בית פורומים אידישע געדאנק

שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/1/2011 22:47 לינק ישיר 

פלייוואוד מיט שארטקאט, איך האף עטס זעסט דער מצב,

איינער ברענגט אינפארמאציע אז ר' אהרן'ס חברה שיקן א בריוו פאר ריכטער שמיד, וואס שלאגט פאר צו ברענגן דער סכסוך פון סאטמאר קהלות צו דין תורה, און דער בריוו פון די קרית יואל'ער שרייבן זיי אז זיי האבן א בוררות אויף וויליאמסבורג מיט פארטיגן פלאן, אבער בנוגע קרית יואל'ע נכסים אדער בארא פארקע נכסים ווילן זיי נישט מען זאל דן זיין, דאס איז די אינפארמעשאן וואס איינער האט דא געברענגט,

די ארונים שיקן זייער עקספערט אויף דעם הינזיכט פון דין תורה ספינעריי, סקאט מאלאן און מען געט אים די אויפגאבע צו קומען מיט פרישע סחורה יעדן טאג, איינמאל זאגט ער ר' אהרן איז נישט אויפן פאפיר, איימאל זאגט ער ר' אהרן איז זיכער מרא דאתרא און אויף דעם דארף מען נישט דן זיין, איימאל פארשטייט ער נישט ווי עס קומט צו יאנקל כהנא צו פארטרעטן משה מאנראער וכדו', אבער דער סקאט ווערט אפגעפרעגט אויף יעדע פון זיינע ספינס, און הולכ'ט ער איז נישט צום האבן, ער איז אריינגעפאלן אין טיפן שניי, סקאט פרובירט נאך אין אנדערן פארום צו חזר'ן זיינע לגיונות אבער נאך א שטיק צייט איז ער אראפ פון די ארענע,

די ארונים בלייבן מיטן צינג אינדרויסן ווען דער בעסטער קטיגור איז נעבעך געגאנגען למנוחות ואותם עזב לאנחות, האבן זיי אריינגעשיקט די צוויי קינדערלעך, שימעלע מיט משה'לע צו שרייבן שטותים, אז די שרייבער זאלן נערוועז ווערן, ווייל ווער וויל דען שטיין מיט א שוטה אין ווארט סאיז דאך ביטערע יסורים,
זיי ווילן מיט די נערווען קריכערס אפשפארן דעם אשכול, דער משה'לע קלעימט וויקטארי, און באלד קומט שימעלע מיט ענליכס,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2011 03:42 לינק ישיר 

האסטו געהערט א חברה, מען ענטפערט נישט צום זאך, און מען האט נאך טענות פארוואס מען האלט זיי פאר,

משהלע טייערער איך זעה דו האסט פראבלעמען מיט קריאה, אויף די צעטל פון לישע שטייט אז ר' אהרן וועט אויף קיין פאל נישט אונטערשרייבן קיין שט"ב אפילו נישט ווען בי"ד וועט הייסן, ס"ה וואס ער וועט טוהן שטייט דארט איז אז ער וועט מסכים זיין צו מסכים זיין, סארי נישט דאס וויל מען, מען וויל ער זאל אונטעשרייבן געהעריגע שט"ב און פאר מען גייט צו די"ת, העכסטענס קען די שט"ב און די ערשטע דיון זיין טאקע איבער דעם צו ר' אהרן איז א צד צו נישט, און די איינציגסטע סיבה פארוואס ר' אהרן זאל נישט מסכים זיין דערצו און לישע זאל דארפן שרייבן דאס וואס ער האט געשריבן איז ווייל ער האלט נישט דערביי צו גיין צו די"ת פינטל.

rebyankel אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן מוזטו נישט, סתם שרייבן אז יענער דרייבט ספינס איז נישט אינטערעסאנט, קיינער איז נישט שולדיג אז דו האסט דיך איינגערעדט ביז היינט אז מיט ריכטער דעמארעסט'ס פסק קענסטו ספינען אז דארט שטייט וואס דו ווילסט פארקויפן, און עס האט געפלאצט, איך קען דיר נישט העלפן דערויף, שלונג עס אראפ, אדער שרייב עפעס צו די זאך.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 04:14 לינק ישיר 

פארשטיי איך דיך גיט? רבי אהרן וויל עכט נישט אינטערשרייבן, ער איז נאר בלויז מסכים אינטער צו שרייבן, און דאס איז פאר אונזער פלייוואד נישט גענוג, וואס הייסט ער איז מסכים אינטער צו שרייבן? נישט דאס ווילן מיר, מיר ווילן ער זאל אינטער שרייבן און דעטציט, מסכים!, א נייע זאך!, וואס פאר א מין מסכים זיין איז דאס? אינטערשרייבן און גמרנו,
פלייואד זיסער, קיק אריין אין דיקשטנערי אינטער "ספין", וועסטו זען אז דארט שטייט "פלייוואד"...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 04:24 לינק ישיר 

כ'האב פאר דיר נייעס ר' אהרן האט שוין פונלאנג אונטערגעשריבן, ער איז געווען דער ערשטע אונטערשרייבן קעגן דעם אינטערנעט, דא אין דעם אשכול איז געווען א צעטל פון 15 יאר צוריק ווי ר' אהרן שרייבט אונטער אז מען דארף גיין צו דייני הקהילה און אזוי איז דא נאך הונדערטער צעטלעך וואס ר' אהרן האט אונטערגעשריבן, דא רעדט מען פון אונעטערשרייבן שט"ב, און דאס האלט ער נישט דערביי.

כהאף אז דו פארשטייסט שוין, טאמער נישט געב איך דיר אן עצה דארפסט נישט נאכאמאל איבערשרייבן די זעלבע זאך וואס דו האסט פריער געשריבן שרייב פלעין אז דו פארשטייסט נישט, און עס וועט מיר זיין גענוג

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 05:08 לינק ישיר 

פלייוואד שרייט געוואלד, רבי אהרן האלט נישט ביים אינטערשרייבן, איי יעדער וואס איז אינוואלווד טענה'ט אז רבי אהרן איז יא מסכים אינטער צו שרייבן, אבער פלייוואד האלט זיך ביי זיינעם, רבי אהרן האלט נישט ביים אינטער שרייבן, האט ר' זלמן שוין אינטער געשריבן? ניין!, האט שאול פערלשטיין אינטער געשריבן? ניין!, האט ר' ישראל חיים מנשה אינטערגעשריבן? ניין!, האט יאנקל כהנא אינטער געשריבן? ניין!, זאגן זיי אז זיי האלטן ביים אינטער שרייבן? ניין! און נאכאמאל ניין!, יעדן טאג מיט טויזענט תירוצים, אבער אינטער שרייבן, בלא!, אלזא רבי אהרן זאגט אז ער איז "מסכים" אינטער צו שרייבן, די זאליס שרייען אז זיי ווילן נישט און דארפן נישט גיין צו דין תורה, אלזא, ווער איז דער מסרב?, און ווערט פארט מיט א ספין?

