|
|
| נשלח ב-24/12/2010 07:29 |
|
| |
פלייוואוד די טענה'סט דיך מיט סקאט איבער אן ענין וואס ער שרייבט אז גראדע ער פערזענליך האלט אז ר' אהרן איז יא בעל דין, און ער איז מחויב אינטערשרייבן, די שאלה איז נאר צו ער האט רעכט זיך אויסנעמען אז ער וויל נאר דן זיין אויף זיין תביעה און מען טאר נישט מגלגל זיין תביעות נגדיות קעגן אים,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 07:58 |
|
| |
און
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 08:04 |
|
| |
שארטקאט, איך האב נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט, נישט איך זעה עס אין סקאטס ווערטער, און עס איז בכלל נישט אזוי אין מציאות, און אפילו ווען יא האב איך נישט קיין אנונג וואס דו ווילסט זאגן.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 08:07 |
|
| |
איך וויל זאגן אז די טענה'סט איבער א זאך וואס יענער איז מודה בדבר, ער איז מודה אז ער האלט אז ר' אהרן איז יא א בעל דין, כאטש ר' אהרן טענה'ט אז למעשה אויפן פאפיר איז ער נישט בעל דין,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 08:13 |
|
| |
זעהט אויס אז דו האסט נישט געלייענט וואס איך האב געשריבן, ווייל דאס שרייב איך דאך, איך ענטפער אים אויף די אנדערע זאכן.
זיי מוחל גיי לייען עס און שרייב נישט סתם אין די וועלט אריין.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 16:40 |
|
| |
מען מאכט דא א גאנצן ויכוח איבער א בריוו בנוגע דין תורה, האט איינער געזעהן דעם בריוו? קיינער איינער דאס ארויפשטעלן אפשר איז דאס א פאלשע מעשה,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 20:12 |
|
| |
אליבא דאמת, ליגן און פלייוואד ופאולוויניק'ס דיבורים 1 אמת'ער שטארקע טענה אויף ר' אהרן'ען, וואס אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט מען דאס נישט געקענט פארענטפערן, אמער פארוואס זיין א שטער צו אפשטעלן א 10 יעריגער אש המחלוקה חילול השם וביטול תורה, פארוואס די עקשנות פון נישט אונטערשרייבן, איי אויף פאפיר איז ער נישט קיין צד, נו וואס איז דען? דו וועסט דאך ממילא מוזן סוכ"ס אונטערשרייבן, אפי' לאמיר זאגן ס'דא א סברה רחוקה אז אפשר איז ר' אהרן נישט קיין צד, פארענטפערט עס נאך אלס נישט קיין כי הוא זה, ווייל קען מען דען נישט ערווארטן דאס קלייניקייט פון א מנהיג ישראל, צו טאן אביסעלע לפנים משורת הדין, צו ברענגן אחדות ביי אידישע קינדער
אבער כל הנ"ל איז נאר גליטיג ווען מ'רעט פון נארמאלע אומשטענדן, ווען מ'קען ווען זאגן אז אלימלא ר' אהרן וואלט היינט אונטערגעשריבן, וואלט עס געריקט עטוואס פאראויס די מעגליכקייט אז זאל קומען צו א שליכטונג, וואלט מען געקענט האבן א שטארקע טענה אויף ר' אהרן, אבער היות דא רעט מען פון "נישט נארמאלע" אומשטענדן איז אט די "נישט נארמאלע" אומשטענן פארענטפערט אלעס, און געט ר' אהרן אינגאנצן די רעכט נישט אונטערצישרייבן אזוי לאנג מ'זיצט נישט ביי א בי"ד און בי"ד פארלאנגט די חתימה,
ווייל אויב עקזעמינירט מען פארזיכטיג די השתלשלות פון די לעצטע 10 יאר, איז כל מי שיש לו מח בקדקד, וועט קומען צו די החלטה אז קיין שום חתימה אין די וועלט גייט נישט ציברענגן די סיכסוך צו די"ת, מצד הזלונים, נאר איין זאך און וועלט וועט ברענגן די זאליס צו די"ת, אויב זיי וועלן ממש געדריקט ווערן צו די וואנט, למשל אז א דשאדש צווינגט זיי אז אויב זיי גייען נישט צו די"ת פארלירן זיי אלעס, דעמאלטס וועלן אלע פארלאנגען פון חתימות בטל ווערן אלע תהליכי קהלה טענות גייען פארגעסן ווערן, ובארא פארק יוכיח.
דער עיקר באווייז, איז דער פאקט אז אויב מ'קוקט צוריק צו די ערשטע מינוט פון ווען די אהרונים האבן געשיקט די ערשטע הזמנה ביז בערך 3-4 יאר נאכדעם, ווען ר' אהרן האט חתונה געמאכט אין ארמארי, אין ס'האט זיך אנגעהויבן פרישע פארהאנדלונגען דורך רב טירנויער פון מאנטריאל, ביז דעמאלטס איז מיטאמאל בייגעפאלן צו פארלאנגען פון ר' אהרן א חתימה, אדרבא קוקטס דורך אלע פאפירן פון שמואל פריד, און די בריוון פון די זאלוני קהל, קיין זכר פון ר' אהרן חתימה, עטס ווייסט וואס זיי האבן געטענה'ט ביז דעמאלטס? יא איר האט גיט געגעסט: די אלעמען באקאנטע קאראפטירטע ערפינדונג פון "תהליכי הקהלה", אז היות דער רבי איז בעה"ב זענען זיי שונה משאר קהלות, און לפנים משורת הדין זענען זיי גרייט צו גיין צו ר' יצחק מאנדל און יצחק שטיין, ממש אזעלעכע צדיקים, זיי זענען גרייט "לפנים משורת הדין" צו גיין צו אויסגערופענע שונאים פון ר' אהרן, אבער א נארמאלע בי"ד אזוי ווי אין בארא פארק, ח"ו! זיי פארשטייען דאך נישט תהליכי הקהלה, 4 יאר שפעטער וועקן זיי זיך אויף מיט א פרישע המצאה אז ר' אהרן דארף אויך אונטערשרייבן, און זיי האבן נאך די העזה צו זאגן אז ר' אהרן'ס ביסל טינט איז גאר די עיכוב צו די"ת,
אויף דעם טענה'ט ר' אהרן, בין איך ווען א צד אויף פאפיר וואלט איך דאך נישט קיין ברירה אבער היות מן הדין בין איך דאך נישט קיין צד, אויב עטס ווילטס מיין חתימה לפנים משורת הדין? קיין שום פראלבעם, אבער WE'LL CROSS THE BRIDGE WHEN WE GET THERE מ'וועלמיר אריבערגיין דעם בריק ווען מ'קומט אן אהין, ביז מ'קומט נישט אן אהין און איז נישט נוגע די גאנצע זאך, ס'נאך דא 100 אנדערע זאכן וואס ברויכן פאסירן ביז מיין חתימה זאל עפעס אויסמאכן, די רגע וואס ס'איז דא 1% שאנס אז מיין חתימה זאל מקרב זיין דין תורה, צעגער איך נישט קיין איין רגע, און איך שרייב אונטער לפנים משורת הדין טראץ וואס איך בין נישט קיין צד אויף פאפיר, אבער כעת איז די איינציגע זאך וואס מיין חתימה וועט יעצט טאן איז נאך לצנות עדיטאריעלס אין דער איד, גארנישט מער וטענת תהליכי הקהלה ובארא פארק יוכיח כדלעיל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/12/2010 22:58 |
|
| |
ערב שבת נאך חצות וועל איך נאר ענפערן בקיצור נמרץ.
