בית פורומים אידישע געדאנק

שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/12/2010 04:29 לינק ישיר 

Plywood, קומסט פאר ווי דער למדן וואס האט ארויסגעגעבן א חיבור צו אפווענדן אלע חידושים פון קצות, דער קצות האט עס איגנארירט, שפעטער האט דער למדן זיך בעגעגנט מיטן קצות, און דער למדן פרעגט דעם קצות, איר האט נישט געזען מיין חיבור? ענטפער דער קצות יא, פרעגט דער למדן, נו פארוואס איגנארירט איר דאס, ענטפערט דער קצות, ח"ו, איך ווארט נאר איר זאלט ארויסגעבן אזא חיבור ווי מיין קצות און איך וועל זיי אויך אלעס אפווענדן,

לענינו, איך ווייז דיר קלאר ווי דער קארט שיקט צו די"ת אויפן פארלאנג פון די ארונים אין קעגנזאץ פון די זאליס רצון, קומסטו מיט תירוצים איז ס'מיינט נאר דאס און נאר יענס, זיי זשע מוחל ווייז דו מיר קודם א פארקערטע דאקומענטן אין איך וועל אי"ה אויך האבן די תירוצים,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 04:34 לינק ישיר 

סקאט, זאג איבער די מעשה פון קצות און קוק דיר אין שפיגל

האט בי"ד געגעבן רשות מעקל צו זיין בערכאות צוליב דעם וואס אהרן וועלץ (אהרוינים) האט געמאכט א ליצנות פון בי"ד?

ענטפער ביטע קורץ, יא אדער ניין

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 04:39 לינק ישיר 

נו וואס איז דיין פוינט, אז די זאליס האבן געמעגט גיין אין קארט, ווי קומט דאס אהער?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 05:20 לינק ישיר 

כ'האב פארשטאנען אז דו וועסט צוריק לויפן, אבער איך וועל דיר אביסל ענטפערן בנוגע די קר"י און וומ"ס

קודם כל, קוקט אביסל אויס ווי דו מישסט אויס קר"י מיט ר' אהרנ'ס אונטערשרייבן, ר' אהרן מוז אונטערשרייבן אפילו מען רעדט נאר פון וומ"ס און ער האלט נישט דערביי, אזוי ווי עס שטייט אויף די צעטלעך פון לישע הורוויץ,

און נאכדעם איז דא נאך אן אישו קרית יואל, איינער פון די עיקר טענות בשעתו אנהייב ס' יארן איז געווען אז אלעס איז איינס, מען האט דאס גענוצט אויף אלע קונטריסים, פאשקעווילן, הסתות, העצערייען, שלעגערייען, שרייערייען, טעראריזירן, און מסר'ן רעכטס און לינקס, יעדער בריוו פון א טענה קעגן איז געווען אונטערגעשריבן פון די ראשי קהילה אין קר"י אריינגערעכענט די הזמנה פון ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער און ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער.

און מען קען זיך נישט וועלן, אויב איז אלעס איינס און קר"י איז גוט אויף צו שיקן הזמנה דימאלטס איז קר"י א חלק פון די די"ת, קען זיין אז די די"ת וועט טאקע איינזעהן אזוי ווי דו זאגסט און גארנישט געבן פאר די זאליס, אבער צו זאגן אז מען טאר נישט רעדן דערפון איז אבסורד (אגב, אויב איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט אז די זאליס האבן אזעלכע שוואכע טענות אויף קר"י, פארוואס זענט עטס אזוי שטארק דערקעגן? מען קען דאך דא די זאליס גוט אריינארן אין זאק, עטס ווילטס מאנראו אדרבה נאו פראבלעם קומטס, און אוי וועלן זיי ארויסגיין בשן ועין, לאמיר זעהן וואס די זאליס וועלן דעמאלטס זאגן, אלא מאי איז דאס ענין נישט אזוי גלאטיג)

יעצט וועל איך נעמען די טענות וויאזוי דו לייגסט עס אראפ און פרובירן אביסל מסביר צו זיין סיבות פארוואס עס קען לכאורה יא האבן פיס (און אפשר אזוי וועסטו אביסעלע פארשטיין פארוואס עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט פאר ענק צו רעדן פון קר"י

דאס איז וואס דו שרייבסט (אין באלד):
. היות ר' זלמן לייב האט אנהענגער אין קרית יואל, מוז מען איהם געבן פראצענטועל און א פארווען אן א פארוואס,

פארוואס הייסט דאס אהן א פארוואס און א פארווען אויב האט ער אנהענגער? אז איז זייער א שטארקע און גערעכטע טענה
 
איך האב ביסל גענישטערט בנוגע די באבובער די"ת וואס איז אויך א גרויסע קהילה, און עס האט דעם זעלבן פראבלעם אז מען קריגט זיך ארום ווער עס איז רבי, וואס דאס איז אייגנטליך דא אויך דער סכסוך, לויט ווי איך זעה דארטןטענהן די מרדכי דוד'ס צוויי טענות איינס ירושה און נומער צוויי דאס וואס דו רופסט אהן א פארוואס און פארווען, דאס הייסט אז זיי האבן פראצענטואל א גרויס חלק און ממילא קומט זיך זיי לויט דעם, וואס צוליב די טענה איז בעיקר געווען די וואלן, צו זעהן וואס עס זענען די פראצענטן (אגב מען קען זיך אסאך ארויסלערנען פון די באבוב'ער די"ת סיי לגבי וומ"ס און קר"י און ב.פ.)

