|
|
| נשלח ב-20/12/2010 21:14 |
|
| |
איך בין איבערגעגאנגען יעצט א חלק פון די תגובות אין יענעם אשכול. במחילת כבודך קומען יענע תגובות בכלל נישט אריין דא אין דעם נושא, יענע אשכול איז די מדובר די צוואה, פון איין זייט שטייט ר' אהרן מיט צוויי עדים יחידים (צוויבן און הורוויץ). פון די צווייטע זייט שטייט ר' זלמן לייב מיט א כתב כתוב וחתום מיט עדים (דייני סאטמאר שליט"א).
דא רעדט מען פונם היינטיגן מציאות ווען צד מהרי"י זאגט "איך בין גרייט צו גיין צו בי"ד איבער אלע סכסוכים וואס נעמען אריין אין זיך דעם נאמען סאטמאר הן די נכסים וואס איך בין מחזיק און הן די נכסים וואס איך בין נישט מחזיק. פון די צווייטע זייט שטייט מהר"א און זאגט "איך בין גרייט צו קומען צו דין תורה נאר בנוגע דאס וואס איך האב נאך נישט, די נכסים וואס איך בין מחזיק האט נישט וואס צו זיכן ביי דין תורה"
דאס איז די פשוטע מציאות. עס ווינדערט נאר ווי דער סקאטמאלען האט אזא שוואכע זכרון, אינם אשכול וואס ער האט דא געברענגעט האט ער אליינס געשריבן בשם דעם גנב לישע הורוויץ אז ער איז גרייט זיך צו שטעלן צו דין תורה בשם ר' אהרן אויף אלע נכסי סאטמאר, ווי אזוי ווערט פלוצלינג פון "אלע נכסי סאטמאר" נאר "אלע נכסים וואס דער ברידער פארמאגט"?
מיינט דאס "גרייט צו גיין צו דין תורה" אדער מיינט דאס "כאפן נאך"?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 21:22 |
|
| |
מסכים
איך קען נאר באשטיין צו וויסן וואס פונקטליך ענקער תביעה איז איבער מונרו, ווען בערך האבן די ארונים ציגעגנבעט מונרו פון די זאליס,
איך פרעג נאר,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 21:28 |
|
| |
איז א פאקט אז צוזאמען מיט די ישיבה בחורים ציען ענק אן ביי די וואלן א קארגע בלויז 60%? (אויך נאר ווען מען שאצט שטארק איבער לטובתכם).
יעצט שטעלט זיך די פראגע, הלמאי ר' מרדכי דוד אונגאר האט בערך 30% פון באבוב (לשיטת ר' בנציון, לשיטתי האט ער קרוב צו 40%) און עס שטעלט זיך ארויס אז עס איז גארנישט אזוי פשוט אז עס קומט פאר ר' בנציון, בי"ד ברעכט שוין קאפ 5 יאר.
פארוואס מיינסטו אז ר' אהרן זאל נישט דארפן ענטפערן ביי דין תורה פונקט ווי ר' בנציון?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 21:38 |
|
| |
איך וויל פשוט אריינווארפן דא, עס איז אינטערסאנט צו זעהן וויאזוי די וואנזיניגע היפאקריטן מאנעווירן די צאל פון די מאונרא תלמידים לויט זייער געשמאק:
ווען עס קומט די רעדע ווער עס פארמאגט מער בחורים צום נייעם זמן, דאן האט די מאונרא ישיבה ממש די מאגערע צאל פון 250 אדער ממש א שפיי מער, ווי זיי לופטערן...
אבער ווען עס קומט צו רעדן איבער די וואלן, איז די גאנצע געווינס פון די קהל אינדארסירטע קאנדידאטן בלויז צוליב די מאסן וואוטס פון די הונדערטער תלמידי המתיבתא...א מין פערדעריי...
היפאקריטן..._________________
תוקן על ידי חזקה ב- 20/12/2010 21:40:09
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 21:55 |
|
| |
אין מיי אפיניאן, זענען די זאליס זייער העפי אז דער שופט זעט איין מיט וועמען ער דילט דא, און וועט מער נישט לייגן קיין איבריגע דרוק עובר צו זיין אויפן פסק פונעם ברך משה און רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל.