קודם ביסוד הדבר איז דא צוויי באזונדערע נקודות, איין איז דער חתימה פון ר' אהרן, דער צווייטער איז דיונים אויף קרית יואל, אפילו אויב מען איז דן נאר אויף וויליאמסבורג איז שייך צו פארלאנגן ר' אהרן'ס חתימה, מכח דעם וואס יעדער אויף די וועלט האט געוויסט אז דער תביעה פון בערל פרידמאן אויף יענקל כהנא, איז געווען מכח די פאליטיק פון ר' אהרן און ר' זלמן לייב, חוץ מזה נאכדעם וואס ר' אהרן האט געזאגט בעת'ן אויפנעמען ר' זלמן לייב פלניא גזלנא ולמחר תבענא בדינא, וועט א פסק בית דין אן ר' אהרן'ס חתימה גארנישט מיינען, ווייל אפילו בערל פרידמאן פארלירט דין תורה קען ר' אהרן נאכאמאל קומען תובע זיין אלס רב הצעיר אדער לאחר מוע"ש פון זיין טאטן אלס ממלא מקום, דאס איז אלס דברים פשוטים, דער צווייטער נידון איז, אז צד מהרז"ל פארלאנגט אז דיונים זאלן זיין אויך אויף בעלות פון קרית יואל קהלה מוסדות וכדו', און אויך אויף דעם רבנות פון שטעטל וכדו', דאס איז פשוט א תביעה נגדית אויף די תובעים, וואס יעדער בעל דין קען פארלאנגען אז זיין שטרי בירורין זאל כולל זיין תביעה נגדיות און אזוי איז נהוג בכל בתי דינים, דאס איז אלעס דברים פשוטים מאוד, עס האט נישט מיט קיין מנהיג ישראל אחריות מיט ביטול תורה וכו' דיינע נארישקייטן, עס איז דער פשוט'סטער זאך אז ר' אהרן איז א בעל דבר און אז מען מעג פארלאנגן תביעות נגדיות,
יעצט אויב איז אמת אז ר' אהרן זאגט אז ער איז נישט מסכים צו די צוויי זאכן, איז בכלל נישט נוגע דער איבעריגער שמועס, ווייל דאס מיינט איך האלט נישט ביים גיין צו דין תורה נאר אויף וואס איך קען עפעס פארדינען, לויט די שמועה וואס דער פותח האשכול ברענגט דא, רעדט מען אז ריכטער שמיד האט גערעדט צו ביידע צדדים איבער א בוררות נישט פון די רבנים וואס די פסל'סט נאר א זבל"א אויפן שטייגער ווי בני ברק אדער בארא פארק, און ר' אהרן זאגט אז אויף קרית יואל איז ער נישט מסכים זיך מתדיין זיין, און די קומסט אויף מיט נארישע תירוצים, ווי אויפן פאפיר איז ער נישט, קודם כל האט דער בורר זלמן גרויס געשריבן פאר די התאחדות אז ר' אהרן איז דער עכטער תובע ביי די קהלישע דין תורה אין וויליאמבורג, און צווייטענס פארשטייט יעדער אז ער איז דער בעל דין, אבער דאס איז דאך עכ"פ זיכער אז קרית יואל'ער קהלה זענען בעלי דין, און אויב וויליאסבורג ענפערט מיר האבן א תביעות נגדיות אויף ענק, מיט וואס א רעכט איז קרית יואל זיך משתמט,
אויב די האסט א קלארער ענפער אויף דעם צו ר' אהרן איז מסכים צו מתדיין זיין ווער סאיז מרא דאתרא פון קרית יואל, און ווער סאיז בעל הבית אין קרית יואל, לאז אונז וויסן, אבער פארדריי נישט דעם אשכול כדרכך מיט תהלוכי הקהלה אדער מיט בארא פארק, דאס איז א שמועס וואס איך וועל בעז"ה אויסטענה'ן אן אנדערס מאל,
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2010 09:07 |
|
| |
ר' סקאט דעם אלעמען באקאנטען קאראפטירטע ערפינדונג פון תהליכי הקהלה, האט דיין רבי אלס קרית יואל'ער רב זייער שיין מסביר געווען בטוב טעם ודעת, בעת דעם סכסוך פון אלתר משה גאלדבערגער, און אויב קענסטו אביסל היסטאריע ווייסטו אז דער אלעמען באקאנטען קארפאטירטע ערפינדונג האט מען געטענה'ט ביי די מחלוקה אין סיגעט, ווען די טייטלבוים'ס האבן געוואלט דוקא זייער היימישע רבנים דן זיין און די כהנא'ישע האבן געוואלט דוקא רבנים פון די פרעמד ווייל זיי האבן נישט קיין השפעה פון די טייטלבוים'ס, און די זעלבע איז געווען מיט נחמן בראך ווען ער האט נישט געוואלט גיין צו התאחדות מיט די טענה אז דער ברך משה איז נשיא דארט, וכהנה וכהנה האט מען זיך געפירט אין סיגעט און אין סאטמאר, עס איז נישט קיין נייער ערפינדונג,
ר' אהרן ווען ער האט געוואלט אנהאלטן זיין זשאב אלס איינציגער סידור קידושין אין קרית יואל וגלולתיה, האט ער נישט גערופן צו קיין דין תורה, און ער האט נישט אנגעפרעגט פרעמדע רבנים, נאר דוקא איין איינציגער דיין ר' געציל, אפשר איז דאס א שאלה וואס פרעמדע דארפן פסק'נען,
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2010 17:51 |
|
| |
תוקן על ידי שארטקאט ב- 26/12/2010 18:05:06
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2010 18:11 |
|
| |
| פאולוויניק כתב: |  | ערב שבת נאך חצות וועל איך נאר ענפערן בקיצור נמרץ.
קודם ביסוד הדבר איז דא צוויי באזונדערע נקודות, איין איז דער חתימה פון ר' אהרן, דער צווייטער איז דיונים אויף קרית יואל,
אפילו אויב מען איז דן נאר אויף וויליאמסבורג איז שייך צו פארלאנגן ר' אהרן'ס חתימה, מכח דעם וואס יעדער אויף די וועלט האט געוויסט אז דער תביעה פון בערל פרידמאן אויף יענקל כהנא, איז געווען מכח די פאליטיק פון ר' אהרן און ר' זלמן לייב,
חוץ מזה נאכדעם וואס ר' אהרן האט געזאגט בעת'ן אויפנעמען ר' זלמן לייב פלניא גזלנא ולמחר תבענא בדינא,
וועט א פסק בית דין אן ר' אהרן'ס חתימה גארנישט מיינען, ווייל אפילו בערל פרידמאן פארלירט דין תורה קען ר' אהרן נאכאמאל קומען תובע זיין אלס רב הצעיר אדער לאחר מוע"ש פון זיין טאטן אלס ממלא מקום, דאס איז אלס דברים פשוטים,
דער צווייטער נידון איז, אז צד מהרז"ל פארלאנגט אז דיונים זאלן זיין אויך אויף בעלות פון קרית יואל קהלה מוסדות וכדו', און אויך אויף דעם רבנות פון שטעטל וכדו', דאס איז פשוט א תביעה נגדית אויף די תובעים, וואס יעדער בעל דין קען פארלאנגען אז זיין שטרי בירורין זאל כולל זיין תביעה נגדיות און אזוי איז נהוג בכל בתי דינים,
פאר א גוט יאר, ווער לאט דיך נישט תובע זיין תביעה נגדית, אבער קודם קום צו בי"ד ווי א נארמאלע מענטש, לאז אפ דיין תהלוכי הקהלה משוגעת'ן, בי"ד וועט דיך שיין אויסהערן, ווען פונקטליך ר' אהרן האט צוגעגנב'עט פון דיר קרית יואל, ווען פונקטליך ר' אהרן איז געווארן אויס מרא דאתרא אין זיין אינגערע ברודער האט איהם איבערגענומען, וכהנה וכהנה, און בי"ד וועט מחליט זיין צו יש דברים בגו, און צו דאס איז תלוי אין די וומ"ב סיכסוך ויקוב הדין את ההר,
דאס איז אלעס דברים פשוטים מאוד, עס האט נישט מיט קיין מנהיג ישראל אחריות מיט ביטול תורה וכו' דיינע נארישקייטן, עס איז דער פשוט'סטער זאך אז ר' אהרן איז א בעל דבר און אז מען מעג פארלאנגן תביעות נגדיות,
יעצט אויב איז אמת אז ר' אהרן זאגט אז ער איז נישט מסכים צו די צוויי זאכן, איז בכלל נישט נוגע דער איבעריגער שמועס, ווייל דאס מיינט איך האלט נישט ביים גיין צו דין תורה נאר אויף וואס איך קען עפעס פארדינען,
לויט די שמועה וואס דער פותח האשכול ברענגט דא, רעדט מען אז ריכטער שמיד האט גערעדט צו ביידע צדדים איבער א בוררות נישט פון די רבנים וואס די פסל'סט נאר א זבל"א אויפן שטייגער ווי בני ברק אדער בארא פארק, און ר' אהרן זאגט אז אויף קרית יואל איז ער נישט מסכים זיך מתדיין זיין, און די קומסט אויף מיט נארישע תירוצים, ווי אויפן פאפיר איז ער נישט, קודם כל האט דער בורר זלמן גרויס געשריבן פאר די התאחדות אז ר' אהרן איז דער עכטער תובע ביי די קהלישע דין תורה אין וויליאמבורג, און צווייטענס פארשטייט יעדער אז ער איז דער בעל דין, אבער דאס איז דאך עכ"פ זיכער אז קרית יואל'ער קהלה זענען בעלי דין, און אויב וויליאסבורג ענפערט מיר האבן א תביעות נגדיות אויף ענק, מיט וואס א רעכט איז קרית יואל זיך משתמט,
אויב די האסט א קלארער ענפער אויף דעם צו ר' אהרן איז מסכים צו מתדיין זיין ווער סאיז מרא דאתרא פון קרית יואל, און ווער סאיז בעל הבית אין קרית יואל, לאז אונז וויסן, אבער פארדריי נישט דעם אשכול כדרכך מיט תהלוכי הקהלה אדער מיט בארא פארק, דאס איז א שמועס וואס איך וועל בעז"ה אויסטענה'ן אן אנדערס מאל,
איך קען דיר נישט ענטפערן אויף אזאך וואס מ'האלט מיר נאך נישט דארט, דערווייל האט ר' אהרן נישט באקומען קיין שום הזמנה איבער קרית יואל, אין קיין שום בי"ד האט איהם נאך נישט מחייב געווען צו חתמנ'ן שטרי ברורין, ווען ס'וועט קומען דערצו וועלמיר זיך אלע דערוויסן,
|
|
נאר אגב:
ס'מיר סתם אינטערסאנט צו וויסן מכח וואס איז דער תביעה פון מענדל שווימער אויף אהרן וועלץ? איך שטעל מיך פאר אז לשיטתך, אוואדי נישט די פאליטיק פון ר' אהרן און ר' זלמן לייב, ווי וואס ווען, סנאר פערצופאל אזוי אז איינער איז פונקט א חסיד פון ר' אהרן און איינער פון ר' זלמן לייב, דארט טאר מען ח"ו נישט רעדן פון רבנות, לויט דיין סברה פארוואס זאל מען נישט חושש זיין אקוראט דעם זעלבן חשש אין בארא פארק, אז נאכן פסק אויב אהרן וועלץ געווינט, וועט ר' זלמן לייב זיך אנרוקן ווי א מחותן און תובע זיין אלס ממלא מקום פון סאטמאר,
איך פרעג נאר אגב,
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2010 18:13 |
|
| |
שארטקאט, אם כנים דבריך, האלט מיר נאך דעמאלטס ביי SQUARE ONE, נו וואס דרייט מען דא א קאפ מיט ר' אהרן'ס חתימה,
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2010 19:07 |
|
| |
סקאט עס זעהט מיר אויס ווי במשך דעם שבת האסטו פארגעסן דעם גאנצן נושא, אדער ווי די שרייבסט אין אנדערן אשכול אז די ענפערסט נאך פאר די ליינסט אלעס וואס דיין קאלעגע שרייבט,
מיר רעדן פון א פאסירונג פון טבת תשע"א, ווען קיינער האט נישט געשיקט קיין הזמנה פאר קיינעם, ר' זלמן לייב האט נישט באקומען קיין הזמנה און ר' אהרן אויך נישט, בסך הכל האט א ארטאדאקסישער איד א שופט פרובירט צו ברענגן א סכסוך פון א שטח אויף סאוט אכט סטריט צו א דין תורה, און אזוי ווי איינע פון די צדדים זאגט אז דער סכסוך האט צוטוהן מיט סאטמאר פאליטיק פון צוויי ברודער, האט דער שופט זיך מטריח געווען און אריבערגאפארן צו ביידע רבנים און זיי געפרעגט צו זענען מסכים אז די צדדים פון סאוט אכט זאלן גיין צו דין תורה, האבן ביידע מסכים געווען, און זיך פארגליכן צו פרעמדע בתי דינים,
ר' אהרן האט געזאגט פאר דעם שופט אז ער האט תביעות אויף זיין ברודער, וואס ער האט נישט געשיקט קיין הזמנה, אבער די תביעות זענען בעיקר אויף זיין רבנות און ממלא מקום פון אדמורות והמסתעף, און ער וויל גיין צו דין זבל"א, דער שופט האט געפרעגט ר' זלמן לייב האט ער געענפערט בכל הכבוד אז ער וויל גיין צו דין תורה וועל איך מיט אים גיין, אפילו אן דעם וואס ער שיקט מיר הזמנה, אבער איך האב תביעות נגדיות און איך וויל די זאלסט אים מודיע זיין אז איך וויל שרייבן די שטרי בירורין קלאר אז תביעות נגדיות זענען נכלל אין די שטרי בירורין,
די צדדים האבן ביידע מודיע געווען ווער די בוררים זענען און די בוררים קענען שוין צווישן זיך אויסקלויבן שלישים כדרך כל הארץ, אבער דער שופט האט זיך אנגעשטויסן אין א פראבלעם, ווייל ר' אהרן זאגט איך האלט נישט דערביי, איך בין זיך מתדיין אויף וואס איך וויל אבער נישט וואס די ווילסט,
יעצט ליין איבער דיינע תגובות און זאג אויב עס קומט בכלל אהער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2010 19:11 |
|
| |
בנוגע די דין תורה פון שווימער מיט וועלץ האלט איך זייער קלאר אז אויב וועלץ פארלירט וועט ר' אהרן תובע זיין מענדל שווימער אלס ממלא מקום, און די זעלבע פארקערט, נישט נאר די אדמור"ים נאר די קהלות אויך, למשל אויב אהרן וועלץ פארלירט וועט בערל פרידמאן רופן צו דין תורה מענדל שווימער אז ער איז ראש הקהל, און אלע מוסדות זענען אונטער קהל, און די זעלבע פארקערט
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 06:33 |
|
| |
אין די בארא פארקע דין תורה האט אהרן וועלץ געוואלט נוצן ר' אהרן אלס זיין וועג ארויס פון דין תורה, ער איז געקומען מיט א בריוו פון ר' אהרן אז ער ווארפט ארויס מענדל שווימער פון די הנהלה, אבער דער בית דין האט אים געפרעגט ווער האט דען געפרעגט ר' אהרן, אויב וויל ער דא ווערן א בעל דין און טענה'ן אז ער איז דער בעל בית זאל ער חתמ'ן שטרי בירורין, אבער ר' אהרן האט נישט געוואלט, ווידער ווייל ער האט נישט וואס צו פארדינען, ער וויל זיך איבערלאזן די ברירה נאך אהרן וועלץ פארלירן דין תורה קען ער דעמאלס תובע זיין אין א נייעם דין תורה,
|
|
|
|
|