בית פורומים אידישע געדאנק

שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2010 09:27 לינק ישיר 

צוליב די נאכנאדיגע שאלה וואס קומט אן צו מיר אין אישי "וואס דארף איך טון צו באקומען רשות כתיבה?"

רבותי, איר דארפט נאר בעטן רשות, שיקט אונז נישט קיין אינפארמאציע אויף אייך, מיר דארפן נישט און ווילן נישט וויסן וועלכע חסיד איר זענט און וואס איר האט געגעסן נעכטן פאר נאכטמאל...

אויך די וואס זענען אין די פארגאנגענהייט ארויסגעשפארט געווארן קענען באקומען רשות, חוץ די וואס זענען ארויסגעשפארט געווארן פאר גילוי שם. אויב זענט איר פון דיע, קענט איר זיך איינשרייבן און איר וועט בעז"ה באקומען רשות. פארשטייט זיך אז אויב וועט איר פירן וויכוחים נישט לויט די כללי המקום וועט איר פריש ווערן אויסגעשפארט.

יעדער איז צופרידן פון די זאכליכע אופן מיט וועלכע די וויכוח אין דעם אשכול און אין אנדערע אשכולות ווערן געפירט, די חברים ווילן נישט זיך פלוצלינג טרעפן מיט פרישע 10 ניקס וואס האבן א מטרה פון פארדרייען און אראפשלעפן דעם שמועס.

מיט האפענונג פאר פארשטענדעניש.

נ.ב. איך וויל נאכאמאל דערמאנען אז עס איז בשום אופן נישט אויסגעהאלטן צו ענטפערן אופן פורום פאר אזאנע וואס זענען אויסגעשפארט געווארן און ניצן "אישי" צו בלייבן א חלק פונם פורום, דאס זעלבע איז ריכטיג ווען אזאנע ניצן אנדערע פורום'ס אונז צו אטאקירן וכדו'.

שטערט אייך נישט און זייט ממשיך דעם העכסט באלערענדע שמועס.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2010 18:26 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
1. האט נישט דער ברך משה פונקט אזוי אריינגעשטעלט אין בורו פארק זיין איידעם רב מייזליש? האט ער דען נישט די רעכט צו האבן די זעלבע כח אין בורו פארק ווי רז"ל אין וומ"ב? דער ברך משה האט קיינמאל נישט מרמז געווען אז רז"ל זאל באקומען עפעס א הנהגה אין בורו פארק, ממילא פונקט ווי אין וומ"ב פארשטייסטו אז די מוסדות קען נישט געפירט ווערן דורך מענטשן וואס זענען נישט לויאל צו דער ארטיגער רעכטפולער רב, די זעלבע מעג מען פארשטיין אויף רב מייזליש'ן, דער ארטיגער רעכטפולער רב,

זעהר גערעכטע טענות - אבער ביים די"ת ביטע

2. איך ווייס נישט וואס דיין סברה איז אז די הויפט תובעים ותביעה איז מטעם קרית יואל, איך הער עס יעצט צום ערשטן מאל, די הויפט תובעים אין וומ"ב זענען, בערל פרידמאן, דוד הויער אין יצחק ראזענבערג, זיי האלטן זיך אלס ראש הקהל, און סגן ראשי הקהלה, פון קהל יטב לב וומ"ב, נישט עקשטיין אדער לישע הורוויץ,

זיי האלטן זיך פאר ראה"ק טאקע, אבער ווי ארויסגעברענגט הונדערטער מאל האט קר"י גערופן די די"ת

3. אט די הויפט תובעים פון וומ"ב האבן נישט קיין ענדגילטיגן כח צו פארהאנדלען איבער די קהלה ומוסדות אין קרית יואל, ס'זענען דא פילע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות, פון קרית יואל, וואס זענען לגמרי נישט אויף די פאפירן פון די וומ"ב קעיס, וואס אן זייער גיטהייסונג קען מען מעגליך נישט פארהאנדלען איבער די ארטיגע מוסדות,

כנ"ל די תובעים זענען בעה"ב אין קר"י, ועוד לו יהא כדבריך, וואס ארט דיר דאס צוברענגן פאר בי"ד, פאר א די"ת?

4. ס'נאר דא איין איינציג וועג וויזוי מ'קען מברר זיין צו חסידי מהר"א זענען מוכן לעמוד לדין איבער קר"י, נאר אז מ'שיקט די ארטיגע ראשי הקהלה ומנהלי המוסדות א הזמנה כדת וכדין, אזוי ארבעט דער דרך העולם, אזוי לאנג איר טוט דאס נישט האט איר נישט קיין שום פראוו אז זיי ווילן נישט קומען צו דין תורה,

די פראוו איז אז רעבארען האלט נישט ביים שרייבן קיין שט"ב, אפגעזעהן יא הזמנה נישט הזמנה, דאס האט יעצט געקענט געברענגט ווערן פאר א בי"ד, נאר אביסעלע טינט פון זיין פעדערל מיט א גאנצע זאק מיט תירוצים האלט עס אפ

כל הנ"ל כבר הערתי עשרות עשרות פעמים בין כותלי הפורום

ככלב שב על קיאו

ודי בזה כי הארכתי יותר מידי

_________________




תוקן על ידי zibala ב- 29/12/2010 18:51:54




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2010 19:53 לינק ישיר 

דא איז א קאפי פון הזמנה פון בית דין בית יוסף, די ערשטע צוויי תובעים זענען דוד עקשטיין און משה שעהר, דער פרעזידענט און ווייס פרעזידענט פון קהל יטב לב קרית יואל.

