|
|
| נשלח ב-29/12/2010 00:56 |
|
| |
היפאקריטען נוסח ארונים.
די ארונים שיקן דא זייער פארטרעטער סקאט מאלען צו ענפערן דעם שאקירענדן בריוו אז קרית יואל איז נישט גרייט זיך מתדיין צו זיין ביי א בית דין של זבל"א, טראץ וואס דוד עקשטיין איז געווען דער ערשטער אויף די תביעה אויף די נאווארדיקע הזמנה אלס תובע און אזוי אויך אין געריכטן האבן עקשטיין מיט הורוויץ געחתמ'ט אלס תובעים בשם קהל יטב לב המרכזי, אלע קאורט דאקומענטן שטייט קלאר אז אלעס איז איין גרויסע קהלה, אבער ווען ס'קומט צו דן זיין זאגט קרית יואל מיר זענען מחותנים צו וויליאמסבורג צו זיין תובעים אבער נישט צו זיין נתבעים.
קומט מאלען מיט ספינס און דרייט אוועק דעם שמועס דייני הקהלה וכו', בשעת ווען ער ווייסט אז מען רעדט יעצט פון בוררות, פרעגט מען לאמיר שוין זאגן אז מ'האט געענפערט פאר נאווארדיק דעם תירוץ דייני הקהלה, מה נשתנה קרית יואל אז ר' אהרן מיט ר' געציל האבן געשריבן פאר אלתר משה וזו' שינדל גאלדבערגער זאלן זיך מתדיין זיין ביי רבני ודייני הקהלה, פארוואס צו דעם דארף מען נישט זיין אראגענט און מאפיאנעריש כלשונו, האט מאלען נישט געקענט דערהייבן די היץ און ווערט נעלם, מ'האט געמיינט ער איז נישט דא צוליב די שניי דערווייל ענטפערט ער אין אנדערן פארום, אז גאלדבערגער איז געווען א קליינע דין תורה איבער א תקנה פון די מוסדות, משא"כ דין תורה אויף קהל יטב לב רעדט מען פון נכסים פון האלב ביליאן דאלאר.
(אגב ווייס איך נישט ווי עס קומט האלב ביליאן דאלאר צו קהל יטב לב אין וויליאמבורג, איך מיין אז אויסער די ראדני שול מיט די נייע האלב געבויטער שול מיטן רבי'ןס הויז אין די מצה בעקעריי האט קהל יטב לב נישט קיין נכסים, איך וואלט געזאגט אז מסתם אלעס אינאיינעם איז נישט ווערט קיין 50 מיליאן דאלאר וואס איז א צענטל פון א האלב ביליאן דאלאר, וואס לכאורה איז שוין געווען אין די היסטאריע סך גרעסערע דין תורות, די באבאווער דין תורה איז זיכער סאך מער נכסים ווי דעם)
קודם כל וואסערע תקנה אין די קהלה וועגן מוחה זיין אויף ר' משה'לע וויזניצער, אין די שטאטוטן איז נישטא אזא זאך, און אויב איז יא דא א תקנה וואס קען בארעכטיגן ארויסווארפן קליינע קינדער פון א מוסד פארוואס זאל נישט א כשר'ער בית דין פון מאנסי אדער סיי ווער נישט קענען פארשטיין אז די קהלה מוז אויספירן זייערע תקנות, אדער אפשר האט ר' אהרן געדאפט לאזן דער בית דין דן זיין אויף די שאלה אליין, צו גאלדבערגער'ס דין תורה איז א רוחניות'דיגע אדער גשמיות'דיגע, און אויב בית דין וועט באשלוסן אז עס איז רוחניות זאל דעמאלס דייני הקהלה דן זיין, און פארוואס איז נישט מאפיאנעריש צו באשמיצן א בית דין אלס בית דין חצוף ווייל זיי האבן געהאלטן אזויווי ר' אהרן טענה'ט יעצט, אז דייני קהלה זענען נישט ראוי דן זיין אויף דעם סכסוך?.
צווייטענס אפשר איז דאס ארויסשטעלן בערל פרידמאן פון קהל אויך א רוחניותדיגע שאלה וואס באלאנגט צו דייני הקהלה, און ווידער דער צוווייטע טענה פון שוויות פון די נכסים איז בכלל א נפקא מינה, אויב איז דייני הקהלה א קאראפטירטע טענה, איז עס אלעמאל קאראפטירט. ווידער אויב איז טאקע יא אזוי קאראפטירט וויאזוי איז דאס אז די פוסקים ווי הג"ר יחזקאל ראטה שליט"א און להבחל"ח הג"ר ישראל יעקב פישער זצ"ל האבן נישט געוויסט פון די קאראפציע, און דוקא סקאט מאלען מיט רעביענקל ווייסן אז עס איז מופרך מעיקרה.
בראותו כי כלתה אליו הרעה פרובירט ער צומישן דעם עולם, מיט ר' אהרן'ס חתימה, ער איז טעכניש נישט אויפן פאפיר קיין תובע וכדו', קען ער נישט ווערן קיין נתבע, קודם כל אויב ר' אהרן איז נישט קיין תובע איז ר' זלמן לייב נישט קיין נתבע, ווייל טעכניש האט קיינער עם נישט געשיקט קיין הזמנה, איז סקאט מחדש אז למעשה איז דער טענה פון ר' אהרן'ס חתימה אויפגעקומען הערשט בשנת תשס"ב, וואס אגב איז שוין אויך ניין יאר, און אויך נאר צוליב א חתונה, ממילא איז דאס נישט א גוטע ענטפער און ר' אהרן האט נישט געמוזט אינטערשרייבן והא ראיה צען יאר השתלשלות היסטאריע איז דאך קלאר אז מען וויל נישט גיין צו דין תורה, פרעגט מען לכאורה פארשטייט יעדער בר דעת אז דער סכסוך איז איבער די פאליטיק פון די צוויי ברודער איז דאך ר' אהרן זיכער א בעל דין און פארוואס זאל ער נישט מסכים זיין תיכף ומיד חתמ'ן אפילו ער איז טעכניש נישט מופיע אויפן פאפיר אלס א בעל דין, ר' זלמן לייב איז אויך נישט טעכניש אויפן פאפיר קיין בעל דין און דאך זאגט ער פארן שופט אז ער איז מסכים צו חתמ'ן שטרי בירורין? דרייט סקאט, אז קודם דארף מען גיין צו בית דין און נאכדעם זאגן ווער ס'חתמ'ט, קודם גיין צו דין תורה און נאכדעם באשליסן וואס מ'זאל דן זיין, זאג מיר סקאט, וואס מיינט גיין צו דין תורה, ר' בנציון באבאוו'ער איז געגאנגען צום בית דין? ניין ער האט נאר געחתמ'ט שטרי בירורין און געשיקט זיינע פארטרעטערס, און דאס מיינט געגאנגען צו דין תורה ווייל מדארף נישט אריבערגיין אין בית דין שטיבל, מ'דארף בלויז זיך מתחייב זיין צו מקבל זיין דעם פסק פון בית דין, נו וואס דרייסטו א קאפ קודם זאל מען גיין צו דין תורה? על זה גופא אנו דנים, אונז בעט מיר שרייבט'ס אונטער אז איר וועט זיך מתדיין זיין אלע דיונים בקהל יטב לב המרכזי, נכלל בזה תביעות נגדיות, און דו שרייסט ניין איך וויל נישט. מען זאגט לאמיר דן זיין ווער איז ממלא מקום דעם ברך משה און ר' אהרן זאגט איך וויל נישט, זאגט סקאט דאס אלעס זאל מען זאגן פארן בית דין, און וואס בית דין וועט זאגן דאס זאל מען טוהן.
דו פארשטייסט נישט אז בית דין הייסט נישט קיינעם גארנישט זיי האבן נישט קיין שום כח צו צווינגען קיינעם חתמ'ן גארנישט, זייער פאוער הייבט זיך אן נאכדעם ווי מען האט אינטערגעשריבן, און אויב איינער שרייבט נישט אונטער איז עם דער פסק נישט מחייב, ווי קען בית דין זאגן אז ר' אהרן מוז אדער מוז נישט, זיי קענען סך הכל זאגן אז אויב ר' אהרן חתמ'ט נישט איז נאך דא א מעגליכקייט צו איבערשפילן די דין תורה נאכן פסק, די זעלבע איז מיט תביעות נגדיות, דער בית דין קען נישט צווינגען דן זיין אויף תביעות נגדיות, עס ווענדט זיך וואס די צדדים זענען זיך מתחייב, אויב די צדדים שרייבן ארויס נאר אויף דעם פרט פון סכסוך און נישט עפעס אנדערש דעמאלס קען דער בית דין נישט ארויסגיין פון דעם גבול וואס איז מגביל די שטרי בירורין, זיי קענען נישט צווינגען קיינעם מער ווי די התחייבות, אבער דער נתבע האט א קלארער רעכט צו זאגן אז איך וויל די שטרי בירורין זאל כולל זיין תביעות נגדיות, טא וואס רעדסטו קודם קום צו דין תורה נאכדעם וועט מען זעהן וואס איך זאל חתמ'ן, קומען צו דין תורה מיינט חתמ'ן שטרי בירורין, ועל זה אנו דנין וואס זאל שטיין אין שטרי בירורין, ר' זלמן לייב'ס צד זאגט שטרי בירורין זאל כולל זיין אלעס, און ר' אהרן זאגט ניין, נאר וויליאמסבורג אבער נישט מער.
אז מען האט נישט וואס צו עטפערן זאגט מען פארוואס בארא פארק האט מגביל געווען שטרי בירורין און דא אין וויליאמסבורג נישט, קודם כל איז די הזמנה פון בארא פארק געקומען נישט דורך ראשי קהלה, און אוודאי נישט דורך אזוי גערופענע צענטראלע קהלה עס איז קלאר געווען אויסגעשטעלט יחיד'יש, חבר הנהלת המוסד קעגן חבר הנהלת המוסד, דער תובע האט געזאגט אפיציעל מיך גייט נישט אן דער רביסטעווע אדער פאליטיק, פון מיין זייט זאל ר' אהרן ווייטער זיין רבי אדער ביידע ברודער רבי אדער קיינער נישט, איך וויל איין זאך, צוריקשטעלן די אלטע הנהלה. ר' אהרן וועלץ דער נתבע האט טאקע גענוצט די טענה אז עס איז פאליטיק און ער וויל נאר גיין צו דין תורה אויב מען איז כולל וויליאמסבורג אין די שטרי בירורין, דער פראבלעם איז אבער געווען אז דער טוען פון די תובעים האבן געמאכט שטרי בירורין וואס איז מוגבל נאר צו די שאלה איבער די הנהלה פון בארא פארק, און דער בית דין אבן המשפט האט דער נוסח געגעבן פאר נתבעים מיט די חתימה פון דעם תובע מענדל שווימער, און ווען אהרן וועלץ האט פארלוירן אין אפעלאט געריכט, האט ער שנעל אינטערגעשריבן אויף דעם שטר בירורין וואס מענדל שווימער האט געחתמ'ט און געמאכט א מאושען אין געריכט אז עס איז שוין דא שטרי בירורין כדי נישט צו פארלירן דעם גאנצן קעיס אין געריכט, בלית ברירה האבן זיי דאס געמוזט אריינגעבן אין געריכט ווייל אויב נישט וואלטן זיי געקענט פארלירן אלעס.
אויסער דעם האט נישט בית דין געקענט אנעמען די טענה פון אהרן וועלץ אז ער האט תביעות נגדיות קעגן מענדל שווימער בנוגע וויליאמסבורג ווען מענדל האט נישט מיט וויליאמסבורג קיין שייכות, און אפילו אויב מענדל שרייבט אונטער אויף וויליאמסבורג פארשטייט דער בית דין אז עס וועט נישט מחייב זיין די וויליאמסבורגער, משא"כ דער דין תורה וואו עס איז תובע ראשי קהלה פון קרית יואל, וויליאמסבורג און בארא פארק אלץ צענטראלע קהלה, איז אוודאי יא שייך תביעות נגדיות, אבער ווי געזאגט דאס איז אלעס נאר צו פארדרייען דעם שמועס, אבי מזאל נישט דארפן ענטפערן די שאלה פארוואס קרית יואל ענפערט אז אויף זיי איז נישטא קיין שום שאלות, דער איינציגער שאלה וואס א בית דין מעג דן זיין איז איבער וויליאמסבורג ותו לא.
נאכן אנטלויפן עטליכע טעג שיקט ער זיינען יונגעלעך שימעלע מיט משה'לע רעדן פאר פייער און וואסער, אשר לא ידע בין ימינם לשמאלם, אבער דער עיקר מען פארדרייט דעם שמועס און דער עיקר פארגעסט מען.
אלזא צוריק צום שמועס דו קענסט נישט פעיסן די מוזיק אנטלויפסטו? זיי נישט מועל אין דיין שליחות. סקאט לעבן איך האב דיך געפרעגט קשיות זיי מוחל און ענפער מיר א תירוץ.
די קשיא איז:
פארוואס וויל נישט ר' אהרן מיט קרית יואל'ער ראשי קהלה מאכן שטרי בירורין ביי א בית דין של זבל"א פון נייטראלע רבנים, וואס זענען נישט רבני ודייני קהלתינו כלשונו פון ר' אהרן, און לאמיר דן זיין אויף אלע סכסוכים פון די צענטראלע קהל יטב לב, כולל רבנות פון די צענטראלע קהלה מיט אירע פליגלעך אין וויליאמסבורג, קרית און יואל בארא פארק, כולל ממלא מקום אדמורו"ת פון סאטמאר והמסתעף.
און כדאי דער אשכול זאל נישט פארפארן פונעם נושא, ביטע נישט שרייבן יעצט וועגן אנדערע דין תורות אדער סכסוכים, ועוד חזון למועד.,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 01:17 |
|
| |
בערל האט געהאט א גרויסע געשעפט אויף דיוויזשאן עוו. און יענקל איז געקומען און איהם ארויסגעשליידערט מיט די געוואלד, בערל האט איהם כדרכה של תורה געשיקט א הזמנה צו די"ת און יענקל האט זיך משתמט געווען מיט פארשידענע תירוצים, בערל האט בלית ברירה ובהיתר ב"ד געקלאגט דעם יענקל אין געריכט, און נאך מערערע הירונגען און אורטיילן פון נידעריגע און העכערע געריכטן האט די געריכט באשלאסן אז די סכסוך צווישן בערל און יענקל געהערט צו דין-תורה.
יענקל זעהענדיג כי כלתה אליו הרעה ער מוז זיך שטעלן צו א די"ת און אונטערשרייבן שטרי בירורין, האט ער אויסגעטראפן א געדאנק: ער פאדערט אז בערל זאל ביי די שטרי בירורין אויך אריינרעכענען זיין לאקאל אויפן 13 עוו. און זיין לאקאל אינעם שאפינג סענטער.
בערל ווי פארשטענדליך זאגט איהם בלא, דו האסט עפעס געהאט א דין ודברים מיט מיר איבער די אנדערע געשעפטן, אויב יא רוף מיך צו די"ת און איך וועל מיך אוודאי צושטעלן.
איז ווער איז דער וואס וויל נישט קיין דין תורה ? ............... אוודאי בערל
עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 01:50 |
|
| |
עס איז יא דא ווער זאל לאכן, און מען לאכט טאקע אין די פאסטען פון די היפאקריטן,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 01:53 |
|
| |
מעכיל האט געהאט א קייט פון געשעפטן אויסגעשפרייט בכל אתר ואתר,
מעכיל האט געהאט צוויי קינדער מיט מערערע מענעדשערס,
איינטאג האט מעכיל ארויסגעשליידערט מענעדשער בערי, און הייסט אז נאר יענקל מיט זיינע געהילפן זאלען ראנען די געשעפטן,
בערי איז דאך נישט קיין נאר, מיטן הילף פון א זוהן פון מעכיל באפעסטיגט ער זיך אין איינע פונן די צווייגן פונעם געשעפט, און שרייט ארויס מיט א הויכהילכער אין מיט א מאביל קאמענד סענטער אז איך בין נאך אלץ דא,
ס'שטעלט זיך נישט אפ דא נאר ער רופט צו דין תורה און ווען ער קען נישט ברענגן שט"ב לויפט ער און קארט, ווען דער ריכטער שיקט צו דין תורה שרייטער איך גיי נאר דן זיין אויף דארט ווי איך האב נישט געקענט צוכאפן פון מעכיל דארט ווי איך בין פעסט באפעסטיגט אין געהיידשקעט דעם געשעפט שפיל איך נישט,
איז ווער איז דער געווינער ביים דין תורה????
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 02:01 |
|
| |
דיין ארטיקל הייבט זיך אן מיט א אומבאזירטע ליגענט, אז איינער האט מיר דא געשיקט פארענטפערן איינעם, וואס איז דיין פראוו פאר דעם? צווייטנס, להוי ידיעה, מצידי איז דער נושא פארטיג, [ביז ס'וועט זיך נאכאמאל אויפוועקן], אויב איינער שפירט אז איך בין מנוצח געווארן, פארגין איך איהם דעם קורת רוח מיטן גאנצן הארץ, ביטע פארשטיין מיין מטרה און מהלך פון דעבאטירן א נושא אויך היידפארק, ווען איך שרייב א רעיון איבער א געוויסע הייסע נושא, זענען מיינע דיבורים געצילט צו די המון עם ליינער, מיך אונטערסירט לגמרי נישט צו מנצח זיין א ספעציפישער פארשלייערטער ניק, איך וויל פשוט דער המון ליינער זאלן דערהערן מיינע רעיונות וואס לפי ראות עיני שפיר איך האב איך שטארק ארויסגעברענגט מיינע פונקטן, און א ליינער מיט א אפענע מח וועט קלאר איינזעהן און די גערעכטיקייט פון מיינע דיבורים, נאכדעם אינטערסירט מיך שוין נישט קיין כי הוא זה צו האבן די לעצטע ווארט, אויב איך זאל דארפן אלס האבן די לעצטע ווארט אויף היידפארק וואלט איך לכאורה געדארפט, אפלאזן מיין דשאב און אפ'גט'ן מיין משפחה, איך האלט נאך נישט אז האבן די לעצטע ווארט אויף א אנאנימער וועבסייט איז ביי מיר אזוי וויכטיג, לענינינו דער איצטיגער נושא איז געקומען צו א מצב אז וואס אימער איך זאל שרייבן איז ארויסגעווארפן צייט, ווייל אלעס וואס איך האב צו זאגן, לפי קט שכלי האב איך שוין ארויסגעברענגט, קען זיין ס'דא אנדערע וואס האבן נאך רעיניות וסברות, ממילא פארוואס סתם איבערקייען די זעלבע זאכן אויף איין אנדערן שניט און ספין,
כעל מאכן א שנעלע ס"ה, ואסיים בזה,
סאטמאר האט 3 גרויסע קהלות אין ניו יארק, וומ"ב, מונרו און ב"פ,
בהשגחה פרטיות, איז וומ"ב [די גרעסטע פון די 3] געפאלן פאר ר' זלמן לייב, און די אנדערע 2 פאר ר' אהרן
יעדע פון די 3 האט, א אייגענע רב, אייגענע ראה"ק, אייגענע טובי הקהלה, אייגענע הנהלת המוסדות, די נכסים זענען אונטער גענצליך זעלבסשטענדיגע קארפארעשנס, קיינער איז נישט אחראי אויפן אנדערן, קיינער איז קיינמאל נישט געווען משעובד צו די אנדערע, דער וומ"ב אדמיניסטראטור, האט קיינמאל נישט איינגעטיילט וויזוי צו פירן די בארא פארקע מוסדות, אהרן וועלץ האט קיינמאל נישט איינגעטיילט מונרו, אדער אברהם ווידער האט קיינמאל נישט איינגעטיילט 82, יעדער האט זיך געפירט זיינער קהלות לויט זייער פארשטאנדן, לויט די באדערפענישן פון זייערע מעמבערס, וכדומה,
ממילא פארשטייט יעדער בר דעת אז אויב זאל זיך מאכן א סיכסוך איבער איינע פון די 3 קהלות, קען מען נישט רופן צו די"ת דער ראה"ק פון איין קהלה איבער די נכסים פון אן אנדערן קהלה, די פערזענליכקייטן זענען אנדערע און די תביעות וטענות זענען אלס אייגנארטיג,
אין בורו פארק, האלטן די זאליס אין איינקומען מיט סברות שונות ומשונות אז די טענות זענען אנדערש ממילא, מוז עס באזונדער באהאנדלט ווערן, אבער אין קרית יואל קענען זיי עס עפעס נישט פארשטיין
אפי' אם תמצא לומר אז געוויסע תובעים פון די וומ"ב תביעה האבן א שטיקל בעלות אויף קרית יואל, איז א טיפשות צו זאגו אז מ'זאל מאכן איין דין תורה אויף 2 זעלבסשטענדיגע קהלות, ביידע דארפן באהאנדלט ווערן באזירט אויף די אייגענע טענות ומענות, אין מיט די ארטיגע ראשי הקהלה,
ממילא אויב חסידי ר' זלמן לייב האט עפעס א תביעה איבער קרית יואל, ווער לאזט זיי נישט רופן צו דין תורה אברהם ווידער און מאיר הירש, און אויב זיי זענען זיך משתמט, קענט עטס האבן א שטיקל טענה נגדיות, אבער אזוי לאנג עטס רופטס נישט צו דין תורה איבער קרית יואל, וואס געבט ענק די רעכט צו זיך אליין אפ'פסקנ'ן אז ס'מוז זיין איין דין תורה, יעדער זאל באהאנדלט ווערן מיט די אייגנארטיגע טענות, ענק האלטן דאך ענק וועלן ממילא געווינען ביי ביידע,
בקיצור, חסידי מהר"א זענען שטענדיג גרייט צו דן זיין איבער קרית יואל, רוף זיי נאר צו די"ת, און מ'הייבט מארגן אן די די"ת
ודי בזה, כי הארכתי יותר מדי
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 02:15 |
|
| |
אפשר קענסטו געבן צו פארשטיין בקיצור יותר מדי, פארוואס קען דוד עקשטיין פון זעלבשטעניגע קהלה בקר"י תובע זיין יענקל כהנא ביי דין תורה, פארוואס קען דוד עקשטיין אלישע הורוויץ פון זעלבשטענדיגע קהלה בקרי"י און בנציון ווערצבערגער מיט זלמן ליכטמאן פון בארא פארק תובע זיין בערכאות די זעלבשטענדיגע וויליאמסבורגע קהלה, פארוואס קען דער מעמבער פון דעם זעלבשטענדיגע קהלה בקר"י וועלן פאר זעלבשטענדיגע קהלה אין וויליאמסבורג אין ענקער אזויגערופענע וואלן פאר ראשי קהלה,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 02:21 |
|
| |
און צוויי ווערטער: פייער און וואסער
און אנדערע (לענגערע) ווערטער אויב איינער פרעגט אפ דיינע גאנצע בנין איז דער תירוץ איך רעד נישט צו דיר איך בין דא אויף א פאבליק רילעשאנס מיסיע צום המון עם וואס קיינער האט מיר נישט געשיקט, און חזר איבער דיין אפגעפרעגטע געביידע און זיי מסיים ודי בזה
פארשטייסט, ודי בזה, כי הארכתי יותר מדי
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 02:53 |
|
| |
בלנ"ד, פון יעצט אין ווייטער וועל איך בלויז קאפירן העתקות פון מיינע פריערידיג מאמרים, אין איניינוועגס דעמאנטסטרירן אז די מ'קייט איבער אין איבער די זעלבע זאכן
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 02:55 |
|
| |
| שארטקאט כתב: |  | אפשר קענסטו געבן צו פארשטיין בקיצור יותר מדי,
פארוואס קען דוד עקשטיין פון זעלבשטעניגע קהלה בקר"י תובע זיין יענקל כהנא ביי דין תורה,
פארוואס קען דוד עקשטיין אלישע הורוויץ פון זעלבשטענדיגע קהלה בקרי"י און בנציון ווערצבערגער מיט זלמן ליכטמאן פון בארא פארק תובע זיין בערכאות די זעלבשטענדיגע וויליאמסבורגע קהלה,
פארוואס קען דער מעמבער פון דעם זעלבשטענדיגע קהלה בקר"י וועלן פאר זעלבשטענדיגע קהלה אין וויליאמסבורג אין ענקער אזויגערופענע וואלן פאר ראשי קהלה,
|
|
"אפי' אם תמצא לומר אז געוויסע תובעים פון די וומ"ב תביעה האבן א שטיקל בעלות אויף קרית יואל, איז א טיפשות צו זאגו אז מ'זאל מאכן איין דין תורה אויף 2 זעלבסשטענדיגע קהלות, ביידע דארפן באהאנדלט ווערן באזירט אויף די אייגענע טענות ומענות, אין מיט די ארטיגע ראשי הקהלה,"
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 02:57 |
|
| |
| zibala כתב: |  | און צוויי ווערטער: פייער און וואסער
און אנדערע (לענגערע) ווערטער אויב איינער פרעגט אפ דיינע גאנצע בנין איז דער תירוץ איך רעד נישט צו דיר איך בין דא אויף א פאבליק רילעשאנס מיסיע צום המון עם וואס קיינער האט מיר נישט געשיקט, און חזר איבער דיין אפגעפרעגטע געביידע און זיי מסיים ודי בזה
פארשטייסט, ודי בזה, כי הארכתי יותר מדי
_________________
[/quote]
"אויב איינער שפירט אז איך בין מנוצח געווארן, פארגין איך איהם דעם קורת רוח מיטן גאנצן הארץ" |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 04:43 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | דיין ארטיקל הייבט זיך אן מיט א אומבאזירטע ליגענט, אז איינער האט מיר דא געשיקט פארענטפערן איינעם, וואס איז דיין פראוו פאר דעם? צווייטנס, להוי ידיעה, מצידי איז דער נושא פארטיג, [ביז ס'וועט זיך נאכאמאל אויפוועקן], אויב איינער שפירט אז איך בין מנוצח געווארן, פארגין איך איהם דעם קורת רוח מיטן גאנצן הארץ, ביטע פארשטיין מיין מטרה און מהלך פון דעבאטירן א נושא אויך היידפארק, ווען איך שרייב א רעיון איבער א געוויסע הייסע נושא, זענען מיינע דיבורים געצילט צו די המון עם ליינער, מיך אונטערסירט לגמרי נישט צו מנצח זיין א ספעציפישער פארשלייערטער ניק, איך וויל פשוט דער המון ליינער זאלן דערהערן מיינע רעיונות וואס לפי ראות עיני שפיר איך האב איך שטארק ארויסגעברענגט מיינע פונקטן, און א ליינער מיט א אפענע מח וועט קלאר איינזעהן און די גערעכטיקייט פון מיינע דיבורים, נאכדעם אינטערסירט מיך שוין נישט קיין כי הוא זה צו האבן די לעצטע ווארט, אויב איך זאל דארפן אלס האבן די לעצטע ווארט אויף היידפארק וואלט איך לכאורה געדארפט, אפלאזן מיין דשאב און אפ'גט'ן מיין משפחה, איך האלט נאך נישט אז האבן די לעצטע ווארט אויף א אנאנימער וועבסייט איז ביי מיר אזוי וויכטיג, לענינינו דער איצטיגער נושא איז געקומען צו א מצב אז וואס אימער איך זאל שרייבן איז ארויסגעווארפן צייט, ווייל אלעס וואס איך האב צו זאגן, לפי קט שכלי האב איך שוין ארויסגעברענגט, קען זיין ס'דא אנדערע וואס האבן נאך רעיניות וסברות, ממילא פארוואס סתם איבערקייען די זעלבע זאכן אויף איין אנדערן שניט און ספין,
כעל מאכן א שנעלע ס"ה, ואסיים בזה,
זייער א גלייכע זאך צו מאכן א שנעלע ס"ה, דער פראבלעם איז אבער אז צומאל פעלט זיך יא אויס אריינצוגיין אין מער דעטאלירטע פרטים, איבערהויפט ביי אזא פארצווייגטע נושא, כדי מען זאל קענען אביסל מער ארויסהאבן דאס ענין.
איך וועל פרובירן אריינצוהאקן אין דיין שנעלן ס"ה
סאטמאר האט 3 גרויסע קהלות אין ניו יארק, וומ"ב, מונרו און ב"פ,
בהשגחה פרטיות, איז וומ"ב [די גרעסטע פון די 3] געפאלן פאר ר' זלמן לייב, און די אנדערע 2 פאר ר' אהרן
עס איז אינטערעסאנט אין וויכטיג צוצולייגן אז יעדעס איינע פון די דריי איז אריינגעפאלן אויף אן אנדערן אופן, וומ"ס אין קר"י ווייל דער ברך משה האט דארט אריינגעשטעלט די קינדער, און ב.פ. ווייל אהרן וועלץ דער אדמיניסטראטאר האט אזוי געטוהן
יעדע פון די 3 האט, א אייגענע רב, אייגענע ראה"ק, אייגענע טובי הקהלה, אייגענע הנהלת המוסדות, די נכסים זענען אונטער גענצליך זעלבסשטענדיגע קארפארעשנס, קיינער איז נישט אחראי אויפן אנדערן, קיינער איז קיינמאל נישט געווען משעובד צו די אנדערע, דער וומ"ב אדמיניסטראטור, האט קיינמאל נישט איינגעטיילט וויזוי צו פירן די בארא פארקע מוסדות, אהרן וועלץ האט קיינמאל נישט איינגעטיילט מונרו, אדער אברהם ווידער האט קיינמאל נישט איינגעטיילט 82, יעדער האט זיך געפירט זיינער קהלות לויט זייער פארשטאנדן, לויט די באדערפענישן פון זייערע מעמבערס, וכדומה,
אויף דעם איז אויך כדאי צוצוגעבן, אז עס איז א ליגנט, כמעט אלע נסכים אין קר"י און ב"פ זענען לכתחילה געווען אויף די קארפערעישאן אין וומ"ס, אין ב"פ זענען נאך עטליכע בנינים עד היום אויף די קארפארעישאן אין וומ"ס, אין קר"י ווייס איך נישט דער מצב כהיום, ווי אויך פלעגט וומ"ס באצאלן א גרויס חלק פון די בילס און טאג טעגליכע אויסגאבן אין ב"פ, אין קר"י ווייס איך נישט,
ווי אויך זענען די קר"י ראשי קהילה געווען א חלק און נישט סתם א חלק נאר ממש בראש פון די די טענות ותביעות פון א חלק פון ארוני'שע קהילה לייט קעגן צוויי זאלי ראשי קהילה, מיט די טענה אז אלעס איז איינס, במילא איז ממש א חוכא וטלולא צו זאגן אז איז נאר גוט אז יענער זאל מיך רופן צו די"ת און נישט אויף פארקערט, לכאורה איז עס א טו וועי סטריט
ממילא פארשטייט יעדער בר דעת אז אויב זאל זיך מאכן א סיכסוך איבער איינע פון די 3 קהלות, קען מען נישט רופן צו די"ת דער ראה"ק פון איין קהלה איבער די נכסים פון אן אנדערן קהלה, די פערזענליכקייטן זענען אנדערע און די תביעות וטענות זענען אלס אייגנארטיג,
ווי דערמאנט פריער איז דא גענוג און נאך סיבות, אוודאי נישט אייביג קען מען אויף יעדע זאך זאגן אז עס איז די זעלבע, אבער נישט דאס אז עס איז באזונדערע ערטער מאכט די טענות אנדערש, אדער די סיבה פארוואס מען זאל נישט קענען רופן אנדערע פלעצער, עס ווענדט זיך לויט די תביעות און די טענות און תביעות נגדיות.
אין בורו פארק, האלטן די זאליס אין איינקומען מיט סברות שונות ומשונות אז די טענות זענען אנדערש ממילא, מוז עס באזונדער באהאנדלט ווערן, אבער אין קרית יואל קענען זיי עס עפעס נישט פארשטיין.
וואס מיינט דאס סברות שונות ומשונות? אנדערש פון וואס דו טענה'סט דא, אויב אזוי פארוואס פרעגסטו פארוואס עס איז אנדערש פון קרית יואל, דו זאגסט דאל אליינס דעם תירוץ פארדעם, זיי האבן סברות שונות ומשונות אז די טענות זענען אנדערש
אפי' אם תמצא לומר אז געוויסע תובעים פון די וומ"ב תביעה האבן א שטיקל בעלות אויף קרית יואל, איז א טיפשות צו זאגו אז מ'זאל מאכן איין דין תורה אויף 2 זעלבסשטענדיגע קהלות, ביידע דארפן באהאנדלט ווערן באזירט אויף די אייגענע טענותומענות, אין מיט די ארטיגע ראשי הקהלה,
דו פרובירסט צו מאכן אזא מציאות, ראובן רופט צו די"ת שמעון אויף ABC קארפארעישאן, ראובן האט אויך א קארפארעישאן וואס הייסט XYZ קומט שמעון און זאגט אז היות ראובן איז דער תובע און ראובן האט פארמאגט אויך XYZ קארפארעישאן ממילא ברויך מען רעדן אויך פון XYZ, דאס איז וויאזוי דו פרובירסט דא אראפצולייגן די זאך.
די מעשה גייט דא אבער ביסעלע אנדערש, דער ראובן האט גארנישט מיט ABC קארפארעישאן, איי וויאזוי איז ער תובע? ער טענה'ט אז ABC און XYZ איז איין זאך במילא האט ער א רעכט צו זיין א תובע,
דאס איז די מעשה דא, עס איז נישט סתם "אז געוויסע תובעים פון די וומ"ב תביעה האבן א שטיקל בעלות אויף קרית יואל," די גאנצע טענה פארוואס זיי זענען תובעים איז צוליב וואס זיי האבן א בעלות אין קר"י און עס איז איין זאך.
און אויב עס איז איין זאך,איז עס איין זאך אויף ביידע וועגן, אן אויב נישט, האט נישט אנגעהויבן צו זיין דא בכלל עפעס א תביעה והזמנה, מכח די סיבה אליינס
ממילא אויב חסידי ר' זלמן לייב האט עפעס א תביעה איבער קרית יואל, ווער לאזט זיי נישט רופן צו דין תורה אברהם ווידער און מאיר הירש, און אויב זיי זענען זיך משתמט, קענט עטס האבן א שטיקל טענה נגדיות, אבער אזוי לאנג עטס רופטס נישט צו דין תורה איבער קרית יואל, וואס געבט ענק די רעכט צו זיך אליין אפ'פסקנ'ן אז ס'מוז זיין איין דין תורה, יעדער זאל באהאנדלט ווערן מיט די אייגנארטיגע טענות, ענק האלטן דאך ענק וועלן ממילא געווינען ביי ביידע,
בקיצור, חסידי מהר"א זענען שטענדיג גרייט צו דן זיין איבער קרית יואל, רוף זיי נאר צו די"ת, און מ'הייבט מארגן אן די די"ת
לידיעתך, מ'האט גערופן צו די"ת די חסידי מהר"א איבער קרית יואל, און זיי האבן געענטפערט אז זיי ווילן נישט קומען.
(עס איז נישט מעלה ומוריד צו מען האט זיי גערופן מיט א אייגענע הזמנה, צו מיט זייער הזמנה, צו מיט א תביעה נגדית, אלע דערמאנטע זענען הלכה'דיג אויסגעהאלטן און אנגענומען, די זאליס האבן דאס נישט באשאפן און אויסגעטראפן (דאס איז אויסער וואס די זאליס האבן אויך נאך קיינמאל נישט באקומען קיין הזמנה לדי"ת, נישט פון ר' אהרן, און נישט פון בערל פר"מ, עס איז נאר געווען אן הזמנה לכאורה אנגעבליך צוליב עפעס אן אינערליכן סכסוך אין די קהילה, וואס האט לכאורה נישט באלאנגט דארט,און דער הזמנה איז שוין אויך צוריקגעצויגן געווארן)
ודי בזה, כי הארכתי יותר מדי |
|
איך האב שוין אויך אמאל אביסל מאריך געווען אין דעם ענין, און טאקע אויך מיט סקאט, נאך אין די אמאליגע צייטן אויף אחים אנחנו, איך געדענק עס זענען דארט אויך געווען אויסגעשמועסט אסאך זאכן טייל ווערט דא אויך אויסגעשמועס און טייל נישט, איך האב געוואלט צוריקגיין אהין צו נעמען אביסל אינפארמעישאן און אויפפרישן געוויסע זאכן, צום באדויערן זעה איך אז די דארטיגע חברה האבן אלעס אפגעמעקט אויסער די פארמעגליך ארטיקלען, עס איז באמת א שאד אסאך גוטע ארטיקלען זענען דארט פארלוירן געגאנגען,
ווייסט איינער די סיבה דערפון? און אפשר קען מען זיי בעטן אז זיי זאלן דאס צוריק עפענען.
_________________
תוקן על ידי Plywood ב- 29/12/2010 04:50:26
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 06:53 |
|
| |
1. האט נישט דער ברך משה פונקט אזוי אריינגעשטעלט אין בורו פארק זיין איידעם רב מייזליש? האט ער דען נישט די רעכט צו האבן די זעלבע כח אין בורו פארק ווי רז"ל אין וומ"ב? דער ברך משה האט קיינמאל נישט מרמז געווען אז רז"ל זאל באקומען עפעס א הנהגה אין בורו פארק, ממילא פונקט ווי אין וומ"ב פארשטייסטו אז די מוסדות קען נישט געפירט ווערן דורך מענטשן וואס זענען נישט לויאל צו דער ארטיגער רעכטפולער רב, די זעלבע מעג מען פארשטיין אויף רב מייזליש'ן, דער ארטיגער רעכטפולער רב,
2. איך ווייס נישט וואס דיין סברה איז אז די הויפט תובעים ותביעה איז מטעם קרית יואל, איך הער עס יעצט צום ערשטן מאל, די הויפט תובעים אין וומ"ב זענען, בערל פרידמאן, דוד הויער אין יצחק ראזענבערג, זיי האלטן זיך אלס ראש הקהל, און סגן ראשי הקהלה, פון קהל יטב לב וומ"ב, נישט עקשטיין אדער לישע הורוויץ,
3. אט די הויפט תובעים פון וומ"ב האבן נישט קיין ענדגילטיגן כח צו פארהאנדלען איבער די קהלה ומוסדות אין קרית יואל, ס'זענען דא פילע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות, פון קרית יואל, וואס זענען לגמרי נישט אויף די פאפירן פון די וומ"ב קעיס, וואס אן זייער גיטהייסונג קען מען מעגליך נישט פארהאנדלען איבער די ארטיגע מוסדות,
4. ס'נאר דא איין איינציג וועג וויזוי מ'קען מברר זיין צו חסידי מהר"א זענען מוכן לעמוד לדין איבער קר"י, נאר אז מ'שיקט די ארטיגע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות א הזמנה כדת וכדין, אזוי ארבעט דער דרך העולם, אזוי לאנג איר טוט דאס נישט האט איר נישט קיין שום פראוו אז זיי ווילן נישט קומען צו דין תורה,
כל הנ"ל כבר הערתי עשרות עשרות פעמים בין כותלי הפורום
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 07:19 |
|
| |
וראה זה פלא אז די פארהאנדלונגען איבער די וויליאמסבורגע דין תורה מיט ריכטער שמיד איז דוקא דוד עקשטיין און לישע הרווויץ פון קר"י און נישט קיינער פון די וויליאמסבורגע און דער ערשטער נאמען אויף די הזמנה פון נאווארדאק איז דוד עקשטיין אבער בערל פרידמאן בכלל נישט, און די חותמים בערכאות איז עקשטיין מיט הורוויץ תובעים אויף וויליאמסבורג
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 08:07 |
|
| |
| סקאטמאלען כתב: |  | 1. האט נישט דער ברך משה פונקט אזוי אריינגעשטעלט אין בורו פארק זיין איידעם רב מייזליש? האט ער דען נישט די רעכט צו האבן די זעלבע כח אין בורו פארק ווי רז"ל אין וומ"ב? דער ברך משה האט קיינמאל נישט מרמז געווען אז רז"ל זאל באקומען עפעס א הנהגה אין בורו פארק, ממילא פונקט ווי אין וומ"ב פארשטייסטו אז די מוסדות קען נישט געפירט ווערן דורך מענטשן וואס זענען נישט לויאל צו דער ארטיגער רעכטפולער רב, די זעלבע מעג מען פארשטיין אויף רב מייזליש'ן, דער ארטיגער רעכטפולער רב,
ניין, ער האט נישט אריינגעשטעלט רב מייזליש אלס רב אין ב.פ. נישט אין די מוסדות און אפילו נישט אין די קהילה, ער האט איפגענומען רב מייזליש פאר רב אין53 אין ר' שלום אליעזר פאר רב אין 15. וואלט ווען אין ב.פ. געדארפט זיין נאר די מענטשן וואס זענען לאיאל צו רב מייזליש, וואלט אהרן וועלץ שוין נישט דארט געווען פאר 25 יאר צוריק, און נישט מרדכי שבתי ועוד, ר' הערשל גלאנצער וואלט לכאורה געדארפט זיין דער ראש. אין וומ"ס האט דער ברך משה אויפגענומען ברחל בתך הקטנה ר' זלמן לייב פאר רב אין די קהילה און די מוסדות, די מענטשן וואס זענען נישט געווען לאיאל צו אים זענען נאך פארבליבן אפילו דעמאלטס אין זייערע אמטן, ביז מען האט זיך איבערצייגט אז עס גייט א שטאפל וווייטער ווי נישט לאיאל, נאר זיי ארבייטן קעגן דעם אז דער נייער רב זאל קענען זיין רב אין די קהילה, און זוכן דאס אונטערצוברענגען (א זאך וואס קען בשום אופן נישט אנגעוויזן ווערן אין ב.פ. אז מען זאל האבן געארבייט קעגן די רבנות פון רב מייזליש), און אין די מוסדות אין וומ"ס בעצם איז בכלל נישט געווען אז מען זאל האבן אויפגעזאגט איינעם
2. איך ווייס נישט וואס דיין סברה איז אז די הויפט תובעים ותביעה איז מטעם קרית יואל, איך הער עס יעצט צום ערשטן מאל, די הויפט תובעים אין וומ"ב זענען, בערל פרידמאן, דוד הויער אין יצחק ראזענבערג, זיי האלטן זיך אלס ראש הקהל, און סגן ראשי הקהלה, פון קהל יטב לב וומ"ב, נישט עקשטיין אדער לישע הורוויץ,
איך בין נישט שולדיג אז עס איז יעצט דיין ערשטע מאל, אבער עס טוישט נישט קיין פאקטן, בערל פר"מ פיגורירט בכלל נישט אויף קיין שום הזמנה לדי"ת, די איינציגע הזמנה לדי"ת וואס עס איז פארהאן און איז שפעטער צוריקגעצויגן געווארן, זענען עקשטיין אין לישע הורוויץ די סאמע ערשטע נעמען וואס פאררופן זיך אלס תובעים, ווי אויך אויף די חליפת מכתבים בנוגע דעם סכסוך ווי למשל דער בריוו צום דיין אז היות ער וויל נישט פסק'ענען וויאזוי זיי ווילן מילא מוז מען גיין צו אן אנדערן בי"ד, זענען אונטערגעשריבן די קרית יואל'ע.
ווי אויך קוקט אויס אז דו פרובירסט אז מען זאל פארגעסן, אז אלע אסיפות, טענות, בריוון, קונטריסים, הסברות, שלעגערייען, טעראר, ועוד, זענען געווען מיט די טענה אין בארעכטיגונג אז אז אלעס איז איינס (הוי, מי יתנני ירחי קדם ווען מען האט אזויפיל טינט און פאפיר, שוים און שפייעכץ פארגאסן אויף דעם סאטמאר איז איינס און אלעס איז איין זאך, איך האב לכתחילה געבעטן אז מען זאל אפירברענגען אלע אלטע דאקומענטן און קונטריסים וואס דארט געפינט זיך די הזמנה לדין און די אויבנדערמאנטע בריוון ועוד, וואס אזוי וועט מען קענען זיין סך קלארער)
3. אט די הויפט תובעים פון וומ"ב האבן נישט קיין ענדגילטיגן כח צו פארהאנדלען איבער די קהלה ומוסדות אין קרית יואל, ס'זענען דא פילע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות, פון קרית יואל, וואס זענען לגמרי נישט אויף די פאפירן פון די וומ"ב קעיס, וואס אן זייער גיטהייסונג קען מען מעגליך נישט פארהאנדלען איבער די ארטיגע מוסדות,
אדרבה ואדרבה, אוף די הזמנה שטייט אז די עטליכע צוואנציג תובעים פיגורירן דארטן בשם עוד מאה, וואס זענען איבער 120 אידן, וואס לויט די דעמאלטס'דיגע טענות איז אין דעם נכלל געווען אלע קרית יואל'ע,(אגב וואלט טאקע כדאי געווען צו וויסן ווער עס זענען די 120 מענטשן וואס זענען געווען טייל פון יענע תביעה און ביי די נתבעים איז געווען אויסגערעכענט בלויז צוויי נעמען ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין אהן סיי וועלכע צוגאב וואס מען שרייבט געווענליך אויב האט מען א סכסוך איבער די בעלות פון אן ענין און עס זענען דא נאך מענטשן וואס קענען זיין א טייל פון די וואס האלטן זיך אלס בעלים (ווי למשל ביי בארא פארק, איז געווען צוגעשריבן צו אהרן וועלץ וכל הנספחים עמו), און עס איז זיכער אז אין די קהילה ווי עס איז געווען נאך פילע צענדליגער מענטשן פון די אנדערע זייט וואס זענען געווען קהילה לייט, אז מען וואלט נישט געקענט פארהאנדלען אהן זייער גוטהייסונג, נאר בלויז מיט צוויי מענטשן.
און אליבא דאמת דארף מען טאקע האבן די חתימות פון יעדען איינעם וואס קען זיין אז ער האט א חלק הבעלות, און אזוי גייט עס געווענליך צו ביי יעדע די"ת אז מען ארבייט אויס פארדעם וואס זענען די טענות און ווער עס זענען א חלק דערפון, ווי איך האב שוין געשריבן אויבן.
4. ס'נאר דא איין איינציג וועג וויזוי מ'קען מברר זיין צו חסידי מהר"א זענען מוכן לעמוד לדין איבער קר"י, נאר אז מ'שיקט די ארטיגע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות א הזמנה כדת וכדין, אזוי ארבעט דער דרך העולם, אזוי לאנג איר טוט דאס נישט האט איר נישט קיין שום פראוו אז זיי ווילן נישט קומען צו דין תורה,
עס איז נישט אמת, ווי איך האב שוין געשריבן אויבן, ע"פ הלכה איז כדת וכדין אפילו א תביעה נגדית, און עס איז שוין געווען פלענטי די"ת אהן קיין הזמנה בכלל און מכש"כ מיט תביעות נגדיות, אין באבוב למשל איז בכלל נישט געווען קיין הזמנה. און ווי דערמאנט איז אפילו די ערשטע צוריקגעצויגענע הזמנה, קיינמאל נישט געווען קיין כדת וכדין ווי מען איבערצייגט זיך אליין פון וואס איך דערמאן דא אויבן ביי סעיף 3, אויב האלט מען ביים קומען קומט מען אפילו ווען די הזמנה איז נישט אינגאנצען טעקניקלי אויסגעארבייט, מכש"כ ווען ע"פ הלכה איז עס יא גוט.
כל הנ"ל כבר הערתי עשרות עשרות פעמים בין כותלי הפורום
גם אני כבר שניתי ושלשתי כל זה כמה פעמים אלא מכיון שאתה ככלב שב על קיאו מוכרח אני לחזור עוד הפעם לברר דבריי כשמלה, ואליבא דאמת אין ביהמ"ד בלא חידוש ובכל תגובה ניתוסף כמה ידיעות והסברים ופרטים להגדיל תורה ולהאדירה
|
|
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-29/12/2010 09:03 |
|
| |
מען רעדט און מען רעדט און מען רעדט, און מען קומט נישט צו צום פוינט. אין איין ווארט, סקאט מאלען האט קודם אראפגעלייגט א יסוד אז ר' אהרן איז גרייט צו קומען צו דין תורה אויף קר"י. ר' אהרן אליין זאגט, אז ער איז נישט גרייט. טא צו וואס איז דא צו רעדן ווייטער?
בכל אופן, איז ביי מיר ברור אז סקאט איז נישט קיין שליח פון די אהרונים. ווען יא, ווי קען ער פארגעסן די היסטארישע אסיפה ה' אמור אין ויוא"מ, ווי בערל פר"מ האט אפגעפסקנט כתוב וחתום אז סאיז איין קהילה? ווער עס געדענקט יענע אסיפה, און די רעזולוציעס דערפון, וועט נישט גלייבן אז סקאט שרייבט די אהרונישע זייט.
נאכמער, ווי מאנכע האבן שוין אנגעוויזן, איז דוד עקשטיין בראש התובעים אין די וויליער תביעה. איימיצער ווייסט וויאזוי? וואס איז זיין יחס צו דעם סכסוך?
ועוד והיא העיקר, די אהרונים ווילן פילייכט זייער שטארק פארגעסן פונעם בריוו - וואס ליגט ביי מיר אין די ארכיוון - וואס דוד עקשטיין האט געשיקט צו התאחדות הרבנים, אז אמת ער פאר זיך וויל זייער שטארק גיין צו דין תורה מיט ד(י מורשים פונ)עם ברך משה איבערן הויז אויף אוהעל קט, אבער וואס קאן ער טון אז ער האט ערהאלטן א בריוו פון קהל אין ווילי אז ער זאל בשום אופן נישט גיין צו דין תורה מיטן ברך משה, ווילאנג קהל אין ווילי שטעלט זיך נישט צו דין תורה מיט די אהרונים. ווייסט איינער וואס הודו האט מיט כוש? דאס איז א ראיה אז ווען מען וועט רופן קהל אין ק"י צו דין תורה, וועלן זיי כאפן העק און פעק צו לויפן צו די"ת?
ועוד בה שלישי', לגבי די טענה אז מען קען נישט מדמה זיין די תקנה רוחנית אז מען טאר נישט נאכשרייען דעם וויזניצן, צו דעם. לאמיר אריין טראכטן אביסל, וועם פונקטליך זענען די אהרונים תובע שוין צען יאר צו גוטן? יאנקל כהנא? שאול פערלשטיין? זיי האבן אמאל געזאגט אפילו ברמז פאר בערל פריעדמאן ארויס צו גיין פון קהל'ס אפיס? זיי זענען בכלל שלעגערס? ווען בערל פר"מ וויל זיך מיט יאנקלען פארמעסטן פיזיש, וואלט דען יאנקל געווינען? בקיצור ווער האט זיי מרחק געווען פון אריין קומען אין אפיס פירן די ווירטשאפט?
עליך אייך זאגן. אדמו"ר רז"ל ט"ב, האט פרייטיג מקץ יענס יאר געלאזט רופן בערל פרידמאנען און אים דערמאנט אז בערל האט אים אלס געזאגט אז אויב ער פילט ער איז נישט גענוג געטריי צו אים, וועט ער זיך אפזאגן. האט ער אים געלאזט מעלדן אז טאקע הגיע זמן און ער קען שוין רואיג גיין.
א זונטיג דערויף דאכט זיך, האט דער ברך משה געהערט וועגן די מעשה מיט בערלען (יענע יאר איז געווען א גרויסע געראטשקע שבת חנוכה וועגן די ניגונים, און משה גבאי האט ארויס געפירט דעם בר"מ אינמיטן טיש ביי של"ס. סאו קען זיין וועגן דעם האט מען דאמאלס דערציילט דעם ברך משה וועגן דעם ענין). דער ברך משה האט נישט געוואלט הערן פון גארנישט, ער האט תיכף אריבערגערופן יעקב הערש שענפעלד, דער סעקרעטאר פון קהל ער זאל שוין גיין זאגן פאר בערל אין זיין נאמען אז ער איז ארויסגעווארפן. באגלייט מיט שטרענגע לשונות. ער האט נישט געוואלט אן נעמען קיין שום לימוד זכות אויף אים.
זייט יעקב הערש שענפעלד איז דאס געגאנגען זאגן פאר בערל'ען, האט ער זיך פשוט מער נישט געטרויט צו קומען אין קהל'ס אפיס. דאס זענען טרוקענע פאקטן, דברים כהוויתם. יעקב כהנא איז בכלל נישט קיין צד דא. ער איז סייווי געווען קא פרעזידענט אינאיינעם מיט בערל ביז דעמאלט, און פון דעמאלטס און ווייטער איז ער געווען דער איינציגסטער פרעזידענט וואס האט זיך באוויזן ביי מיטונגען.
דאס, און נאר דאס, האט זיי געטריבן צו די אלף שמות אפערע. קיינער אין קהל, האט נאך נישט געהאט גערעדט קיין פיפס געגן בערל.
איז אלזא, אין אנדערע ווערטער די תביעה איז אויב עפעס נאר קעגן דעם ברך משה'ס ווערטשאפט. אדער וועט מען טענה'ן שטאטוטן, און דער בר"מ קען נישט ווארפן, אדער וועט מען טענה'ן אז דער ברך משה איז שוין נישט געווען בדעה צלולה תשס"א. א זאך וואס קיין איין בי"ד וועט נישט אננעמען. על כל פנים, אויף די ערשטע אפציע, איז זיכער אז אין לך תהליכי הקהילה גדול מזה. און ווי רבי ישראל יעקב פישער דריקט זיך אויס אינעם בריוו: דער סכסוך באלאנגט כמובן נאר ביי כ"ק אדמו"ר שליט"א און די דייני הקהילה. אין אנדערע ווערטער, די תביעה איז נישט קיין תביעה וואס מען קען רעדן בכלל. מלך לא דנין אותו. דאס איז דער אפטייטש פון תהליכי הקהילה. פארשטאנען?
והיינו טעמא וואס קהל האט זיך נישט געהאלטן ביים שטעלן צו דין תורה מיט זיי. מען האט זיי געפרעגט איינמאל און נאכאמאל - כדי צו ווייזן פאר נאווארדאק בי"ד אז זיי זענען כלל נישט די ריכטיגע נתבעים דא - לייגט פאר וואס אייערע טענות זענען, וואס און וועם פונקלטליך רופט איר צו דין תורה? עד היום, ועד בכלל, איז נאכנישט געקומען קיין תשובה דערויף. קהל האט געהאלטן, אז מען גייט נישט און מען טאר נישט שטעלן דעם רבי'ן ומנהיג הקהילה צו דין תורה מיט אפאר מחוצפים.
דאס איז אקוראט ווי אז משה פרידמאן - מאנרויער זאל רופן דעם ברך משה צו דין תורה אין תשמ"ט, הלמאי ער האט אים ארויס געווארפן פון ראש הקהלשאפט אין מאנרא.
 |
|
|
|
|
|