לענין וואס די תביעות זענען אין מונרו, איז קודם לאמיר זען וואס עס זענען די תביעות אין ווילי. אויבו איז די תביעה אז דער רבי האט נישט קיין בעלות ווייל עס איז א אונגארישע סטיל קהילה, דאן פארשטייט זיך אליין אז אין מאנרא טענה'ט משה מאנראער אז ער דארף צוריק זיין בענקל אלס ראש הקהל. דער ברך משה האט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט אים ארויס צו ווארפן. וואס איז? ביי דין תורה איז נישטא קיין "סטעטשו אוו לימיטעישאנס".
ווידעראום אויב גייען די תביעות גיין אין דעם ריכטונג אז לעולם איז דער רבי יא פולי בעה"ב, און דער עולם האט נישט קיין רעכט אריין צו רעדן קיין פיפס, און דער בר"מ האט נישט עכט ארויסגעווארפן בערל פר"מ, איז דאך נאך אלס היינט צוטאגס דער אדמו"ר מהרי"י בארעכטיגט צו ווארפן דעם בערל פר"מ. ווייל כאמור איז דער רבי דאך פולי בעה"ב.
בהכרח גייען זיך די טענות פארקירעווען איבער וואס איז שטערקער, צוויבל - הורוויץ בצירוף אהרונישע פי. אר. אז דער בר"מ וועפט, אדער א כתב כתוב וחתום בפני עדים כשרים וואס האבן באשטעטיגט אז ער איז בדעה צלולה. דא האבן די זאליס א נישקשהדיגער אויבערהאנט.
ווידער לאמיר אננעמען אז דער בי"ד וועט נישט וועלן אריין רעדן אין די נושא, נאר זאגן א פשוטער יחלוקו לויט די פראצענטן פונעם ציבור, דאן קומען תושבי ק"י און טענה'ן ווי דוד עקשטיין און ר' יחזקאל גאלד בשעתו: "למה נגרע"? פארוואס פאר אונזערע ברידער אין ווילי קומט א חלק פון די נכסים על אף וואס זיי גייען אקעגן דעם בר"מ, און פארוואס אונז נישט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 22:00 |
|
| |
רמ"ד האט כאטש עפעס א טענה אז ער איז דער יורש פון ר' נפתלי, רב"צ טענה'ט אז ער האט לכתחלה ג'ירשנ'ט פון מהר"ש, עפעס א טענה האבן זיי ביידע פארוואס ס'קומט זיך זיי "אלעס", ממילא למען השלום מאכט מען א "פשרה", און די פשרה איז מ'ציטיילט פראצענטועל, אבער סתם אזוי? וואס ביסטו דער מחותן אין מונרו? די האלטס טאקע אז אן קיין שום מקום לטעון קען מען זיך נעמען ציילן פראצענטן? אויב אזוי זאל מען יעדע פאר יאר זיך נעמען ווידער ציטיילן די בנינים לויט די פראצענטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 22:03 |
|
| |
חזקה דער תירץ איז זייער פשוט, עס לערנען אין קרית יואל קנאפע פיר פינף הינדערט בחורים,
אבער רעגעסרירט צו די וואלן זענען די בחורים וואס זענען שוין נישט אין ישיבה, למשל די וואס ארבייטן אדער האבן שוין חתונה געהאט,
אבער דאס איז לכאורה נישט נוגע צום יעצטיגן נושא
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 22:12 |
|
| |
אקוראט די זעלבע טענות וואס די אהרוינים האבן אין וויליאמסבורג האבן די זאלוינים אין קרית יואל. נאך מער, די זאלוינים זענען אין ביידע פלעצער שטערקער.
אין קרית יואל שטעל זיך ארויס אז ר' אהרן האט קארגע 60% (מיט די בחורים וכדו') משא"כ אין וו"ב האט דער זעלבער ר' אהרן קארגע 30%
אויב וועט מען מאכן א יחלוקו (א פשרה, אזוי ווי עס פירט זיך היינט אין רוב אזעלכע פעלער) האט ר' זלמן לייב אין וו"ב 70% קעגן ר' אהרן'ס 30% און אין קרית יואל האט ר' זלמן לייב קרוב צו 50% קעגן ר' אהרן'ס קורב צו 50%
פארלירן פון א דין תורה קען נאר ר' אהרן, פארדעם וויל ער נישט הערן פון דן זיין אויף נכסים וואס ער איז מחזיק, ער וויל נאר כאפן נאך, ביי אידן רופט מען דאס "סירוב לדין".
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 22:13 |
|
| |
איך ווייס נישט וואס די טענות אין באבוב זענען און אויך נישט וואס עס זענען אין קרית יואל
אבער איך וואלט געזאגט אז ירושה באלאנגט פאר אלע קינדער, און אויב די פארשטייסט אין באבוב אז די יורשים קענען טענהן דעמאלס קענען די קינדער פון בר"מ פון פארלאנגען זיך טיילן מיט קרית יואל פינקט אזוי,
אויסער דעם פארשטייסטו אז נישט ר' זלמן לייב אלייןס איז תובע קרית יואל, נאר פינקט ווי אין וויליאמסבורג בערל פרידמאן מיט דוד עקשטיין זענען תובעים, איז אין קרית יואל שלמה מיכל ראזנער מיט משה פרידמאן תובעים, אונטערן שירעם פון רז"ל קאמפעני, און אזוי אויך ר' עזריאל גליק וואס זיי זענען די איינציגע לעבנגעליבענע ראשי הקהל פון קרית יואל בשעת'ן גרינדן די קהלה און זיי האבן קיינמאל נישט אפיציעל רעזיגנירט,
שלמה מיכל משה מיט עזריאל זענען אויך געשטעלט אויף ועד הקריה דורכן דברי יואל, זיי האבן דאס קיינמאל נישט אויפגעגעבן און זיי ווילן יעצט תובע זיין אלע נכסי הקהלה אלע מוסדות און אלע נכסי ציבור וואס באלאנגט פאר ועד הקריה וכדו',
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 22:29 |
|
| |
| אומזיסט כתב: |  | | אין מיי אפיניאן, זענען די זאליס זייער העפי אז דער שופט זעט איין מיט וועמען ער דילט דא,
שוין! אגוט מארגן! ער ווייסט שוין וואס דער שופט זעהט אין טראכט, אונז העמיר זיך דערוויסן ווען ער וועט פסק'ן
און וועט מער נישט לייגן קיין איבריגע דרוק עובר צו זיין אויפן פסק פונעם ברך משה
טאקע בהא קמפליגי, וואס איז געווען דער ריכטיגער פסק פון ברך משה, "הוא ולא אחר" בימי חורפו, אדער "עיקר שכחתי" הוקופס פון פלורידא
און רבי ישראל יעקב פישער זצ"ל.
ר' ישראל יעקב פישער זצ"ל פסק איז לגמרי נישט מחייב קיינעם, איך וועל דיר מסביר פארוואס, דאס איז פונקט ווי איינער זאל פרעגן א שאלה א דיין צו א שטיקל פלייש וואס איז אריינגעפאלן אין א פארעווע טאפ צו דער טאפ איז טרייף, און דער דיין וועט פסקן אז ס'כשר, אבער דער שואל וועט גארנישט זאגן פארן דיין אז דער שטיקל פלייש איז געווען חזיר פלייש, איז אזא פסק עפעס ווערד? אוואדי נישט, מעג עס זיין פונעם גרעסטן גאון הדור, די זעלבע לעניניו דער רב פישער האט געפסקנ'ט אז היות מ'האט פארגעשלאגן 3 בתי דינים זענען די זאליס גערעכט, אבער קיינער האט איהם קיינמאל נישט געזאגט די היסטאריע פון די 3 בתי דינים, די בליטיגע קאנפליקטן די זעלבע בתי דינים האבן געהאט מיט ר' אהרן, האט מען דאך איהם נישט געפרעגט די ריכטיגע שאלה, אטאמאטיש איז דער תשובה נישט נוגע אהער.
לענין וואס די תביעות זענען אין מונרו, איז קודם לאמיר זען וואס עס זענען די תביעות אין ווילי. אויבו איז די תביעה אז דער רבי האט נישט קיין בעלות ווייל עס איז א אונגארישע סטיל קהילה, דאן פארשטייט זיך אליין אז אין מאנרא טענה'ט משה מאנראער אז ער דארף צוריק זיין בענקל אלס ראש הקהל. דער ברך משה האט קיינמאל נישט געהאט קיין רעכט אים ארויס צו ווארפן. וואס איז? ביי דין תורה איז נישטא קיין "סטעטשו אוו לימיטעישאנס".
זאל משה מונרואער מיט די אנדערע בני יואל רופן צו דין תורה, וויזוי איז יאנקל קאהאן מיט ר' זלמן לייב ט"ב מחותנים דא? אדרבא זיי זענען דאך געווען די וואס האבן מיטגעארבעט מיט די ארויסווארפן די בני יואל,
ווידעראום אויב גייען די תביעות גיין אין דעם ריכטונג אז לעולם איז דער רבי יא פולי בעה"ב, און דער עולם האט נישט קיין רעכט אריין צו רעדן קיין פיפס, און דער בר"מ האט נישט עכט ארויסגעווארפן בערל פר"מ, איז דאך נאך אלס היינט צוטאגס דער אדמו"ר מהרי"יבארעכטיגט צו ווארפן דעם בערל פר"מ. ווייל כאמור איז דער רבי דאך פולי בעה"ב.
ווי קומט אדמו"ר מהרי"י אהער דא, ווער האט איהם געמאכט פאר אדמו"ר, מ'שמועס מיר דאך אז דער ברך משה האט קיינמאל ארויסגעווארפן בערל פרידמאן, מיינט דאך דאס אז ער איז געווען ראה"ק ביז די פטירה פון בר"מ, האט דאך דער זעלביגער ראה"ק מכתיר געווען מהר"א,
בהכרח גייען זיך די טענות פארקירעווען איבער וואס איז שטערקער, צוויבל - הורוויץ בצירוף אהרונישע פי. אר. אז דער בר"מ וועפט, אדער א כתב כתוב וחתום בפני עדים כשרים וואס האבן באשטעטיגט אז ער איז בדעה צלולה. דא האבן די זאליס א נישקשהדיגער אויבערהאנט.
מ'קען דאך דאס נישט וויסן ביז מ'זעצט זיך אראפ ביי די"ת, ביזס דעמאלטס קען מען חוזק מאכן צוויבל קנאבל, הו קעירס?
ווידער לאמיר אננעמען אז דער בי"ד וועט נישט וועלן אריין רעדן אין די נושא, נאר זאגן א פשוטער יחלוקו לויט די פראצענטן פונעם ציבור, דאן קומען תושבי ק"י און טענה'ן ווי דוד עקשטיין און ר' יחזקאל גאלד בשעתו: "למה נגרע"? פארוואס פאר אונזערע ברידער אין ווילי קומט א חלק פון די נכסים על אף וואס זיי גייען אקעגן דעם בר"מ, און פארוואס אונז נישט?
ווי דערמאנט יחלקו איז ווען ביידע טענה'ן אז משורת הדין איז "כולו שלי", און ביידע האבן עפעס א טענה, אבער סתם אזוי בלי שום יסוד וטענה, איז נישטא קיין יחלוקו
|
|
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 22:46 |
|
| |
סקאט עס איז זייער פשוט, אז ווען מ'האט א תביעה נגדית דארף מען נישט שיקן קיין הזמנה לדין,
משה מאנרויער מיט שלמה מיכל ראזנער זענען א חלק פון יענקל כהנא'ס קהל און אזוי איז עזריאל גליק, די נתבעים פון וויליאמסבורג זאגן מיר ווילן זיך מיט אייך מתדיין זיין איבער אלעם, זייטס מוחל שרייבטס אינטער שטרי בירורין נכללים תביעות נגדיות, און מיט דעם וועט זיך אלעס ענדיגן,
בנוסף צו דעם קען וויליאמסבורג קהלה מיט אירע ראשי הקהלה טענה'ן אז זיי האבן געבויט קרית יואל די ועד הקריה מיט די קהלה מיט די מוסדות, און מיר זענען די בעלי בתים דערפון,
דאס איז אלעס פשוט'ע טענות נגדיות וואס דארף נישט קיין הזמנה,
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 23:11 |
|
| |
וועלן די אהרוינים איינזען וואספארא נאריש פנים זיי האבן יעצט אדער וועלן זיי פארמאכן די אויגן און ווייטער שרייען דין תורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 23:15 |
|
| |
וויזוי איך קוק עס אן, איז עס קיין שום טענות נגדיות, ווייל ס'איז געהעריג לאו בעל דברים דידהו את, ווייל בעת מ'האט ארויסגעווארפן ראזנער מיט פרידמאן, אין די תש"מ'ס, האבן קיין איינע פון די נתבעים אין וומ"ב נישט געהאט קיין שום שייכות מיט ראזנער און פרידמאן, אדרבא א גרויס חלק פון די הייניטיגע זאליס זענען גאר געווען פון די ווארפערס, אין אנדערע ווערטער, ר' אהרן האט קיינמאל גארנישט צוגע'גנב'עט אין מונרו פון ר' זלמן לייב אדער די איבריגע נתבעים אין וומ"ב, 20 יאר שפעטער האט ר' זלמן לייב מיט יאנקל קאהאן זיך דערמאנט אז ער גייט מאכן א יד אחת מיט דעם באטראפענער אין מונרו, און ער וויל אזוי למפרע ווערן א צד, ס'ארבעט נישט אזוי, נישט ע"פ תורה אין נישט ע"פ שכל,
למשל אין בארא פארק האלט איך וואלטן די זאליס יא געקענט פארלאנגען דין תורה, ווייל מ'האט זיי ארויסגעווארפן אלס אנהענגער פון ר' זלמן לייב, זעלבסטפארשטענדליך אז יעצט איז עס מער נישט רעלעוואנט, ווייל מ'זיצט דאך שוין דארט ביי דין תורה, ב"ה,
קען זיין די זאליס האבן אנדערע טענות אין מונרו, אדרבא איך קען באשטיין צו הערן
|
|
|
|
| נשלח ב-20/12/2010 23:37 |
|
| |
קודם כל האט ר' זלמן לייב א טענה אלס יורש פון זיין טאטען, לכאורה איז ער פינקט אזא יורש ווי ר' אהרן,
אויסער דעם האלט ר' זלמן לייב אז ער איז סאטמאר רבי און ער איז מרא דאתרא אין קרית יואל
בנוסף צו דעם איז די וויליאמסבורגע קהלה די מייסדים פון קרית יואל קהלה ומוסדותיה זיי זענען די בעלי בתים פון קרית יואל'ער קהלה מוסדות און אויך די ועד הקריה,
די וויליאמסבורגע קהלה האט אויפגעבויט די גאנצע קרית יואל'ער קהלה אינקולדינג די וועד הקריה,
|
|
|
|
| נשלח ב-21/12/2010 00:00 |
|
| |
בנוגע ראזנער פרידמאן גליק, וואס זענען די מייסדים און בעלי בתים פון קרית יואל קהל, איז בכלל נישט נוגע ווער ס'האט זיי ארויסגעשטעלט, עס איז נאר נוגע וועמען עס געהערט,
למשל אויב איך שיק משה גבאי זאל דיך ארויסווארפן פון דיין הויז און איך זעץ מיך דארט אריין וועמען רופסטו צו דין תורה משה גבאי פאר'ן גורם זיין שאדן, אדער מיך וואס איך זיץ דארט, מסתם ביידע, אבער קיין לאו בעל דברים דידי קומט דא נישט אריין, ווייל דער וואס איז זיך משתלט אויף זייער זאך איז זייער בעל דין,
|
|
|
|
|