| נשלח ב-22/12/2010 03:34 |
|
| |
מזל טוב מקודשת! קרובי המשפחה שטראמען קיין וואדבוירי!
אצינד האט זיך אפגעשפיעלט נאכאמאל די ריכטיגע ביישפיעל ווער עס זענען די ריכטיגע טעראריסטן... ביי די חתונה פון החתן בן ר' נחום אבראהם מיט בת ר' מענדל וואלדמאן איז למזל טוב אצינד פאהרגעקומען די חופה ביי די חתונה זאל אין וואדבארי אין די גלילות פון קרית יואל, ווי ביידע מחותנים האבן גענומען רשות פונע'ם מרא דאתרא – כ"ק מרן רבינו שליט"א, און רשות איז געגעבן געווארן בתנאי זאת אז דער מסדר וועט זיין דער זיידע. דער מחותן אבראהאם, מורא האבענד'יג פון די בני יואלער טעראריסטן, האט געבעטן אז דער זאך זאל דורכגיין בשתיקה – כאטש ביז נאך די חופה, ווייל ער האט נישט געוואלט אז די רשעים זאלן אים פארשטעקן דעם וועג פון א כשר'ע חתונה, און וועלנדיג האבן אלע קרובים ביי די שמחה איז טאקע אזוי געווען.. דער זיידער הר"ר צבי דוב אבראהאם האט מסדר קידושין געווען כדת משה וישראל, וועלכער האט געמאכט – דאכט זיך – צו זיין דער 5'טע חתונה אין דעם זאל אויפן כשר'ן פארנעם מיט רשות פונעם מרא דאתרא שליט"א. אצינד זענען צענדליגער בני משפחה אויפן וועג קיין וואדבארי מיטצוהאלטן די חתונה...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 04:29 |
|
| |
א
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 04:43 |
|
| |
ניין ניין משה גאבא. יעצט ווייסט מען נאר פון 5 חתונת וואס זענען געווען מיט רשות. די שונאים וועלן זיך נאך אויסשטרעקען ווען זיי וועלן געוואר ווערען אז אויך די אנדערע 7 חתונת זענען אויך אריבער בעטען רשות פונעם רבי'ן אדער איבער געמאכט די קדישין ביים דיין שליט'א אזוי ווי מען ווייסט שוין פון איין פארפאלק וואס מען קען נישט ארויס געבען ציליב די זיידע נעבעך.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 04:48 |
|
| |
און וואס איז מיט די בריעוו פון דעם מסדר קידושין אז מען מעג אהן רשות מסדר קידושין זיין. וועט הרב שמעון זאב מייזליש גייען אויף די חתונה זייענדיג א נאנטער קרוב?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 04:51 |
|
| |
נעבעך די זאליס זענען געכאפט אין שאק, נאך איינער האט גענומן רשות ''ר''ל'', זיי האבען אין איילעניש איינגעשפאנט דעם שר האופים פאר אביסל חי שעה און דברי נחמה, עס דערמאנט מיך ווען זיי האבן פארקויפט אז ר' שמואל דוד סאקס און ר' משה יודל מייזעלס זאל האבען געווען אן רשות.....
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 05:55 |
|
| |
די זאלונים שיקען יעצט ארום אויף טוויטער דעם בריעוו

|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 17:57 |
|
| |
פין איין זייט זאגט דער מחותן פאר יעדן אז ער האט גענומן רשות מאיזה סיבה שהוא, אין פין די אנדערע זייט שרייען די זאלוניס אז ער האט נישט קיין רשות והא ראי' ס'דא אפי' א געפרינטע בריוו, אין מ'האט עס אפילו אויגעהאנגען אינדרויסן פין זאל, אבער ווי די כתב יד פין דעם בריוו איז אזוי לאנג ווייסט קיינער נישט. וועם קען מען דא גלייבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 18:25 |
|
| |