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 05:10 לינק ישיר 

כעל מאכן א כל הנערים פאר אלע פונקטן ווערדפול בעיני פאר א אנטווארט, זינט איך בין דא געווען לעצט

פלייוואד כתב:
JHOL איך האב אן אנדערן פארשלאג, קודם זאל מען גיין צו די"ת אויב ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין זענען א צד,און דערנאך אויב בי"ד וועט פסק'ענען אז זיי זענען א צד, וועלן זיי אונטערשרייבן שט"ב, וואס זאגסטו צו דעם פארשלאג?

קען זייער מעגליך זיין אז יאנקל כהנא און פערלשטיין זענען לגמרי נישט קיין צד דא, אבער מה יעשה אז זיי האבן באקומען א הזמנה לדין תורה, און ביי אידישע קינדער, וואס די תוה"ק אין כבוד שמים איז ביי זיי הייליג אין טייער, פירט מען זיך אז מען שפילט זיך נישט מיט אזעלעכע זאכן אין מ'שטעלט זיך תיכף לדין, דאס פונקטליך
 טענה'ט ר' אהרן מיט קהל קרית יואל, שיק מיר א געהעריגע הזמנה לדין, וועל מיר זיך תיכף שטעלן אן קיין שום צעגערייען,

שארטקאט כתב:
והדברים פשוטים מאוד, עס עקזעסטירט נישט אזא זאך אז א איד ענפערט אז אויף מיין רבנות איז נישטא קיין שום טענה און איך שטעל מיך נישט צו דין תורה דערויף, איין צד קען נישט מחליל זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט,
דעריבער משה'לע זיי מוחל אין בעט דיין רבי זאל אויפהערן שטעלן תנאים און הגבלות אז ער וויל נישט דן זיין אויף קרית יואל וכדו', נאר ער זאל חתמ'ן שטרי בירורין ויקוב הדין את ההר,

און אויב ער האלט אז אויף קרית יואל איז נישטא קיין תביעה זאל ער טאקע דאס טענה'ן די ערשטע זאך, והבית דין יחליט אויב ער איז גערעכט,

ר' אהרן מיט קהל קרית יואל פארלאנגען נאר איין תנאי, אדער מ'זאל זיי רופן צו די"ת מיט א געהעריגע הזמנה, אדער א בי"ד זאל זיי מחייב זיין

שארטקאט כתב:
און קורצן: דוד עקשטיין האט געשיקט א הזמנה פאר יענקל כהנא ביי בית דין בית יוסף, בית דין בית יוסף האט למעשה חוזר געווען פון זייער הזמנה לדין, איז יעצט נישטא קיין תובע און נישט קיין נתבע, בסך הכל איז דא א איד וואס וויל מפשר זיין און ברענגן צו דין תורה, בעט ער אלע ביידע צדדים פון סאטמאר צו חתמ'ן שטרי בירורין.

איך זעה נישט ווי דאס זאל מעלה ומוריד זיין, למעשה האט מען ענק פאר 10 יאר צוריק געשיקט 3 קלארע הזמנות פון א בי"ד כשר, אז געוויסע אידן האבן א תביעה קעגן ענק בנוגע נכסי וומ"ב, דאס מיינט אז די אהרונים האבן געטאן כל מה שעליהם לעשות צו גובה זיין וואס זיי האלטן אז ס'זייערס, און זיי האבן קיינמאל נישט חוזר געווען דערפין, אדרבא זיי האבן אנגענומען שאר מיני טצדיקי שבעולם להציל את שלהם, דורכאויס די גאנצע 10 יאר האט עטס בלויז געטאן כל מה דאפשר אז דער סיכסוך זאל נישט אנקומען צו קיין דין תורה, מיט די טרויעריגע בארימטע תהילוכי הקהלה תירוץ,
יעצט נאך 10 יאר, ווען מ'דרוקט ענק צו די וואנט, ווילן ענק זיך מוחל זיין די עבירות און מ'זאל פשוט פארגעסן פון ענקער קאראפטירטע סיסטעמאטישע 10 יעריגע השתמטות לדין, ס'ארבעט נישט אזוי,

אפילו אויב די באציסט דיך אויף די הזמנה פון דעמאלס, איז דאך דוד עקשטיין דער תובע, און די וויליאמסבורגע ראשי הקהלה ענפערן מיר גיין מיט דיר צו דין תורה, נכלל ביי דין תורה איז די תביעה נגדית אויף דיין קהלה, און דוד עקשטיין זאגט אז אויף דעם בין איך נישט מסכים,
דאס הייסט אז קרית יואל וויל נישט גיין צו דין תורה, דארט ווי זיי זיצן אין די בנינים,

זיי ווארטן פאר א הזמנה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 07:16 לינק ישיר 

כמעט אלעס וואס דו שרייבסט דא איז איבערגעקייטע שטרוי, וואס מען האט שוין געענטפערט און אפגעפרעגט

סקאטמאלען כתב:
כעל מאכן א כל הנערים פאר אלע פונקטן ווערדפול בעיני פאר א אנטווארט, זינט איך בין דא געווען לעצט

פלייוואד כתב:
JHOL איך האב אן אנדערן פארשלאג, קודם זאל מען גיין צו די"ת אויב ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין זענען א צד,און דערנאך אויב בי"ד וועט פסק'ענען אז זיי זענען א צד, וועלן זיי אונטערשרייבן שט"ב, וואס זאגסטו צו דעם פארשלאג?

קען זייער מעגליך זיין אז יאנקל כהנא און פערלשטיין זענען לגמרי נישט קיין צד דא, אבער מה יעשה אז זיי האבן באקומען א הזמנה לדין תורה, און ביי אידישע קינדער, וואס די תוה"ק אין כבוד שמים איז ביי זיי הייליג אין טייער, פירט מען זיך אז מען שפילט זיך נישט מיט אזעלעכע זאכן אין מ'שטעלט זיך תיכף לדין, דאס פונקטליך
 טענה'ט ר' אהרן מיט קהל קרית יואל, שיק מיר א געהעריגע הזמנה לדין, וועל מיר זיך תיכף שטעלן אן קיין שום צעגערייען,

בכלל נישט, עס איז נישטא אזא זאך איך האב עס ערשט געכאפט, ווייל ר' יקותיא' הערש און ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער האבן אפגעמאכט אז זיי רופן ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין, מיינט נאכנישט אז זיי זענען טאקע די ריכטיגע נתבעים, זיי טענהן אז נישט זיי זענען די ריכטיגע נתבעים און זיי טענהן אויך אז די זענען נישט תובעים, דא האבן געוויסע מענטשן גערופן געוויסע מענטשן אויף א תביעה וואס נישט די תובעים און נישט די נתבעים זענען די ריכטיגע מענטשן עכ"פ אפשר א אויך א צד אבער עכ"פ נישט די עיקר און די איינציגסטע מענטשן צווישן וועם די די"ת דארף זיך אפשפילן, קומט עטס און זאגטס (אין בעסטן פאל) אז קען זיין אז ר' אהרן איז א צד, אבער קודם זאל בי"ד דן זיין איבער דעם, אהן דעם וואס ער זאל עפעס אינטערשרייבן פארדעם, אויף די נארישע סברה האב איך געענטפערט אז מען דארף פונקט אזוי דן זיין צו ר' שאול פערלשטיין איז א צד און נאכדעם וועט ער אונטערשרייבן, אויף דעם קומט ענקער נארישע תשובה, אז ענק האבן עס קודם געכאפט און וויבאלד עטס האטס גערופן ר' שאול פערלשטיין קודם מוז זיין אז ער און נאר ער מיט ר' יעקב כהנא זענען די צדדים, און נאר וואס עטס ווילטס און וויאזוי עטס ווילטס דאס איז אינקלודעט אין די די"ת, סארי עס גייט נישט אזוי נישט מצד השכל נישט מצד היושר און נישט מצד הלכה

