די אשהרוינים האבן חתונה געהאט מיטן שקר, און זייער מנהיג דער עם הארץ איז געווען דער מסדר קידושין פונקט אזוי ווי די אמאליגע מלכים און פריצים וואס האבן אליינס גענומען די כלה און דערנאך געגעבן "רשות" חתונה צו האבן... דער מנהיג אליינס האט חתונה געהאט מיטן שקר און דערנאך איר אהין געגעבן און אונגעפיטער אלע זיינע חסידים דערמיט.
דער עם הארץ ווייסט אויך אז זיין מערכה וועט לאנג נישט אנהאלטן, מאקסימום עטליכע יאר און דערנאך וועט ער זיך בייסן די ליפן יעדעס מאל איינער דערמאנט די וואס "סידור קידושין" פונקט ווי ער בייסט זיך היינט די ליפן יעדעס מאל איינער דערמאנט אים דעם נאמען "יוסי בראך", "בערל פרידעמאן", "חופה גזולה", "מצה גזולה" אדער "ילד שעשועים" וכו'. היינט ענטפערט ער "נישט איך, משה גבאי" עס איז א פשטות אז ביז עטליכע יאר וועט ער באקומען טשילס יעדעס מאל ער הערט דערמאנען די ווערטער "סידור קידושין" און וועט תיכף אויסשרייען "נישט איך, דוד עקשטיין"...
פארט איז ער א שוטה וואס לערענט זיך נישט און חזר'ט איבער די אלטע גרייזן, אבער יעצט איז ער שוין אביסל מער סאפיסטעקירט, ער האט א "מהלך". ער ווייסט אז פראסטע שקרים וועט מען נישט גלייבן, ער ווייסט אז אפילו זיינע שווענץ ווערן אויך מיד פון א נאכנאדיגע אומאויפהערליכע פארלוירענע מערכה, וואס טוט מען? מען טוישט די סינער"י יעדע פאר וואכן, קודם שרייבט מען א "פנקס" און מען עפענט יעדע צוויי טעג א פרישע האט ליין, דערנאך רידערט מען און מען ווארפט פאשקעווילן, מען ספרעיט די ווענט, מען שיסט אויס פענסטער'ס מען מאכט פאני קאלס וכו', דערנאך ווען דער עולם איז מיד און האט שוין נישט קיין געדולד פלאצט מען א באמבע אין א פארמאט וואס רופט זיך רשות. מען פאמפעט עטליכע וואכן מיט רשות און דערנאך נעמט מען זיך ווייטער צו פאשקעווילן פאני קאלס, דערנאך שטעלט מען אפ די מערכה פון עטליכע וואכן פאר די ווילידש וואלן (איינצושלעפן די בני יואל און די זאליס) און מען הייבט דאס צוריק אן עטליכע וואכן נאך די וואלן, מען ווארפט פאשקעווילן, שטיינער פאני קאלס וכו', דערנאך קומט א באמבע וואס רופט זיך רשות... וחוזר חלולה
די אויפטו פון דעם איז פילפאכיג, קודם כל העלפט דאס די מערכה זאל נישט אויסוועפן, און עס ברענגט יעדע שטיק צייט א התחדשות אינם מערכה, דערנאך "זעט יעדער" אז דער עם הארץ איז יא דער הערשער...
קוקט דאס נאך וועט איר זען אז זיי וועלן ניצן דעם באמבע פון רשות נאר אין פעלער וואס די רבנים זענען נישט פון פריער באקאנט געשטימט צו בני יואל אדער קהל יטב לב. זייער חשבון איז פשוט, אויב יענער האט זיך ביז היינט נישט ארויסגעשטעלט ברבים קעגן דעם עם הארץ, וועט דאך יענער אוודאי נישט "לייקענען" אז ער האט גענומען רשות, און דער עולם וועט דאך אוודאי גלייבן אז יענער איז נישט א "שלעגער" וואס זיכט דווקא עובר צו זיין אויף אשת איש... און דערמיט רעדן זיי זיך איין אז זיי ראטעווען זייער כבוד, נעבעך.
