היינט דינסטאג שמות (למספרנו) איז געעפענט געווארן אין וויליאמסבורג א נייער גאר רייכער פליישיגער רעסטוראנט, וועלכער שטייט אונטער די אנפירערשאפט פון ר' הירצקא בן ר' אברהם שמואל ווייס הי"ו.
דער בעל הבית האט שוין פון לאנג צוריק ערקלערט אז ער פלאנט נישט אריינצונעמען די טריפה פלייש פון דעם עם הארץ'נס שלאכט הויז, און די אלעף שעמאסניקעס זענען גלייך געווארן בייז און שומפיג, הלמאי קומט זיך א אינגערמאן און זאגט איך וויל מזכה זיין דעם ציבור מיט כשר'ס?! א מין חוצפה...
פארשטייט זיך אז זיי האבן גלייך פאררופן א בויקאט אויפן געשעפט, כאילו דאס וועט עפעס אויסמאכן. אבער לעשות רצון העם הארץ וואס וועט אים זיכער שלעכט ווערן אז איינער וויל נישט אריינעמען זיין טריפה פלייש, האבן זיי דאס געמוזט טון.
זארג נישט הירצקא; אויב וועסטו האבן פיינע עסן וועלן נפתלי משה טורקי (אינדיק בלע"ז) און דער יועץ הפרטי אהרן מתתיהו דייטש זיצן און פרעסן דארט יעדע נאכט, סאך מער ווי סיי וועלכע זאלי אין שטאט...
_________________
נשלח ב-21/12/2010 22:57
בילדער פון דעם נייעם געשעפט
Weiss bistro Grand opening today on 868 bedford
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 21/12/2010 23:00:04
נשלח ב-21/12/2010 23:14
היראים איז שוין געווען אין א באר, ער האט אפילו בילדער אין זיין באזיץ...
_________________
תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 22/12/2010 00:08:03
נשלח ב-21/12/2010 23:17
היראים, בוסט זייער וועלקאם אין דעם נייעם רעסטוראנט, דארפסט נישט פאר יעדן ארויסצייגן דעם אויסערארדענטליכע נאנטקייט וואס דו פארמאגסט צו דיין פארברענג ארט "גריל אן לי".
_________________
נשלח ב-21/12/2010 23:23
כ'האב אמאל געמיינט אז די ארונים גלייבן נישט SatmarHQ
היינט האט SatmarHQ געוואלט טוהן א בערישע טובה פאר א חבר און אהן רשות און אהן שכל ארויסגעשיקט א נארישע מעסעדזש איבער די נייע טעיק אוט ווייס ביסטראו' ווי כאילו ער וויל טשעפענען די ארונים מיט זיין נייעם רעסטעראונט.
איך גלייב נישט די גאנצע מישמאש דא, ער איז זייער א ארינטליכע יונגערמאן און איז דא צוצושטעלן די בעסטע און געשמאקסטע פאר'ן עולם!, אבער Either way, Mr. Weiss, you can realy count on our steady support! we are fully with you
נשלח ב-22/12/2010 02:59
באקומען פון די טוויטער גרופע פון WeissBistro
WeissBistro Clarification: d messages sent out 2day by other groups about our New Restaurant was not authorized and not accurate