגע היפאקריטן, ער איז א היימישער יונגערמאן וואס זוכט דעם אמת, און דער ווארהייט, דעריבער קוקט ער אריין אינעם קעיס מיט יושב הדעת און ווערט נישט פארלוירן פון שקרים און טעראר...
ימים ידברו...!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2010 20:56 |
|
| |
| חזקה כתב: |  | חסיד 152 פרובירט אראפצומאלן כאילו אונזער סיטואציע איז אז ר' אהרן טייטלבוים האט קלאר געלאזט וויסן אז ער וויל זיך נישט שטעלן צו די דין תורה. יא! עס פארשטייט יעדער בר דעת און ווער עס האלט ביים איינזעהן אז עס איז נישט דא קיין שום סיבה פארוואס ר' אהרן זיך זיך שטעלן צו דין תורה אין קרית יואל, ווייל וואס האט ר' זלמן לייב אריינצורעדן אין קרית יואל, ווען דער איינער ציל פון זיין אהער קומען איז דאך בלויז געווען צו העלפן ס'ברודער אין וויליאמסבורג?
איך געדענק נישט וואספארא סיכסוך עס זאל האבן געווען אין קרית יואל? |
|
אדאנק אייך חזקה פארן מחזק זיין מיינע ווערטער אז ר' אהרן טייטלבוים האלט זיך נישט ביים שטעלן צו קיין די"ת, מאיזה סיבה ואופן שהוא. דעריבער ווערט ער ביי אונז אידן אנגערופן א מסרב לדין, אפשר דיינע געפיהלן פארלאנגן נישט פון ר' אהרן צו קומען צו די"ת, אבער אונזער אידישע רעליגיע פארלאנגט דאס יא, און אזוי ווי דער ר' אהרן האלט נישט דערביי איז ער א מסרב, און די לעצטע צען יאר אלף שמות'ן שרייען איך וויל דין תורה איז געווען א בלויזער פורים שפיל, פינטל.
תוקן על ידי חסיד_152 ב- 19/12/2010 20:58:30
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2010 21:41 |
|
| |
איך בין בכלל נישט געשאקט פון די נייעס.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2010 21:52 |
|
| |
חזקה שרייבט "איך געדענק נישט וואספארא סיכסוך עס זאל האבן געווען אין קרית יואל?"
איך געדענק יא, שוין 26 יאר איז דא א סכסוך אין קרית יואל, רוב תושבי העיר רוב קהלות העיר רוב מוסדות העיר זענען קעגן ר' אהרן, זיי טענה'ן אז ר' אהרן איז א יחיד המשתלט על הציבור און זיי ווילן אים נישט,
איך געדענק אויך, אז די לעצטע 26 יאר איז פארגעקומען יעדן טאג נייע סכסוכים עס איז נישטא א שטאט אויף דער וועלט וואס זאל זיין אזויפיל סכסוכים ווי אין קרית יואל,
דער יעצטיגער סכסוך פון סידור קידושין איז נישט גענוג פאר ר' זלמן לייב צו תובע זיין ר' אהרן צו דין תורה, ר' זלמן לייב האט א בריוו פון זיין טאטען אז ער מעג מסדר קדושין זיין און ר' אהרן לאזט נישט מסדר קידושין זיין אין בית רחל פארארדייס, ער מעג אים תובע זיין לדין,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2010 22:57 |
|
| |
איך שטיי און שטוין! די ארונים האבן אפגעקויפט און געטרעידמארקד די ענין פון 'דין תורה'... ווען זיי ווילן זאגט מען אויף ק''י:
1) נאו! עפפעס א ספק? דאס ''באלאנגט נישט'' ביי די''ת!
2) אויף דעם איז קיינמאל נישט געווען קיין תבועה
3) זאל ער שיקן א הזמנה (איי רבוש''ע, על זה גופא אנו דנין: אז איך וויל דאס זאל זיין ביי די''ת...?)
4)ס'איז ''אייביג'' געווען ביי אהרנ'ן... ובכגון דא איז נישט דא די''ת...
5) די גאנצע שטאט איז זיין'ס, און ואסערע פנים טראגט עס, אז ער גייט אויף די''ת אויף זיין אייגענע שטאט....? * * * * * * * * * * * * * * ומי שיש לו קדקדו במוחו ווייסט אז די גאנצע ישיבה לאט איז אינגאנצן 4 יאר צוריק איבערגעשריבן געווארן בגניבה דורך די וועלטס-ים-גנבים, פון 82, די זעלבע זאך די ביה''ח, דאס איז נאר די פשוט'ע גניבות:און וואס טוט זיך מיט די מעמבערס וואס האבן געבויט דעם שטעטל און געבויט דעם ווייסן שוהל און זיי האבן אויך עפפעס אריינצורעדן?
אדרבה אז דו האלטסט אז דאס איז אזא דבר פשוט, אז ס'איז נישט שייך אויף דעם די''ת, וואס האסטו אזוי מורא דערפון???
בי''ד וועט דאך גלייך נאכ'ן דן זיין דערויף איין טאג, איינזעהן אז דאס איז געווען א טעות, און די ענין דארף מען אויסקרויזן פון'ם די''ת, נישט אזוי?
פארוואס איז דיר ווערט, לכבוד דעם איינעם זאך צו טארפעדירן די גאנצע די''ת אויף וואס די הונגערסט שוין - כלומפ'רשט - 12 יאר???? אתמהה!
תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 19/12/2010 23:13:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2010 23:02 |
|
| |
א תביעה נגדית דארף א הזמנה?
אז א איד זאגט איך האב געגענזייטיגע טענות דארף מען נישט שיקן קיין הזמנה, מען פארלאנגט דער תובע זאל אינטערשרייבן אויף די תביעות נגדית אויך שטרי בירורין,
אויב די וויליאמסבורגער האלטן אז זיי האבן א תביעה נגדית צו קרית יואל דארפן זיי נישט שיקן קיין פרישע הזמנה,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/12/2010 23:18 |
|
| |
what a joke! joke of day and town!' דאס אז אהרן האט אפגעווערפן די''ת, ווייל ער וויל נישט לאזן דן זיין אויף ק''י, איז - הערט גוט און כאפט אייך גוט אן - א תירוץ פון...... פון ............ יו איך קען עס נישט ארויסזאגן, דאס איז א תירוץ, נישט פון אהרן זיך ארויסצודרייען...... דאס איז א תירץ פון די זלונים זיך ארויסצודרייען.. כא כא כא שוין לאנג נישט געלאכט אזא גוטס............
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 00:15 |
|
| |
אמאל זענען פארהאן צוויי צדדים, נארמאלע מענטשן וועלכע פארמאגען מיינונגס פארשידענהייטן, און עס אנטוויקעלט זיך א סוכסוך, און ווי אידישע קינדער זענן באפוילן געווארן גייט מען צו דין תורה און מען האמערט אויס א פשרה געווענטליך, בקיצור וויאזוי בית דין זעהט איין און פסקנ'ט.
אבער ביי אונזער געשיכטע איז די מציאות גאר אנדערש, סאטמאר דארף האבן א ממלא מקום, אבער עטליכע מחוצפים צוליב מגיעות ווילן דאס נישט אנערקענען, מען האט זיך מיט זיי געספראוועט און סאטמאר פארמאגט ב"ה א ריכטיגע מנהיג וואס מיר דארפן האבן היינטיגע צייטן אין אונזער דור, חסידים וואס דארפן אויטאריטעט, און זענען גרייט געווען מקבל מרות צו זיין פון א רבי'ן.
אבער צו די זעלבע צייט זענען פארהאן א געוויסע סארט גרופע מענטשן וועלכע זענן בטבע אזוינע וועלכע קענען נישט דערהייבן אויטאריטעט, זיי דערהייבן נישט קיין פרעשור, און זיי דערהייבן נישט ווען א צווייטער ווערט דערהויבן...
און אט דאס זענען די היינטיגע שונאים, און די מתנגדים וועלכע זענען ארויס אין א מערכה פאר יארן אנטקעגען דעם רב, און היינטיגער רבי'ן...(איר מיסט נישט איינשטימען מיט מיר...)
עס ווייסט יעדער עס זענט'ס נעבעך א גרופע זינלאזע היפאקריטן, פול מיט נגיעות און סיבות פארוואס איר וועט געטריבן צו יענעם פירער, איר זענט נישט אינטערסירט צו זיין אינטערגעווארפן אינטער קיינעם, מיר דארפן דאס חזר'ן ווייל איר האלט און איין פארגעסן אייערע אידענטיטעט.
ווער האט געפירט אלע יארן 82?
ווער איז געזיצן אלע יארן אין אפיס?
ווער האט פארשעמט און מצער געווען דער ברך משה?
טרוקענע ווייטאגליכע פראגעס וועלכע דארפן נישט קיין ענטפער, די אלע אנהענגער אהין זענען נעבעך וואנזיניגע הונגעריגע היפאקריטן, ווען קען מען פרובירן צו פארשטיין אז א צווייטער פארמאגט א אנדערע מיינונג, ווען ער גוט כאטשיק עפעס גערעכט פאר דיר, איבער עפעס, אבער ווען איינער פארשטייט נישט גארנישט, ער וויל נישט פארשטיין, און ער שרייט די ביסט נאר נישט גערעכט, די ביסט נאר ראנג...דאן האסטו צו טוהן מיט א נערווען געטריבענער פארברעכער, און די וועסט מיט אים אין ערגעץ נישט אנקומען...
ער דארף נישט קיין אויטאריטעט, רוב רובם וואס פירן די לעגאלע אקטיוויטעטן ביי יענער לאגער זענען אנגעווייטאגטע יונגעלייט וועלכע האבן פריוואטע נגיעות אנטקעגען ר' אהרן, ער האט פשוט געהאט א סוקסעס ביי א געוויסע געריכט וואסע ר האט געפירט ביי א געוויסע לעקאלער קהילה, דעריבער איז ער אריינגענומען געווארן אין די מערכה אנטקעגען ר' אהרן מיטן ברך משה.
נאכאמאל און נאכאמאל, אייער מנהיג טוט זיך אידענטיפיצירן מיטן מסור ומלשין אן די מינדעסטע פראבלעם...עס איז שוידערליך ביז גאר, דער ברודער דינט אלס א שטעקן, און ער כאפט נעבעך נישט וויאזוי זיינע מענטשן ארום זענען טרוקענע היפאקריטן...
מיט ענק דארף מען רעדן דער שפראך וואס מען האט גערעדט ביז היינט, שמידט האט זיך שוין דערלערענט ענקער שפראך, און טאקע צוליב די ריכטיגע שריט וואס קהל האט אינטערגענומען די לעצטע עטליכע יאר איז דא ב"ה פאזעטיווע רעזולטאטן...
נאך איז אויפן וועג...!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 01:03 |
|
| |
חזקה דיינע ווערטער קלעבן נישט איין ווארט מיטן צווייטן, דיין ניק וואלט ענדערש געפאסט צו הייסן חוזק,
לאמיר דיר פארציילן די פאקטן, סאטמאר מוסדות פון וויליאמסבורג וואס איז הויפטקאוורטירט אויף 82 לי עוועניו, האט די לעצטע דרייסיג יאר נישט קיין איין ארוני, חוץ ארי' לייב גלאנץ וואס איז געווען א באצאלטער ארבעטער און האט זיך אפגעזאגט פון דארט צוליב געוויסטע סיבות,
ווידער די קהלה אין קרית יואל און דער ווילידש פון קרית יואל איז געבויט געווארן דורך ר' משה פרידמאן און ר' שלמה מיכל ראזנער, די איבעריגע ראשי הקהלה און ועד הקריה, זענען געווען ר' יוסף אשכנזי ר' סענדר ר' לייביש ר' שלמה זלמן סאנדער ע"ה, און להבחל"ח ר' עזריאל גליק, יעצט זאג די ווער פון די מייסדים פון קרית יואל זענען ארונים?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 01:27 |
|
| |
חזקה: קען זיין דו בוזט גערעכט קען זיין נישט...... ....טאקע פארדעם איז באשאפן ביי אונז אזא מושג פון די''ת! יעצט וואס האסטו געענטפערט? בקשה #20,365,89 שטעלט אייך צו די''ת או זבל''א וזבל''א און הערט אויף צו דרייען יעדן טאג מיט א נייע תירץ!
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 03:19 |
|
| |
דאס איז די בקשה פאר ר' אהרן שטעל דיך צו דין תורה די גנב גזלן, דיין טאטע האט דיר געשיקט שארפע מוסר בריוו, אז ער געט רשות צו עפענען מוסדות אין קרית יואל, די ועד הקריה געלט באלאנגט פאר די כשר'ע מוסדות, שטעל דיך צו דין תורה אן קיין שום תנאים,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 16:45 |
|
| |
שארטקאט, ארי' לייב גלאנץ איז נישט געווען קיין הנהלה, ער איז געווען אדמיניסטראטער, ער איז נישט ארויסגעגאנגען פון סאטמאר צוליב פאליטיק, ער איז אוועקגעגאנגען צוליב געלט סכסוכים, ער האט נישט מיט די ארונים גארנישט, ער איז געבליבן אן קיין פרנסה האבן די ארונים אים גענומען פאר א שטיק צייט און דערנאך געדאמפט,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 19:55 |
|
| |
| הנגיד_רבי כתב: |  | איך שטיי און שטוין! די ארונים האבן אפגעקויפט און געטרעידמארקד די ענין פון 'דין תורה'...
ווען זיי ווילן זאגט מען אויף ק''י:
1) נאו! עפפעס א ספק? דאס ''באלאנגט נישט'' ביי די''ת!
2) אויף דעם איז קיינמאל נישט געווען קיין תבועה
3) זאל ער שיקן א הזמנה (איי רבוש''ע, על זה גופא אנו דנין: אז איך וויל דאס זאל זיין ביי די''ת...?)
4)ס'איז ''אייביג'' געווען ביי אהרנ'ן... ובכגון דא איז נישט דא די''ת...
5) די גאנצע שטאט איז זיין'ס, און ואסערע פנים טראגט עס, אז ער גייט אויף די''ת אויף זיין אייגענע שטאט....?
* * * * * * * * * * * * * *
|
|
גוט געזאגט. און די תירוצים שפעטיגן טאקע נישט צו קומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 20:47 |
|
| |
איך יושב מיך שוין אגאנצן טאג צו איך זאל זיך אריינלאזן דא אינעם ויכוח, איך האב א שטארקע רייץ, ס'לעולם די הייסטע אין מערסטע פעווריט נושא פאר מיר, כ'אמעך אבער מיישב געווען אז ס'איז לריק, ראשית האט מען שוין אלעס אויסגעקייט א מיליאן מאל, איך זעה נישט קיין שום חדשות זאל נתחדש ווערן, שנית איך ווייס דאך שוין ממילא וואס דער ענדגיליטיגער ענטפער גייט זיין, נאך זיך אויסטענה'ן אהין אין צוריק אגאנצע וואך, זיך ציען 20 בלעטער, גייט דער נושא פארקירעוועט ווערן אין די גדלות פון ר' ישראל חיים פרידמאן און ר' זלמן לייב פילאף, און די ניגון גייט גיין, ווער ביסטו ראצער היידפארק שרייבערערל צו אריינרעדן צווישן אזעלעכע גדולים וואס פסק'נען חייבי כריתות 40 יאר, ממילא פארוואס אפי' אנהויבן,
אי"ה אויב ריכטער שמידט וועט פסק'ען עפעס דראסטיש און היסטאריש וועל איך מיך לאזן הערן,
הצלחה
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 20:52 |
|
| |
|
|
|
|
|