שארטקאט כתב:
והדברים פשוטים מאוד, עס עקזעסטירט נישט אזא זאך אז א איד ענפערט אז אויף מיין רבנות איז נישטא קיין שום טענה און איך שטעל מיך נישט צו דין תורה דערויף, איין צד קען נישט מחליל זיין אן א דין תורה אז זיין טענה איז גערעכט,
דעריבער משה'לע זיי מוחל אין בעט דיין רבי זאל אויפהערן שטעלן תנאים און הגבלות אז ער וויל נישט דן זיין אויף קרית יואל וכדו', נאר ער זאל חתמ'ן שטרי בירורין ויקוב הדין את ההר,

און אויב ער האלט אז אויף קרית יואל איז נישטא קיין תביעה זאל ער טאקע דאס טענה'ן די ערשטע זאך, והבית דין יחליט אויב ער איז גערעכט,

ר' אהרן מיט קהל קרית יואל פארלאנגען נאר איין תנאי, אדער מ'זאל זיי רופן צו די"ת מיט א געהעריגע הזמנה, אדער א בי"ד זאל זיי מחייב זיין 

דו חזר'סט איבער זאכן די זעלבע זאכן וואס מען האט שוין לאנג געענפערט, וועל איך אויך איבער'חזר'ן

אין שו"ע און אזוי איז דער סדר ביי אלע דיני תורות זייט אייביג, איז אז עס איז דא אזא זאך ווי א תביעה נגדית, צו סשמעקט דיר יא צו נישט, און לגבי דאס וואס דו זאגסט אז א בי"ד זאל זיי מחייב זיין, איה"נ, דאס וויל מען טאקע אבער כדי אז א בי"ד זאל קענען איינעם מחייב זיין דארף מען קודם זיך מחייב זיין צום בי"ד, און דאס וויל ר' אהרן נישט בשום אופן.



שארטקאט כתב:
און קורצן: דוד עקשטיין האט געשיקט א הזמנה פאר יענקל כהנא ביי בית דין בית יוסף, בית דין בית יוסף האט למעשה חוזר געווען פון זייער הזמנה לדין, איז יעצט נישטא קיין תובע און נישט קיין נתבע, בסך הכל איז דא א איד וואס וויל מפשר זיין און ברענגן צו דין תורה, בעט ער אלע ביידע צדדים פון סאטמאר צו חתמ'ן שטרי בירורין.

איך זעה נישט ווי דאס זאל מעלה ומוריד זיין, זיי נישט ברוגז אבער דו זעהסט נישט גוט אוודאי איז דאס מעלה ומוריד כהיום יום עקזיסטירט נישט קיין שום הזמנה לדי"ת אפילו נישט קעגן יחידים אויף קיין שום ענין בנוגע די קהילה, די גאנצע הזמנה האט דעמאלטס נישט געהאט קיין פשט ווי שוין אויסגעשמועסט פריער, מכש"כ וכש"כ אז אויב איינער קומט היינט צוטאגס נאך וואס מען שלאגט זיך ארום יארן לאנג מיט די גרעסטע חילול ה' און פרובירט צו פארהאנדלען אז ביידע צדדים זאלן זיך מפשר זיין  און מען ענפערט אז קודם דארף ר' שאול פערלשטיין ענטפערן ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער אויף א צוריקגעצויגענע הזמנה איז דאס געמאכט א ליצנות און א חוכא וטלולא פון דעם גאנצען ענין און ווייזט קלאר אז עטס האלטס ענק נישט ביים שטעלן נארמאל צו די"ת, למעשה האט מען ענק פאר 10 יאר צוריק געשיקט 3 קלארע הזמנות פון א בי"ד כשר,וואס מיינט קלארע אפשר איז עס נישט געווען קלארע אז געוויסע אידן האבן א תביעה קעגן ענק בנוגע נכסי וומ"ב, אזוי? ווי שטייט דארט נכסי וומ"ס איך האב דאס קיינמאל נישט געזעהן דארט, דאס מיינט אז די אהרונים האבן געטאן כל מה שעליהם לעשות צו גובה זיין וואס זיי האלטן אז ס'זייערס, ממש אלעס? וואלט נישט כדאי געווען צו טהון נאך איין קלייניגקייט, אביסעלע טינט פון א קליין פעדערל און ר' אהרן זאל אונטערשרייבן? און זיי האבן קיינמאל נישט חוזר געווען דערפין, זיי טאקע נישט אבער בי"ד יא, און טאקע נישט צוליב וואס די ארונים האבן געטאהן כל מה שעליהם לעשות נאר ווייל זיי האבן זיך אנגעשטרענגט יותר מכפי יכלתם, מיט סך מער וויפיל ממעג, אדרבא זיי האבן אנגענומען שאר מיני טצדיקי שבעולם להציל את שלהם, אה יעס, נישט סתם וואס עטס האט אלץ געטוהן, אבער דאס האט נישט מיט די תורה גארנישט דורכאויס די גאנצע 10 יאר האט עטס בלויז געטאן כל מה דאפשר אז דער סיכסוך זאל נישט אנקומען צו קיין דין תורה, מיט די טרויעריגע בארימטע תהילוכי הקהלה תירוץ,  ממש טרויעריג בארימט? און מען האט טאקע נאר דאס שטענדיג געזאגט? קיינמאל נישט גע'טענה'ט עפעס אנדערש?

יעצט קומט ווייטער דיין (טרויעריג?) בארימטע דעמאגאגיע
יעצט נאך 10 יאר, ווען מ'דרוקט ענק צו די וואנט, ווילן ענק זיך מוחל זיין די עבירות און מ'זאל פשוט פארגעסן פון ענקער קאראפטירטע סיסטעמאטישע 10 יעריגע השתמטות לדין, ס'ארבעט נישט אזוי,

לאמיר אננעמען אז עס איז אזוי ווי דו זאגסט, נאך 10 יאר סיסטעמאטישע קארפטירטע תהליכי הקהילה השתמטות לדין האט מען די זאליס ענדליך געדרוקט צו די וואנט, און ווי יצחק רז"ב האט געזאגט מען וועט זיי צוואונגען אפילו נאך 2 0 יאר, און יעצט איז אנגעקומען דער מאמענט ווי מען האט זיי געצוואונגען און די זאליס האבן נישט קיין ברירה, א דאנק סאוט 8 ביהמ"ד ( וויאזוי זאגט שמואל ווידער ר' ישרא' אלימלך ווערטהיימער האט געבויעט סאטמאר ווען ער האט געשיקט אן הזמנה פאר 10 יאר צוריק פאר ר' יעקב כהנא, און זיין זוהן משה יוסף האט געראטעוועט סאטמאר, מיט די קאורט פון סאוט 8) און יעצט ווילן שוין די זאליס גיין, אבער פארוואס איז דאס נישט גוט?, פארוואס זאגסטו אז עס ארבעט נישט אזוי?