בערל פרידמאן מאן דכר שמיה און אפילו דוד הויער וואס סקאט מאלען זאגט אז ער איז א תובע, שטייט אויך נישט אויף די הזמנה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2010 22:47 לינק ישיר 

לידיעה בּעלמא, ר׳ משׁה שׁעהר ע״ה האט נאך דאן געוואינט אין וומ״ס,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2010 22:49 לינק ישיר 

ווען האט ער געמופט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2010 23:51 לינק ישיר 

עס קוקט אויס אז דו ווייסט נישט ווען ער האט געמופט, ר' משה שעהר האט געמופט קיין מאנראו נאך אין נ"ט (אפשר אנפאנג ס'), ער האט שוין לאנג געוואוינט אין מאנראו ווען מען האט געשיקט די הזמנה, (אפילו ר' אהרן האט שוין דעמאלטס געוואוסט אז ער וואוינט דארט, און ער איז נישט סתם דארט פאר א שמחה... כידוע)

דאס איז טיפיקעל ארוניזים, שיסן ליגנדס אין די וועלט אריין, אפילו ווען עס איז נישט מעלה ומוריד און וועט גארנישט אויסמאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2010 23:21 לינק ישיר 

ב"ה די טענה'ריי דא אין דעם אשכול איז געווען גאנץ פיין, עס איז געווען באלערענד, אינפארמאטיוו, און תוכנ'דיג. טטילמאל האט מען טאקע געענטפערט שלא מן הענין און אוועקגעפארן פון די רעלסן, אבער אין אלגעמיין איז אלעס געווען זייער אינהאלטס'פול (אפילו די תגובות שלא מן הענין) און צוגעגאנגען אויף א פארהעלטניסמעסיג ציוויליזירטן אופן (הלוואי אויף אלע אשכולות געזאגט),

איינער פון די שטארקע פראבלעמען וואס איז געווען דא אין דעם אשכול, אז מען האט זיך צופיל איבערגע'חזר'ט, מאכע האבן געהאלטן אין איין איבערזאגן זייערע פאינטס, טראץ דעם וואס מען האט דאס שוין לאנג געהאט געענטפערט, און טייל דערפון האט מען גאר שטארק אפגעפרעגט, האט עס זיי נישט צוריקגעהאלטן פון עס סתם איבער'חזר'ן, און מען האט זיך אפילו נישט געשעמט ארויסצושרייבן אז מען האט עס שוין פריער געשריבן, און דאך חזר'ט ער עס איבער, באמת האט מען טאקע טיילמאל צוגעלייגט א געדאנק און מוסיף געווען אויף וואס מען האט פריער געשריבן, און פרובירט צו פארענטפערן וואס איינער האט געפרעגט, אבער רוב תגובה איז געווענליך געווען סתם איבערגע'חזר'ט פון פריער אהן קיין שום הוספה

אני הקטן זעהענדיג וויאזוי עס גייט צו, און האבענדיג א תאווה אריינצווארפן מיינע צוויי סענס, האב איך צוליב דעם גענומען א מהלך פון פרובירן צו ענטפערן און שרייבן דירעקט אין יענעמס תגובה, אזוי ווערט נישט סתם איך שרייב מיינע פאינטס און דו דיינע נאכאמאל און נאכאמאל, נאר מען ענטפערט יענעם, און אויף דעם אופן זעהט מען קלאר וואס יענע האט געפרעגט און וואס מען האט אים געענטפערט.

כמדומה לי האט דאס גאנץ פיין געארבייט, אסאך זאכן וואס מען האט ביז היינט נישט געהעריג געענטפערט, האט מען דא שיין געענטפערט, פילע פרטים וואס מען האט ביז היינט נישט געהעריג ארויסגעברענגט, זענען דא ארויסגעברענגט געווארן, דורך דעם אופן פון ענטפערן אין יענעמס תגובה אריין, און איך מיין אז אסאך חברה זענען ארויס דא סך קלארער מיטן ענין פון די"ת און זיך איבערצייגט מיט מער אינפארמאציע, למי החותמת ולמי הפסולים, ווי דער די"ת איז געווען א פשוט'ער געים פון די ארונים, ברצותם מרחיב וברצותם מקצר, אמאל איז וומ"ס אין קר"י איינס. און אמאל איז דאס אזוי כרחוק מזרח ממערב אז ניטאמאל א תביעה נגדית קען מען האבן, כהנה וכהנה, ווי איר קענט זיך איבערצייגן דורכלייענענדיג די תגובות.

סקאט מאלען, איז געווען דער עיקר וואס האט דא גע'טענה'ט פאר צד האהרונים, ער האט מער ווייניגער שטארק ארויסגעברענגט די טענות פון די ארונים, איך האב בעיקר געענטפערט פאר אים, אין זיין תגובה אריין, דער סקאט האט מיינסטנס געענטפערט אין באזונדערע תגובות, ווי ער האט בעיקר איבערגע'חזר'ט די פריערדיגע, און צוגעלייט עטליכע פרישע זאכן וואס איז בעיקר באשטאנען, פון הומאריסטישע לאזונגען און צינישע פראזן, וואס אויף דעם אופן האט ער פרובירט צו צעמישן און צעווישן דעם אנדערנס תגובות, איך האב פרובירט זיך נישט צולאזן און ווייטער געענטפערט אין זיין תגובה אריין מיט מער מרחיב זיין את הדיבור, אז זיינע טענות -ערנסטע און צינישע- זאלן זיין פארענטפערט, ווי איך אנגעהויבן דא דעם שמועס, מיין איך אז איך האב גאנץ מצליח געווען אין אים אפצוענטפערן אין אויפווייזן אז עס איז פונקט פארקערט.

למעשה, האט דער סקאט נאכדעם אויפגעהערט צו ענטפערן, איך האלט אז די סיבה איז ווייל ער האט פשוט נישט וואס, אבער ער האט אויבן געשריבן אז ער האט שוין באמת נישט קיין נערוון, און מען קען ווען זאגן אז דאס איז די סיבה, למעשה האב איך היינט אריבערשפאצירט אקעגנאיבער, און דארט אין שכינות באמערק איך ווי דער סקאט האט זיך געלאזט הערן מיט א רעאקציע אויף וואס עס שטייט דא, דאס מאכט מיר אביסל מער טראכטן אז די סיבה פארוואס ער ענטפערט נישט דא איז צוליב וואס ער האט נישט וואס. איך האב אבער באשלאסן יא צו ענטפערן אויף וואס ער שרייבט דארט טראץ דעם וואס ער האט עס נישט דא געשריבן, און אויפווייזן וואס פאר א מסלף ער איז און וויאזוי שרייבט איבער זאכן וואס מען האט אים שוין לאנג אפגעוואנדן, נאר ער פוצט עס צו מיט אביסעלע ציניזים כדרכו בקודש, ווי אויבנדערמאנט.

דאס איז וואס סקאט שרייבט:

די טענות הזאלונים אבער די טעמע פון קרית יואל האלטן זיך אין איין טוישן יעדן טאג, שקר, ווי איך וועל שוין שרייבן אין ווי נאר איין טענה פאלט אוועק פארן זיי גלייך צים נעקסטן, מצידי האב איך נישט קיין פראבלעם צי מיטגיין מיט זייערע אלע פרישע תירוצים, ווייל איך קען באשטיין באמת צו וויסן וואס דער יסוד פון זייער טענות זענען, עס זענען דא עטליכע טענות דאס מיינט נאכנישט אז ווען מען רעדט פון איינס איז די אנדערע אפגעווארפן, און אש מען איז זיך סותר

קודם האט זיך עס אנגעהויבן מיט דעם המצאה אז נישט מער און נישט ווייניגער היות ר' זלמן לייב האט אסאך אנהענגער אין קרית יואל, קומט זיך פאר זיינע חסידים פון די נכסי הקהלה והמוסדות פראצענטועל, לויט וויפיל איינוואוינער ס'וואוינען דארט, אן קיין פארווען אן קיין פארוואס, קודם, עס איז נישט קודם, עס איז איינער פון די טענות,, און עס איז א שטארקע תביעה, דאס מיינט נישט אהן קיין פארוואס און אהן קיין פארווען

פארשטייט זיך דער סברה איז זייער אינגיכן געפאלן אין שלאכט, ערקלערנדיג אז פראצענטן טיילט מען נאר ווען ביידע צדדים האבן עפעס א יסוד פאר זייער תביעה, נאכער קען מען מאכן א "פשרה" למען השלום, אבער משורת הדין, קען אזא טענה נישט לעבן קיין איין רגע, אויך שקר ווען איז דאס געפאלן אין שלאכט? איך וועל דא איבערלייגן די טענה'ריי פון פריער אויף דעם:
"
     דאס איז וואס דו שרייבסט (אין באלד): 
    . היות ר' זלמן לייב האט אנהענגער אין קרית יואל, מוז מען איהם געבן פראצענטועל און א פארווען אן א פארוואס,

       פארוואס הייסט דאס אהן א פארוואס און א פארווען אויב האט ער אנהענגער? אז איז זייער א שטארקע און גערעכטע    טענה
 
      איך האב ביסל גענישטערט בנוגע די באבובער די"ת וואס איז אויך א גרויסע קהילה, און עס האט דעם זעלבן פראבלעם אז מען קריגט זיך ארום ווער עס איז רבי, וואס דאס איז אייגנטליך דא אויך דער סכסוך, לויט ווי איך זעה דארטןטענהן די מרדכי דוד'ס צוויי טענות איינס ירושה און נומער צוויי דאס וואס דו רופסט אהן א פארוואס און פארווען, דאס הייסט אז זיי האבן פראצענטואל א גרויס חלק און ממילא קומט זיך זיי לויט דעם, וואס צוליב די טענה איז בעיקר געווען די וואלן, צו זעהן וואס עס זענען די פראצענטן (אגב מען קען זיך אסאך ארויסלערנען פון די באבוב'ער די"ת סיי לגבי וומ"ס און קר"י און ב.פ.)

האסט א טיפער טעות די יסודות פון די טענות פון ביידע צדדים אין באבוב, איז אז יעדער האלט אז "כולו שלי" און זיי זענען די אויסשליסליכע יורשים, דאס וואס מציילט די פראצענטן, איז נאר ווייל מ'מאכט א "פשרה" למען השלום, דוק ותשכח וועסטו זעהן אז איך בין גערעכט

איך ווייס נישט פונקטליך ווי טיף מיין טעות איז, אבער דו מאכסט דא א זיכערען טעות, מרדכי דודס טענות איז קלאר געבויעט אויך אויף קהילה שנתפרדו, קוק אין אלע זייערע קונטריסים און הער זייערע טעיפס, וועסטו דאס הערן קליפ און קלאר, אז איך וועל האבן צייט מארגן און איך וועל טרעפן די סחורה אנליין (איך דענק אז עס דארף זיין) וועל איך עס בל"נ פרובירן ארויפצולייגן,

אגב דאס וואס דו שרייבסט אז מציילט די פראצענטן נאר ווייל ממאכט א פשרה, קלער איך אז דאס קען זיין נאך א סיבה פארוואס די זאליס ווילן מען זאל רעדן פון קרית יואל ווייל זיי ווילן מען זאל מאכן א פשרה למען השלום, בפרט ווען די וומ"ס סכסוך קען אויך זיין אז עס בי"ד וועט וועלן וויסן די פראצענטן כדי צו קענען מאכן א פשרה למען השלום, איז פארוואס זאל מען דאס נישט טוהן אין קר"י למען השלום?, אין קר"י דארף נישט זיין קיין שלום? (איך קלער אפשר דארף טאקע נישט זיין ווייל אין קר"י איז אלעמאל שטיל, דאס איז בדרך אפשר איך ווייס נישט)"

ע"כ פון פריער דא אין דעם אשכול, דא גיי איך צוריק צו סקאטס תגובה אין כל העולם.

איך זעה נישט דא פארוואס עס איז געפאלן אין שלאכט,

אזוי ווי איך האב געשריבן אז איך וועל פרובירן צו ברענגען פון באבוב, וועל איך עס בל"נ אראפברענגען אין די נעקסטע תגובה


איז מען געגאנגען צום נעקסטן טענה, אז זיי האבן יא לעולם א תביעה פאר קרית יואל, פארוואס? אדער ווייל ר' זלמן לייב איז תובע בשם געוויסע ראשי הקהלה וואס מ'האט 25 יאר צוריק ארויסגעווארפן, אדער אז ר' אהרן איז געווארן אויס מרא דאתרא פון קרית יואל, און ר' זלמן לייב האט איהם איבערגענומען, ווי שוין געזאגט אויבן איז עס נישט געגאנגען צום נעקסטן, עס איז נאך איינס פון די טענות (עס איז אינטערעסאנט אז ביים אנהייב פון דעם אשכול האסטו עס אויך געזעהן אז עטליכע תשובות, און נישט איינס אפגעפרעגט און געגאנגען צום נעקסטן, דאס האסטו געשריבן: "וואס איך האב נעכטן געפרעגט איז וואס פונקטליך די טענה פון ר' זלמן לייב האט אויף קרית יואל, גארנישט מער, וואס אויף דעם האב איך באקומן 4 תשובות", דא האסטו צוליב דיין דעמאגאגישן און ציניזים מהלך פון רעאגירן צו זאכן באשלאסן עס אזוי אראפצושטעלן)

און דאס איז די דין אברים ווען דו האסט  געשריבן די זעלבע טענה אויבן:
"

2. אז ער איז תובע מטעם די בני יואל ראשי הקהלה וואס מ'האט ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק,

ר' משה פר"מ און ר' שלמה מיכל ראזנער ועוד וועמען מען האט ארויסגעווארפן פאר 25 יאר צוריק זענען נישט די ראשי הקהילה אין בני יואל, זיי זענען די ראשי הקהילה ביי די זאליס אין קר"י-
-
-מאכט נישט קיין חילוק, למעשה ווען מ'האט זיי ארויסגעווארפן 25 יאר צוריק האט עס גארנישט געהאט מיט ר' זלמן לייב, ממילא איז א לצנות צי זאגן אז ר' זלמן לייב זאל ווערן א מחותן 15 יאר שפעטער,

דו רעדסט שטותים, אויב איז דא א טענה אז וויבאלד בערל פר"מ קען זיין אז ער איז די ראה"ק און במילא קען ער זאגן ווער עס וועט זיין רבי, איז אויב ר' משה פר"מ קען זיין ראה"ק ווייל 15 יאר צוריק האט מען עפעס געטוהן שלא על פי דין, קען ער אויך זאגן ווער עס וועט זיין רבי אפילו עס איז 15 יאר שפעטער

3. אז ער איז דער סאטמארע רבי בכל קצבי תבל ממילא איז ער דער בעה"ב איבעראל, און מרא דאתרא אין קרית יואל

איך ווייס נישט צו דווקא אלס קצווי תבל, אבער ער האט געוויסע טענות אויף וואס א די"ת קען חל זיין (נאכאמאל, קענסט האלטן אז ער גייט נישט געווינען אבער א די"ת קען זיין און דארף זיין) קודם כל איז די אויבנדערמאנטע אז זיינע ראשי הקהילה האבן אים אויפגענומען, עס איז דא געוויסע בריוון פונם ברך משה זי"ע וואס געט צו א שטארקן געוויכט אויף די טענה און קען זיין נאך

-
--בקיצור די טענה'סט אז ר' אהרן איז געווארן אויס מרא דאתרא, און ר' זלמן לייב האט איהם איבערגענומען, מסכים

איך טענה נישט גארנישט, איך זאג נאר אז במציאות איז דא פאקטן, וואס גיט אים געוויסע רעכטן, ביי א די"ת, און יא עס קען זיין אז אויב וועט זיין א געהעריגע די"ת איבער קר"י איז דא טענות אז עס קען אפשר זיין אז ר' אהרן האט נישט קיין רעכט אויף די מרא דאתרא'שאפט

4. אז קרית יואל איז א חלק פון וומ"ב ס'איז די זעלבע בעלי בתים, און ווער ס'איז בעה"ב אויף וומ"ב איז אטאטמאטיש בעה"ב אויף קרית יואל,

איך ווייס נישט צו עס איז ממש אינגאנצען אזוי און צו עס גייט אויטאמאטיש, אבער א טענה איז לכאורה דא עס איז דא געוויסע נכסים וואס בעצם באלאנגט דאס פאר וומ"ס און מען האט עס בגניבה איבערגעשריבן, עס איז דא זאכן וואס פלעגט ווערן פארוואלטעט און געצאלט דורך וומ"ס, און אויך קען טאקע זיין אז עס אזוי ווי דו זאגסט אז וומ"ס האט בעצם א חלק בעלות אויף קר"י, כידוע איז דאס גאנע עפענען א קארפארעישאן בשעתו געווען נאר אויפן ביה"ח, און שפעטער איז עס איבערגעגאנגען אויף נאך זאכן, אלענפאלס עס איז דא אויף וואס דן צו זיין,-
-
איך פארשטיי לגמרי נישט וואס די רעצט, אדרבא זיי מסביר, ווי ווייט איך ווייס זענען די חדר מיט די מיידל סקול אין קרית יואל אלס געווען א באזונדערע לעגאלע קארפארעישן, מ'האט עס קיינמאל נישט איבערגעשריבן בגניבה נאך די מחלוקה, די זעלבע מיט די בתי מדרשים, איז אויך א באזונדערע לעגאלע קארפארעשן וואס איז געווארן זעלבסטשטענדיג, מיט די הסכמה פון וומ"ב, סאך פאר די מחלוקה, דאס מיינט מ'האט עס קיינמאל נישט ציגענומען פון ר' זלמן לייב'ס חסידים,

די איינציגע זאך וואס איז געווען א שטיקל מדובר איז די בניני מתיבתא, און די ביה"ח, וואס דאכצעך אז קיין איינע פון די איז נישט די רעדע דא, ווייל אויף דעם זענען די ארונים אויך מודה אז ס'געהער צו די וומ"ב סיכסוך

בקיצור דאס איז אזוי און דאס איז אזוי, דער בנין פון ביהמ"ד האט מען איבערגעשריבן וכהנה וכהנה,

אונטערשטע שורה אז עס איז דא גענוג און נאך סיבות פארוואס עס איז שייך א די"ת אין קר"י און איך זעה נישט וויאזוי מען קען זאגן אז עס בכלל נישט שייך צו גיין צו א די"ת"

ע"כ פון פריער דא אין דעם אשכול, דא גיי איך צוריק צו סקאטס תגובה אין כל העולם.



לאמיר אנעמען אז רגלים לדבר, צו די אויוונדערמאנטע טענות, איך זעה נישט וויזוי, אבער לאמיר זאגן
for argument sake
, אז יא, מיינט דאך דאס אז קרית יואל איז כדאי לעצמו, אין ס'לגמרי נישט אנגעוויזן אין וומ"ב, לו יצויר אויב מאיזה סיבה וואלטן די אהרונים קיינמאל נישט תובע געווען וומ"ב, וואלטן די זאליס פונקט אזוי געקענט גובה זיין קרית צו צוליב טענת משה מאנרוער אדער צוליב טענת מרא דאתרא, נו אויב אזוי וואס געבט דיר רעכט צו משלב זיין די צוויי דין תורות אין מאכן איינס, דאס זענען דאך באזונדערע קהלות, באזונדערע מקומות, אנדערע מעמבערס, אנדערע טענות, אנדערע צדדים,
ממילא אויב האסטו א תביעה איבער קרית יואל ווער לאזט דיך נישט שיקן א הזמנה לדין תורה, און מ'וועט ביידע באזונדער דן זיין כדת וכדין

וואס זאל מען אבער טוהן אז דער שו"ע לאזט יא צו אזא מין מושג ווי תביעה נגדית, און ע"פ הלכה איז דאס כדת וכדין.

לאור הנ"ל, האט זיך נעכטן געטוישט דראסטיש די ניגון, אז נישט אז מ'האט בלויז "אויך" א תביעה אויף קרית יואל, נאר קרית יואל איז גאר איינס מיט וומ"ב, ס'איז ממש היני הך, די זעלבע ראשי הקהלה זענען בעה"ב אויף ביידע, די צדדים זענען די זעלבע, ס'ממש איין זאך, ממילא מוז קרית יואל אויך אריינגענומען ווערן אין די זעלבע נושא, ווייל מ'קען נישט דן זיין איבער נאר א חלק פון די זעלבע נכסים,

עס איז נישט לאור הנ"ל, און עס איז נישט דראסטיש געטוישט די ניגון, און ניטאמאל קומט עס פון די זאליס, עס איז א טענה וואס די ארונים האבן שטענדיג גע'טענה'ט, און עס אימפלעמענטירט צו פיגורירן אלס תובעים קעגן ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין, די טענה איז צד האהרונים ביי יענע הזמנה, און אויב דו האלטסט אז עס איז נישט אזוי, דעמאלטס ענטפער דו טאקע, ווי קומען די קרית יואל'ע ראשי קהילה אריין ביי יענע הזמנה אלס תובעים??? (נישט אז עס וועט משנה זיין, ווייל בשעתו האט מען קלאר געשריבן און געשריגן אז די סיבה איז ווייל אלעס איז איינס, איך בין נאר סתם נייגעריג אויף דיינע זיסע ספינס)

אויב דאס איז גאר די סברא, בין איך מער צימישט ווי בעפאר, און איך פארשטיי לגמרי נישט וואס די מילער איז דא, וואס האבן די זאליס צו מורא האבן, אפי' די אהרונים זאלן נישט אינטערשרייבן אז מ'מוז אויך רעדן פון נכסי קרית יואל, וועט זיי עס ממילא גארנישט העלפן, צו זיי ווילן יא צו נישט איז עס אטאמאטיש אויפן טיש, ווייל ס'איז דאך איינס,

פונקט ווי איינער זאל רופן איינעם צו די"ת איבער א הויז, און די הויז האט א קאך, א שלאף-צימער א דיינונג רום א טוילעט אין א בעיסמענט, וועט דען איינעם עולה על הדעת זיין אז אויב מ'זאל נישט ארויסשרייבן ברחל בתך אז אינעם דיון איז אויך נכלל די דיינינג רום, איז דער דיינינג רום דען אויסגעשלאסן? דאס איז אזאך וואס מ'דארף מיטאמאל פארלאנגען, ממילא אויב איז עס איינס, איז עס אטאמאטיש נכלל אין די דין תורה, צו די אהרונים ווילן צו נישט,

דאס איז שטותים גערעדט, ווייל הא גופא איז טאקע זאגן וואס מען שרייבט אריין אייביג און מען שלאגט זיך ארום, איינער האלט, אז דאס איז יא אריינגערעכנט, און איינער האלט אז נישט, למשל אויף די צוריקגעצויגענע הזמנה האלטן די ארונים אז עס איז אויטאמאטיש אויך נכלל די מוסדות, גיי ווייס פארוואס, און די זאליס האלטן אז נישט, איז אויב דאס ווערט נישט אויסגעשמועסט פאר די די"ת, וואס אלס עס איז איין זאך, און אויב אפילו עס איז נישט איין זאך, צו מען זאל אויך רעדן דערפון ווייל עס האט א שייכות, וועט מען קענען אפילו ענדיגן די די"ת און האלטן ביי א' לגבי די אנדערע זאכן,

און ווי געזאגט איז דאס א טענה פון די ארונים אז אלעס איז אויטאמאטיש איין זאך, די זאליס טענה'ן אז עס זענען דא זאכן וואס זענען טאקע איין זאך, און עס זענען דא זאכן וואס קען זיין אז עס איז איין זאך, און עס איז דא זאכן וואס זענען טאקע נישט ממש איין זאך אבער עס האט א געוויסע שייכות, אדער מען האט געוויסע טענות דערויף.

און דא וויל איך טאקע צוקומען צו די אלע הייפאטעטיקעל קשיות, אויב וויל מען גיין צו די"ת, פארוואס זאל מען נישט טוהן אזוי אדער אזוי?

איך מיין אז לאור הנ"ל איז זייער פארשטענדליך, וויאזוי די זאליס ווילן עס זאל צוגיין, אזויי ווי עס זענען דא זאכן וואס זענען טאקע איין זאך, און עס זענען דא זאכן וואס קען זיין אז עס איז איין זאך, און עס איז דא זאכן וואס זענען טאקע נישט ממש איין זאך אבער עס האט א געוויסע שייכות, אדער מען האט געוויסע טענות דערויף, איז פשוט א שאד און נישט ריכטיג צו האבן עקסטערע די"ת אויף יעדע זאך, מען וועט זיך קודם ארומשלאגן יארן וואס האט צוטוהן מיט וואס און ווער האט צוטוהן מיט וועם, און ווען האט עס צוטוהן מיט יענס, אייביג אדער נאר אין אזא אין אזא פאל און אויף אזא און אזא אופן, ביי יעדע די"ת וועט מען דאס עקסטער איבער'חזר'ן, און עס קען גאר זיין אז די זעלבע מענטשן וועלן דא טענה'ן אז עס איז אזוי און ביים אנדערן וועלן זיי טענה'ן פארקערט, (אזוי ווי מען זעהט דא), כהנה וכהנה, און עס וועט אפקאסטן געלט, צייט, כח, און עגמ"נ. און עס איז דא סך א גרעסערע טשענס אז מען זאל נישט פסק'ענן ריכטיג, און עס זאל גאר ארויסקומען קאנפליקטינג פסקים, א.א.וו.

דאס איז ווי מען זאגט א הייפעטעטיקל סיבה וואס קען זיין די סיבה פארוואס די זאליס גייען אויף דעם אופן, און איך וויל טאקע וויסן לשיטת האהרונים לאמיר זאגן אז עס איז נישטא אזא מין זאך ווי תביעה נגדית, נאר די זאליס האבן זיך עס אויפגעמאכט, און קרית יואל און וומ"ס זענען נאר איינס ווען עטס ווילטס און ווען עס ווילטס נישט האט עס טאקע נישט קיין שייכות, וויאזוי זאגט סקאט  for argument sake ווי נישט ווי דארף די זאך אנקומען צו א בי"ד און עס איז א גרויסער חילול ה', איז טאע נישט גערעכט די טעכנישע וועג וויאזוי די זאליס רופן אז מען זאל קומען צו די"ת, פארוואס ווילסטו נאר קומען אויב מען שיקט דיך אן עקסטערע הזמנה? וועסט דאך דעמאלטס במילא מוזן קומען, אויב האלטסטו טאקע אז זיי האבן נישט קיין שום שאנס און דאס איז אפילו די סיבה פארוואס זיי שיקן נישט קיין עקסטערע הזמנה, דעמאלטס דארפט עטס זיכער נישט מורא האבן און טאקע יא גיין צו די"ת און זאל טאקע יעדער זעהן אז זיי האבן נישט קיין שום טענות,

איך האב שוין נישט קיין נערוון צו שרייבן, עס קען זיין אז עס פאלט אריין אפאר טעותים איך האב נישט געהאט קיין צייט און קיין נערוון עס איבערצוגיין, אויב איך וועל באמערקן עפעס א טעות, וועל איך עס פרובירן צו פאררעכטן אין א אנדערע תגובה אין א קומענדיגע געלעגענהייט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2010 23:30 לינק ישיר 

דא וועל איך אראפברענגען וואס כהאב געטראפן אין באבוב'ער פארום, פון צד ר' מרדכי דוד וואס זייערע טענות זענען, ווי מען זעהט קלאר אז ווען קומט צו א די"ת איבער א געוויסע זאך קען מען קומען פון עטליכע פראנטן מיט עטליכע טענות, און עס מיינט נישט אז אויף יעדע טענה דארף זיין אן עקסטערע די"ת און הזמנה, (ליהוי ידוע אין באבוב איז קיינמאל נישט געווען קיין הזמנה בכלל, יא מען קען מאכן א די"ת אהן שיקן אן הזמנה, די הזמנה איז נישט דער עיקר אדער מעכב, עס איז נאר א טעכנישער חלק וויאזוי מודיע צו זיין א צד אז מען האט א טענה)

ווי אויך זעהט מען דארט אז קהילה שנתפרדו איז א געהעריגע חלק פון די תביעה, און נישט א זאך וואס דער בי"ד טוט אלס פשרה,

דא איז א לינק צום באבוב'ער פארום פון דעם





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2010 17:03 לינק ישיר 

מיט א שער בלאט פון א קונטרס איבער די באבאוו דין תורה ווילסטו אפענפרן די סירוב לדין פון ענקער צד?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2010 19:37 לינק ישיר 

היוצא לנו מכל אלו, קום מיר אלס צוריק צום ארגינעלן טענה וואס די אהרונישע קהלה טענה'ט שטענדיג אין זייערע אלע מודעות

דהיינו,

דא זענען דא 2 צדדים, יעדער האלט אז הדין עמו, יעדער צד האט גאר שטארקע נגיעות וואס נייגן זיין שכל צו פארשטיין אז זיין צד איז 100% גערעכט, אין דער צד שכנגדו נישט,

דאס איז נאטורליך, ס'איז אזוי זייט וועלט איז וועלט, ס'קיין שום עוולה נישט, יעדער האט א רעכט צו האלטן אז ער איז גערעכט,

וואס טוען סיוויליזירטע מענטשן וואס קענען פארשטיין, אז אפשר בין איך לעולם נישט גערעכט און די סיבה פארוואס איך האלט מיט אזא זיכערקייט אז הדין עמנו איז אפשר ווייל איך בין משוחד צו מיינע נגיעות, וואס טוט מען אין אזא פאל? מ'שטעלט זיך צו א דרויסענדיגע פאראנטווארטליכע בי"ד בלי שום חשש נטיעה ונגיעות, און אט דער בי"ד וועט פסק'ן ע"פ יושר,

דאס איז די אלף בית פון יעדן סיוויליזירטע געזעלשאפט,

למשל,

אויב איין צד האלט אז דא איז גילטיג "אין נזקקין" און דער אנדערע האלט אז נישט,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

אויב איין צד האלט אז א געוויסער פארשוין איז אויך א צד אין מוז אויך זיך משעבד זיין צום פסק און דער אנדערע האלט אז נישט
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

אויב איין צד האלט אז "תביעה נגדיות" מיינט אז מ'קען צווינגן צו כולל זיין אין די זעלבע דין תורה אנדערע נכסים, און דער אנדערע האלט אז נישט, נאר עס זאל באזונדער באהאנדלט ווערן,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

אויב איין צד האלט אז מ'מוז ארויפברענגן אדמור"ת וירושה און דער אנדערע האלט אז נישט,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,


אויב איין צד האלט אז "תובע הולך אחר הנתבע" מיינט אפי' א היסטארישע שונא צו דער צד שכנגד, אדער א בי"ד וואס האט געשריבן א "קשר בוגדים" מודעה, און דער אנדערע האלט אז נישט,
וואס טוען סיווילזירטע מענטשן און אזא פאל, מ'לייגט עס פאר א נייטראלע בי"ד, ויקוב הדין את ההר, ס'דאך נישט קיין טראפ יושר אז איין צד זאל אויפגעבן זייער טענות נאך איידער א בי"ד הערט זיי אויס,

דאס מיינט מ'זאל שטעלן א בי"ד וואס זאל זיך בלויז קאנצעטרירן אויף די אויווענדערמאטע טענות, אין איינמאל מ'שליכטעט די אלע הקדמות טענות, וועט מען דאן אנהויבן די דין תורה לויט די אנווייזונגען פון דעם בי"ד,

קרעדיט: סקאטמאלאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2010 19:54 לינק ישיר 

נו ווי זענען די שטרי בירורים פונעם מאנראוער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/12/2010 20:12 לינק ישיר 

שימעלע מיט סקאט

הוא אשר דברנו, לייגט נישט קיין הגבלות לאזט בית דין באשלוסן אלעס, ר' אהרן זאגט פאר שמיד איך וויל בשום אופן נישט דן זיין איבער קרית יואל, איך וויל נישט חתמ'ן שט"ב אויף דעם, און איך וויל נישט די ראשי קהלה חתמ'ן בנוגע קרית יואל,

בעטן מיר דיך שימעלע מיט סקאטעלע: בעט ר' אהרן ער זאל מסכים זיין צו דיין פארשלאג, ושלום על ישראל,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/12/2010 21:37 לינק ישיר 

ועדיין לא נושענו

ר' דוד שמידט קומט אין בעט גייט צו דין תורה און שרייב אונטער שטרי בירורין אבער ר' אהרן מיט זיינע תירוצים און אמתלאות דרייט זיך ארויס, און זאגט איך שרייב נאר אונטער מיט תנאים, פרעגט מען אולי שרייב אונטער אויף דעם אליין אויב די האסט רעכטן צו מאכן תנאים זאגט ער בלא איך וויל נישט,

עד מתי ווילאנג נאך וועסטו מיט דיין סבלנות צוריקהאלטן א יושר'דיגע ערליכע דין תורה, שטעל דיך צו דין תורה צו א בית דין כשר אן קיין תנאים, גענוג דיין חילול שם שמים פון צעהן יאר ערכאות,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2011 16:29 לינק ישיר 

איך פאר שטיי נישט וואס דא גייט פאר .       סקאט האט זייער קלאר געשריבן אז אויב איין צד האלט אז א געוויסע פארשוין איז אויך א צד אין מיז אויך זיך משעבד זיין צום פסק און דער אנדערע צד האלט אז נישט.     איז דארף מען מען גיין צי דין תורה איו זיי דארפן דאס פאסקענן.           און אויב דין תורה וועט פאסקענען אז ווילי און ק''י איז איינס דעמאלס וועט ר' אהרן דארפן אינטער שרייבן שטרי בוררין און אויב איז נישט .    אבער קודם גייט צו דין תורה און שטעלט פאר אייערע טענה אז ק''י און ווילי זענען איינס.    און אויב דין תורה וועט פאסקענן אז ס'איז איינס און ר' אהרן וועט נאך אלץ נישט אינטער שרייבן.    דעמאלס וועלן ענק זיין דער געווינער.    איו ענק וועלן נישט דארפן גיין ווייטער צי דין תורה. אבער ביז דעמאלס זענט ענק דער מסרבים לדין תורה.
איך בעט מער זאל נאר ענפערן צי דער זאך און נישט סתם פארדרייען דער מוח מיט ספינם אזוי ווי איר האט פריער געטעוהן. 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/1/2011 16:56 לינק ישיר 

JHOL איך האב אן אנדערן פארשלאג, קודם זאל מען גיין צו די"ת אויב ר' יעקב כהנא און ר' שאול פערלשטיין זענען א צד,און דערנאך אויב בי"ד וועט פסק'ענען אז זיי זענען א צד, וועלן זיי אונטערשרייבן שט"ב, וואס זאגסטו צו דעם פארשלאג?

אגב די זאליס פארלאנגען אז ר' אהרן דארף אונטערשרייבן אפילו נאר אויף וומ"ס

נ.ב. כדי צו קענען פארלאנגען אז יענער זאל ענטפערן צו די זאך, ברויך מען אויך פרעגן צו די זאך, ווי אויך וואלט איך געוואלט וויסן צו וואס דו באציסט דיך ווען דו שרייבסט "נישט סתם פארדרייען דער מוח מיט ספינם אזוי ווי איר האט פריער געטעוהן."

גלייכצייטיג וואלט איך געוואלט וויסן סתם פאר אינטערעסאנטקייט, ווי עס איז שוין למשל געווען אזא פאל פון א די"ת ווען די צדדים האבן פאר די די"ת געהאט פארשידענע קעגענזייטיגע טענות, איבער וואס און ווער עס איז א חלק פון די די"ת, און בי"ד האט קודם גע'פסק'נט אויף יעדע זאך עקסטער, קודם וואס עס קומט אריין און ווער עס קומט אריין, און נאכדעם געהייסן יענעם אונטערשרייבן שט"ב, און אזוי ווייטער


_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > שאק: אדמו"ר מהר"א צו ריכטער שמידט "איך וויל נישט גיין צו דין תורה!"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 8 9 10 11 12 13 לדף הבא סך הכל 13 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.