זיי האבן שוין אמאל געכאפט א פראסק פון אזא חכמה. געווען איז דאס ווען זיי האבן געפירט זייער פארלוירענע "כלה גזולה" מערכה אין וו"ב, די גאנצע פסק אז מען דארף באצאלן פאר די אהרוינים איז געווען איטערגעשריבן דורך די גרעסטע רבנים... דער תרח בערל פריעדמאן און דער גנב יצחק ראזענבערג... די ליצנות איז געווען גרויס אבער די חלה דעקלעך האבן נישט אויפגעגעבן, פראבירנדיג צו ראטעווען זייער פארלוירענע כבוד האבן זיי ארויסגעלאזט א שם אז סענטדשארדשע רב האט באצאלט פאר זיי "יחוד שטיבל געלט" זיי האבן געהאפט דערמיט צו איבערצייגן אז זייער מערכה איז נישט אזא טפשות ווי ס'זעט אויס, והא ראיה אז אפילו סענטדשארדשע רב האט זיי באצאלט... זיי האבן די נייעס געפאמפט אויף הייד פארק, זייער האט ליין זייערע טעסקט מעסעדשעס זייער אינטערנעט סייט, אנגעהויבן פון א מינוט נאך די חופה. די אפיציעלע לויזונג איז געועון אז דער רב האט בשעת די קבלת פנים געגעבן געלט פאר א אינגערמאן אז יענער זאל דאס תיכף אריבערטראגן צו יצחק ראזעבערגס קהל אפיס. די חיות וואס דאס האט זיי געשאפט האט אנגעהאלטן פונקט אזוי לאנג ווי די היינט נאכטיגע רשות שפיל... ווייל צופרי נאך די חתונה האט דער סענטדשאדשער רב אפגעשריבן א בריוו בכתב ידו ווי ער שרייבט אז ער האט פאר די גנבים און מוסרים נישט געגעבן קיין איין פרוטה. די פראסק איז געווען אזוי גרויס אז זיי האבן תיכף אויפגעגעבן די מערכה.
יעצט האבן זיי געמכאט דעם זעלבן חשבון, די פא"ן וואס די בחורים האבן האט שוין אויסגעוועפט, חרפות און בושות גרייכן ביזן הימל, צענדליגע טאטעס זענען צושוידערט געווארן פון די בילדער וואס צייגן אז די פאליציי האט שוין נאכאמאל געדארפט קומען מאכן סדר אין ישיבה וכו'.
יעצט איז געווען א גוטע געלעגענהייט, צוליב דעם וואס דער בארדיטשובער רב פון מאנסי האט זיך קיינמאל נישט ארויסגעשטעלט ברבים קעגן דעם עם הארץ, דעריבער וועט די גאס אפקויפן פאר גוט געלט אז ער האט געבעטן רשות...
אומר ועושה, די מעסדש איז ארויס אויף טעקסט מעסעדש, האט ליין, אינטערנאט "מזל טוב מקודשת... מיט רשות"...
זיי האבן אבער נעבעך נישט גע'חלומ'ט אויף אזא פראסק, ווי עס שטעלט זיך יעצט ארויס.
דער מחותן וואס האט היינט נאכט געפירט זיין זין אינטערן חופה האט מיט זיין מחותן אפגעשמועסט צו מאכן די חתונה בעיר מגורי הכלה קרית יואל, דער מחותן האט געגעבן פאר זיין טאטען אלע קונטרסים וואס די עמי הארצים האבן ארויסגעגעבן וועגן זייער אזוי גערופענע איסור אויפן זאל און אויף די חתן כלה.
דער פאטער פונם מחותן האט גענטפערט פאר זיין זין בכתב אז ער זעט נישט קיין שום פראבלעם ואדרבה, די אלע איסורים זענען קעגן די מציאותת און קעגן די רצון פונם סאטמאר רב. ער ברענגט ארויס דארט אז פון אינדערהיים ביז רביה"ק מסאטמאר דא אין אמעריקע האט מען געוויסט אז א רב איז איינער וואס העלפט אנדערע בפרט רבנים.
ער דריקט זיך אויס זייער שארף קעגן די אהרוינים און זייערע פירער ער רופט זיי אן "מתחצפים", "קופצים בראש", "שקרנים", ער שרייבט "אין להסתכל עליהם כלל, ואין ביד יראי השם אלא להיפרד מהם, ולסדר קידושין בפני עמצם, וטוב ויפה הם עושים בזה". איך גיי נישט נאכשרייבן אלע שארפע לשונות איר קענט דאס אליינס ליינען
דא האט איר א בריוו וואס יעדער געצל וואס דרייט זיך ביי בני יואל האט שוין אין זיין באזיץ אריבער א וואך, די חלה דעקלעךהאבן נעבעך נישט געוויסט פון דעם בריוו, האבן זיי יעצט אויך אויפגעשפילט דעם "רשות סטראטעגיע", מיט חשבון אז דער מסדר קידושין אליינס וועט דאך נישט ארויסקומען ברבים זאגן "אוי נאוי איך האב נישט געבעטן רשות"... איי די מחותנים לאכן פון די אהרוינים? נישט געפערליך דער עיקר איז די כבוד אין גאס און נישט די אמת'ע מציאות... דא האט איר די ליכטיגע ווערטער וואס דער מסדר קידושין שרייבט "ואין ביד יראי השם רק להיפרד מהם" (=עס בלייבט נישט איבער פאר די ערליכע אידן נאר זיך אפצושיידן פון זיי)
ווי אזוי זאגט דער עם הארץ אלעמאל? חיי שעה איז אויך געלעבט, יעצט נעבעך האט די חיי שעה געפלאצט אין ווינציגער ווי א מינוט