אפילו אויב די באציסט דיך אויף די הזמנה פון דעמאלס, איז דאך דוד עקשטיין דער תובע, און די וויליאמסבורגע ראשי הקהלה ענפערן מיר גיין מיט דיר צו דין תורה, נכלל ביי דין תורה איז די תביעה נגדית אויף דיין קהלה, און דוד עקשטיין זאגט אז אויף דעם בין איך נישט מסכים,
דאס הייסט אז קרית יואל וויל נישט גיין צו דין תורה, דארט ווי זיי זיצן אין די בנינים,

זיי ווארטן פאר א הזמנה

ווייטער קייסטו איבער די זעלבע שטותים, (מען קען קוקן אויבן וואס איך האב אויף דעם געענטפערט)

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 15:00 לינק ישיר 

הייסט אזוי, 2 פרעמדע אידן, סראל מיילך ווערטהיימער רופט שאול פערלשטיין צו די"ת, איבער לגמרי נישט די נכסי הקהלה, מסתמא איבער א קאר צו א טעלעפאן, און אויף דעם ענטפערט שמיל פריד אז דער רבי איז בעה"ב, און מ'דארף פארשטיין תהליכי הקהלה, אין ווען בערל פרידמאן רופט דשינא כהנא אין קארט איבער קאנגרעשאן יטב לב, שרייבט די בי"ד ידינו מסולקת, וואס פאלט דען ביי דער בי"ד אז דאס האט א שייכות מיט זייער דין תורה פון א קאר אין א טאלאפאון?

וויזוי זאגט נאר זעמיל: מסתמא האבן זיך 2 אנדערע מענטשן געטראפן ביים כותל המערבי

האב איך דען נישט געוויסט אז איך האב שוין נישט וואס צו זוכן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 16:35 לינק ישיר 



איך האב נישט געזאגט אז די הזמנה איז געווען איבער א קאר טעלעפאן, נאר איך זעה נישט דארט אז עס זאל זיין איבער נכסי סאטמאר, 

אז דו וועסט מיר ענטפערן פונקטליך איבער וואס יענע הזמנה איז און ווי עס שטייט אין די הזמנה דאס וואס דו זאגסט, וועל איך דיר אי"ה ענטפערן אויף די איבריגע קשיות, פארוואס מען האט געענטפערט אזוי און פארוואס אזוי

סתם צו שרייבן ליצנות איז נישט אינטערעסאנט, דו שרייבסט אז די די"ת איז נכסי סאטמאר, איך זעה עס נישט דארט, ענטפער מיר ווי עס שטייט דארט און מאך נישט קיין ליצנות.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 18:41 לינק ישיר 

ענק זעהן כי כלתה עליכם הרעה, אלע תהליכה הקהילה וועפן אויס אפי' אין קווינס הייבט אן אריינציפאלען ספיקות אויף די אמונה, האבען ענק ווידער איינגעשפאנט א ספינער דא אויף ענקער פקדתו שמרה פארום מיט א ניק "פלייוואד" וואס זיין ציהל איז בלויז צו ספינען די מוחות אלע מיני בעקערייען פארוואס עכט דארפן ענק נישט קומן צו די''ת, דער בעקער איז דא 24 שעה בלי גוזמא, ער שרייבט נישט אין קיין שום אנדערע אשכול נאר בלויז ווי מ'רעדט פין ענקער שרעקעדיגע ווארט "דין תורה" די גאנצע אשכול דא איז געבויט אויף איין גרויסע ספין איבער א געבאקענע בריוו וואס דער סאטמאר רבי שליט"א זאל האבען געשריבן, וואס קיינער קען דערווייל נישט ברענגן א קאפי דערפון, איר וועט קיינמאל נישט זעהן דא א תגובה וואס וועט נישט קורצליך נאכדעם ווערן גענטפרט דורך דעם ניק מיט א פרישע ספין אין פארדרייטע געבעקסן מיט דיוקים אין פשט'ליך, און ביי א פאל וואס ער קען נישט ענטפרן אדער ווען מ'דעקט אויף זיינע טרוקענע שקרים מעקט ער פשוט אויס די תגובה אזווי ער האט נעכטן אליינס געטוהן מיט עטליכע תגובות, אריינגערכנט 2 פון מיינע ווי כ'האב צווישען אנדערע בארירט זיין געבעקס וואס ברענגט א שמייכל אז עכט האט מענדל שווימער אין ב''פ יא געוואלט קומען צו די''ת.....אין ער מאכט גאר א גאנצער דיוק אין די געשריבענע פסק פונעם ריכטערן וועלכע ברענגט ארויס די פאקט אז ער האט נישט געוואלט קומען צו א געהעריגע בי''ד, אט אזעלכע ספיןס איז דארט פון די קלייניגקייטן,
אין כחכם אלא בספינעריי!!, די פאקטען רעדן פאר זיך, פאפען קען מען נאר זיך אליין, עס איז נאר געשמאק צו זעהן די געוואלדיגע כוחות וואס ענק לייגען אריין בלויז פאר די ספינעריי.....







תוקן על ידי rebyankel ב- 04/01/2011 18:55:53




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/1/2011 19:56 לינק ישיר 

יא מורי ורבותי, את אשר יגורנו בא, דער rebyankel האט מיך געכאפט, און דעקט אויף מיין פרצוף, אז איך ווייס מיך פשוט נישט ווי אהינצוטוהן, ספינס,שקרים, בעקערייען, יו נעים איט, מיט אלעס האט מען מיך געכאפט רעד הענדעד, און מען האט מיך ארויפגעלייגט אויפן שאנד סלופ בפני כל עם ועדה, און לכאורה איז דערנאך מיט מיר,

איך ווי אבער נאכאיינמאל פרובירן און בעטן, איידער איר סטעמפעלט אפ מיין גורל, ווייזטס מיר ביטע אהן ווי איך האב געזינדיגט מיטן חטא, פון ספינס, שקרים, בעקערייען, ווי אויך טוט מיט מיר א געפעליגקייט און ענטפערטס מיר אויף מיינע קשיות וכדומה, אהן צו שרייבן סתם ספינס, שקרים, בעקערייען,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 20:23 לינק ישיר 

פארן פרעגן "וואס האב איך געטון" האט מען אין חדר געכאפט נאך צוויי פעטש,
וואס דו האסט געטון?, די זאליס האלטן נישט ביים גיין צו דין תורה, אזוי זאגט קלאר ר' משה מנחם, רבי ישראל דוד הארפענעס, רבי משה דוב שווייד, און שאול פערלשטיין, און יעדער וואס איז נאר געווען אביסל אינוואלווד, ווען מען פרעגט זיי פארוואס? איז יעדען טאג, ענטשולדיגט!, יעדע מינוט, דא א פרישער תירוץ אדער ווי מען רופט דאס, א פרישער ספין, מען קען נישט טרינקען א גלעזל וואסער, תהלוכי הקהלה, אין נזקקין, רבי אהרן דארף אינטער שרייבן, דוד עקשטיין דארף אינטער שרייבן, אלע אהרונים דארפן אינטער שרייבן, וכו' וכו' און ווען מען כאפט זיי ביי די שקרים, קומט א פרישער ספין אדער א פרישער שקר, צו פארטיידיגן דעם פריריגן שקר, לאמיך דיך פרעגן, די זאליס האלטן ביים גיין צו דין תורה? לאמיר זען זייער אינטערשריפט אויף שטרי בירורין אזוי ווי ר' אהרן וועלץ האט געוויזן ווען די זאליס האבן געשריגן אז ער וויל נישט גיין צו דין תורה, האט ער מפרסם געווען די שטרי בירורין מיט זיין אינטערשריפט, איר טענה'ט אז איר האלט ביים גיין נאר רבי אהרן וויל נישט, לאמיר זען שטרי בירורין פון ענקערע ראשי קהילה מיט ענקער רבי אינטערגעשריבן, דאן ברענג איך ענק א אינטערשריפט פון אונזערע ראשי קהילה מיט אונזער רבי,  

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/1/2011 21:16 לינק ישיר 

זיי נישט ברוגז משהלע, אויב איינער דארף עפעס קודם ברענגען זענט עטס די וואס דארפן, עטס זענטס די וואס קלאגן לאמיר זעהן אויף וואס עטס קלאגטס ווער עס קלאגט און וועם מען קלאגט,

אבער למען האמת, נישט דאס איז געווען די מדובר דא, איך וועל פרובירן צו מאכן א קורצן ס"ה וואס די מדובר דא איז געווען, לויט ווי איך דענק האט מען דא געזאגט, אז מען איז געווען ביי ריכטער שמידט, און ריכטער שמידט האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען אז די צדדים זאלן קומען צו א די"ת, און עס האט זיך אפגעשטעלט ביי ר' אהרנס אונטערשריפט, און ביי קר"י, האט זיך דא אנגעהויבן א גאנצע טענה'ריי די ארונים האבן אנגעהויבן צו שרייען אז ער דארף נישט אונטערשרייבן, און מען טאר נישט אונטערשרייבן אויף קר"י, וואס אויף דעם ארויף האט מען געענטפערט פארוואס ער דארף יא אונטערשרייבן, און פארוואס מען דארף יא אונטערשרייבן אויף קר"י, אויף דעם איז געקומען די תירוץ, אז איה"נ ר' אהרן דארף יא אונטערשרייבן, און מען קען יא רעדן פון קר"י,אבער מען דארף שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, אויף דעם האט מען געענטפערט, אז עס איז שטותים און מען האט אויפגעוויזן אז מען מוז נישט שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה,

אינצווישן איז אריינגעקומען נאך טענות בנוגע די אלטע צוריקגעצויגענע הזמנה, וואס די ארונים האבן דא גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי האבן עס די ערשטע געכאפט, האבן זיי די רעכט צו זאגן ווער עס דארף זיך אלס שטעלן, און וואס מען דארף אלס אריינשטעלן, און וויאזוי מען דארף פירן די די"ת, אפגעזעהן צו עס מאכט סענס צו נישט, און אפילו אפגעזעהן צו עס שטייט אין די הזמנה צו נישט, די עיקר איז אז געוויסע ארונים האבן געשיקט פאר געוויסע זאלונים אן הזמנה, און מכאן ואילך מוזן די זאלונים נאכטאנצען די ארונים. עס איז דערנאך אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט פון די נארישקייטן, און מען איז אריין אביסל בפרטיות אין די פאלשקייטן וואס מען פרובירט צו נוצן מיט יענע הזמנה (מען האט געפרעגט וואס פונקטליך איז די תביעה אויף יענע הזמנה און ווי עס שטייט דארט, איז געקומען א מאדנער ליצנות ענטפער קאר טעלעפאן) , און ווי אויך האט מען אויפגעוויזן אז דער גאנצער הזמנה ווארפט נישט אפ קיין איין זאך וואס די זאליס טענהן, און פארענטפערט נישט קיין איין טענה מצד האהרונים, מכש"כ וכש"כ ווען דער הזמנה עקזיסטירט שוין נישט, און דער בי"ד האט צוריקגעצויגן דערפון, ווייל מען האט זיי נישט געפאלגט, איז זיכער נאריש צו פרובירן צו צוימען די זאליס מיט זייערע טענות צוליב יענע הזמנה.

ווי אויך איז אינצווישן אויסגעקומען צו רעדן וועגן בארא פארק, ווי אהרן וועלץ האט איבער 3 יאר מסרב געווען געווען צו קומען צו די"ת, און די ארונים האבן פרובירט אנצושמירן אויף ריכטער דעמערעסטס פסק, אז דארט שטייט אז ר' מענדל שווימער האט נישט געוואלט קומען צו די"ת, און דאס האט מען ברוך השם אויך אויפגעוויזן אז עס איז פאלז פון קאפ ביז פיס.

אויף למעשה איז אויסגעקומען שוין עטליכע מאל דא ווי די ארונים שרייען אז עס הייבט זיך נישט אהן די גאנצע מעשה אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן און מען וויל נישט רעדן פון קר"י, און מען איז גרייט צו ברענגען אפילו שט"ב פון ר' אהרן אויב מען ברענגט פון ר' זלמן לייב, אויף דעם וויל איך זאגן קודם כל נישט דאס איז געווען די פראבלעם דא אויף וואס איך האב זיך ארומגע'טענה'ט, איך האב נאר אפגעענטפערט די ספינס וואס מען האט פרובירט צו ספינען אז מען דארף נישט גיין צו די"ת און אז ר' אהרן דארף נישט אונטערשרייבן, און די שקרים וואס מען האט פרובירט צו פארקויפן, פון אלטע מעשיות, דאקומענטן, פסקים, פון ביז היינט, און ב"ה איך מיין אז עס איז געווען מיט א שטארקע הצלחה,

אויב וויל מען רעדן איבער די מציאות וואס מען האט טאקע געזאגט אדער נישט געזאגט פאר ריכטער שמידט, בין איך גערן מסכים, אז מען זאל דא ארויפלייגן די דאקומענטן וואס ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן פאר דעם ריכטער, איך האב נישט קיין צוטריט דערצו, איך האב נאר אלע קונטריסים וואס עס איז שוין ארויסגעקומען ביז היינט פארן פובליק פון ביידע צדדים, ובעיקר פון די ערשטע יארן פון די מחלוקה, וואס פון דארט שעפ איך מיינע אינפארמאציע, אויף וואס איז געווען ביז היינט, אדרבה אויב האט איינער די פאפירן פון ביידע צדדים וואלט געווען זייער א גלייכע זאך אויב מען קען עס דא ארויפלייגן און דעבאטירן, כפי השמועה האבן ביידע זייטן אריינגעגעבן זייער ווערסיע פון שטרי בירורין, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז ווער עס האט צוטריט דערצו זאל עס ארויפלייגן.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 05:08 לינק ישיר 

[quote]זיי נישט ברוגז משהלע, אויב איינער דארף עפעס קודם ברענגען זענט עטס די וואס דארפן, עטס זענטס די וואס קלאגן לאמיר זעהן אויף וואס עטס קלאגטס ווער עס קלאגט און וועם מען קלאגט, עד כאן למען השקר...

אבער למען האמת, נישט דאס איז געווען די מדובר דא, איך וועל פרובירן צו מאכן א קורצן ס"ה וואס די מדובר דא איז געווען, לויט ווי איך דענק האט מען דא געזאגט, אז מען איז געווען ביי ריכטער שמידט, און ריכטער שמידט האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען אז די צדדים זאלן קומען צו א די"ת, און עס האט זיך אפגעשטעלט ביי ר' אהרנס אונטערשריפט, און ביי קר"י, שקר שקר שקר, דיין ספין!!!,  האט זיך דא אנגעהויבן א גאנצע טענה'ריי די ארונים האבן אנגעהויבן צו שרייען אז ער דארף נישט אונטערשרייבן, און מען טאר נישט אונטערשרייבן אויף קר"י, וואס אויף דעם ארויף האט מען געענטפערט פארוואס ער דארף יא אונטערשרייבן, און פארוואס מען דארף יא אונטערשרייבן אויף קר"י, אויף דעם איז געקומען די תירוץ, אז איה"נ ר' אהרן דארף יא אונטערשרייבן, און מען קען יא רעדן פון קר"י,אבער מען דארף שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, אויף דעם האט מען געענטפערט, אז עס איז שטותים און מען האט אויפגעוויזן אז מען מוז נישט שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, דאס הייסט א ספין, יעצט ווייסטו שוין וואס א ספין מיינט?

אינצווישן איז אריינגעקומען נאך טענות בנוגע די אלטע צוריקגעצויגענע הזמנה, וואס די ארונים האבן דא גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי האבן עס די ערשטע געכאפט, האבן זיי די רעכט צו זאגן ווער עס דארף זיך אלס שטעלן, און וואס מען דארף אלס אריינשטעלן, און וויאזוי מען דארף פירן די די"ת, אפגעזעהן צו עס מאכט סענס צו נישט, און אפילו אפגעזעהן צו עס שטייט אין די הזמנה צו נישט, די עיקר איז אז געוויסע ארונים האבן געשיקט פאר געוויסע זאלונים אן הזמנה, און מכאן ואילך מוזן די זאלונים נאכטאנצען די ארונים. עס איז דערנאך אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט פון די נארישקייטן, און מען איז אריין אביסל בפרטיות אין די פאלשקייטן וואס מען פרובירט צו נוצן מיט יענע הזמנה (מען האט געפרעגט וואס פונקטליך איז די תביעה אויף יענע הזמנה און ווי עס שטייט דארט, איז געקומען א מאדנער ליצנות ענטפער קאר טעלעפאן) , און ווי אויך האט מען אויפגעוויזן אז דער גאנצער הזמנה ווארפט נישט אפ קיין איין זאך וואס די זאליס טענהן, און פארענטפערט נישט קיין איין טענה מצד האהרונים, מכש"כ וכש"כ ווען דער הזמנה עקזיסטירט שוין נישט, און דער בי"ד האט צוריקגעצויגן דערפון, ווייל מען האט זיי נישט געפאלגט, איז זיכער נאריש צו פרובירן צו צוימען די זאליס מיט זייערע טענות צוליב יענע הזמנה.

ווי אויך איז אינצווישן אויסגעקומען צו רעדן וועגן בארא פארק, ווי אהרן וועלץ האט איבער 3 יאר מסרב געווען געווען צו קומען צו די"ת, נאכאמאל, דיינע אויסגעזויגענע שקרים, און די ארונים האבן פרובירט אנצושמירן אויף ריכטער דעמערעסטס פסק, אז דארט שטייט אז ר' מענדל שווימער האט נישט געוואלט קומען צו די"ת, און דאס האט מען ברוך השם אויך אויפגעוויזן אז עס איז פאלז פון קאפ ביז פיס. אויפגעוויזן?, ווי ווען וואס, איך האב ארויף געלייגט א קאפי פונעם ארגינעלן פסק פון ריכטערן דעמערעסט און זי שרייבט זייער קלאר אז ר' אהרן וועלץ שרייט חי וקיים אז ער וויל זיך שטעלן צו דין תורה און מענדל שווימער שרייט געוואלד אז ער וויל בשום אופן נישט גיין צו דין תורה, און זי צווינגט מענדל שווימער זאל זיך תיכף ומיד בלי שום התחמקות שטעלן צו דין תורה, סא, ווי האסטו איבערגעצייגט?, דיין ספין טוישט נישט דעם מציאות, 

אויף למעשה איז אויסגעקומען שוין עטליכע מאל דא ווי די ארונים שרייען אז עס הייבט זיך נישט אהן די גאנצע מעשה אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן און מען וויל נישט רעדן פון קר"י, און מען איז גרייט צו ברענגען אפילו שט"ב פון ר' אהרן אויב מען ברענגט פון ר' זלמן לייב, אויף דעם וויל איך זאגן קודם כל נישט דאס איז געווען די פראבלעם דא אויף וואס איך האב זיך ארומגע'טענה'ט, איך האב נאר אפגעענטפערט די ספינס וואס מען האט פרובירט צו ספינען אז מען דארף נישט גיין צו די"ת און אז ר' אהרן דארף נישט אונטערשרייבן, און די שקרים וואס מען האט פרובירט צו פארקויפן, פון אלטע מעשיות, דאקומענטן, פסקים, פון ביז היינט, און ב"ה איך מיין אז עס איז געווען מיט א שטארקע הצלחה, ספין ספין ספין.