זייער פשוט, איז דער שוואגער סיגעיטער רב געווען אויף די חתונה אדער נישט, האט זיך הרב שמעון זאב מייזליש משתתף געווען אדער נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 19:07 |
|
| |
פארוואס איז נישט דא קיין אמת'ער חתימה פון דעם קדושת לוי רבי, נאר א געטייפטער צעטיל (וואס כמובן אז ער אליין האט דאס נישט געטייפט צוליב וואס ער הייבט נישט אן צו וויסן ווי אזוי צו ניצן א קאמפיוטער)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 19:08 |
|
| |
ויואל משה אמת, היראים רעב יענקל משה גאבע איך האב געהערט א גוט ווארט, איינמאל איז געווען א יונגל וואס איז געקומען צו זיין רבי'ן און געזאגט אז היינט האט מיר ראובן געטשעפעט, און די קומענדיגן טאג קומט ער און זאגט אז שמעון האט מיר געטשעפעט, און דערנאך קומט ער זאגן אז לוי האט געטשעפעט, זאגט די רבי פאר די יונגל צו זאגן אז די ביסט אומשולדיג מוז איך זאגן אקעגין דעם אז די 3 אנדערע יונגעלעך זענען שולדיג, סוי איז מיר גרינגער צו זאגן אז ניין די ביסט שולדיג און וועגען דעם שעפעט מען דיר,
די זעלבע דא לכאורה אויב עס איז דא רשות איז שווער אפאר קושיות, 1) ווער פון די מחותנים איז געגאנגען נעמען רשות? ב) לויט ענק אז ביידע האבן גענומען רשות ווער שווער 2 קושיות, ווייל ווער עס קען ר' מענדל וואלדמאן, און סיי וער עס קען ר' נחים אבראהאם ווייסט אז זיי וועלן נישט נעמען רשות, 3) עס איז דא א בריוו פון די בארדיטובער רב, און אויב אי עס ליגנט וויאזוי קען מען עס אזוי אפן אויפהענגן און די זאל, עניוועי די קושיות דארפן אפאר תירוצים, און מיר איז גרינגער צו זאגן אז עטס זענטס פאלנער ליגענערס און עס איז קיין רשות קיינמאל נישט געווען, נאר אזוי ווי נישט איינע פון די 3 רבנים האבן מסד"ק געווען האטס עטס געמיינט אז מען וועט זיך ארויפכאפן אויף די ווארט רשות, נישט וויסענדיג פון די בריוו פון די בארדיטשובער רב,
און די ויואל משה אמת, וועלכע מחותן האט דיר געזאגט אז ערה אט גענומען רשות?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 19:50 |
|
| |
עיפניוז די ווילסט דען וויסן די פאקט פון די מעשה אדער די ווילסט עס נאר אפפרעגן ווייל ס'שמעקט דיר נישט?
וויאזוי כ'וועל דיר נאר זאגן וועסטו מילא זאגן אז ס'ליגענט. ניין?וואס פרעגסטו וועלכע מחותן ווען כאב געזאגט אין אנפאהנג אז ביידע? איי וועסטו האבן גוטע סברות אז לויט דיין שכל קען עס נישט זיין? איי קענט העלפ יו. די רעדסט פון סברות און איך זאג דיר א מעשה.
און אז די ווילסט יא וויסן א ראי' וועל איך דיר פרובירן צו באזעטיגן (נישט אז איך רעד מיר איין ס'וועט דיר שטיל מאכן און וועסט מודה זיין, אבער איינמאל ווען איך פרובירן), פרעג איינעם א משתתף ביי די חתונה (אויב האסטו וועם צו פרעגן) צו עס זענען געווען חסידי מהר"א און פון ווען, וועסטו געוואור ווערן אז פון נאך די חופה האבן זיך באטייליגט אסאך "גרויסע" חסידי מהר"א, און מעגסט זיין זיכער אז אהן דעם וואס דער מחותן זאגט זיי אז ער האט גענומען רשות וואלטן זיי נאך די חופה אויך נישט געקומען.
יעצט וועסטו זאגן אז ער זאגט זיי ליגענט? איינמאל די האלטסט דעם מחותן פאר א ליגנער קען איך דאך שוין אפמאכן ווען דער ליגענט איז, ווען ער זאגט דיר אז נישט רשות אדער ווען ער זאגט זיינע קרבים אז יא רשות.
פארשטייסט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 20:15 |
|
| |
בניברקער אין ע'פ' איך זעה נישט פארוואס די ענטפרסט מיך אזוי נעריש, איך האב נישט באשטעטיגט קיין שום ווערסיע פין די מעשה, ס''ה איז זייער מאדנע אז אנדערש ווי אייביג איז נישטו קיין געשריבענע בריוו, ווי קומט דא אריין דער קדושת לוי? דאס איז אויך אמאל זיכער אז קרובים האבען געהערט פונעם מחותן אז ער האט רשות, איך וואלט נישט געזאגט אז דער מחותן איז א ליגנער, ענדערש וויל ער זיך נישט פארטשעפן מיט קיינעם האט ער גענומען רשות אין יעדער איז ציפרידן אין נעמט ארויס זיין חלק אין די מעשה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 21:52 |
|
| |
| apnews כתב: |  | ויואל משה אמת, היראים רעב יענקל משה גאבע
איך האב געהערט א גוט ווארט, איינמאל איז געווען א יונגל וואס איז געקומען צו זיין רבי'ן און געזאגט אז היינט האט מיר ראובן געטשעפעט, און די קומענדיגן טאג קומט ער און זאגט אז שמעון האט מיר געטשעפעט, און דערנאך קומט ער זאגן אז לוי האט געטשעפעט, זאגט די רבי פאר די יונגל צו זאגן אז די ביסט אומשולדיג מוז איך זאגן אקעגין דעם אז די 3 אנדערע יונגעלעך זענען שולדיג, סוי איז מיר גרינגער צו זאגן אז ניין די ביסט שולדיג און וועגען דעם שעפעט מען דיר,
די זעלבע דא לכאורה אויב עס איז דא רשות איז שווער אפאר קושיות, 1) ווער פון די מחותנים איז געגאנגען נעמען רשות? ב) לויט ענק אז ביידע האבן גענומען רשות ווער שווער 2 קושיות, ווייל ווער עס קען ר' מענדל וואלדמאן, און סיי וער עס קען ר' נחים אבראהאם ווייסט אז זיי וועלן נישט נעמען רשות, 3) עס איז דא א בריוו פון די בארדיטובער רב, און אויב אי עס ליגנט וויאזוי קען מען עס אזוי אפן אויפהענגן און די זאל, עניוועי די קושיות דארפן אפאר תירוצים, און מיר איז גרינגער צו זאגן אז עטס זענטס פאלנער ליגענערס און עס איז קיין רשות קיינמאל נישט געווען, נאר אזוי ווי נישט איינע פון די 3 רבנים האבן מסד"ק געווען האטס עטס געמיינט אז מען וועט זיך ארויפכאפן אויף די ווארט רשות, נישט וויסענדיג פון די בריוו פון די בארדיטשובער רב,
און די ויואל משה אמת, וועלכע מחותן האט דיר געזאגט אז ערה אט גענומען רשות? |
|
לאז מיר דיר מסביר זיין עטליכע פונקטן: 1) בעפאר אלעם שטעל דיך אראפ און קלער אריין, וואס וואלט געווען ווען איינע פון די מחותנים זאגן נעכטן ביי די חתונה, יא! איך האב געפרעגט רשות! פיקשטער דיך אליין אויס וואסערע כאאס דארט וואלט פארגעקומען, איך מיין פאר פיקוח נפש וועט דיר יעדער דיין טרעפן א היתר צו זאגן ליגנט. 2) יעצט אויב איז אמת אז דער בארדיטשובער רב האט געשריבן דעם בריוו, וואס ס'שיינט פון דעם אז ער איז ווייט פון א נייטראלע מענטש, גלייב איך אז מען האט געוואוסט פאראויס פון זיינע אנשויאינגען, און מען וואלט נישט געזוכט צו מאכן א שקר. 3) דאס וואס איינער שרייבט אין אנדערן פארום אז מען האט געטראכט אז ער גייט עס ממילא נישט לייקענען, דעם תירוץ קען איך אויך נוצן אויפן בריוו, אז מען האט עס געפעלשט, און ער וועט עס אויך נישט לייקענען. 4) איך זע נישט פארוואס קהל זאל זוכן צו כשר'ן דוקא מענדל וואלדמאן'ס טאכטער, די וואלדמאן משפחה איז נישט ידוע פאר קיין שטילע איידעלע משפחה, און ס'וועט זיי גארנישט ברענגן, אויב עפעס נאר פארקערט. 5) אויב שמעון משה וואלדמאן האט חתונה געמאכט אין וומס"ב, און לויט די שמועות איז דאס געווען על פי הוראות ר' יחזקאל ראטה, איז זייער שטארק מסתבר אז דער איצטיגער מחותן איז געגאנגען פרעגן רשות. 6) ווי אויבן דערמאנט, דער בארדיטשובער רב האט נישט געטייפט דעם בריוו, ווייז ביטע זיין כת"י. ועל כולם ווי 'בלומבערג' האט אויבן געשריבן, דו ווייסט נישט וויפיל ס'האבן שוין איבערגעמאכט קידושין ביים דיין (וועגן אנדערע וואס האבן געפרעגט רשות און ס'איז נישט מפורסם ווייס איך נישט אויב ס'איז דא), ס'איז נישט נוגע למעשה יעצט, ס'וועט הערשט נוגע זיין אויף 20 יאר ארום, און ביז דעמאלטס וועלן די זקן ממרא'ס פון וועם די אייניקלעך האבן יעצט מורא שוין לאנג זיין אין ג...., דאס איז איינער פון די תנאים וואס יעדער ואס האט איבערגעמאכט האט זיך אויסגענומען, זיי נישט מפרסם, ווייל איך האלט נישט ביים קומען צו ענקער לאגער, און איך וועל זיין אויסגעשפילט פון ביידע זייטן. (און מיט דעם וועסטו פארשטיין פארוואס קהל האט געבעטן די בחורים זאלן זיך אפלאזן פון דעם עסק, כי לא ניתן להם להבחין)
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 22:40 |
|
| |
משה גאבע קודם לאמיר דיר ענטפערן, די האסט געוואלט וויסן ווען די קרובים ארונים זענען געקומען, די זאגסט מיט אז זיכערקייט אז זיי זענען הערשט געקומען נאך די חופה, און פון דעם נעמסטו דיין גאצע ראי' אז ס'איז געווען מיט רשות, ווייל זיי האבן געווארט צו וויסן אז דער בארדיטשובער רב וועט זיין די מסד"ק ווייל לדבריך האט ער געהאט רשות, (און די רינגלסט נאך איין אויב איך האב וועם צו פרעגן, ווייל למשל איך האב נישט,) וויל איך דיר זאגן אז די פעטער פן די כלה ר' שמשון שווארץ איידים פון ר' וואלף פריינד איז שוין געווען ביי די חופה, און אויך האט ער געהאט א ברכה, סוי זעה איך אז זיי זענען שוין יא געווען ביי די חופה, אפילו ער איז א חסיד פון מהר"א,
און איצטעט צו וואלןסח, איך האב גערעדט צו איינע פון די קינדער פון ר' נחום אבראהאם (יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון) זאגט ער מיר לא דוב ולא יער, זיין טאטע האט קיינמאל קיין רשות נישט גענומען, און יא זיין זיידע האט געשריבן די בריוו, און אויך האט זיין טאטע געשריבן א גאנצע תשובה איבער די נושא, וואס האט אויך געהאנגען דארט ביי די זאל, רעדסט וועגען ר' שמעון משה'ס חתונה מאכן און שטאט ווייסטו אליינס אז נישט ווייל ער האט געפרעגט הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א האט ער נישט חתונה געמאכט און בנ"י, נאר ווייל זיין מחותן איז א נייטראלער מענטש און וועגען דעם האט ער נישט געוואלט אריינגיין און די גאנצע מחלוקה, און איצטעט אויב ווילסטו וויסן פארוואס האט דוקא ביי מענדל וואלדמאן גענוצט די תירוץ רשות, וועל איך דיר ענטפערן 2 תירוצים, 1) וויל די מסד"ק איז נישט געווען איינע פון די 3 מהרז"ל, שארמאש, אדער טשאטה, מילא האבן זיי גלייך אנגעדרייט אז עס איז געווען רשות, 2) ווייל ר מענדל וואלדמאנ'ס ווייב איז א טאכטער פון ר' וואלף פריינד, און זעהט אויס אז ביי די פריינדס איז משפחה פאר חסידות, און די ווייבער פון ר' שמשון שווארץ, און פון ר' בערל שטיין האבן פארפירט פאר זייערע מענער אז זיי מוזן גיין, און זיי זענען געגאנגען, און שמשון שווארץ וויס איך איז שוין געווען ביי די חופה און כדאי די ארונים זאלן נישט האבן זייער ערשטע דורכפאל אז ארונים גייען צו חתונות אן רשות האבן זיי שנעל געמוזט מאכן א מעשה אז עס איז געווען רשות, און די בארדיטשובער האט באקומען רשות, נישט וויסענדיג אז עס איז דא א בריוו, און דאס וואס די ביסט נישט צופרידן מיט א געטייפטע בריוו, איך מיין אז תשע"א דרייט זיך שוין כמעט נישט קיין געשריבענע בריוון, אלעס גייט געטייפט, סוי דאס איז בכלל נישט קיין ראי', ווייל אפילו עס איז געשריבן וועסטו אויך עס לייקענען,
באלד וועלן ענק נאך קומען זאגן אז די מחותן האט געשיקט בערל שטיין פרעגן רשות, דאס איז אויך נישט אמת ווייל ר' מענדל וואלדמאן וויל דייקא חתונה מאכן אן רשות, אפשר האט עם שטיין געמוטשעט און עפ געאפפערט אז ער וועט גיין בעטן רשות, האט ער עם געזאגט טוה וואס די ווילסט
און לאמיר ענק נאר פרעגן לדבריך אז עס איז געווען רשות, ווי איז ר' שמעון זאב געווען ביי די חתונה, זייענדיג א ערשטע קאזין צו די מחותן אבראהאם, און ווי איז ר' נפתלי הירצקא קאהן געווען ביי די חתונה, זייענדיג א נעפיו פון די מותן אבראהאם
און לאמיר דיר נאר פרעגן וואלן, ביסטו אפשר געווען איינע פון די עדות ווען די קאפיל האט איבערגעמאכט די קידושין, נעבאך נעבאך עטס האטס ענק אריינגעלייגט און א קראנק בעטיל פון סידו"ק און עטס קענטס ענק נישט ארויסזעהן פון דעם, קודם פרובירט מען צו טערארזירן, גייט עס נישט פרובירט מען רשות, מען לאכט ווייטער גייט עס אז עטס ווייסן נישט ווער עס קומט אלץ איבער מאכן די קידושין ביים דיין, וואט עי דזשאוק, ענק זענען א באנטש לוזערס, און אנשטאט ארויסצוזעהן פון זיך מיט פשוט פארגעסן פון די גאנצע מעשה און געליך איינפאקן, גייט מען פון איין ליגנט צו א צוויטע, און מען מאכט פון זיך אליינס די גענאדע,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 23:21 |
|
| |
כהאב נישט געוואלט רעדן פאר איך בין מברר, אלזא יעצט נאכן מברר זיין וועל איך אריינקומען אינעם שמועס.
1) ר' מענדל וואלדמאן האט אנגערופן א וואך צוריק ר' בערל שטיין און געבעטן אז ער וויל האבן א כשרע חתונה, מאיזה סיבה שהוא, (צו וועגן קרובים צו וועגן פאשקעווילן צו וועגן ספיקות אין די אמונה, נישט קיין נפק"מ), און ער וויל מכבד זיין דעם רבין.
ר' בערל האט איבערגעגעבן די שליחות, און די רבי האט געפרעגט וועמען מען קען דארט מכבד זיין אין די משפחה, און ר' בערל האט געזאגט אז די מחותן האט געוואלט גיבן פארן זיידן, האט די רבי געזאגט אז מען זאל אים איבערגעבן א שליחות אז די רבי איז אים מכבד.
שמועות זאגן אז אבראהאם האט אויך מכבד געווען, דאס האב איך נישט באשטעטיגט.
2) יעצט צום בריוו:
צו ס'איז אמת ווייס איך נישט, ווייל ביז יעצט איז אלעס געווען מיט געשריבענע חתימות און דא נישט, וואס דאס איז א גרויסע ריעותא, אבער ענניוועי איז א שאד יורד צו זיין לעומקו פון א רעבעלע וועלכער איז ביי קיינעם קיינמאל נישט געווען אנגענומען אלס א פוסק אדער א יודע הנהגה.
אלס דעם וואס ס'איז געווען א חופה מיט רשות, איז דאס נישט קיין שום סתירה, כהייב נישט אן צו פארשטיין וואס עיפי וויל דא מיט דעם. האט דען דער זיידע מכבד געווען דעם רבין? דאס האט דאך די מחותן געטוהן. וואס האט דאס שייכות צו די אנשויאונגען פונעם זיידן?
און צום תוכן פונעם בריוו ברויך מען א אשכול בפני עצמו, ס'איז ממש ליצי ליצנות ווי מען קען שרייבן אזאנע דברי שטות שווארץ אויף ווייס מיט לשה"ק אותיות. (שפעטער אי"ה).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/12/2010 23:43 |
|
| |
איינער האט מיר געאימעילט א בריוו אבער איך ווייס נישט ווי אזוי מען לייגט עס ארויף, האב איך עס אפגעטייפט
ווער ס'וויל קען איך עס שיקן אויף אימעיל
לכל מאן דבעי למידע!
היות שנתפרסם מכתב בשמי בענין סידור קידושין בקרית יואל, הריני להודיע כי מעולם לא כתבתי מכתב זה, ואיני לוקח צד בנידון זה, ויבואו גדולים וטובים ממנו להתעסק בזה.
באעה"ח יום ד' שמות שנת ה'תשע"א לפ"ג
המצפה לרחמי שמים
הק' צבי דוב בהרמ"ז זללה"ה אבראהם
רב דקהל קדושת לוי בארדיטשוב - מאנסי
|
|
|
|
|