איך מיין מען דארף א נאמען געבן פאר דעם אשכול "אשכול המחיקות"
ס'טוט זיך דארט א געמעקעריי אז ס'גייט א רויך
חיי שעה האט געשריבן
דער עם הארץ כראפעט שבת ויחי 15 שלימים
דער עם הארץ וועלכער מאכט א הכנה צום וויילן אין קאליפארניע אויף "אפרי" האט אפגעפיצט צייטליך (ערב שובבי"ם), ווי די באטייליגטע גיבן איבער האט די רבי אריינגעריקט פרייטאג צונאכט'ס 15 שלימים!
ער האט זיך געשטעלט מנחה 4:30 נאכן דאווענען האט ער נישט געוואלט גריסן גוט שבת אפילו פאר די קארגע מנין, ער האט שוין 6:45 געהאלטן נאכן בענטשן און זיך געלייגט אין בעט מיט די המודיע.
בשעה 9:45 האט מען אים געזען ליינען די צעטלעך לעבן די מקוה מיט פארשלאפענע פיאות!
א קורצע סך הכל גיבט אים א קנאקעדיגע 15 שעה! אט דאס הייסט "די רבי איז אויף וואקעשאן, פון וואקעשאן".
איך האב אים געענטפערט
חיי שעה! וואס איז געשען מיט דיר? האסט פארגעסן וועלכע ניק דו נוצט?
אזוי צו שרייבן אויף א רבין? עם הארץ?
און נאכדעם האסטו א טעות, איך מיין ער האט געענדיגט דאווענען 6:15, קוקט אויס ער האט חושש געווען אוף שיטת רבינו מנוח פון יוה"כ...
איך האלט שוין לאנג דו ביסט א ארוני און דו שפילסט זאלי, ווייל דיינע תגובות פארשעמען די זאליס
עניוועי, איך בין נישט געווען אין וויליאמסבורג, אבער ב"ה אין קרית יואל איז געווען א שיינע שבת, מען האט געענדיגט ביים זמן כדי נישט אריינצוציען דעם תענית צו לאנג אין שבת אריין וואס איז נישט אויסגעהאלטן על פי הלכה, און דערפאר האט דער רבי געגריסט אויפאיינמאל פארן גאנצן ציבור גוט שבת און דערנאך אריבער אין בנין הכולל ווי דער רבי האט געפירט טיש מיט די בחורים, איך בין אנגעקומען צום טיש בערך 8:15 האט מען געהאלטן אינמיטן די תורה, און איך בין געווען דארט ביזן בענטשן וואס איז געווען בערך 9:15, און דערנאך דערציילט מען נאך געווענליך סיפורי צדיקים מיט פירות אז ביום השביעי וכו', לויט מיין שאצונג האט מען געענדיגט בערך 10 אזייגער.
קוקט אויס אז דער שטיין איז געלונגען, ווייל יעצט 10 מינוט נאכן שרייבן די תגובה איז נישטא קיין זכר דערפון
פענסיל קעיס!!!!!!!!