|
|
| נשלח ב-21/12/2010 16:30 |
|
| |
די דין תורה אין בארא פארק איז צווישן מענדל שווימער מיט אהרן וועלץ, די אדמורים זענען נישט בעלי דינים, די ראשי קהלה זענען נישט בעלי דינים, דאס מיינט אז וועלכע צד עס פארלירט דין תורה קען נאך אלץ זייער רבי רופן צו דין תורה, אדער די ראשי קהלה קענען נאך רופן צו דין תורה, וועגן דעם וואס סקאטמאלאן זאגט אז אין באראפארק האט מען גיקענט זאגן מישרייבט נישט שטרי ברורן נאר אויב מישרייבט אויף די תביעה נגדי און ווילאמסבורג, האט טאקע אהרן וועלץ געטעהניט און ער האט נישט גיוואלט קיין דין תורה אויף באראפארק אליין, אבער די קאורט האט אים געצווינגן,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 00:46 |
|
| |
א פרישע ספין, די קאורט האט געצווינגען ר' אהרן וועלץ צו גיין צו דין תורה, דער כלל פון מילתא דאבידי לגלוי לא משקרי אינשי ווייסט עטס נישט? ר' אהרן וועלץ האט אלס געוואלט גיין צו דין תורה,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 02:17 |
|
| |
מילתא דאבידי איז טייטש א פארלוירענע זאך, א דבר האבד, דיין ארגומענט איז לאוסט פארלוירן,
וועלץ האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה, און נאכדעם וואס ער איז אראפגיקומען צו בית דין און גיזאגט אז ער וויל נישט גיין צו דין תורה, האט בית דין גיגעבן רשות צו מעקל זיין בערכאות, בית דין האט געשריבן אפאר מאל אז וועלץ איז לא ציית דינא און א מסרב לדין,
ווען אהרן וועלץ האט פארלוירן זיין פריוו פון קאורט צו דיסמיסן די קעיס, האט ער בלית ברירה אינטערגעשריבן די שטרי בירורין און גימאכט א מאושען אז ער וויל גיין צו דין תורה, ווייל אין קאורט פארלירט ער גלייך,
דאס מיינט דער קאורט האט אים געצווינגען צו גיין צו דין תורה, און אין קאורט קען מען נישט זאגין אז מען וויל אויך דן זיין אויף ווילאמסבארג ווייל ליגאל האט באראפארק מיט ווילאמבארג נישט קיין שייכות,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 02:56 |
|
| |
פישמאן, די טענה'סט זיך אויף זאכן וואס יעדער האט דאס געקענט זעהן, אלע קארט דאקומענטן זענען געווען צישפרייט פאר די וועלט, ליין ביטע איבער די ארגינעלע פאפירן אין דער לעצטער פסק, וועסטו קלאר זעהן אז די אהרונים זענען געווען די וואס האבן פון די ערשטע מינוט פאלאנגט דין תורה, און די זאליס האבן אלס פארלאנגט פון קארט אז "נאר" דער קארט זאל דן זיין, און זיי ווילן נישט דין תורה, איך בין ברור אויף דעם אויף הונדערט פראצענט, גלייב מיר, וועסט איבער ליינען די דאקומענטן וועסטו מודה זיין, נישט געפערליך א מענטש קען מאכן א טעות,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:01 |
|
| |
סקאט די לייקענסט אז בי"ד האט געגעבן רשות פאר ר' מענדל שווימער צו מאכן א עיקול בערכאות?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:11 |
|
| |
איך לייקן אז די זאליס האבן פארלאנגט די"ת אין קארט, און די ארונים נישט, דאס לייקן איך, ווייל די דאקומענטן זאגן קלאר פארקערט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:11 |
|
| |
סקאט, אדרבה פון די פאפירן אז מען לייענט עס גוט זעהט מען קלאר אז אהרן וועלץ האט נישט געוואלט גיין צו די"ת און ר' מענדל שווימער האט פון די ערשטע מינוט אהן יא געוואלט גיין צו די"ת.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:18 |
|
| |
דאס איז פונעם ענדגילטיגן פסק
The Refusal to Arbitrate
It is clear from the foregoing recitation that after his victory in the appellate court, Schwimmer has refused to arbitrate with Welz pursuant to the terms of the arbitration agreement which he earlier signed and delivered. Through a counter-proposed stipulation, he sought to materially change the terms of the arbitration agreement by adding a broad injunction to be approved by this court, despite the fact that the court previously denied Schwimmer's request for similar injunctive relief. Schwimmer now contends that he is not bound by the terms of his signed and delivered arbitration agreement because Welz failed to deliver to the Rabbinical Court his signed counterpart of the arbitration agreement within the 30-day deadline unilaterally set by Schwimmer and apparently undisclosed by Gobioff to Welz's rabbinical attorney
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:21 |
|
| |
CONCLUSION
That branch of the motion of the individual defendants to stay this action insofar as asserted against them and to compel arbitration before the Zebla rabbinical court, consisting of Yitzchok Chaim Zeltenreich, Yekusiel Zalmen Graus, and Mordechai Babad, is granted.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:24 |
|
| |
נו וואס זעהט מען פון דעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:34 |
|
| |
מ'זעהט פון דעם, אז אויף זאכן וואס זענען ברייט אפען פאר די וועלט זיך צו אליינס איבערצייגן, זאל מען זיין אביסל מער פארזיכטיג איידער מ'רעט
זיי עס ביטע מסביר פאר דיין קאלעגע פריש,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:40 |
|
| |
בקיצור מען ברענגט אראפ א חלק פון דעם פסק, און מען מאכט באלד אותיות נאר אויף וואס מען וויל, (אזוי ווי מיינע רביס פלעגן זאגן אויף די ליטווישע וועגן "אין צדין דגים ביו"ט) און פארטיג אן אפענע ראיה,
יעצט וועל איך מאכן באלד נאך אפאר ווערטער און וועל מיר זעהן:
The Refusal to Arbitrate
It is clear from the foregoing recitation that after his victory in the appellate court, Schwimmer has refused to arbitrate with Welz pursuant to the terms of the arbitration agreement which he earlier signed and delivered. Through a counter-proposed stipulation, he sought to materially change the terms of the arbitration agreement by adding a broad injunction to be approved by this court, despite the fact that the court previously denied Schwimmer's request for similar injunctive relief. Schwimmer now contends that he is not bound by the terms of his signed and delivered arbitration agreement because Welz failed to deliver to the Rabbinical Court his signed counterpart of the arbitration agreement within the 30-day deadline unilaterally set by Schwimmer and apparently undisclosed by Gobioff to Welz's rabbinical attorney
קודם זעהט מען אז אלעס וואס זי שרייבט רעדט מען "נאך" דעם אפעלאט אורטייל וואס איז ארויסגעקומען דריי יאר נאכן הזמנה לדי"ת דעמאלטס האט פאסירט וואס זי שרייבט, שטעלט זיך די שאלה וואס איז געווען ביז דעמאלטס???
ווער איז שולדיג אין דעם איבער דריי יעריגן סירוב לדי"ת???
(ווען מען וועט מברר זיין דעם ערשטן טייל וועל איך צוריקקומען צום צווייטן טייל, איבער וואס דער ריכטער האט געשריבן וואס עס האט זיך אפגעשפילט נאך דעם אפעלאט אורטייל, און איך וועל ערקלערן מיין פשט פון מאכן באלד די אנדערע חלקים פונם פסק)
תוקן על ידי Plywood ב- 22/12/2010 03:44:46
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:48 |
|
| |
מען זעהט פון דעהם אז ווען מ'האט נישט וואס צו ענפערן פארדייט מען דעם שמועס,
זינט נעכטן ביסטו נעלם געווארן ווייל די האסט נישט געהאט וואס צו ענפערן אויף די טענות פארוואס ר' אהרן וויל נישט גיין צו דין תורה אויף קרית יואל,
דיין קאלעגער ארגינעלער האט זיך ארויפגעכאפט אויף די תגובה פון פישמאן אז אהרן וועלץ האט נישט געטענה'ט תביעה נגדית פון וויליאמסבורג ווייל ער האט נישט געהאט קיין ברירה דאס צו טענה'ן אין קאורט,
די טענה פון פישמאן איז לכאורה אמת'ע טענה אז אין קאורט קען מען נישט טענה'ן אז די מחלוקה כהנא מיט פרידמאן פון וויליאמסבורג איז דער זעלבער ווי שווימער מיט וועלץ, און דאס איז מסתם אויך אמת אז אין קאורט וואלט וועלץ פארלוירן האט ער דעריבער נישט געהאט קיין ברירה נאר גיין צו דין תורה אויף בארא פארק אליין,
יעצט בנוגע די דין תורה פון בארא פארק גופא ווייס איך נישט, אבער פישמאן אויב די קענסט זיי ממציא דיינע באווייזן אז וועלץ האט נישט געוואלט קיין דין תורה,
אבער סקאט טייערער מ'דארף נישט אנטלויפן ווען מ'האט נישט וואס צו ענפערן, זיי מוחל און ענפער מיר א תירץ פארוואס ר' אהרן וויל נישט גיין צו דין תורה אין קרית יואל,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 03:55 |
|
| |
אנטשולדיגט: פאול, יעצט האט ער שוין נישט וואס צו ענטפערן בנוגע בארא פארק, וועט ער זיך צוכאפן צו דיין פארשלאג, און אנהייבן נאכאמאל איבערשרייבן וואס ער האט געשריבן אויבן, אן וחוזר חלילה מען וועט האלטן אין איין טאנצען אהין און צוריק.
יעצט האלט מען ביי בארא פארק, זאל ער דא ענטפערן, ווען מען וועט דא פארטיג ווערן, ווען מען צוריקגיין צו קר"י און וומ"ס און דארט פארטיגן
סקאט, ענטפער יעצט וועגן בארא פארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 04:17 |
|
| |
מהיכי תיתי אז ר' אהרן האלט נישט ביים גיין צו דין תורה איבער קרית יואל? אדרבא, איך האב געהערט צענליגע מאל אין געליינט לישע הורוויץ בריוון, אז ער איז גרייט צו גיין צו די די"ת איבער אלעם אין די וועלט, זאל נאר זיין ביי א נארמאלע בי"ד,
וואס איך האב נעכטן געפרעגט איז וואס פונקטליך די טענה פון ר' זלמן לייב האט אויף קרית יואל, גארנישט מער, וואס אויף דעם האב איך באקומן 4 תשובות
1. היות ר' זלמן לייב האט אנהענגער אין קרית יואל, מוז מען איהם געבן פראצענטועל און א פארווען אן א פארוואס,
2. אז ער איז תובע מטעם די בני יואל ראשי הקהלה וואס מ'האט ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק,
3. אז ער איז דער סאטמארע רבי בכל קצבי תבל ממילא איז ער דער בעה"ב איבעראל, און מרא דאתרא אין קרית יואל
4. אז קרית יואל איז א חלק פון וומ"ב ס'איז די זעלבע בעלי בתים, און ווער ס'איז בעה"ב אויף וומ"ב איז אטאטמאטיש בעה"ב אויף קרית יואל,
איך זעה נישט וויזוי קיין איינע פון די 4 טענות זאלן האבן פיס פאר איין רגע, אבער וואסא א חילוק וואס איך האלט, איך האב געפרעגט און איך בין ציפרידן אז מ'האט מיר עס קלאר געמאכט,
אבער לעניניו, מהיכי תיתי אז ר' אהרן האלט נישט ביים קומען צו די"ת איבער מונרו, האסטעך איהם מיטאמאל גערופן, שיק איהם א הזמנה, און אויב ער וועט מסרב זיין, וועסטו דעמאלטס קענען טענה'ן אז די קומסט נישט צו די"ת איו וומ"ב אזוי לאנג ר' אהרן קומט נישט צו די"ת אין קרית יואל, אבער כ"ז דו האסט איהם נישט געשיקט קיין הזמנה איבער קרית יואל, מהיכי תיתי אז ער האלט נישט ביים קומען?
 |
|
|
|
|
|