2. אז ער איז תובע מטעם די בני יואל ראשי הקהלה וואס מ'האט ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק,

ר' משה פר"מ און ר' שלמה מיכל ראזנער ועוד וועמען מען האט ארויסגעווארפן פאר 25 יאר צוריק זענען נישט די ראשי הקהילה אין בני יואל, זיי זענען די ראשי הקהילה ביי די זאליס אין קר"י

3. אז ער איז דער סאטמארע רבי בכל קצבי תבל ממילא איז ער דער בעה"ב איבעראל, און מרא דאתרא אין קרית יואל

איך ווייס נישט צו דווקא אלס קצווי תבל, אבער ער האט געוויסע טענות אויף וואס א די"ת קען חל זיין (נאכאמאל, קענסט האלטן אז ער גייט נישט געווינען אבער א די"ת קען זיין און דארף זיין) קודם כל איז די אויבנדערמאנטע אז זיינע ראשי הקהילה האבן אים אויפגענומען, עס איז דא געוויסע בריוון פונם ברך משה זי"ע וואס געט צו א שטארקן געוויכט אויף די טענה און קען זיין נאך

4. אז קרית יואל איז א חלק פון וומ"ב ס'איז די זעלבע בעלי בתים, און ווער ס'איז בעה"ב אויף וומ"ב איז אטאטמאטיש בעה"ב אויף קרית יואל,

איך ווייס נישט צו עס איז ממש אינגאנצען אזוי און צו עס גייט אויטאמאטיש, אבער א טענה איז לכאורה דא עס איז דא געוויסע נכסים וואס בעצם באלאנגט דאס פאר וומ"ס און מען האט עס בגניבה איבערגעשריבן, עס איז דא זאכן וואס פלעגט ווערן פארוואלטעט און געצאלט דורך וומ"ס, און אויך קען טאקע זיין אז עס אזוי ווי דו זאגסט אז וומ"ס האט בעצם א חלק בעלות אויף קר"י, כידוע איז דאס גאנע עפענען א קארפארעישאן בשעתו געווען נאר אויפן ביה"ח, און שפעטער איז עס איבערגעגאנגען אויף נאך זאכן, אלענפאלס עס איז דא אויף וואס דן צו זיין,

און צום שלוס מוז איך דיר זאגן דעם אמת, אז לכאורה נישט איך און נישט דו ווייסן דעם אמת וואס מ'גייט באמת טענהן, האסט נאר געפרעגט וואס עס "קען" זיין, אויף דעם קלער איך דיר אויך אז קענען קען זיין אסאך זאכן.

איך האף אז דו קענסט יעצט צוריקקומען צו בארא פארק.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 05:30 לינק ישיר 

איך זעה אז זייט איך האב דאס געשריבן האסטו שוין געשריבן נאך זאכן, וועל איך דיר ענטפערן אביסל בנוגע דעם

ר' מענדל שווימער האט געהאט א היתר בי"ד צו גיין אין ערכאות, און בי"ד איז מיטגעשטאנען לכל אורך הדרך, ביזן לעצטן ערכאות וואס דארט האט אפילו בית דין אליין געשריבן פארן געריכט די השתלשלות הדברים, אז אהרן וועלץ האט נישט געהאלטן ביים אונטערשרייבן, און ער דרייט זיך ארויס. קיינער האט נאך געענטפערט אדער פארענטפערט איבער דעם בי"ד בריוו נישט א צווייטער בי"ד (אז עס זאל האבן כאטש עפעס א פנים און ממשות) און אפילו נישט סתם יענער צד. בעיקר איז מען העפי אז מען קען מאכן באלד געוויסע ווערטער פונם גויאישן ריכטער, און ווען דאס ווערט אפגעפרעגט, קומט מען מיט א בלעכענעם פנים מיטן קצות.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 05:38 לינק ישיר 

אגב סקאט, אויף דיין גאנצע תורה האב איך לכתחילה געשריבן אז איך וועל ענטפערן וואס עס שטייט דארט פון נאך די אפעלאט אורטייל, נאכדעם וואס מען וועט ענטפערן וואס עס איז פארגעגאנגען ביז אהין אין די איבער דריי יאר פון ווען מען האט געשיקט די הזמנה, און מען איז נישט געקומען. ווען דאס וועט ווערן פארענטפערט וועל איך דיר אויפווייזן קליפ און קלאר טאקע פון דעם ריכטערס פסק אז ר' מענדל שווימער האט קלאר יא געוואלט גיין צו די"ת.

תוקן על ידי Plywood ב- 22/12/2010 05:39:24

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 06:27 לינק ישיר 

אלעס האב איך שוין ערווענט אין די פארגאנגעהייט איך וועל שרייבן גאר בקיצור

Plywood כתב:
כ'האב פארשטאנען אז דו וועסט צוריק לויפן, אבער איך וועל דיר אביסל ענטפערן בנוגע די קר"י און וומ"ס

קודם כל, קוקט אביסל אויס ווי דו מישסט אויס קר"י מיט ר' אהרנ'ס אונטערשרייבן, ר' אהרן מוז אונטערשרייבן אפילו מען רעדט נאר פון וומ"ס און ער האלט נישט דערביי, אזוי ווי עס שטייט אויף די צעטלעך פון לישע הורוויץ,

ער האלט נישט ביי אונטערשרייבן ביי ר' יצחק מאנדל און ר' זלמן לייב פילאף, ווי בערל פרידמאן האלט אויך - זייער פארשטענדליך - נישט ביים אונטערשרייבן, אבער ביי א נארמאלער בי"ד אזוי ווי ב"פ שרייבט ער שוין היינט אונטער,

און נאכדעם איז דא נאך אן אישו קרית יואל, איינער פון די עיקר טענות בשעתו אנהייב ס' יארן איז געווען אז אלעס איז איינס, מען האט דאס גענוצט אויף אלע קונטריסים, פאשקעווילן, הסתות, העצערייען, שלעגערייען, שרייערייען, טעראריזירן, און מסר'ן רעכטס און לינקס, יעדער בריוו פון א טענה קעגן איז געווען אונטערגעשריבן פון די ראשי קהילה אין קר"י אריינגערעכענט די הזמנה פון ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער און ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער.