אויב וויל מען רעדן איבער די מציאות וואס מען האט טאקע געזאגט אדער נישט געזאגט פאר ריכטער שמידט, בין איך גערן מסכים, אז מען זאל דא ארויפלייגן די דאקומענטן וואס ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן פאר דעם ריכטער, איך האב נישט קיין צוטריט דערצו, איך האב נאר אלע קונטריסים וואס עס איז שוין ארויסגעקומען ביז היינט פארן פובליק פון ביידע צדדים, ובעיקר פון די ערשטע יארן פון די מחלוקה, וואס פון דארט שעפ איך מיינע אינפארמאציע, אויף וואס איז געווען ביז היינט, אדרבה אויב האט איינער די פאפירן פון ביידע צדדים וואלט געווען זייער א גלייכע זאך אויב מען קען עס דא ארויפלייגן און דעבאטירן, כפי השמועה האבן ביידע זייטן אריינגעגעבן זייער ווערסיע פון שטרי בירורין, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז ווער עס האט צוטריט דערצו זאל עס ארויף לייגן.
דער מציאות איז זייער פשוט, די ראשי הקהילה פון די אהרונים שרייען געוואלד אז מען האט צוגעכאפט די בנינים בגניבה און מען זאל זיך שטעלן לזבל''א, זיי האבן מודיע געווען ווער זייער בורר איז, נו, וויאזוי איז דער סדר העולם, דער צד השני וואס זענען ענקערע ראשי הקהילה ענטפערן צוריק ווער זייער בורר איז, און מען גייט צו דין תורה, דארט ביים בית דין שרייבן ביידע צדדים אינטער שטרי בירורין, און יעדער צד קען פארלאנגען ווער נאך זאל לדעתם דארפן אינטער שרייבן, און דער בית דין איז מחליט מי ומי החותמים, רבי אהרן האט קלאר געזאגט, און צו דעם ביסטו לכאורה מודה, אז אויב דער בית דין וועט פארלאנגען זיין אינטערשריפט, וועט ער אינטער שרייבן, און אזוי אויך, יעדער צד זאגט פארן בית דין וואס זייער טענה איז, און פון וואס מען  דן זיין לדעתם, און ווייטער וועט דער בית דין מחליט זיין, ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, אלזא,  אינזער בורר איז הרה''ג רבי מענדל זילבער שליט''א, לאמיר הערן ווער ענקער בורר איז, און זאלן זיי אויסוועלן א שליש, און מען הייבט אן א דין תורה, פון וואס מען זאל רעדן, און ווער עס זאל אינטער שרייבן וועט דער בית דין מחליט זיין, יעצט לאמיר הערן דיין ספין,  

/quote] 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2011 06:55 לינק ישיר 

משהלע כתב:
[quote]זיי נישט ברוגז משהלע, אויב איינער דארף עפעס קודם ברענגען זענט עטס די וואס דארפן, עטס זענטס די וואס קלאגן לאמיר זעהן אויף וואס עטס קלאגטס ווער עס קלאגט און וועם מען קלאגט, עד כאן למען השקר...

אבער למען האמת, נישט דאס איז געווען די מדובר דא, איך וועל פרובירן צו מאכן א קורצן ס"ה וואס די מדובר דא איז געווען, לויט ווי איך דענק האט מען דא געזאגט, אז מען איז געווען ביי ריכטער שמידט, און ריכטער שמידט האט אנגעהויבן צו פארהאנדלען אז די צדדים זאלן קומען צו א די"ת, און עס האט זיך אפגעשטעלט ביי ר' אהרנס אונטערשריפט, און ביי קר"י, שקר שקר שקר, דיין ספין!!!, (איך זעה דו האסט זייער ליב דאס ווארט ספין, וועל איך דיר מסביר זיין וואס ספין הייסט, קוק אהער דא דער אשכול האט איינער געעפענט אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן שט"ב ביי ריכטער שמידט, און איך האב אזוי געשריבן דא, אז אזוי האט מען געזאגט, שרייבסטו שקר שקר ספין, האט מען נישט דא אזוי געעפענט דעם אשכול?, נאר וואס דען כדי צו מאכן אויסזעהן ווי מען האט גוט געענפערט שרייבט מען שקר שקר ווי כאילו איך זאל דאס האבן יעצט געזאגט, ווי דו זעהסט באציה איך מיך בכלל נישט צו ער האט טאקע אזוי געזאגט צו נישט, כ'רעד נאר לגבי צו ער וואלט געמעגט אזוי זאגו צו נישט וואס עטס טענה'טס ער מעג, לייען ווייטער)  האבן  האט זיך דא אנגעהויבן א גאנצע טענה'ריי די ארונים האבן אנגעהויבן צו שרייען אז ער דארף נישט אונטערשרייבן, און מען טאר נישט אונטערשרייבן אויף קר"י, וואס אויף דעם ארויף האט מען געענטפערט פארוואס ער דארף יא אונטערשרייבן, און פארוואס מען דארף יא אונטערשרייבן אויף קר"י, אויף דעם איז געקומען די תירוץ, אז איה"נ ר' אהרן דארף יא אונטערשרייבן, און מען קען יא רעדן פון קר"י,אבער מען דארף שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, אויף דעם האט מען געענטפערט, אז עס איז שטותים און מען האט אויפגעוויזן אז מען מוז נישט שיקן אויף יעדע זאך אן עקסטערע הזמנה, דאס הייסט א ספין, יעצט ווייסטו שוין וואס א ספין מיינט? וואס א ספין מיינט ווייס איך גוט פון דיינע געשרייבעכצער אבער פארוואס דאס איז א ספין זאגסטו נישט

אינצווישן איז אריינגעקומען נאך טענות בנוגע די אלטע צוריקגעצויגענע הזמנה, וואס די ארונים האבן דא גע'טענה'ט אז וויבאלד זיי האבן עס די ערשטע געכאפט, האבן זיי די רעכט צו זאגן ווער עס דארף זיך אלס שטעלן, און וואס מען דארף אלס אריינשטעלן, און וויאזוי מען דארף פירן די די"ת, אפגעזעהן צו עס מאכט סענס צו נישט, און אפילו אפגעזעהן צו עס שטייט אין די הזמנה צו נישט, די עיקר איז אז געוויסע ארונים האבן געשיקט פאר געוויסע זאלונים אן הזמנה, און מכאן ואילך מוזן די זאלונים נאכטאנצען די ארונים. עס איז דערנאך אויפגעוויזן געווארן די לעכערליכקייט פון די נארישקייטן, און מען איז אריין אביסל בפרטיות אין די פאלשקייטן וואס מען פרובירט צו נוצן מיט יענע הזמנה (מען האט געפרעגט וואס פונקטליך איז די תביעה אויף יענע הזמנה און ווי עס שטייט דארט, איז געקומען א מאדנער ליצנות ענטפער קאר טעלעפאן) , און ווי אויך האט מען אויפגעוויזן אז דער גאנצער הזמנה ווארפט נישט אפ קיין איין זאך וואס די זאליס טענהן, און פארענטפערט נישט קיין איין טענה מצד האהרונים, מכש"כ וכש"כ ווען דער הזמנה עקזיסטירט שוין נישט, און דער בי"ד האט צוריקגעצויגן דערפון, ווייל מען האט זיי נישט געפאלגט, איז זיכער נאריש צו פרובירן צו צוימען די זאליס מיט זייערע טענות צוליב יענע הזמנה.

ווי אויך איז אינצווישן אויסגעקומען צו רעדן וועגן בארא פארק, ווי אהרן וועלץ האט איבער 3 יאר מסרב געווען געווען צו קומען צו די"ת, נאכאמאל, דיינע אויסגעזויגענע שקרים וואס הייסט, ער איז יא געגאנגען צו די"ת? , און די ארונים האבן פרובירט אנצושמירן אויף ריכטער דעמערעסטס פסק, אז דארט שטייט אז ר' מענדל שווימער האט נישט געוואלט קומען צו די"ת, און דאס האט מען ברוך השם אויך אויפגעוויזן אז עס איז פאלז פון קאפ ביז פיס. אויפגעוויזן?, ווי ווען וואס, איך האב ארויף געלייגט א קאפי פונעם ארגינעלן פסק פון ריכטערן דעמערעסט און זי שרייבט זייער קלאר אז ר' אהרן וועלץ שרייט חי וקיים אז ער וויל זיך שטעלן צו דין תורה און מענדל שווימער שרייט געוואלד אז ער וויל בשום אופן נישט גיין צו דין תורה, און זי צווינגט מענדל שווימער זאל זיך תיכף ומיד בלי שום התחמקות שטעלן צו דין תורה, סא, ווי האסטו איבערגעצייגט?, דיין ספין טוישט נישט דעם מציאות, איך האב שוין גערעדט דערפון צוויי מאל אויבן, און אדרבה יעדער איז מכובד צוריקצוגיין לייענען ביידע תגובות און אליין זיך איבערצייגן ווער עס ספינט און וואס עס איז דער מציאות (מיטן עס איבערשרייבן נאכאמאל און נאכאמאל ווערט עס נישט קיין מציאות)

אויף למעשה איז אויסגעקומען שוין עטליכע מאל דא ווי די ארונים שרייען אז עס הייבט זיך נישט אהן די גאנצע מעשה אז ר' אהרן וויל נישט אונטערשרייבן און מען וויל נישט רעדן פון קר"י, און מען איז גרייט צו ברענגען אפילו שט"ב פון ר' אהרן אויב מען ברענגט פון ר' זלמן לייב, אויף דעם וויל איך זאגן קודם כל נישט דאס איז געווען די פראבלעם דא אויף וואס איך האב זיך ארומגע'טענה'ט, איך האב נאר אפגעענטפערט די ספינס וואס מען האט פרובירט צו ספינען אז מען דארף נישט גיין צו די"ת און אז ר' אהרן דארף נישט אונטערשרייבן, און די שקרים וואס מען האט פרובירט צו פארקויפן, פון אלטע מעשיות, דאקומענטן, פסקים, פון ביז היינט, און ב"ה איך מיין אז עס איז געווען מיט א שטארקע הצלחה, ספין ספין ספין. טרי רא לי לי לי ליי ליי לאם

אויב וויל מען רעדן איבער די מציאות וואס מען האט טאקע געזאגט אדער נישט געזאגט פאר ריכטער שמידט, בין איך גערן מסכים, אז מען זאל דא ארויפלייגן די דאקומענטן וואס ביידע צדדים האבן אריינגעגעבן פאר דעם ריכטער, איך האב נישט קיין צוטריט דערצו, איך האב נאר אלע קונטריסים וואס עס איז שוין ארויסגעקומען ביז היינט פארן פובליק פון ביידע צדדים, ובעיקר פון די ערשטע יארן פון די מחלוקה, וואס פון דארט שעפ איך מיינע אינפארמאציע, אויף וואס איז געווען ביז היינט, אדרבה אויב האט איינער די פאפירן פון ביידע צדדים וואלט געווען זייער א גלייכע זאך אויב מען קען עס דא ארויפלייגן און דעבאטירן, כפי השמועה האבן ביידע זייטן אריינגעגעבן זייער ווערסיע פון שטרי בירורין, און עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז ווער עס האט צוטריט דערצו זאל עס ארויף לייגן.
דער מציאות איז זייער פשוט, די ראשי הקהילה פון די אהרונים שרייען געוואלד אז מען האט צוגעכאפט די בנינים בגניבה און מען זאל זיך שטעלן לזבל''א, זיי האבן מודיע געווען ווער זייער בורר איז, נו, וויאזוי איז דער סדר העולם, דער צד השני וואס זענען ענקערע ראשי הקהילה ענטפערן צוריק ווער זייער בורר איז, און מען גייט צו דין תורה, דארט ביים בית דין שרייבן ביידע צדדים אינטער שטרי בירורין, און יעדער צד קען פארלאנגען ווער נאך זאל לדעתם דארפן אינטער שרייבן, און דער בית דין איז מחליט מי ומי החותמים, רבי אהרן האט קלאר געזאגט, און צו דעם ביסטו לכאורה מודה, אז אויב דער בית דין וועט פארלאנגען זיין אינטערשריפט, וועט ער אינטער שרייבן, ניין קלאר אז נישט, פארקערט ער זאגט אז אפילו בי"ד וועט פארלאנגען וועט ער נישט אונטערשרייבן שט"ב (זעה אויבן איבער דעם צעטיל פון לישע) און אזוי אויך, יעדער צד זאגט פארן בית דין וואס זייער טענה איז, און פון וואס מען  דן זיין לדעתם, און ווייטער וועט דער בית דין מחליט זיין, ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, גם אני מצטרף לזה
ס'איז נישט ביד איין צד איינצוטיילן פון וואס מען זאל רעדן און ווער עס זאל אינטער שרייבן, אלזא,  אינזער בורר איז הרה''ג רבי מענדל זילבער שליט''א, לאמיר הערן ווער ענקער בורר איז, און זאלן זיי אויסוועלן א שליש, און מען הייבט אן א דין תורה, פון וואס מען זאל רעדן, און ווער עס זאל אינטער שרייבן וועט דער בית דין מחליט זיין, יעצט לאמיר הערן דיין ספין, איך האב שוין וועגו דעם אויך געענטפערט אויבן, און איך זעה נישט אז דו זאלסט עפעס מער צולייגן, במילא וועל איך דיר הייסן צוריקגיין אויבן און עס איבערלייענען, חוץ מזה האב איך געבעטן דא אז ווער עס קען זאל ארויפלייגן די דאקומענטן פון ביידע צדדים, אז דו האסט עס נישט ביסטו פטור, אבער סתם דיינע בויך קרעמפן איז מיר נישט אינטערעסאנט 

/quote] 



בל"נ וועל איך מער נישט איבערגיין קיין אלטע זאכן, אפשר אויב כ'וועל זעהן אז עס דארף צוקומען זאכן וואס מען האט נאך ביז יעצט נישט געשריבן, וועל איך פרובירן צוצולייגן.

ווי מען זעהט טוישט מען דא די מהלך פון איין מינוט אויפן צווייטן, איין מינוט וויל ר' אהרן יא אונטערשרייבן אויף אלעם איינמאל נאר אויף האלב און איינמאל אויף גארנישט, כ'בעט מען זאל איינמאל קלאר מאכן ענדגילטיג, צו וויל ער יא אונטערשרייבן צו נישט, און אויף וואס ער וויל אונטערשרייבן, און וויאזוי ער וויל אונטערשרייבן.

_________________



תוקן על ידי Plywood ב- 05/01/2011 07:00:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.