פאליציי אודך אין מתיבתא ד'מאנרא
פאליציי איז שוין ווידער דארט, אבער יעצט זענען זיי נישט אין דארמעטארי נאר אין ביהמ"ד
יעצט האט דוד שלמה עקשטיין גענדיגט א שרייעדיגע דרשה ווי ער האט געווארנט געבעטן און געשריגן פאר די בחורים אז זיי זאלן אויפהערן מאכן פאני קלאס, די דרשה איז געזאגט געווארן מיט די אנוועזענהייט פון פאליציי!
נאכדעם וואס די קליפ ווי מען הערט עטליכע פאני קלאס איז ארויס ברבים (עס איז געווען אויך דא אויפן פורום) האבן עטליכע "בני משפחה" וואס קומען יא צו די בני יואל'ע חתונות, איבערגעגעבן פאר די באטראפענע די נעמען פון די בחורים וואס זיי האבן אידענטעפיציר...
די באטראפענע האבן די אינפארמאציע איבערגעגעבן פאר די פאליציי מיט די צושטימונג אז אויב די פאני קאלס וועלן זיך אפשטעלן זיכן זיי נישט צו פרעסן טשארדשעס. די פאליציי האט איבערגעגעבן די מעסעדש און די הנהלה האט געבעטן די פאליציי אז זיי זאלן אראפשיקן טראפער'ס בשעת די דרשה כדי די בחורים זאלן זיך דערשרעקן.
די פירער אין מתיבתא האבן זעט אויס אביסל מער שכל ווי רבי יונה מיט פייוו בארא און האבן יא געזען פאר וויכטיג אפצושלטען די זינלאזע עקטיוועטי ביי די בחורים, אנדער ווי פייוו בארא מיט יונה וואס חלש'ן אז מען זאל ארעסטירן א בחור און דערנאך קענען זיי קומען שרייען מוסרים, האבן די משגיחים אין ישיבה איינגעזען אז די שטריק רייסט זיך איבער און זיי בלייבן באלד מיט א קלענערע ישיבה ווי נייטרא, האט זיך דער דוד שלמה עקשטיין אויפגעשטעלט געבן זיי זעכצענטע געבעט דרשה פונם זמן.
עס איז צום גלייבן אז זיינע ווערטער וועלן פאלן אויף טויבע אויערן צוליב דעם וואס ער קען נישט מיט איין דרשה אויפקלערן די בחורים אז אלע יונה'ס מיט פייוו בארא'ס מיט וואס זיי ליינען זיך אן אויף הייד פארק דורך די בלעק בערי'ס מיינען נישט זייער טובה, נאר די אינטערעסען פון די פארטיי
תוקן על ידי חיי_שעה ב- 22/12/2010 05:19:23
 |
|
|