און מען קען זיך נישט וועלן, אויב איז אלעס איינס און קר"י איז גוט אויף צו שיקן הזמנה דימאלטס איז קר"י א חלק פון די די"ת, קען זיין אז די די"ת וועט טאקע איינזעהן אזוי ווי דו זאגסט און גארנישט געבן פאר די זאליס, אבער צו זאגן אז מען טאר נישט רעדן דערפון איז אבסורד (אגב, אויב איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט אז די זאליס האבן אזעלכע שוואכע טענות אויף קר"י, פארוואס זענט עטס אזוי שטארק דערקעגן? מען קען דאך דא די זאליס גוט אריינארן אין זאק, עטס ווילטס מאנראו אדרבה נאו פראבלעם קומטס, און אוי וועלן זיי ארויסגיין בשן ועין, לאמיר זעהן וואס די זאליס וועלן דעמאלטס זאגן, אלא מאי איז דאס ענין נישט אזוי גלאטיג)

ווי געשועסט די ארונים זענען מסכים מ'זאל דן זיין איבער אלעס אין די וועלט נאר ביי א נארמאלע בי"ד

יעצט וועל איך נעמען די טענות וויאזוי דו לייגסט עס אראפ און פרובירן אביסל מסביר צו זיין סיבות פארוואס עס קען לכאורה יא האבן פיס (און אפשר אזוי וועסטו אביסעלע פארשטיין פארוואס עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט פאר ענק צו רעדן פון קר"י

דאס איז וואס דו שרייבסט (אין באלד):
. היות ר' זלמן לייב האט אנהענגער אין קרית יואל, מוז מען איהם געבן פראצענטועל און א פארווען אן א פארוואס,

פארוואס הייסט דאס אהן א פארוואס און א פארווען אויב האט ער אנהענגער? אז איז זייער א שטארקע און גערעכטע טענה
 
איך האב ביסל גענישטערט בנוגע די באבובער די"ת וואס איז אויך א גרויסע קהילה, און עס האט דעם זעלבן פראבלעם אז מען קריגט זיך ארום ווער עס איז רבי, וואס דאס איז אייגנטליך דא אויך דער סכסוך, לויט ווי איך זעה דארטןטענהן די מרדכי דוד'ס צוויי טענות איינס ירושה און נומער צוויי דאס וואס דו רופסט אהן א פארוואס און פארווען, דאס הייסט אז זיי האבן פראצענטואל א גרויס חלק און ממילא קומט זיך זיי לויט דעם, וואס צוליב די טענה איז בעיקר געווען די וואלן, צו זעהן וואס עס זענען די פראצענטן (אגב מען קען זיך אסאך ארויסלערנען פון די באבוב'ער די"ת סיי לגבי וומ"ס און קר"י און ב.פ.)

האסט א טיפער טעות די יסודות פון די טענות פון ביידע צדדים אין באבוב, איז אז יעדער האלט אז "כולו שלי" און זיי זענען די אויסשליסליכע יורשים, דאס וואס מציילט די פראצענטן, איז נאר ווייל מ'מאכט א "פשרה" למען השלום, דוק ותשכח וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט

2. אז ער איז תובע מטעם די בני יואל ראשי הקהלה וואס מ'האט ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק,

ר' משה פר"מ און ר' שלמה מיכל ראזנער ועוד וועמען מען האט ארויסגעווארפן פאר 25 יאר צוריק זענען נישט די ראשי הקהילה אין בני יואל, זיי זענען די ראשי הקהילה ביי די זאליס אין קר"י-
-
-מאכט נישט קיין חילוק, למעשה ווען מ'האט זיי ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק האט עס גארנישט געהאט מיט ר' זלמן לייב, ממילא איז א לצנות צי זאגן אז ר' זלמן לייב זאל ווערן א מחותן 15 יאר שפעטער,

3. אז ער איז דער סאטמארע רבי בכל קצבי תבל ממילא איז ער דער בעה"ב איבעראל, און מרא דאתרא אין קרית יואל

איך ווייס נישט צו דווקא אלס קצווי תבל, אבער ער האט געוויסע טענות אויף וואס א די"ת קען חל זיין (נאכאמאל, קענסט האלטן אז ער גייט נישט געווינען אבער א די"ת קען זיין און דארף זיין) קודם כל איז די אויבנדערמאנטע אז זיינע ראשי הקהילה האבן אים אויפגענומען, עס איז דא געוויסע בריוון פונם ברך משה זי"ע וואס געט צו א שטארקן געוויכט אויף די טענה און קען זיין נאך

-
--בקיצור די טענה'סט אז ר' אהרן איז געווארן אויס מרא דאתרא, און ר' זלמן לייב האט איהם איבערגענומען, מסכים

4. אז קרית יואל איז א חלק פון וומ"ב ס'איז די זעלבע בעלי בתים, און ווער ס'איז בעה"ב אויף וומ"ב איז אטאטמאטיש בעה"ב אויף קרית יואל,

איך ווייס נישט צו עס איז ממש אינגאנצען אזוי און צו עס גייט אויטאמאטיש, אבער א טענה איז לכאורה דא עס איז דא געוויסע נכסים וואס בעצם באלאנגט דאס פאר וומ"ס און מען האט עס בגניבה איבערגעשריבן, עס איז דא זאכן וואס פלעגט ווערן פארוואלטעט און געצאלט דורך וומ"ס, און אויך קען טאקע זיין אז עס אזוי ווי דו זאגסט אז וומ"ס האט בעצם א חלק בעלות אויף קר"י, כידוע איז דאס גאנע עפענען א קארפארעישאן בשעתו געווען נאר אויפן ביה"ח, און שפעטער איז עס איבערגעגאנגען אויף נאך זאכן, אלענפאלס עס איז דא אויף וואס דן צו זיין,-
-
איך פארשטיי לגמרי נישט וואס די רעצט, אדרבא זיי מסביר, ווי ווייט איך ווייס זענען די חדר מיט די מיידל סקול אין קרית יואל אלס געווען א באזונדערע לעגאלע קארפארעישן, מ'האט עס קיינמאל נישט איבערגעשריבן בגניבה נאך די מחלוקה, די זעלבע מיט די בתי מדרשים, איז אויך א באזונדערע לעגאלע קארפארעשן וואס איז געווארן זעלבסטשטענדיג, מיט די הסכמה פון וומ"ב, סאך פאר די מחלוקה, דאס מיינט מ'האט עס קיינמאל נישט ציגענומען פון ר' זלמן לייב'ס חסידים,

די איינציגע זאך וואס איז געווען א שטיקל מדובר איז די בניני מתיבתא, און די ביה"ח, וואס דאכצעך אז קיין איינע פון די איז נישט די רעדע דא, ווייל אויף דעם זענען די ארונים אויך מודה אז ס'געהער צו די וומ"ב סיכסוך

און צום שלוס מוז איך דיר זאגן דעם אמת, אז לכאורה נישט איך און נישט דו ווייסן דעם אמת וואס מ'גייט באמת טענהן, האסט נאר געפרעגט וואס עס "קען" זיין, אויף דעם קלער איך דיר אויך אז קענען קען זיין אסאך זאכן.

