|
|
| נשלח ב-2/1/2011 17:27 |
|
| |
דאס הייסט א פלייוואד קאפ, עס עקזעסטירט נישט א טענה אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה ווייל איך פאלאנג א געוויסע פרט, שרייב אינטער שטרי ברורין, פארלאנג דיינע תביעות ביים בית דין ויקוב הדין את ההר, איין צד קען נישט מחליט זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט, והדברים פשוטים מאוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2011 19:51 |
|
| |
והדברים פשוטים מאוד, עס עקזעסטירט נישט אזא זאך אז א איד ענפערט אז אויף מיין רבנות איז נישטא קיין שום טענה און איך שטעל מיך נישט צו דין תורה דערויף, איין צד קען נישט מחליל זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט, דעריבער משה'לע זיי מוחל אין בעט דיין רבי זאל אויפהערן שטעלן תנאים און הגבלות אז ער וויל נישט דן זיין אויף קרית יואל וכדו', נאר ער זאל חתמ'ן שטרי בירורין ויקוב הדין את ההר,
און אויב ער האלט אז אויף קרית יואל איז נישטא קיין תביעה זאל ער טאקע דאס טענה'ן די ערשטע זאך, והבית דין יחליט אויב ער איז גערעכט,
|
|
|
|
| נשלח ב-2/1/2011 19:58 |
|
| |
יישר כח משהלע פארן ארויסברענגען מיין פאינט,
"שרייב אינטער שטרי ברורין, פארלאנג דיינע תביעות ביים בית דין ויקוב הדין את ההר, איין צד קען נישט מחליט זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט, והדברים פשוטים מאוד."
דאס איז געזאגט געווארן פאר ר' אהרן אויך!
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 14:19 |
|
| |
plywood איך פארשטיי נישט וואס דו ווילסט. דאס אז ענקער צד פון קהל ייטב לב זיצען אויף דער בנינים איז א פאקט און ממילא זענט עטס א צד האט מען ענק געריפען צי דין תורה. .און די קענסט נישט זאגן אז ס'איז נישט א צד ווייל ס'איז א פאקט אז דאס איז איין צד. משא''כ דער וואס ריפט צי דין תורה דאס איז נישט קיין פאקט אויף א געוויסע מענטש. ווייל יעדער איינער האט א רעכט צו ריפען יענעם צי דין תורה. און יעצט און דער פאל ווען בערל פרידמאן ריפט יענקל כהנא צו דין תורה קומען דער זאליס און טענהן אז ר' אהרן דארף אויך אינטער שרייבן . און אויף דעם זאגט ר' אהרן אז ס'האט נישט מיט מיך און איך בין בכלל נישט קיין צד דא . [אזוי ווי ר' ז''ל האט נישט געדארפט אינטער שרייבן און ב''פ.]נו איז דא א מחלוקת אויב ר' אהרן איז איין צר מיט בערל און ער דארף אינטער שרייבן צי נישט. איז אויף דעם דארף מען קודם גיין צי בית דין און זיי זאלן דאס פאסקענן . אבער אויב יענקל כהנא איז א צד אויף דעם איז נישט דא פארוואס צי גיין צי דין תורה ווייל דאס איז א פאקט. און איך בעט נאך אמאל פארדרייט נישט סתם אזוי דער מוחות מיט נארישע ספינס. ווייל צייט איז פאר מיך וויכטיג.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 16:35 |
|
| |
לאזט מען ענק דען נישט רופן רבי אהרן צו דין תורה?, שיקט עם א הזמנה און ער וועט גיין, און אינטער שרייבן שטרי בירורין, אבער איר קענט נישט זאגן אז אזוי ווי בערל און שמערל האבן א דין תורה זאל שוין איציק -וואס איך האב מיט עם עפעס א סכסוך- אויך קומען אינטער שרייבן שטרי בירורין, דאס ארבייט נישט אזוי, בערל מיט שמערל האבן א דין תורה וועלן זיי אינטער שרייבן שטרי בירורין, אויסער אויב דער בית דין וועט צו שטעלן נאך צדדים וואס דארפן אינטער שרייבן, אבער דיין סכסוך מיט איציק האט גארנישט מיט דעם דין תורה, און די דארפסט עם עקסטער מזמין זיין לדין, און נאכאמאל, אויסער אויב דער בית איז מחליט אז דער סכסוך מיט איציק האט יא צוטון מיט דעם דאזיגן סכסוך און ער דארף יא אינטערשרייבן, און ווידער נאכאמאל, והדברים פשוטים מאוד,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 16:47 |
|
| |
אויב צייט איז דיר וויכטיג זיך דיר א צווייט פלאץ, היידפארק איז נישט געמאכט פאר די וואס האבן נישט קיין צייט,
און קורצן: דוד עקשטיין האט געשיקט א הזמנה פאר יענקל כהנא ביי בית דין בית יוסף, בית דין בית יוסף האט למעשה חוזר געווען פון זייער הזמנה לדין, איז יעצט נישטא קיין תובע און נישט קיין נתבע, בסך הכל איז דא א איד וואס וויל מפשר זיין און ברענגן צו דין תורה, בעט ער אלע ביידע צדדים פון סאטמאר צו חתמ'ן שטרי בירורין, און ר' אהרן וויל נישט, אפילו אויב די באציסט דיך אויף די הזמנה פון דעמאלס, איז דאך דוד עקשטיין דער תובע, און די וויליאמסבורגע ראשי הקהלה ענפערן מיר גיין מיט דיר צו דין תורה, נכלל ביי דין תורה איז די תביעה נגדית אויף דיין קהלה, און דוד עקשטיין זאגט אז אויף דעם בין איך נישט מסכים, דאס הייסט אז קרית יואל וויל נישט גיין צו דין תורה, דארט ווי זיי זיצן אין די בנינים,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 17:57 |
|
| |
די ראשי קהלה מצד האהרונים שיקן מודעות מידי שבוע בשבוע פאר די זאלונים אז זיי זאלן זיך שטעלן לדין תורה אויפן סכסוך פון די נכסי הציבור, מען האט געלאזט וויסן ווער די בוררים זענען, פון די זאלונים האט מען קיינמאל נישט געהערט קיין שום תביעה לדין, נאר הזמנות פון קארט, אדרבה, לאמיר זען א תביעה לדין פון די זאלונים צו רבי אהרן, וועט ער זיכער זיין מחוייב צו גיין לדין תורה, דער תירוץ פון די התחמקות פון די זאלונים זיך נישט צו שטעלן צו דין תורה ווייל זיי ווילן רבי אהרן זאל אויך אינטערשרייבן איז נישט בידם, שיק א הזמנה וועט ער אינטער שרייבן, און אז נישט, איז דאס נאר ביד הבית דין עם צו צושטעלן, והדברים פשוטים מאוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 18:00 |
|
| |
די ראשי הקהלה מצד מהרז"ל שיקן מודעות מידי יום ביומו אז זיי זאלן זיך שטעלן צו דין תורה אויף די גניבה פון די נכסי הציבור קהלה והמוסדות בקרית יואל, ואין מענה
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 18:03 |
|
| |
ווי זענען די מודעות?
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 18:26 |
|
| |
ביים זעלבן פלאץ ווי ר' אהרן האט געענטפערט אז ער וויל נישט אונטערשרייבן,
עס האט זיך שוין עטליכע מאל געמאכט וואס אידן האבן זיך אריינגעלייגט ראשם ורובם צו ברענגען די סיכסוכים וואס די ארונים האבן אריינגעטראגן אין קאורט צו די"ת, און פארהאנדלט מיט ביידע צדדים, און ביידע צדדים האבן אנגענומען זייערע פארהאנדלונגען, און געשיקט זייערע טענות וכדומה, פאר יענעם פארהאנדלער, און דער פלאץ ווי עס האט זיך אייביג אפגעשטעלט, איז געווען ביי ר' אהרנ'ס חתימה, צווי פון די פארהאנדלונגען וואס זענען באוואוסט זענען פון תשס"ג דורך הרה"ג ר' משה מנחם טירנוער שליט"א, און איינס איז יעצט פון ריכטער שמידט.
יא מודיע זיין נישט מודיע זיין, יא מסרבים נישט מסרבים, ווערט נישט געמאסטן לויט די בלאט שרייבעריי
תוקן על ידי Plywood ב- 03/01/2011 18:26:48
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 19:03 |
|
| |
וואס הייסט ווי? ביי יאנקל כהנא אין בעיסמענט הענגט די מודעה און ער זאגט דאס מדי יום ביומו, די ווייסט דען נישט?
וואו איז ענקער מודעה מדי שבוע בשבוע, איך האב עס נאך קיינמאל נישט געזעהן,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 20:08 |
|
| |
קהל יטב לב שיקט א מודעה פאר די קהל הגנבים מידי שבוע בשבוע זאלן זיך שטעלן לדין, און זענען מפרסם דעם הזמנה אין דער בלאט מידי שבוע בשבוע, פון די זאלונים האט קהל נאך קיינמאל נישט באקומען קיין הזמנה לדין, און מען האט דאס נאך קיינמאל נישט געזען מפורסם אין זייער צייטונג דער איד, יא, הזמנות לבית המשפט האבן מיר פלענטי באקומען, און תירוצים פארוואס מען וויל נישט גיין צו דין תורה האבן מיר אויך היבש געהערט פון שאול פערלשטיין, אבער קיין תביעה אדער א הזמנה לדין תורה האבן מיר נאך פון ענק קיינמאל נישט באקומען, אדרבה, לאמיר זען איין אזא תביעה, צו אין בית המדרש אדער אין דער איד, (נישט אויף היידפארק). ביז דאן איז זייער קלאר פאר יעדן, אפילו פאר ר' משה מנחם און פאר ריכטער שמידט, ווער עס וויל יא גיין צו דין תורה און ווער נישט, די ריכטערן דעמערעסט האט דאס שוין איינמאל זייער קלאר ארויס געשריבן, און פון דאן האט זיך נאך גארנישט געטוישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 20:29 |
|
| |
וואס ר' משה מנחם און ריכטער שמידט האלטן ווייסן מיר -איך און דו- זייער קלאר, אבער ווען האט ריכטערן דעמערעסט זייער קלאר ארויס געשריבן, דאס איז מיר נאך אלץ שווער
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 20:31 |
|
| |
משה'לע דיינע פעיראל דיינים ווי הרב ראזענוואסער מיט הרבנית דעמערעסט האלטן טאקע אז ר' אהרן וויל יא דין תורה אפילו דער בעל דין זאגט אז נישט, און ר' משה מנחם טירנויער און הרב ישראל האגר פון מאנסי ועוד וגם ר' דוד שמיד זאגן אז ר' אהרן וויל נישט,
|
|
|
|
| נשלח ב-3/1/2011 20:33 |
|
| |
שארטקאט, איך ווייס נאכנישט ווי הרב ראזענוואסער מיט הרבנית דעמערעסט, זאגן אז ר' אהרן וויל גיין צו די"ת, דאס איז אן ארוני'שע פאנטאזיע, וואס איז נאך דערווייל נישט אויפגעוויזן אז עס האט מיטן מציאות
_________________
תוקן על ידי Plywood ב- 03/01/2011 20:33:35
|
|
|
|
|