|
|
| נשלח ב-27/12/2010 19:54 |
|
| |
די תהליכי הקהילה טענה פארדינט נישט קיין לאנגע הסברים עס
איז מופרך מעיקרה, עס דינט בלויז פאר א ביישפיל וויאזוי די אנדערע
אויסריידן קוקען אויס, ווידער די טענה אז מהר''א דארף חתמנ'ן ש''ב איז
ווידער די זעלבע, ווייל מהר''א האט קלאר געשטעלט אז אויב בי''ד זעהט איין
אז ער דארף חתמנ'ן וועט ער גלייך חתמנ'ן, אין לדעתי זעה איך נישט פארוואס
ס'וועט אויספעלן ווייל די מחלוקה איז איבער ראה''ק נישט אויף אדמו''ר'ת
אדער ירושה, והא ראי' אין בארא פארק ביי די די''ת האט עס בי''ד אינגאנצן
נישט פארלאנגט, אין די גאנצע סיבה פארוואס אין ב''ב האט עס בי''ד יא
פארלאנגט איז ציליב דעם וואס די רבי'ס זענען פארשריבן אלס שותפים אין די
נכסים, ווידער די טענה וועגן אריינמושן קרית יואל איז א שאד צו רעדן דערפון
ווייל אויב וואלט געווען סיי וועלכע תביעה אין קרית יואל וואלט צד מהרז''ל
שוין לאנג גערופן צו דין תורה אדער אין ערכעות ווייל צד מהר''א האט געזאגט
אז מ'שיקט זיי א הזמנה קומען זיי גלייך, שוין נאכדעם וואס דאס איז בכלל
נישט קיין קאנטער תביעה ווייל די טענות איבער מהרז''ל אין
וויליאמסבורג זענען גאנץ אנדערע טענות ווי איבער מהר''א אין קרית יואל מיט
אנדערע תובעים ונתבעים, פינקט ווי צד מהר''א האט עס נישט געקענט פארלאנגן
אין ב''פ אדער ב''ב, ע''כ לדעתי קען איך נישט זעהן וואסערע פרישע אויסרייד
צד מהרז''ל זאל דא האבען.
קרעדיט דיןתורה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 20:03 |
|
| |
סקאט, דא האסטו דעם אלעמען באקאנטן קאראפטירטן מהלך פון דייני הקהלה א בריוו וואס ר' אהרן האט געשריבן פאר 26 יאר צוריק פאר אלטר משה ושינדל
גאלדברערגער, בלויז איין יאר נאכדעם וואס ער איז געווארן דעם מסייע פאר זיין
טאטן אין קרית יואל,
העתק המכתב
לאלטר משה גאלדבערגער ואשתו שינדל היות שערכתם משפט בערכאות של גוים נגד
הנהלת מוסדות הקדושים של קרייתנו המפוארה, הרינו
להודיעכם שעל בפי דין תוה"ק הנכם מחויבים להפסיק מיד
ולבטל את המפשטים והתביעות בערכאות, וכמבואר בחו"מ
סי' כ"ו שכל ההולך לידון בפניהם הרי זה רשע וכאילו
חירוף וגידף וכאליו הרים יד בתורת משה רבינו ע"ה
ונוסף לזה דינו כמסור, ותדעו שהקולר יהי' תלוי
בצאוריכם אודות החילול השם שמים ר"ל הגדול והנורא
שבצעדיכם.
ואם יש לכם איזה טענה ותביעה נגד הנהלת המוסדות
אז ידונו על זה רבני ודייני דקהלתנו ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר
עט"ר שליט"א
וע"ז בעה"ח יום ד' ויקרא תשמ"ו לפ:ק
הק' אהרן טייטלבוים
רב ור"מ פה ק"ק קרית יואל יצ"ו
הק' געציל בערקאוויטש
דומ"ץ פה קרית יואל
הק' יואל מארגענשטערן
אבדק"ק שארמאש יצ"ו
אויסער דעם האט ר' אהרן קיינמאל נישט מסכים געווען צו גיין צו דין תורה מיט בני
יואל, בימים ההם האבן די בני יואל פרובירט אויף אלע אופנים ברענגן ר' אהרן צו
דין תורה, קיין איין בית דין האט נישט געוואלט האבן קיין טעראר האבן זיי מורא
געהאט שיקן הזמנות, דעריבער האט בני יואל געשיקט בריוו, און זיי האבן זייער
בריוון מפרסם געווען איבעראל אז זיי ווילן א זבל"א וזבל"א אבער ר' אהרן האט
נישט געענפערט, און יעצט פלוצלינג שרייט ער דייני הקהלה איז א קאראפטירטע טענה, ניטאמאל האט ר'
אהרן פארגעשלאגן בתי דינים ווי קאלרסבורג אדער משפט שלום אדער חקר הלכה וואס
פסק'ענן דיני תורות, נאר אך ורק רבני ודייני קהלתנו ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר
שליט"א
און וייסט איינער וואס איז געווען אלטר משה גאלדבערגערס חטא, ער האט מוחה
געווען אויף ר' משה'לע וויזניצער דערפאר האט מען ארויסגעווארפן זיינע קינדער
אויף די גאס, ווען עס איז נישט געווען קיין מוסדות אין קרית יואל, און אויך דער פוסק הדור דער בעל אגלי דבש איז אינטערגעשריבן אויף דעם בריוו,
און אפילו דער שארמאשער רב וואס האט אלע יארן געפסק'נט שווערע שאלות אין קרית
יואל האט אויך אינטערגעשריבן.

תוקן על ידי חסיד_152 ב- 27/12/2010 20:04:32
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 20:28 |
|
| |
אגב, איך מיין בי"ד משפט שלום האט נאך אין יענע יארן געמאלן צעטלעך אונטערן נאמען ש.מ.ח.ה.
חקר הלכה האט נאך אויך נישט עקזעסטירט
און קארלסבורג איז נאך געווען דיין אין סאטמאר ב"פ
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 20:32 |
|
| |
דער צעטל איז ארויפגעלייגט זייער נישט קלאר איך קען נישט ליינען וואס דארט שטייט אבער זיכער נישט וואס די שרייבסט העכער דעם, לייג ארויף א קלארער קאפי וועט נתגלה ווערן דיין זיוף
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 22:17 |
|
| |
סקאטמאלען שרייבט: איך זעה מיטאמאל א סברה רחוקה וויזוי מ'זאל קענען אפי'
בדוחק גדול מדמה זיין דעם צעטיל אהער, ס'מיטאמאל גוט פאר א דשאוק, דארט האט
א יחיד געהאט א טענה קעגן א געוויסע תקנה רוחניות פון די קהלה, קומסטו עס
מדמה זיין צו א מאסיווער דיני ממנות תביעה פון "ווער איז" קהל יטב לב,
דאס
איז איין זאך וואס איך באוואונדער שטארק די זאליס, זיי האבן עפעס א
אויסערגעווענליכע NERVE, העזה, חוצפה, איך וואלט קיינמאל און מיין לעבן
נישט געהאט די האָזע צו זאגן אן קיין שום בושה, אז א געשוואוירענער דיין,
אדער אזא איינער ווי יצחק מאנדל צו יצחק שטיין זאל מחליט זיין ווער עס זאל
זיין דער בעה"ב פון נכסים ווערד אהאלב ביליאן דאלאר,
טראכטס באמת
אריין, לויט די זאלויניס וואלט נישט מער אין נישט ווייניגער נישט קיין
אנדערער ווי יצחק מאנדל געזאלט זיין דער וואס זאל פירן די גרעסטע אין
האקעלסטע דין תורה בימינו, אפי' ווען ער איז ווען נישט קיין געשוואוירענע
שונא פון ר' אהרן וואלט עס געווען א אומפאראנטווארטליכקייט, קענענדיג זיין
קריאזע כאראקטער, עאחכו"כ אז ער איז גאר דער שיינער איד פון זייער קהלה אין
מונרו,
אין באבוב איז ידוע איז דער דיין רב טויבער אנגעשלאסן צי
צד רב"צ, דארט האט צד רב"צ קיינמאל נישט עולה על הדעת געווען צו פארלאנגן
אז רב טויבער זאל זיין דער דיין, פאר איין סיבה, ס'האט גארנישט מיט זייער
צידקות, פשוט ווייל זיי האבן פשוט נישט דו סארט האזע ווי די זאליס, זיי
זענען נארמאלע מענטשן, צו פארלאנגען אזא זאך דארף מען זיין זייער עראגענט
און מאפיאנעריש,
די זעלבע איז מיט אהרן וועלץ, ער וואלט פונקט אזוי
געקענט זאגן אז דער רב ר' בעריש מייזליש, זאל דן זיין דער סיכסוך, נאר ווי
געשמיסט, ס'האט גארנישט מיט קיין צידקות פון אהרן וועלץ, ס'פשוט, העזה,
חוצפה, nerve,
סקאט אין אונזער תורה שטייט דין פרוטה כדין מאה, עס איז בכלל נישט משנה אויב מען איז תובע אויף נכסים פון האלב ביליאן דאלאר, אדער פון א יחיד וואס רופט א מוסד צו דין תורה, אויב ר' אהרן האט געשריבן אז א סכסוך פון די מוסדות קען נאר דן זיין דייני רבני קהלה זאת התורה לא תהא מוחלפת, די זעלבע תורה איז אויך ווען ר' אהרן איז דער תובע, פעיראל דיינים זענען פעיראל דיינים,
בדרך אגב רב טויבער פון באבוב איז א שוואגער פון ר' בנציון, וואס איז פסול על פי הלכה,
בנוגע אהרן וועלץ נישט איינפאלן פארשלאגן בעריש מייזליש, וויל איך דיר זאגן אז ער האט נישט נאר פארגעשלאגן בעריש אלס בית דין, נאר ער האט געברענגט פאר בית דין א בריוו פון בעריש אז אהרן וועלץ מוז נישט גיין צו דין תורה בכלל ווייל ער איז מרא דאתרא און וועלץ פאלגט אים אלעס, דאס הייסט אז בעריש האט נישט נאר געוואלט זיין דיין נאר ער האט שוין אויסגעפסק'נט די דין תורה פארן אנהויבן,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 22:50 |
|
| |
איך קען נישט די הלכות איך פרעג נאר, ביז ווי ווייט גייט קירבות צו זיין פסול
ריח"מ מיט רז"ל פילאפף זענען אייניקלעך פון ייטב לב דורך זייער שווער און רח"ד כ"ץ איז א אייניקל פון ר' שלום אליעזר (אויב איך האב נישט קיין טעות)
זענען זיי נישט פסול?
ביטע ענטפערן נאר מיט א מקור בהלכה, נישט סתם אין די וועלט אריין
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 23:19 |
|
| |
שולחן ערוך חושן משפט סימן לג,
אלו הם הפסולים: האחים, זה עם זה, בין מן האם בין מן האב, הרי הם ראשון בראשון, ובניהם זה עם זה שני בשני, ובני בניהם זה עם זה שלישי בשלישי. ולעולם שלישי בראשון, כשר, ואצ"ל שלישי בשני. אבל שני בשני, ואצ"ל שני בראשון, שניהם פסולים. לפיכך האב עם בן בנו, פסול, מפני שהאב ובנו ראשון בראשון כמו אח ואחיו, ועם בן בן בנו, שהוא רביעי ממנו, כשר, מפני שהוא שלישי בראשון. וכן הדרך בנקבות. כיצד, שתי אחיות, או אח ואחותו, בין מן האב בין מן האם, הרי הם ראשון בראשון; בניהם, בין זכרים בין נקבות, שני בשני. בני בניהם או בנות בנותיהם, שלישי בשלישי; ויש אומרים: השלישי בראשון, פסול: הגה - וכן ראוי להורות. וי"א דאינו פסול רק מדרבנן, אע"ג דשאר פסולים מדאורייתא, ונ"מ לענין עידי קדושין, כמו שנתבאר בא"ה סימן מ"ב (מרדכי פ' זה בורר). וי"א דקרובי האם נמי אינן פסולים אלא מדרבנן (מיי' פי"ג מהלכות עדות): (ג) כל אשה שאתה פסול לה, אתה פסול לבעלה, שהבעל כאשתו. וכל בעל שאתה פסול לו, כך אתה פסול לאשתו, שהאשה כבעלה. ולדעת הפוסלים שלישי בראשון, מכשירים באשתו, מפני שהוא מופלג.
צווייטע קאזען לכל הדעות כשר, כ"ש ווען די קירבות איז נאר דורך די ווייבער,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/12/2010 23:46 |
|
| |
דער אלטר משה גאלדבערגער האט אין זיינער צייט געטראפן איין איינציגער בית דין וואס איז גרייט געווען צו שיקן הזמנה קיין קרית יואל, דער בית דין פון מאנסי אנגעפירט דורך הרב
לאנדסמאן, האט ר' אהרן זיך אויפגעשטעלט און געהאלטן א שארפע דרשה אין בית המדרש אין קרית יואל אז דער בית דין איז א בית דין חצוף, עד כדי כך איז דער בית דין פסול געווארן, אז מיט צוואנציג יאר שפעטער ווען א אינגערמאן פון מאנסי האט געגעבן א גט אין יענעם בית דין, האט ר' אהרן געפסל'ט דעם גט און געהייסן איבערגעבן א גט, ווי ר' אהרן
אליין איז געווען איינע פון די דריי דיינים, אלעס ווייל דער גט איז געמאכט דורך הרב לאנדסמאן'ס בית דין, כאטש עס איז דא א חרם דרבינו תם נישט מערער זיין אויף
א גט.
דאס איז א קליינע דוגמא פון טעראר וואס ר' אהרן האט אנגעפירט אויף א פרעמדער
בית דין וואס האט געוואגט צו שיקן הזמנה על פי בקשת התובע אלטר משה גאלדבערגער, און ר' אהרן אליין האט אפגעשריבן דעם בריוו פאר הרב גאלדבערגער ואשתו שינדל, וואו ער
שרייבט ארויס אז נאר רבני ודייני קהלה ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א קענען דן זיין
אויף דעם, און ביזדערווייל זאלן גאלדבערגער'ס קינדער זיך וואלגערן אויף די גאס, אדער זאלן זיי פארן קיין מאנסי יעדן טאג.
נאך א דוגמא פון טעראר אויף א בי"ד וואס איז נישט געגאנגען אין שפאן מיט די תהליכי הקהלה אידילאגיע, איז דער בית דין פון מאנסי וועלכער האט זיך געוואגט צו שיקן הזמנה
פאר אהרן וועלץ. נאכדעם וואס אהרן וועלץ האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה
האט דער בית דין געגעבן א היתר מעקל זיין בערכאות, איז דער בית דין אראפגעריסן
געווארן אין בלאט מיט די ערגסטע איסורים וחרמים.
אזוי אויך דער בית דין אין ירושלים, וואס האט געגעבן א היתר מעקל זיין אויף משה חיים ווייס אין בני ברק, ווען די הנהלה האט געוואלט גיין צו בוררות ביי רבנים פון עדה החרדית, און די בני ברק'ער האבן געוואלט נאר ציוניסטישע
רבנים אדער בני ברק'ער רבנים, האט זיי ר' אהרן אראפגעריסן ברבים אין זיין דרשה אלס שלשה רועי בקר.
דאס איז אלס נאר א מקצת מן המקצת וואס ר' אהרן האט חוזק געמאכט פון בתי דינים
אלעס ווייל זיי האבן זיך געוואגט צו טראכטן אנדערש ווי ער, היינט איז שוין נישטא
קיין בית דין וואס וויל שיקן הזמנה קיין קרית יואל, ווייל קיינער האלט נישט ביים זיין אין דעם גרויס נארישער מויל פון דעם שוטה וגס רוח און עם הארץ מיט זיין לצנות משכילישער שפראך.
אבער היינט צוטאגס שטעלט ער זיך אהער ווי א גאנצער רחמנות, און זאגט אז עס א קארפטירטע טענה צו וועלן דוקא דייני הקהלה, אדער דיינים וואס זענען סאטמארער תלמידים און זענען דיינים אין אנדערע בתי דינים. און זיין צווייטע טענה וואס ער זאגט איז שיקטס מיר אן הזמנה, נאכדעם וואס ער האט
טערארעזירט 25 יאר בתי דינים וואס זענען אים נישט געפאלן, מאכט ער זיך תמימותדיג און זאגט שיק מיר הזמנה. אבער א מסרב לדין איז יענער ווייל... תהלוכות הקהלה, קאראפטירטע בתי דינים, קרובי משפחה און נאך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2010 06:27 |
|
| |
איך זעה אז די זאך פארקריכט אביסל פון די רעלסן וויל איך פרובירן אביסל אויסצוקלארן די מעשה, אבער איידער איך הייב אהן וואלט איך געוואלט בעטן און אויב איינער וואלט געקענט אנצייגן ווי מען טרעפן אנליין פארשידענע דאקומענטן פון יענע תקופה, וואס וואלט געגבן אקלארערן בילד און מען וואלט ווען בעסער פארשטאנען די גאנצע מעשה, ווי אויך וואלט עס געהאלפן אז מען זאל נישט צופיל אוועקפארן פונם ענין.
בעיקר דארף איך די צוויי קונטריסים וואס זענען ארויסגעקומען בשעתו פאר די וואלן, וואס דארט געפינען זיך פארשידענע וויכטיגע דאקומענטן און פרטים בנוגע דעם גאנץ ערשטן די"ת ווען ר' יקותיא' הערש ווערצבערגער און ר' ישראל אלימלך ווערטהיימער האבן אינאיינעם מיט נאך עטליכע צוואנציג מענטשן (בערל פר"מ "נישט" בתוכם) גערופן ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין, בנוגע אן אינערליכע סכסוך אין די קהילה וואס האט גארנישט צוטוהן מיט אדמורו"ת, דער חלק האט אנגעהאלטן פאר עטליכע חדשים ביז דער בי"ד המזמין האט אינגאצען צוריקגעצויגן פון די הזמנה און תביעה, אנגעבענדיג דערביי אז ר' יקותיא' הערש און ר' ישרא' אלימלך און די אנדערע האבן עובר געווען על דברי הבי"ד, (איך מיין אז זינט דעמאלטס האט מען גארנישט געהערט פון ר' יקותיא' הערש אדער ר' ישראל אלימלך)
ווי אויך אויך וואלט כדאי געווען צו האבן די דאקומענטן פון עטליכע יאר שפעטער, ווען נאכדעם ווי די אהרונים האבן גענומען צו גיין אין ערכאות אויף רעכטס אין לינקס, האט ר' משה מנחם טירנויער פרובירט אויסצוארבייטן אן הסכם צו שליכטן די סיכסוכים פון ערכאות ביי די"ת, דארט איז אויך דא פארשידענע דאקומענטן מיט וויכטיגע פרטים, וואס וואלט כדאי געווען צו האבן.
איך מיין אז אויב מען וועט האבן די דערמאנטע דאקומענטן וועט מען קענען פירן א וויכוח מיט מער תוכן און מער אמת'דיג לויט די פאקטן.
אלזא בעט איך ווער עס קען זאל מוחל זיין אנצייגן ווי מען קען האבן צוטריט דערצו, אדער זאל דאס איינער יעצט ארויפלייגן.
_________________
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2010 17:58 |
|
| |
דערווייל האט נאך קיינער נישט מסביר געווען דעם חילוק פון בארא פארק דין תורה אז דארט האט מען נישט געדארפט חתימות פון די רבי'ס
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2010 18:11 |
|
| |
דער חילוק איז זייער פשוט, די הויעכגעשעצטע ריכטערן מרת דעמערעסט האט נישט געהאלטן ביים אנעמען די נארישע אמתלאות וועגן אינטער שרייבן שטרי בירורין דורך די רבי'ס, זי האט זייער קלאר פארארדענט אז מען דארף תיכף ומיד גיין צו דין תורה אן קיין שום תירוצים, און אויב נישט איז... און ווי עס זעט אויס האט מענדל שוויממער זייער קלאר פארשטאנען דעם וואונק פון די חשובע ריכטערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2010 18:48 |
|
| |
משה שפיר קאמרת, זייער גוט געזאגט האסט דיך נאר טועה געווען מיט די נעמען, ר' מענדל שווימער האט נישט געזוכט קיין אמתלאות ער האט דאך תובע געווען לדין, ער האט געוואלט דער בית דין זאל דן זיין נאר ווער עס איז די הנהלה פון סאטמר בארא פארק און נישט עפעס מער, דוקא דער נתבע אהרן וועלץ האט געזוכט אמתלאות זיך משתמט זיין, ביז ווען דער אפעלאט געריכט האט געזגאט פאר וועלץ אז די האסט נישט מיט רעליגיע קיין שייכות און אז די טענות פון וועלץ אז די רבי'ס קומען אריין אין סכסוך איז נישט קיין טענה, דעריבער קען ריכטערן דעמעריסט זעך יא אריינמישן אין דעם סכסוך און דיך ארויסווארפן פון די הנהלה, דעמאלס האט וועלץ לחרפתו אונטערגעשריבן א נוסח פון בוררות וואס דער בית דין אבן המשפט האט אים פארגעלייגט - וואס האט שוין געהאט מענדל שווימערס חתימה פון יארן פריער - וואס וועלץ האט נישט געוואלט חתמ'ן ביז נאכן אפעלאט פארלוסט, און ווי איינער האט פריער דערמאנט האט מען דעם בית דין טאקע לכבוד דעם מחרים געווען אין דער בלאט,
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2010 20:40 |
|
| |
טיפישל, נישט איך האב מיך טועה געווען מיט די נעמען, נאר די הויעכגעשעצטע ריכטערן דעמערעסט, זי האט אריין געפליקט פאר דעם מענדל שוויממער און געשריבן אז זי ארדערט עם זאפארט זיך צו שטעלן צו א בית דין, און זאל אויפהערן מיט זיינע לעכערליכע נארישע תירוצים, איך ווייס אז עכט האט זי געמיינט ר' אהרן וועלץ, נאר בטעות האט זי געשריבן מענדל שוויממער, (אלל חסידיק פיפעל לוק אלייק  ) נו, טעות לעולם חוזר, זי האט געמאכט א טעות...
|
|
|
|
| נשלח ב-28/12/2010 21:11 |
|
| |
שוין ווייטער מישט מען, פון וואס וויל מען רעדן, פון די גרויסע צענטראלע די"ת אדער פון ב.פ.?
ביטע קלאר מאכן, איך בין גרייט צו רעדן פון ביידע, אבער נישט מישן
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 00:53 |
|
| |
פלייוואוד יעדער רעדט דאס ווער דאס הארץ גליסט אים צו רעדן,
|
|
|
|
|