איך האף אז דו קענסט יעצט צוריקקומען צו בארא פארק.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 07:50 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:

ער האלט נישט ביים אונטערשרייבן אין ערגעץ נישט, ביי די צעטלעך פון לישע פארפירט ער אז ר' אהרן דארף נישט אונטערשרייבן, און דארט רעדט מען קלאר פון א בי"ד וואס יעדער וועט מסכים זיין, און די זעלבע זאך יעצט אויכעט רעדט מען פון א בי"ד וואס עטס וועטס מ'כלומר'שט יא האלטן דערביי, פונדעסטוועגן האלט עטס נישט דערביי, און דאס איז אייגנטליך וואס דו טענה'סט דא אגאנצען צייט פארוואס מען דארף נישט קר"י וכו' וכו', יעצט דרייסטו איבער דעם דאשיק אז נעה עטס זענטס מסכים צו אלעם, די אישו איז נאר ווער דער בי"ד איז, סארי לא על זה אנו דנין,

(נישט אז דו ביסט דווקא גערעכט אז ביי ר' יצחק מאנדל און ביי ר' זלמן לייב פילאפ דארף מען נישט אונטערשרייבן, נאר די מציאות הדברים איז אז יעצט און דעמאלטס ביי לישען האט מען נישט גערעדט דערפון)

(אגב, ווייס איך נישט ווי קומט דא אריין בערל פר"מ, לויט ווי איך געדענק האט ער קיינמאל נישט גערופן קיינעם צו קיין די"ת ביי דעם סכסוך)

און נאכדעם איז דא נאך אן אישו קרית יואל, איינער פון די עיקר טענות בשעתו אנהייב ס' יארן איז געווען אז אלעס איז איינס, מען האט דאס גענוצט אויף אלע קונטריסים, פאשקעווילן, הסתות, העצערייען, שלעגערייען, שרייערייען, טעראריזירן, און מסר'ן רעכטס און לינקס, יעדער בריוו פון א טענה קעגן איז געווען אונטערגעשריבן פון די ראשי קהילה אין קר"י אריינגערעכענט די הזמנה פון ר' יקותיאל הערש ווערצבערגער און ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער.

און מען קען זיך נישט וועלן, אויב איז אלעס איינס און קר"י איז גוט אויף צו שיקן הזמנה דימאלטס איז קר"י א חלק פון די די"ת, קען זיין אז די די"ת וועט טאקע איינזעהן אזוי ווי דו זאגסט און גארנישט געבן פאר די זאליס, אבער צו זאגן אז מען טאר נישט רעדן דערפון איז אבסורד (אגב, אויב איז טאקע אזוי ווי דו זאגסט אז די זאליס האבן אזעלכע שוואכע טענות אויף קר"י, פארוואס זענט עטס אזוי שטארק דערקעגן? מען קען דאך דא די זאליס גוט אריינארן אין זאק, עטס ווילטס מאנראו אדרבה נאו פראבלעם קומטס, און אוי וועלן זיי ארויסגיין בשן ועין, לאמיר זעהן וואס די זאליס וועלן דעמאלטס זאגן, אלא מאי איז דאס ענין נישט אזוי גלאטיג)

ווי געשועסט די ארונים זענען מסכים מ'זאל דן זיין איבער אלעס אין די וועלט נאר ביי א נארמאלע בי"ד

ווי געשמועסט איז דאס בכלל נישט די נושא דא, דא רעדט מען פון א בוררות און דאך ווילט עטס נישט קומען.

יעצט וועל איך נעמען די טענות וויאזוי דו לייגסט עס אראפ און פרובירן אביסל מסביר צו זיין סיבות פארוואס עס קען לכאורה יא האבן פיס (און אפשר אזוי וועסטו אביסעלע פארשטיין פארוואס עס איז נישט אזוי בא'טעמ'ט פאר ענק צו רעדן פון קר"י

דאס איז וואס דו שרייבסט (אין באלד):
. היות ר' זלמן לייב האט אנהענגער אין קרית יואל, מוז מען איהם געבן פראצענטועל און א פארווען אן א פארוואס,

פארוואס הייסט דאס אהן א פארוואס און א פארווען אויב האט ער אנהענגער? אז איז זייער א שטארקע און גערעכטע טענה
 
איך האב ביסל גענישטערט בנוגע די באבובער די"ת וואס איז אויך א גרויסע קהילה, און עס האט דעם זעלבן פראבלעם אז מען קריגט זיך ארום ווער עס איז רבי, וואס דאס איז אייגנטליך דא אויך דער סכסוך, לויט ווי איך זעה דארטןטענהן די מרדכי דוד'ס צוויי טענות איינס ירושה און נומער צוויי דאס וואס דו רופסט אהן א פארוואס און פארווען, דאס הייסט אז זיי האבן פראצענטואל א גרויס חלק און ממילא קומט זיך זיי לויט דעם, וואס צוליב די טענה איז בעיקר געווען די וואלן, צו זעהן וואס עס זענען די פראצענטן (אגב מען קען זיך אסאך ארויסלערנען פון די באבוב'ער די"ת סיי לגבי וומ"ס און קר"י און ב.פ.)

האסט א טיפער טעות די יסודות פון די טענות פון ביידע צדדים אין באבוב, איז אז יעדער האלט אז "כולו שלי" און זיי זענען די אויסשליסליכע יורשים, דאס וואס מציילט די פראצענטן, איז נאר ווייל מ'מאכט א "פשרה" למען השלום, דוק ותשכח וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט

איך ווייס נישט פונקטליך ווי טיף מיין טעות איז, אבער דו מאכסט דא א זיכערען טעות, מרדכי דודס טענות איז קלאר געבויעט אויך אויף קהילה שנתפרדו, קוק אין אלע זייערע קונטריסים און הער זייערע טעיפס, וועסטו דאס הערן קליפ און קלאר, אז איך וועל האבן צייט מארגן און איך וועל טרעפן די סחורה אנליין (איך דענק אז עס דארף זיין) וועל איך עס בל"נ פרובירן ארויפצולייגן,

אגב דאס וואס דו שרייבסט אז מציילט די פראצענטן נאר ווייל ממאכט א פשרה, קלער איך אז דאס קען זיין נאך א סיבה פארוואס די זאליס ווילן מען זאל רעדן פון קרית יואל ווייל זיי ווילן מען זאל מאכן א פשרה למען השלום, בפרט ווען די וומ"ס סכסוך קען אויך זיין אז עס בי"ד וועט וועלן וויסן די פראצענטן כדי צו קענען מאכן א פשרה למען השלום, איז פארוואס זאל מען דאס נישט טוהן אין קר"י למען השלום?, אין קר"י דארף נישט זיין קיין שלום? (איך קלער אפשר דארף טאקע נישט זיין ווייל אין קר"י איז אלעמאל שטיל, דאס איז בדרך אפשר איך ווייס נישט)

2. אז ער איז תובע מטעם די בני יואל ראשי הקהלה וואס מ'האט ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק,

ר' משה פר"מ און ר' שלמה מיכל ראזנער ועוד וועמען מען האט ארויסגעווארפן פאר 25 יאר צוריק זענען נישט די ראשי הקהילה אין בני יואל, זיי זענען די ראשי הקהילה ביי די זאליס אין קר"י-
-
-מאכט נישט קיין חילוק, למעשה ווען מ'האט זיי ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק האט עס גארנישט געהאט מיט ר' זלמן לייב, ממילא איז א לצנות צי זאגן אז ר' זלמן לייב זאל ווערן א מחותן 15 יאר שפעטער,

דו רעדסט שטותים, אויב איז דא א טענה אז וויבאלד בערל פר"מ קען זיין אז ער איז די ראה"ק און במילא קען ער זאגן ווער עס וועט זיין רבי, איז אויב ר' משה פר"מ קען זיין ראה"ק ווייל 15 יאר צוריק האט מען עפעס געטוהן שלא על פי דין, קען ער אויך זאגן ווער עס וועט זיין רבי אפילו עס איז 15 יאר שפעטער

3. אז ער איז דער סאטמארע רבי בכל קצבי תבל ממילא איז ער דער בעה"ב איבעראל, און מרא דאתרא אין קרית יואל

איך ווייס נישט צו דווקא אלס קצווי תבל, אבער ער האט געוויסע טענות אויף וואס א די"ת קען חל זיין (נאכאמאל, קענסט האלטן אז ער גייט נישט געווינען אבער א די"ת קען זיין און דארף זיין) קודם כל איז די אויבנדערמאנטע אז זיינע ראשי הקהילה האבן אים אויפגענומען, עס איז דא געוויסע בריוון פונם ברך משה זי"ע וואס געט צו א שטארקן געוויכט אויף די טענה און קען זיין נאך

-
--בקיצור די טענה'סט אז ר' אהרן איז געווארן אויס מרא דאתרא, און ר' זלמן לייב האט איהם איבערגענומען, מסכים

איך טענה נישט גארנישט, איך זאג נאר אז במציאות איז דא פאקטן, וואס גיט אים געוויסע רעכטן, ביי א די"ת, און יא עס קען זיין אז אויב וועט זיין א געהעריגע די"ת איבער קר"י איז דא טענות אז עס קען אפשר זיין אז ר' אהרן האט נישט קיין רעכט אויף די מרא דאתרא'שאפט

4. אז קרית יואל איז א חלק פון וומ"ב ס'איז די זעלבע בעלי בתים, און ווער ס'איז בעה"ב אויף וומ"ב איז אטאטמאטיש בעה"ב אויף קרית יואל,

איך ווייס נישט צו עס איז ממש אינגאנצען אזוי און צו עס גייט אויטאמאטיש, אבער א טענה איז לכאורה דא עס איז דא געוויסע נכסים וואס בעצם באלאנגט דאס פאר וומ"ס און מען האט עס בגניבה איבערגעשריבן, עס איז דא זאכן וואס פלעגט ווערן פארוואלטעט און געצאלט דורך וומ"ס, און אויך קען טאקע זיין אז עס אזוי ווי דו זאגסט אז וומ"ס האט בעצם א חלק בעלות אויף קר"י, כידוע איז דאס גאנע עפענען א קארפארעישאן בשעתו געווען נאר אויפן ביה"ח, און שפעטער איז עס איבערגעגאנגען אויף נאך זאכן, אלענפאלס עס איז דא אויף וואס דן צו זיין,-
-
איך פארשטיי לגמרי נישט וואס די רעצט, אדרבא זיי מסביר, ווי ווייט איך ווייס זענען די חדר מיט די מיידל סקול אין קרית יואל אלס געווען א באזונדערע לעגאלע קארפארעישן, מ'האט עס קיינמאל נישט איבערגעשריבן בגניבה נאך די מחלוקה, די זעלבע מיט די בתי מדרשים, איז אויך א באזונדערע לעגאלע קארפארעשן וואס איז געווארן זעלבסטשטענדיג, מיט די הסכמה פון וומ"ב, סאך פאר די מחלוקה, דאס מיינט מ'האט עס קיינמאל נישט ציגענומען פון ר' זלמן לייב'ס חסידים,

די איינציגע זאך וואס איז געווען א שטיקל מדובר איז די בניני מתיבתא, און די ביה"ח, וואס דאכצעך אז קיין איינע פון די איז נישט די רעדע דא, ווייל אויף דעם זענען די ארונים אויך מודה אז ס'געהער צו די וומ"ב סיכסוך

בקיצור דאס איז אזוי און דאס איז אזוי, דער בנין פון ביהמ"ד האט מען איבערגעשריבן וכהנה וכהנה,

אונטערשטע שורה אז עס איז דא גענוג און נאך סיבות פארוואס עס איז שייך א די"ת אין קר"י און איך זעה נישט וויאזוי מען קען זאגן אז עס בכלל נישט שייך צו גיין צו א די"ת

און צום שלוס מוז איך דיר זאגן דעם אמת, אז לכאורה נישט איך און נישט דו ווייסן דעם אמת וואס מ'גייט באמת טענהן, האסט נאר געפרעגט וואס עס "קען" זיין, אויף דעם קלער איך דיר אויך אז קענען קען זיין אסאך זאכן.

איך האף אז דו קענסט יעצט צוריקקומען צו בארא פארק.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 10:12 לינק ישיר 

דער סך הכל פון די תשובה פון סקאט מאלאן וואס איז דער איינציגער אינטעליגענטער שרייבער דא פון ר' אהרן'ס צד, איז:
ר' אהרן איז גרייט צו גיין צו זבל"א זיך מתדיין זיין אפילו אויף קרית יואל'ער תביעות, דהיינו ווער איז דער רבי ווער איז דער רב פון קהל יטב לב קרית יואל ווער איז דער מרא דאתרא פון שטאט, ווער איז וועד הקריה, ווער איז ראשי קהלה ומנהל מוסודות וכו' וכו',

דאס הייסט אז די מחלוקת דא אויפן אשכול איז נאר אין די מציאות צו ר' אהרן איז גרייט צו נישט,

פרעג איך דיך טאמער וועט מען איבערצייגן אז ער וויל נישט גיין צו דין תורה אויף די אויבנדערמאנטע, איז ער א מסרב לדין?

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/12/2010 17:19 לינק ישיר 

בקיצור נמרץ:

וואס ר' אהרן טענה'ט איז אזוי, למעשה אויף פאפיר בין איך נישט קיין צד, די זעלביגע איז מיט די נכסים אין קרית יואל, ממילא זאל מען טאן וויזוי מ'טוט ביי אלע דיני תורות פון כלל ישראל מאז היתה ישראל לגוי, אז צום ערשט זאלן די ארגינעלע צדדים, זיך פארגלייכן אויף א בי"ד צו בוררות, ביידע זאלן אונטערשרייבן ש"ב, נאכדעם זאל דער בי"ד מחליט זיין ווער נאך דארף אונטערשרייבן, און וואסערע נכסים נאך דארפן באהאנדלט ווערן,

גראדע, פרעגסט מיך, לבי נוטה אז ר' אהרן מיט ר' זלמן לייב זענען פערזענליך יא א צד, דאס אז קרית יואל דארף אויך אריינגענומען ווערן אינעם דיון, זעה איך נישט וויזוי, אבער אלעס איז מעגליך, אבער דאס וועל מיר איבערלאזן אויף בי"ד צו מחליט זיין איך גלייב זיי וועלן מאכן א יושר'דיגע החלטה,

דאס איז פונקטליך וואס ר' אהרן שרייט שוין פון די ערשטע מינוט, און איך האלט ער זייער גערעכט, וואס קומסטו צו מיר איבער מיין חתימה, ווען די ארגינעלע אפציעלע צדדים האבן נאך גארנישט אונטערגעשריבן, מ'האט זיך מיטאמאל פארגליכן אויף א בי"ד,

קוק וויזוי די די"ת אין בני ברק איז ציגעגאנגען, הערשט נאכדעם וואס מ'האט זיך פארגליכן אויף א בי"ד, ביידע צדדים האבן אונטערגעשריבן ש"ב, האט מיין תיכף ביים ערשטן מושב זיך בלויז קאנצעטרירט אויף ווער נאך מוז אונטערשרייבן, פארוואס זאל נישט זיין אזוי דא,

די זעלבע איז געווען ביי די הויז אין מאנרא, האט משה גבאי גערופן דוד עקשטיין צו די"ת, איז דוד אראפגעקומען ווי צו בי"ד ווי אלע אידישע קינדער, און הערשט ווען מ'איז געזעסן ביים בי"ד האט ער פארגעהאלטן די תביעה נגדיות,

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/12/2010 19:20 לינק ישיר 

סקאט, איך האב הנאה אז דו בוסט צוריקגעקומען צו די געשיכטע מיט די דין תורה איבער דעם מונרו הויז ווי דוד עקשטיין איז ערשינען צום בית דין און אנגעהויבן מיט זיינע תביעות נגדיות אויף וויליאמסבורג. וואס משם ילפינן די גרעסטע באווייז אז וויליאמסבורג און קרית יואל איז איינס, אז נישט וואס פאר א תביעה נגדית בכלל האט דער קרית יואל'ער ראש הקהל צו וואס עס קומט פאר אין וויליאמסבורג?

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/12/2010 08:57 לינק ישיר 

*--[if gte mso 9]> Normal 0 false false false EN-US X-NONE HE MicrosoftInternetExplorer4 *[endif]**--[if gte mso 9]> *[endif]**--[if gte mso 10]> *[endif]*

סקאט שרייבט:

וואס ר' אהרן טענה'ט איז אזוי, למעשה אויף פאפיר בין איך נישט קיין צד, די זעלביגע איז מיט די נכסים אין קרית יואל, ממילא זאל מען טאן וויזוי מ'טוט ביי אלע דיני תורות פון כלל ישראל מאז היתה ישראל לגוי, אז צום ערשט זאלן די ארגינעלע צדדים, זיך פארגלייכן אויף א בי"ד צו בוררות, ביידע זאלן אונטערשרייבן ש"ב, נאכדעם זאל דער בי"ד מחליט זיין ווער נאך דארף אונטערשרייבן, און וואסערע נכסים נאך דארפן באהאנדלט ווערן,

נעריש און היפאקריטיש,

יעדער פארשטייט אז די צדדים אין די מחלוקה זענען די צוויי אדמורי"ם אין טעכנישט גערעדט איז די שאלה ווער נאך דארף אונטעשרשרייבן פון די אפיציעלע מענטשען, כדי דער פסק דין זאל מען קענען אינפארסן אין געריכט מוזן די לעגאלע אציפציעלע אויך חתמ'ן, אבער די אדמורי"ם זענען די בעלי דינים, ממילא מוזן ביידע אדמורי"ם קודם מסכים זיין מתדיין זיין.

היפאקריטיש איז צו זאגן אז די אדמורי"ם זענען נישט בעלי דין, ווען ר' אהרן'ס קינדער האבן דאס געשריבן בכתב אלס הגנה פאר הזמנה פון ר' זלמן לייב פארן רופן אים בערכאות, די זעלבע וואס דוד עקשטיין האט געטענה'ט אז דער ברך משה איז דער נתבע אפילו זיין נאמען האט נישט מופיע געווען בתורת נתבע,

היפאקריטיש איז אז מען איז תובע בערכאות אלס א גרויסע צענטראלע קהלה פון וויליאמסבורג קרית יואל בארא פארק כאחד, די תובעים זענען קרית יואל'ער און בארא פארקע אינאיינעם מיט וויליאמסבורג, אבער ווען ס'קומט צו דין תורה זאגט מען קרית יואל איז א דיון נפרד,

היפאקריטיש איז צו פירן ווי א בת היענה און זאגן איך בין נישט אויפן פאפיר דער תובע, ווען ער איז געווען דער ערשטער וואס האט געזאגט פלניא גזלנא ולמחר תבענא ליה בדינא, די מאכסט א מסירת מודעה אז די גייסט תובע זיין, אבער חתמ'ן שט"ב וויל ער נישט, ווען דיינע קינדער זענען תובע בערכאות זאגסטו אז דער תביעה פון בערל פרידמאן אין נאווארדיק איז געווען באמת פון ר' אהרן קעגן ר' זלמן לייב, דעריבער האט ער רעכט צו שיקן די קינדער תובע זיין בערכאות, און ווען מען זאגט קום שרייב אונטער שטרי בירורין זאגסטו איך בין נישט למעשה אויפן פאפיר,

און אויב דער סדר ביי אלע דין תורות צום ערשט זאלן די ארגינעלע צדדים זיך פארגלייכן אויף א בוררות און אונטערשרייבן שטרי בירורין נאכדעם זאלן דער בית דין מחליט זיין ווער נאך און וואס נאך, דעמאלס דארפן די ערשטע זאך די צוויי אדמורים חתמ'ן און דערנאך זעהן אויב די איבעריגע שליחים פון צדדים זאלן אויך חתמ'ן,

יעצט צוריק צו מיין שאלה, דער דין תורה אויף צענטראלע קהל יטב לב זאגט ר' זלמן לייב איך וויל א בוררות און איך וויל חתמ'ן אבער זיין ברודער זאגט איך וויל נישט, נאר מיינע שליחים זאלן חתמ'ן איבער די בעלות פון וויליאמסבורג אליין, פרעג איך דיך נאכאמאל, אויב איז אמת אז ר' אהרן זאגט דאס, איז ער א מסרב לדין? אדער א פשוט'ער היפאקריט?

נ.ב. בנוגע וואס די שרייבסט דער סדר פון בני ברק דין תורה איז פשוט א טעות, די ארונים האבן געשריבן מיט א לויער פארן גאב"ד אז איידער מען זעצט א בית דין מוז מען זיכער מאכן אז די אדמורי"ם חתמ'ן, און אזוי אויך די אנדערע בעלי דינים, די שט"ב זענען געחתמ'ט חודש אדר וואס איז 6 חדשים פאר בית דין האט זיך צאמגיזעצט, און אזוי איז דער סדר ביי יעדע בוררות דין תורה,  

תוקן על ידי פאולוויניק ב- 23/12/2010 09:11:13

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2010 16:56 לינק ישיר 

דוד עקשטיין האט נישט געחתמ'ט שטרי בירורין, וואס רעדסטו ער איז געווען ביים בית דין?, ער האט נישט געוואלט חתמ'ן, איז דען א חילוק צו מבאצאלט אפאר טויזענט דאלאר צו מאכן ליצנות פון א בית דין און זאגן איך פייף ענק אן, אדער מען ענפערט אויפן טעלעפאן איך האלט נישט דערביי, וואס רעדסטו שטותים,

דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/12/2010 23:54 לינק ישיר 

בשם כל הקהל וויל איך אויסדרוקן א דאנק פאר די חשובע שרייבער אין דעם העכסט אינטולעקטואלער אשכול, וועלכע האלטן איר אויף די רעלסן און פירן גאר א ערוואקסענע און אינטערעסאנטע דיסקוסיע.

חסיד

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2010 07:15 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
בקיצור נמרץ:

וואס ר' אהרן טענה'ט איז אזוי, למעשה אויף פאפיר בין איך נישט קיין צד, די זעלביגע איז מיט די נכסים אין קרית יואל, ממילא זאל מען טאן וויזוי מ'טוט ביי אלע דיני תורות פון כלל ישראל מאז היתה ישראל לגוי, אז צום ערשט זאלן די ארגינעלע צדדים, זיך פארגלייכן אויף א בי"ד צו בוררות, ביידע זאלן אונטערשרייבן ש"ב, נאכדעם זאל דער בי"ד מחליט זיין ווער נאך דארף אונטערשרייבן, און וואסערע נכסים נאך דארפן באהאנדלט ווערן,

גראדע, פרעגסט מיך, לבי נוטה אז ר' אהרן מיט ר' זלמן לייב זענען פערזענליך יא א צד, דאס אז קרית יואל דארף אויך אריינגענומען ווערן אינעם דיון, זעה איך נישט וויזוי, אבער אלעס איז מעגליך, אבער דאס וועל מיר איבערלאזן אויף בי"ד צו מחליט זיין איך גלייב זיי וועלן מאכן א יושר'דיגע החלטה,

דאס איז פונקטליך וואס ר' אהרן שרייט שוין פון די ערשטע מינוט, און איך האלט ער זייער גערעכט, וואס קומסטו צו מיר איבער מיין חתימה, ווען די ארגינעלע אפציעלע צדדים האבן נאך גארנישט אונטערגעשריבן, מ'האט זיך מיטאמאל פארגליכן אויף א בי"ד,

קוק וויזוי די די"ת אין בני ברק איז ציגעגאנגען, הערשט נאכדעם וואס מ'האט זיך פארגליכן אויף א בי"ד, ביידע צדדים האבן אונטערגעשריבן ש"ב, האט מיין תיכף ביים ערשטן מושב זיך בלויז קאנצעטרירט אויף ווער נאך מוז אונטערשרייבן, פארוואס זאל נישט זיין אזוי דא,

די זעלבע איז געווען ביי די הויז אין מאנרא, האט משה גבאי גערופן דוד עקשטיין צו די"ת, איז דוד אראפגעקומען ווי צו בי"ד ווי אלע אידישע קינדער, און הערשט ווען מ'איז געזעסן ביים בי"ד האט ער פארגעהאלטן די תביעה נגדיות,

סקאט, עס קוקט אויס ווי בשיטה ביסטו מיט אונז אינגאנצען דו האלטסט אויך קלאר אז ר' אהרן דארף אונטערשרייבן, סך הכל קוקט אויס אז דו מאכסט עטליכע טעותים אין מציאות הדברים און אין די מהלך העניינים פון פון די"ת.

אויב איינער וויל קלאגן צו באקומען א געוויסע זאך, און ער וועלט זיך דערביי אויס ווער עס זאל זיין דער נתבע לויט ווי עס וועט דעם דאס בעסטע אויסקומען, מיינט נישט אז מען מוז נאכטאנצען און ענטפערן לויט ווי דעם תובע שמעקט, געווענליך וועט דער נתבע ענטפערן נאך פאר וואס און ווען, אז עס איז פאראן נאך מענטשן וואס דארפן זיין א חלק פון די תובעים אדער נתבעים און געווענליך וועט דאס דער בי"ד המזמין עס נעמען צו קענטעניס, און ער וועט מעלדן פארן תובע און אז נאך מענטשן וואס האבן א חלק אין די זאך דארפן אויך זיין א חלק פון די תובעים אדער נתבעים.

דער ענין פון ווער עס זאל זיין דער בי"ד איז אויך א זאך וואס די צדדים אמפערן זיך אסאך מאל ארום, און אמאל קומט מען זיך דורך פריער אויף ווער עס זענען די צדדים און דערנאך אויפן בי"ד און אמאל קומט מען זיך דורך קודם אויף ווער עס זאל זיין בי"ד און דערנאך אויף ווער זענען די צדדים, איינס איז נישט מעכב דאס צווייטע, אלענפאלס געווענליך ווערן ביידע זאכן מסודר איידער די די"ת הייבט זיך אהן.

אזוי איז געווען ביי באבוב און אזוי איז געווען ביי בני ברק, נאך איידער די די"ת האט זיך אנגעהויבן, איז יעדער איינער וואס איינער פון די צדדים האבן אויפגעברענגט אז ער דארף אונטערשרייבן און מען האט איינגעזעהן אז יענער דארף אונטערשרייבן האט מען געהייסן אונטערשרייבן (אזוי ווי עס איז בשעתו געווען באריכטעט אין די בלאט ביילאגע).

אסאך מאל פאסירט טאקע אז אין לויף פון די די"ת זעהט מען אז עס קומען אריין פארשידענע אישוס וואס מען האט נישט גערעדט ביז יעצט, און דעמאלטס קען זיך פארלאנגען אז נאך מענטשן זאלן דארפן אונטערשרייבן, וועט מען טאקע הייסן אז זיי זאלן דעמאלטס אונטערשרייבן. די סיבה פארוואס מען האט נישט געוואוסט דערפון ביז היינט קען זיין פארשידענארטיג, טיילמאל וועלן קיינער פון די צדדים עס נישט אויפברענגען, ווייל ביידע האלטן אז עס וועט זיך זיי נישט לוינען, אסאך מאל ווילען זיי נאר אז עס זאל ארויפקומען אינמיטן די די"ת ווייל זיי האלטן אז אזוי וועט זיך עס זיי בעסער לוינען, און טיילמאל וועט דער בי"ד אליין איינזעהן אז עס פעלט דא א חלק פון דעם בילד און מען דארף ארייננעמען נאך מענטשן.

למשל אין בני ברק, זענען די ארונים אויפגעקומען ביי די צווייטע זיצונג מיט א באמבע אז ר' שמעון ווייס ז"ל האט איבערגעשריבן זיינע שעירס פאר מאיר פערל, האט מען טאקע גראד געזאגט אז ער דארף אונטערשרייבן שט"ב, נאר דארטן האבן די זאליס געהאט א שטערקערע טענה אז היות מען האט אפגעמאכט פארן די"ת אז אלע שעירהאלדערס דארפן אונטערשרייבן, וואלט ער שוין געדארפט אונטערשרייבן פון פריער.

עכ"פ לענינינו, דא ווי סיי דו און סיי איך פארשטייען און כמעט יעדער פארשטייט אז ר' אהרן איז א צד, דאן ברויך ער אונטערשרייבן שטרי בירורין, און טאמער וויל ער נישט טייטשט דאס אז די ארונים ווילן נישט קיין נארמאלע די"ת,
און די ארגינעלע אפיציעלע צדדים -ווי דו רופסט זיי אהן- האבן רעכט צו זאגן אז זיי גייען נישט און שרייבן נישט אונטער ווילאנג ר' אהרן איז נישט מסכים אונטערצושרייבן.

אגב, וואלט איך געוואלט וויסן צו די ארגינעלע אפיציעלע צדדים פון די תובעים ווי למשל ר' יקותיא' הערש ווצ"ב און ר' ישרא' אלימלך ווערטהיימער האבן שוין יא אונטעגעשריבן? 

תוקן על ידי Plywood ב- 24/12/2010 07:27:36

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 ... 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext