בית פורומים אידישע געדאנק

ווער איז די גבר אלים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/12/2010 04:03 לינק ישיר 
ווער איז די גבר אלים?

      יארן ציריק זענען געווען צוויי ברידערס (שווערע עקשנים), ראשי קהלות אין צוויי באזינדערע שטעט, ויהי היום האט אויסגעבראכן א געלט מחלוקה ציווישן די צוויי, איז יעדער געלאפן צו זיין רב ארויסצונעמן א היתר הליכה לערכאות, ווייל די צווייטע איז א גבר אלים. ס'איז דורך א שטיק צייט האבן זיך די צוויי רבנים געטראפן ביי אן אסיפת הרבנים, האבן זיי מפלפל געווען ווער ס'איז די גבר אלים, האט זיך א דריטע רב אנגעריפען, ביז יעצט זענט עטס ביידע געווען גערעכט, אבער איצט לאמיר דא ווערן א בית דין מיט שווארצע לעכט און א שופר, און מיט איין קליינע בלאז וועלן זיי ביידע קומען צולויפן ווי פחדים'דיקע מייזלעך.


לענינינו נאך די צוויטע וועלט מלחמה זענען אונזערע זיידעס פון גאנץ אייראפא(אונגערן, פוילן, רוסלאנד,אויברלאנד אד''ג),  געקומן קיין אמעריקע שבור ורצוץ נאכן פארלירן גאנצטע משפחות און שטעט, האבן זיי געוואלט נאכאמאל איופשטעלן דורות להשם ולתורתו, האבן זיי זיך צוגעקלעפט צום הייליגן סאטמארע רב זצוק''ל, וואס האט אויפגעשטעלט א קהילה אן קיין שייכת מיט קיין חסידות אדער גזע (נאר צוויי זאכן זיין ביהמ''ד האט ער גערופן ייטב לב און מ'האט געמאכט א סיום ביי זיין טאטע'ס יארצייט), זיין איינציגסטע ציל איז געווען נאר אופצושטעלן פרישע דורות, ערליכע אידן וואס זאלן זיך נישט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא מתורתינו הקדושה, ווי אידן מדור הקודמים האבן געפירט.

 

לאחר פטירתו האבן די ראשי הקהילה אפגעמאכט, אז אזוי ווי די רבי ז''ל האט נישט איברגעלאזט קיין קינדער אדער א תלמוד וואס איז ראי' איברצונעמן זיין פלאץ, זאל מען אויפנעמען ב''א די ברך משה ז''ל פאר רב ד'קהלות סאטמאר, דריי יאר שפעטער האט ער אויפגענומען זיין זין מהר''א, ער זאל אים אריוסהעלפן מיט די קהילה אין קרית יואל, און ווי ס'האט אוסגעקוקט איז אז, ער מאכט אים די "קרוין פרינץ", אזוי איז דורך בערך 15 יאר ביז תש''ס, ווען ער האט אויפגענומען זיין אינגערע זין מהרז''ל, ער זאל אים אריוסהעלפן מיט די קהילה אין וויליאמסבורג (צו ווייל ער האט געזען אז מהר''א האט זיך צושלאגן מיט א גרויסע עולם און מיט אסאך רבנים, אדער אז משה פריעדמאן מיט זריעל האבן אים פאדרייט די קאפ איז יעצט נישט נוגע), וואס דאס האט יעדער פארשטאנען די פאקט, אז סאטמאר וועט זיך צוטיילן אין צוויי, וואס וועט באמת גוט זיין פאר ביידע, די זלונים וועלן נישט מער ליידן פון מהר''א, און די ארונים וועלן מער נישט ליידן פון מתנגדים  און שונאים, און מהר''א וועט קענען פירען זיין קהילה אזוי ווי ער וויל.


האט זיך אנגעהויבן א פרשה וואס הייסט ריעל עסטעיט, דאס מיינט ווער וועט באקומען די בילדינגס וואס די קהלת סאטמר האט געקויפט, אדער חברי הקהילה האבן מנדב געווען אין משך פון פיפציג יאר, האבן די ארונים גערופען די זלונים צו דין תורה אויף די בילדינגס אין וויליאמסבורג, האבן זיי גאזאגט אז זיי זענען גרייט אונטער צו שרייבן שטרי בוררין, אויב מ'וועט דן זיין אויף אלע בילדינגס פון די קהילה בכל מקום שהם, ווי בארא פארק און קרית יואל וכדומה, למעשה האבן יעצט ביידע התירים און די קהלות סאטמר איז ליידער אין ערכאות.

שטעלט זיך יעצט א פראגע, סוף כל סוף איז סאטמאר צוטיילט אויף צוויי, און קיינער וויל נישט האבן קיין שייכות מיטן צווייטן, וואס יעדער בר דעת פארשטייט אז מ'דארף זיך צוטיילן מיט די פארמעגענס, איז דען נישט דא קיין קלוגע בעלי בתים, סוחרים, בני תורה און בילדינג שאצערס אין די קהלות, איז דען נישט דא אין כלל ישראל דיינים, לויערס וואס זאלן זיין די שליש, האט טאקע די תורה און שכל הישר דערגרייכט נאר ביז סאטמאר, רח''ל. איצט ווען די רבי'ס וועלן זיך צוטיילען זייער פריוואטע ירושות, וועלן זיי אוודאי נישט גיין לערכאות, און ווען די ראשי הקהילה האבן א פריוואטע געלט סכסוך, גייען זיי נישט לערכאות, דאן פארוואס ביי נכסי הקהילה גייט מען אין ערכאות רח''ל.

 נאר די תירוץ איז גבר אלים, יעדער האט מורא אז די אנדערע פארטיי וועט אים אויסשפילן, קומט אויס אז יעדר וואס איז א חבר אין איינע פון די פארטיי, האט א חלק די גבר אלים, און ווער נאך ווי מיר תלמידי רביה''ק פארשטייען, אז אויב מ'וועלט און מאיז א חבר, איז מען ממש א חלק אין די זאך.

 

ממילא ווילן מיר דא בעטן יעדעם איינעם פון די ביידע קהלות,  וואס אונזערע זיידעס זענען נאכגעגאנגען רביה''ק ז''ל במדבר בארץ לא זרועה (ווען סאטמאר איז געווען אפגעפרעגט ביי יעדן סיי ביי די פרייע וועלט און סיי ביי די פרומע וועלט), נישט ווייל זיי זענען געווען סיגוט'ע חסידים אדער אנדערע אינטערעסען, נאר ווייל זיי האבן זיך נישט געוואלט אוועקרירן קיין זיז כל שהוא מתורתינו הקדושה,  זאלן איוסשרייען אז מיר ווילען זיך צוטיילען מיט אלע נכסי הקהילה לויט די תורה הקדושה און נישט לויט די ערכאות של עכו''ם.


(שטעלט אייך פאר ווען די צוויי רבי'ס וועלן אלט ווערען לאיו''ש, זיי וועלן שלום מאכן(ווי ווישניטץ) וועלען אינזער אייניקלעך טאנצען אויף די פארענטשעס, ''הנה מה טוב שבת אחים גם יחד'', און מיר וועלען בלייבען מיט די פלעק פון ערכאות לעולם ועד)  





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 04:13 לינק ישיר 

בדרך אגב: לידעתך די רבי ז"ל האט א נאמען געגעבן קהל "יטב לב" מיט איין יוד לשמו ולזכרו, עס האט גארנישט מיטן בעל ייטב לב ז"ל

תוקן על ידי SatmarNews ב- 20/12/2010 04:23:48




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 06:21 לינק ישיר 

ווען רא"ט זאל ווען אויפגעבן אויף די ריעל עסטעיט אין וויליאמסבורג גלייב איך אז מ'וואלט געקענט אפשר קימען צי א קאמפראמיס, די פראבלעם איז נאר אז דער בחור וויל אלעס, גיבט אריין מסירות קעגן ביהמ"ד החדש, סאוט 8, וכו' און איז נישט מסכים צי לאזן קיינעם טראכטען אנדערש ווי ער וויל, אויך אין מאנרוי סידור קידושין, די רעבעצין ביהמ"ד, וכו'

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 19:30 לינק ישיר 

איר האט א גרויסן טעות און די גאנצע יסוד פון די מחלקה, וז"ל כ"ק גאב"ד מאנטעוועדיא זצ"ל אצל מסיבה לטובת ישיבתו ה"ק דענסמאהל איז פארגעקומען די ערשטע מאהל און די ס' יאהרן וואס ר"א האט אויפגעהויבן זיין האנד בתורת משה,

מתוך דבריו
לבן ביקש לעקור את הכל
"וואס גייט עס מענטשן אין לעבן אריין ווער עס זאל זיין הנהלת הקהל ?
כ'האב נישט געטראפן קיין אנדערן אויסדרוק
ווי דאס וואס דער בעל הגדה זאגט:
"ולבן ביקש לעקור את הכל",
לבן מיינט דאך לבן הארמי,
זיי פאפן אז זיי מיינען הנהלת הקהל, זיי מיינען עס נישט."

דער בורא כל עולמים האט געהאלפן פאר'ן סאטמארער רב זאל לעבן, "זכות אבותיו מסייעתו"
און ער האט ממנה געווען דעם זון פאר רב דא אין וויליאמסבורג,
איז על כל פנים דאס ביסל אידן דא "היתה לפליטה והיה קודש".

"מען ווייסט וואס זיי ווילן,
זיי ווילן אז א געוויסער מענטש זאל זיין דער מושל בכיפה וכל אשר ימרה את פיו ימות"
על כל פנים יהיה איך שיהי,
מען איז געגאנגען בערכאות,
איך האב גערעדט מיט א פאר רבנים פארוואס זיי זענען נישט מוחה,
און איך האב זיי געזאגט אז מען קען נישט נאכגעבן און מען קען נישט פארהאנדלען,
ס'איז נישט פאראן קיין דרכי שלום,
זיי ווילן "עוקר זיין את הכל",
ס'איז נישט צו מאכן קיין פשרות, מען קען דא גארנישט נאכגעבן,
אויב עס וואלט געווען וועגן געלט וואלט מען געקענט טענה'ן פון נאכגעבן וכדומה,
אבער ביי דעם איז נישט שייך נאכצוגעבן,
אויב חלילה אז מען גיט עפעס נאך, איז מען "עוקר את הכל",
איך האף אז די ווערטער וועלן אנקומען, איך קען דאך נישט טענה'ן מיט יעדן.



תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 20/12/2010 19:32:44




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 19:36 לינק ישיר 

איך האף אז איר פארשטייט די שטארקייט פון די ווערטער איז, ווייל דאס איז די מציאות הדברים,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 19:44 לינק ישיר 

רשכבהגולם    


     ער רעדט ווען מ'האט זיך גאשלאגען, צו נאר מהר''א זאל זיין רשכבה''ג, למעשה האלט מען צען יאר שפעטער ווען סאטמאר איז שוין צוטיילט, און ביידע זענען רשכבה''גס, יעצט איז די שאלה געלט ,און מזיצט נאך אלץ אין ערכאות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 20:33 לינק ישיר 

מיז איך דיר זאגן לויט מיין קוק ווינקל, איז אפילו דבר אחד מדברו לא נפל ארצה,
ווער עס קען גוט זיין פארסענעלעטו פון אט די חברה ווילן זיי יעצט אויך נישט קיין דיני ממונות, עס איז נאר די בחינה פון גם לי גם לך לא יהיה, אז מיין פנים איז פארשווארטצט, זאהל דיין פנים אויך זיין פארשווארטצט, אויב איך בין נישט סאטמאר דאן איז נישט דא קיין סאטמאר, אויב איך וואלט געווען סאטמאר וואלט געווען סאטמאר סאטמאר, און אויב נישט איז עס הארלעם, א בלוט באד, אז די וועסט גוט באטראכטן זייער מהלך וועסטו זעהן אז דא איז דא א ציהל פון מאכן צרות פארן צד שכנגד סתם לשם צרות, אדער לשם צי האלטן זייערע אינערלעכע ראברייען שטיל מיטן האלטן די מלחמה אידרויסן פון זייערע רייען וואס דארט איז די פינטל וואס ברענגט זיי אלס צירוק ציזאם,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/12/2010 20:43 לינק ישיר 

אויב קען איך דיר געבן גערעכט איז עס אפשר נאר אויף וואס ער זאגט וועגן מושל בכיפה
אבער דעס אז זייער ציל איז נאר לעקור את הכל און אויסדריקליך נישט קיין געלדט  דאס איז נעבעך אינזער יעצטיגע פראבלעם איי פארוואס זאגט ער געלדט ווייל ער איז לבן הארמי ער פאפט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 01:21 לינק ישיר 

רשכבהגולם

כ"ק גאב"ד מאנטעוועדיא זצ"ל איז נישט געווען א קדושל, וואס ווען ער האט ארויס געזאגט א ווארט, איז עס קדוש
קדוש קדוש ביז משיח'ס טאג, אפילו די מציאות טוישט זיך, ער איז געווען אן ערענסטע פוסק וואס האט דן געווען יעדע זאך באזונדער, מיט זיין אזוי  paranoid קען מען אינטערברענגען די גאנצע תורה.

 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 01:42 לינק ישיר 

טאקע פאר דעם האב איך דיר עקסטער מגיב געווען וזה לשוני
 
איך האף אז איר פארשטייט די שטארקייט פון די ווערטער איז, ווייל דאס איז די מציאות הדברים,

די מציאות הדברים געבויט לויט זיין היסטאריע איז,
ר"א מיינט בכלל נישט וואס ער זאגט,
99 % מיינט ער איגאנצן עפעס אנדרשט,
דאס האבן זיך שוין איבערצייגט אסאך מענטשן וואס האבן עם געוואלט אהער שטעלן ווי איינער וואס מען קען מיט עם פארהאנדלן,
ר"א האט נאך און זיין לעבן נישט געקומען צי א הסכם מיט זיינע בר פלוגתא'ס,
די סיבה איז פשוט, די רגע וואס איינער לויט זיך הערן אז ער וויל פארהאנדלן, 
זאגט עם זיין קאפ אז יענער איז זיכער אויף צרות, און די קענסט יעצט אריין קריכן יענם און די קישקע,
איך רעדט דא נישט פון די יעצטיגע סיכסוך נאר אזוי איז געווען אלע יאהרן זייט ער קומט אפיר מיט מענטשן,

איז אזוי וואס ער מיינט יא צי עוקר זיין את הכל צי עפעס אנדרשט ווייס איך נישט, אבער וואס אימער ער זאגט דאס מיינט ער נישט,

אויב די האסט א מח בקדקך און די האסט מיטגעהאלטן זיין התנהגות די לעצטע 25 יאהר וואלסטי געדארפט פארשטיין אז לית דין בר נש, 
א יעדער איז פארווייטיגט אז מען זיצט און קארט, די שאלה איז נאר ווי אזוי מען ווערט פטור פון די צרה עס זאהל זיין הפח נשבר ואנחנו נמלטנו,
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 01:49 לינק ישיר 

outspoken כתב:
רשכבהגולם

כ"ק גאב"ד מאנטעוועדיא זצ"ל איז נישט געווען א קדושל, וואס ווען ער האט ארויס געזאגט א ווארט, איז עס קדוש
קדוש קדוש ביז משיח'ס טאג, אפילו די מציאות טוישט זיך, ער איז געווען אן ערענסטע פוסק וואס האט דן געווען יעדע זאך באזונדער, מיט זיין אזוי  paranoid קען מען אינטערברענגען די גאנצע תורה.





כ"ק גאב"ד מאנטעווידעא זצוק"ל איז נישט געווען "א קדושל", ער איז געווען א קדוש וטהור, זיין ברכת שהכל און אשר יצר אין א ברוינעם וואכן טאג האט אויסגעקוקט שענער ווי אסאך הגה"ק'ס כל נדרי'ס און ברכת החמה, און זיין ריינע און אמת'ע דעת תורה איז נישט געווען אויסגעבעט מיט רייץ פאר כבוד און שררה, און נישט אנגעפיטערט מיט פרענקפוטערס און געפרעגלטע שחיטה מונחת פלאנקן.

דו קענסט ווייטער אנגיין מיט דיין יאוש'דיגן אפשאצונג פון דיין פארווייטאגטען ארונישן קוק ווינקל, איך וויל נישט אריינרעדן, איך האב נאר געמוזט מוחה זיין ווען דיין ארוניזם האט זיך צעשפילט און דו האסט זיך צולאזט דיין צונג אויף א קדוש ישראל, האב איך געמוזט מוחה זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 03:30 לינק ישיר 

והנה אנחנו מאלמים אלומים, יעדער שרייט אויפן אנדערע גבר אלים,
מיר בלייבן ביים כלל כל דאלים גבר, קמה אלמתי וגם נצבה, עס איז גוט אזוי ווי עס איז, די ארונים מיטשען זיך אין וויליאמסבורג די זאלונים מיטשען זיך אין קרית יואל און בארא פארק, ס'וועט נעמען נאך אפאר יאר יעדער וועט לעבן במנוחה ושלוה

ר' אברהם איז טאקע געווען א הייליגער איד, מ'קען נישט זאגן אז זיין בליק איז אייביג געווען מיט רוח הקודש אויף לדורות, און דער מציאות קען זיך נישט טוישן, פון א הייליגער איד ביז א מנהיג ישראל איז נאך היבש ווייט, אבער אין דעם פאל אז ר' אהרן וויל אלעס דאס האט מען נישט געדארפט קיין רוח הקודש, 30 יאר היסטארי איז סאך מער ווי אביסל רוח הקודש, קענסט דאך זעהן אז ער האט גאנץ קרית יואל און דער קליינער קאפע האויז די אלטע רביצין'ס בית המדרש האט ער זיך געשלאגן יארן צו פארשפארן, עס איז קלאר אז ביקש לעקור את הכל, אבער אי משום הא, וואלט מען שוין געמעגט גיין צו דין תורה מיט אים, אדער סעטלען אויף די רילעסטעיט, דער פראבלעם איז נאר, אז צוליב זיין רייציגען אפעטיט, איז וויכטיג אום צו מאכן ביזי, ביז ווילאנג ער מיטשעט זיך אין וויליאמסבורג צו באצאלן פאר פישמאן די רענט יעדן חודש און ער מיטשעט זיך מיט די מוסדות בודשעט האט ער נישט צופיל געלט און צייט צו אויסטיילן צרות פאר זיינע ברודער, אפשר ביי די צייט ער וועט האבן אייגענע בנינים אויסגעצאלט וועט ער שוין זיין גענוג אלט נאכצולאזן די תאות השררה ונצחון,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 03:48 לינק ישיר 

KJ                                                                                                                                                                                                                                                                                                                                                                   ייש''כ פארן מיר מעורר זיין, אפשר דארף מען אביסל מסביר זיין פארן אינגע דור, וואס א קדושל מיינט, ווען די מדינה איז אויפגעשטעלט געווארען, איז רביה''ק וואס איז שוין געווען א זקן א רשכבה''ג, ארימגעלויפן ווי א בעבי צו יעדן קליינעם רב, אויפצו ווייזען אז די מדינה איז טריפה, מיט די ליטווישע האט ער זיך נאך אביסל פארשטאנן, אבער ווען ער איז געלאפען צו די אינגע קדוש'לעך, פלעגן זיי זיך פארגלייזן די אויגען און פארציילען א מעשה פונעם זיידען, און די רבי ז''ל האט זיך געקענט שטלען אויף די קאפ, ער פלעגט זאגען איך בין מוחל זייער ציונות אבער זייער טיפשות האלט איך נישט אויס.
 

 איך האב געהאט די זכי' צו קענען כ"ק גאב"ד מאנטעווידעא זצוק"ל, איך האב געזען זיין יראה אין הוראה, איינמאל איז געווען א שאלה אין א כתובה, האט ער זיך אראפגעזעצט אין מעיין געווען, האט ער געזאגט ס'איז כשר אבער מאך עס איבער, און ער האט געשאפט צוויי עדים פון זיין ישיבה(דער אינגערמאן האט עם געזאגט אז ער וויל דווקא די ארגינעלאר, ווייל די צווייטע כתובה האט א צווייטע נוסח, האט ער אים גאזאגט אז ס'איז נאר א שטר אז די ביזט שולדיג דיין ווייב,  וואס איז דיר א נפק''מ  וואס די נוסח איז).
די צווייטע מאל האב איך אים געפרעגט א שאלה אין הלכות תפילה, האט ער מיר געהייסען איך זאל קומען צו אים אין שטוב אין א שעה ארום, ווייל ער וויל מעיין זיין, ווען איך בין געקומען האט ער זיך געוואשען די הענט, און  ווען ער געמאכט אשר יצר האט זיך מיר די הענט און פוס געווארפען ( איך האב געטראכט אז ער וועט מיר געבן פסק,   אז מ'מאכט נישט אזא טעות ביי שמונה עשרה, ווען מ'דאווענט אזוי ווי אים) דערנאך האט ער דאס מברר געווען בטו''ד,
אויך האב איך געהאט די זכי' אים אהיימצוגלייטן פון סאלקא מקוה אין די הייסע צייטן ווען מ'האט מורא געהאט פון שטיינער, און אז מ'וועט ארויסווארפן די קינדער וד''ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 04:19 לינק ישיר 

אלס תלמיד פון קר"י ישיבה? Sorry I don't believe you



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/12/2010 18:31 לינק ישיר 

אטספאוקן, יישר כח פאר דיין ענטפער, ווייל יעצט האסטו טאקע קלאר באשטעטיגט אז דו האסט נישט אנגעהויבן צו קענען דעם צדיק וקדוש הגה"צ ממאנטעווידעא זצוק"ל, איך בין מסופק צו דו האסט אים בכלל געזען אמאל, דיינע ווערטער זענען מער ווייניגער בלויז א איבערשפיי פון די "פני הכלב" און "פנים אל פנים" מיט וואס מ'האט ענק געקארמעט און געפיטערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/12/2010 21:51 לינק ישיר 

גראדע האט ער געשריבן זייער בכבוד אויף הגה"צ ממאנטיווידעא זצ"ל, אבער דער נושא איז מסתם נישט ווער מאנטיווידעא רב איז, דער נושא איז אויב ס'איז שוין צייט צו מאכן א יחלוקו אין סאטמאר און לעבן במנוחה,
מיין פערזענליכע מיינונג איז אז עס איז נאכנישט די צייט, ווייל דער אפעטיט איז אים נאך זייער גרויס, און סאיז וויכטיג צו האלטן ביזי מיט דעקן די הוצאות, ווי צו זיין ביזי מיט טעראריזירן,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווער איז די גבר אלים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext